Yidene Issue 45 ALL

ISSUE 45 — JUN. 15 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — פרשת שלח תשפ״ה — בס״ד

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלCANADA\UK

Check out our new

and exciting raffle

on pages 14 and 15!

Attn Yiddishe Mothers!

C A R E A T H O M E

Pediatrics and Adults

Jun. 15 '25

Call/Text: 718.307.4455 Email: Info@bluemedny.com

Baby gear’s

expensive

Get your

pump free

Free electric nursing pump

+ manual pump + milk bags

All you need to do is make one phone

call and we’ll take care of the rest,

including getting your prescription.

Inquire about our

postpartum package

718.635.1673

Pumps | Surgical Stockings | Nebulizers | Incontinence Products

Insurance coverage in pregnancy

and up to 12 months after birth

NEW!

Shabbos

mode

available

$10 gift card at Toys4U

with an electric pump order

Limited time offer! Mention this ad to receive a

א געווענליכע אדווערטייזמענט אין די בלעטער פון א וועכענטליכע אויסגאבע האט

געצויגן מיין אויג, א קאמערא וואס האט א הכשר פון די ועד הקהילות? עס איז אויך

אפראווד ביי קעמפס און סקולס?

מיין נאטירליכע נייגער איז ארויפגעשפרינגען עטליכע נאטן אין איין שאס.

'די אדווערטייזמענט האט דאך צוגעשטעלט א טעלעפאן נומער'. האב איך אויפגעמערקט, כ'האב זיך פארבינדן מיט מידטאון קאמערא און

פירמע Camrum פירמע. ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעוויזן, פארמאגן די אייגנטומער פון דיCamrum דורך זיי באקומען קאנטאקט צו די

גאר א קלארע וויזיע איבער די פראדוקט און האבן מיר גערן מיטגעטיילט וואס עס טוט זיך הונטער די קוליסן און וואס האט צוגעברענגט צו

ערצייגן אזא אייגנארטיגע הונדערט פראצענטיגע קאמערא.

אצינד טו איך פארעפנטליכן וואס איך האב געפינען, עס זאל זיין א זכות פאר גאנץ כלל ישראל.

פאקט:

בתי חינוך און מיידל קעמפס פארלאנגען קאמעראס אן ווידעא.

דעריבער:

טוט מען כשר'ן קאמעראס.

אבער:

מיידלעך וועלן אין אלגעמיין נישט געבן זייער גוטע קאמערא צו כשר'ן ווייל:-

. זיי האבן מורא אז עס קען זיך צוברעכן-

. איינמאל זיי האבן שוין ווידעא אויפ'ן קאמערא איז עס גאר שווער אויפצוגעבן-

. מען האלט אין איין אפשטופן עס צו כשר'ן, און אסאך מאל כשר'ט מען עס נישט בכלל-

. די הנהלות דארפן ספראווענען מיט קאמעראס וואס האט א גע'כשר'טע סטעמפל אבער איז נישט גוט גע'כשר'ט-

עס געלונגט נישט אלעמאל צו טרעפן פונקט די סארט קאמערא וואס מען קען טאקע כשר'ן און צומאל בלייבט מען שטעקן מיט א קאמערא-

.וואס מען קען נישט כשר'ן

א צייט שפעטער קען די קאמערא אנהויבן מאכן פראבלעמען צוליב דעם וואס מען האט זיך ארומגעשפילט מיט די אינערליכע חלקים דערפון.-

. צומאל טרעפט מען זיך אן א קאמערא בכלל וויבאלד מען האט נישט געקענט גענוג באצייטנס געפינען א קאמערא וואס מען קען כשר'ן-

:לעזונג

מען האנדלט זיך איין א קאמערא וואס איז לכתחילה כשר.

פרעזענטירט:Camrum

…א קאמערא

… וואס די קוואליטעט און קלארקייט איז די פריאריטעט, און כשרות די יסוד.

… וואס פארמאגט א הכשר פון ועד הקהילות און 'טעג'.

זענען אריגענעל געבויט געווארן לויט די הדרכה און אנווייזונגען פון די סקול מנהלות, מנהלים און ועדי החינוך.features … וואס די

… וואס די פרייז דערפון איז צוגענגליך.

… וואס די בילדער דערפון קומען אויס קלאר און מיט הערליכע שארפע קאלירן ווען מען גלייכט עס צו צו טייערע ברענד נעים קאמעראס.

… וואס ערמעגליכט די זומער צו פאראייביגט ווערן מיט לעבעדיגע קאלירן א דאנק איר געוואלדיגע קלארקייט.

… וואס נוצט די געווענליכע סארט מעמארי קארטל מאכנ'דיג עס מער כשר און פארזיכערט.

… וואס איז געבויט פון גאר שטארקע מאטריאל.

.playback … וואס איז די ערשטע קאמערא וואס איז געבויעט אן

.playback און אןplayback … וואס איז דא צו באקומען אין ביידע אפציעס, מיט

….וואס אלע קויפערס דערפון זענען שטארק צופרידן און געבן גאר פאזיטיווע פידבעק.

וואו קען מען זיך איינהאנדלן די קאמערא?

ביי מידטאון קאמערא

185 Lee Ave

718.782.8570

It’s Garlic...

But Better!

Rich, roasted, and

irresistible like you've

never tasted before.

Avail. in 3 flavors:

Garlic & Hot Peppers

Garlic Confit

Garlic Confit Mild

New Items

פרשת שלח תשפ״ה

JUN. 15 ‘25 — ISSUE 45

12

12

16

20

24

36

29

INBOX

נאטירליך

Reflections

שפיץ גליק

רעסעפיס

פארנעפלט

צירקל

© The Yidene Publication.

Published by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication

may

be

reproduced in print or digital

form without prior written

consent.

The

publisher

reserves the right to edit all

submissions for clarity, length,

and

editorial

standards.

Submitted materials will not

be returned. The Yingerman

Publication is not liable for

the kashrut of any advertised

product or service featured in

these pages. Additionally, The

Yingerman

Publication

assumes no responsibility for

the

content

of

articles,

advertisements, or referenced

books within this publication.

THE YIDENE

WEEKLY FREE PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

EDITOR’S DESK

EDITOR@THEYIDENE.COM

845.666.0056 EXT. 108

COMMENTS AND

SUGGESTIONS

FEEDBACK@THEYIDENE.COM

845-377-0057

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

845.666.0056 EXT. 1

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

42

845.402.1703

One name.

Every appliance.

Zero guesswork.

TRUST.

EXPERTISE.

SERVICE.

For over 25 years, MS Appliances has been trusted to bring

quality appliances and expert service to every home — and

now, to your new home or summer home. From basics to

high-end and everything in between, we’ll help you elevate

your summer space — and every space — in style.

Every style. Every brand. Every reason to upgrade.

(845) 390-2005 | info@msappliances.com

Top Choice for

Interior Designers

Proud to be the go-to

appliance source for

interior designers

and their clients.

וויאזוי צו פאקן פאר קעמפ

א גוטן, אזוי ווי מ'גייט שוין כמעט ענדיגן סקול

און ס'קומט שוין די צייט ווען מ'גייט אין קעמפ, וויל

איך פרעגן אויב איינער האט אן עצה פאר עפעס

מיט וואס איך מוטשע זיך שוין לאנג. איך זוך א וועג

וויאזוי צו קענען פאקן פאר קעמפ אז ס'זאל זיין זייער

.צוזאמגענומען און גלייכצייטיג זייער גרינג

אויב איינער האט א גוטן געדאנק וועל איך זיך זייער

.פרייען צו הערן, יישר כח

וויכטיג צו געדענקען

ביים זוכן א דזשאב

א גוטן, כ'בין א מאמע פון עטליכע מיידלעך וואס

האבן שוין גראדואירט, און יעצט ווען מ'הייבט אן זוכן א

דזשאב וויל איך מיטטיילן א וויכטיגע זאך וואס כ'האב

מיך אויסגעלערנט מיט די יארן און איך טראכט אז ס'קען

אי"ה העלפן אנדערע מענטשן אז זיי זאלן טאקע קענען

.מצליח זיין אין דער דזשאב

זייער אפט מאכט זיך אז מיידלעך ארויס פון סקול

באקומען דזשאב אפפערס פון ביזנעסער וואס זאגן זיי

אז זיי באקומען די דזשאב, און אז ס'איז א נייע ביזנעס

וואס איז נארוואס געווארן געעפנט און וועט האפנטליך

וואקסן אין די קומענדיגע פאר חדשים. ס'קען טאקע זיין

,אז ס'איז אמת און אז ס'וועט וואקסן און פיין מצליח זיין

אבער די זאך פון אריינשיקן א מיידל אין א ביזנעס וואס

מוטשעט זיך נאך צו אנהויבן וואקסן אדער איז נאכנישט

.געהעריג מסודר קען זיין א שווערע זאך

ווען די מיידל זוכט א דזשאב זוכט זי נישט סתם

אבי עפעס פון וואס זי זאל אהיימקומען מיט א טשעק

און שוין – זי זוכט אן אמת'דיג גוטע געלעגנהייט צו

אריינגיין אין א פעלד וואס ציט איר און פראקטיצירן

.אויף למעשה אלעס וואס זי האט זיך טרענירט ביז אהער

ווען די ביזנעס איז נישט באמת גרייט צו געבן די נויטיגע

וויstressful , קען אזא עקספיריענס זיין מערsupport

.פראדוקטיוו

איך האב גארנישט קעגן קיינעם – נישט די מיידלעך

און נישט די בעלי בתים. ס'איז פשוט עפעס וואס מ'דארף

געדענקען און האלטן פאר די אויגן. א ביזנעס אין דער

ערשטער תקופה קען עווענטועל זיין זייער א גוטע

געלעגנהייט, אבער ס'איז מעגליך נישט דער ריכטיגער

פלאץ פאר איינעם וואס הייבט יעצט אן ארבעטן און

.דארף סטרוקטור, באגלייטונג, און א קלארע ראלע

אלזא, לאמיר אויסלערנען די מיידלעך צו פרעגן די

ריכטיגע פראגעס, זוכן פאר א פלאץ וואס איז סטאביל

און שטעלט צו די ריכטיגע באגלייטונג, און געדענקען

אז זייער ערשטע דזשאב שטעלט אראפ דעם יסוד פאר

. אין ארבעטfuture זייער

,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק

feedback@theyidene.com

845-377-0057

נאך איבער דעם אפנהארציגן בריוו

Inbox 

עס האט זיך געטון דא אין די לעצטע פאר וואכן אהין

און צוריק צי ס'איז יא אדער נישט ריכטיג זיך צו גט'ן און

ווי ווייט מ'דארף פרובירן צו גיין פאר הילף און עס מאכן

.ארבעטן

איך וויל מיטטיילן פון מיין אייגענער ערפארונג און

וואס כ'האב געהערט פון אזויפיל באקאנטע, וועגן דער

מהפיכה וואס די באקאנטע "שעשני כרצונו" שיעורים

האבן אנגעברענגט אין דעם נושא. זי ברענגט זייער

שטארק ארויס אז אפגעזען וואס דער מאן איז און ווי

געפערליך דער מצב איז, קען די פרוי זיין גליקליך אין

יעדן סארט סיטואציע אויב זי איז אין איר ריכטיגן פלאץ

.וואו א פרוי דארף צו זיין

מ'קען דארט הערן פון מעסעדזשעס וואס מענטשן

לאזן איבער, ווי פרויען וואס האבן זיך געמוטשעט פאר

לאנגע יארן מיט שרעקליכע זאכן פארציילן ווי דאס האט

ממש געטוישט זייער לעבן. ס'הערט זיך אומגלויבליך

.אבער למעשה איז עס א מציאות

איך האב שוין געזאגט פאר אסאך מענטשן

,דערוועגן, און יעדע פון זיי האט מיך שטארק באדאנקט

נאכדערצו אז ס'איז ממש שפאט ביליג און א פיצעלע

.אינוועסטמענט קעגן וואס מ'באקומט

יישר כח פארן אריינלייגן מיינע שורות, און כ'האף אז

.ס'זאל בעז"ה אויפרעכטן אסאך אידישע שטיבער

12פרשת שלח תשפ״ה—

Before you

decide not to

buy a La-Z-Boy,

try a La-Z-Boy.

WILLIAMSBURG:

40 PENN ST

718.624.3400

MONROE:

252 ACRES RD

845.492.5500

Feel it. Test it.

Know it’s right.

Visit Sanders for the

LARGEST selection

on display.

On all LA-Z-BOY couches &

recliners. Mention this ad.

Ends June 15.

Find Cozy Home Products at a Local Store!

For more information email cs@cozyhomeny.com

THE HOME INNOVATION BRAND YOU MISSED

WEEK

No more water splash into the

eyes such a help for bath time!

From: Chani K., Monsey

The dream dirt catcher!

Perfect for Shabbes use.

From: Chumi L. Williams Burg

My kids started enjoying to

brush their teethz. Simply clean!

From: Rivky S., Monroe

Attn Yiddeshe Mothers!

Exclusive to Yingerman/Yidene Readers!

Exciting Raffle:

1. Go out and get your Cozy Home item in your local grocery or baby store

2. Enjoy one of our innovative, practical and useful items

3. Snap a picture of how you used it, with a small description.

4. Send your pic and feedback together with Your Name and Phone number:

Email: cozyhomeraffle@theyidene.com or Text: 646-580-2778

Get automatically entered into our raffle where you have the

chance to win a $150 GIFT CARD TO THE STORE OF YOUR CHOICE!

COME ON, CHECK US OUT NOW- WE ARE WAITING TO HEAR FROM YOU!!

The Mesher Keeps the sink

clean. Love it for fleishig and

milchig!

From Leah M., Passaic

From Miriam D., Five Towns

Snaps right onto my pot/pan,

less dishes to wash.

Wash and drain in one step

makes cooking faster and

more efficient.

From: Sarah T., Boro Park

Catches every thing into the

pocket! easy to wipe and reuse

From: Devorah L., Lakewood

Perfect spoon! Use it daily to

feed yogurt to my baby I

keep it in my baby bag

From: Shira B., Monsey

16פרשת שלח תשפ״ה—

נאטירליך

ה

יינט וועלן מיר גיין ווייטער מיט נאך פארשידענע ברעין

:דזשים איבונגען וואס מ'קען אליין טון אינדערהיים

Lazy Eights

בערך ביי דער הייך פונעם אויג, צייכנט מיטן רעכטן דיקן

. הייבט אן אין צענטער, גייענדיג8 פינגער אין דער לופט, א ליגנדיגע נומער

אויף ארויף און ארום, צו דער לינקער זייט, צוריקקומענדיג צום צענטער, און

דאן צו דער רעכטער זייט. דאן טוט דאס זעלבע מיטן דיקן פינגער פון דער

לינקער האנט. דערנאך טוט עס מיט ביידע הענט אויפאמאל. לאזט אייערע

אויגן און אייער קאפ לייכט נאכפאלגן די באוועגונגען, און דאס האלז זאל זיין

.נאכגעלאזט. טוט דאס פאר כאטש צוויי ביז פינף מינוט אין א צי

:אנדערע פון דעם זעלבן סארט איבונג, צו פרובירן

עלעפאנט אכטער: מאכט כאילו א ריזיגן אכטער אזוי גרויס ווי דעם

,גאנצן צימער, נוצנדיג אייער ארעם, ווייזנדיג מיטן פינגער. אייער קאפ

זאלן זיך מיטרוקן, און איר זאלט זיך קאנצענטרירן וויrib cage און

איר פארעמט א ריזיגן ליגנדיגן נומער אכט. לייגט אכט אז דער צענטער

זאל אבער בלייבן אין צענטער (צווישן אייערע ביידע אויגן). (גוט פאר

א שטארקערן געפיל פון באלאנס, ספעציעל הילפבאר צו בארואיגן

.)jet lag אדערmotion sickness

.מאלט ליגנדיגע אכטערס אויף פאפיר אדער אויף א טאוול

גייט מיט די פיס אין פארעם פון אן אכטער. אין אנהויב קען מען נוצן

.טעיפ אויף דער ערד, צו וויסן וואו צו גיין

מען קען אויך מאכן אכטערס גייענדיג בשעת'ן טון נאך זאכן ווי

, אדער זיך דרייען. קינדערcross crawls ,מארשירן, וויגן די ארעמס

קענען שפילן, נאכגייענדיג איינער דעם צווייטן, ווען דער ערשטער

איז דער וואס באשטימט וואס מען טוט יעצט און די אנדערע מאכן

.אים נאך

:צווישן די בענעפיטן פון דעם בעז"ה

פארבעסערט די אויגן באוועגונג פון רעכטס צו לינקס און פון לינקס

.צו רעכטס

.פארשטיין און לערנען דורך ליינען

.בארואיגן די אויגן, האלז און אקסלען בשעת'ן זיך קאנצענטרירן

.באלאנס און פיזישע קאארדינאציע

.אויג צוזאמענארבעט-פארבעסערט האנט

.האנטשריפט

.שנעלער און גרינגער שרייבן

.קוקן נוצנדיג ביידע אויגן

.העלפט פארמיידן פארקערטע אותיות

Double Doodle

פארעמסmirror image נוצנדיג די אקסלען, ארעמס, און הענט, מאלט

,אדער בילדער – דאס הייסט דאס זעלבע נאר פארקערט, אויף א טאוול

מיט ביידע הענט, נוצנדיג צוויי אנדערע קאלירן מארקערס, אין דער זעלבער

.צייט

:נאך פון דעם סארט איבונג צו פרובירן

טוט עס מיט מארקערס, פענעס, קרעיאנס, אדער פארב, אויף פאפיר

.צוגעקלעבט צו א טיש אדער וואנט

טוט עס פירפאכיג, נוצנדיג ביידע הענט און ביידע פיס אין דער

.זעלבער צייט

ספעציעל אין אנהויב, זאגט פארן קינד אנווייזונגען און דאס קינד זאל

אויספאלגן, ווי ארויף, אראפ, ארויס, אריין. טוט דאס ביז דאס קינד

.געוויינט זיך צו עס צו טון אליין גרינגערהייט

בייגט איין א פאפיר אין האלב און קנייטשט עס צוריק אויף, עס זאל

האבן א זעבארן קנייטש אין דער לענג. קלעבט עס ארויף אויף א טיש

אדער וואנט, און מיט ביידע הענט אויפאמאל, מאלט א בילד, וואס

ביידע זייטן זענען אייניג. איין זייט וועט מסתמא אויסקומען פיל

,)שענער, און די אנדערע זייט אביסל קרום (די נישט דאמינירנדע האנט

.אבער עס מאכט נישט אויס

:צווישן די בענעפיטם פון דעם איבונג זענען

.אויספאלגן אנווייזונגען

.שרייבן, ליינען, און מאטעמאטיק

,אויפכאפן דירעקציעס, דעם חילוק פון רעכטס, לינקס, ארויף, אראפ

.און אינמיטן

.אויג צוזאמענארבעט-האנט

.בעסערע ספארט און באוועגונג מעגליכקייטן

.ביידע אויגן זאלן ארבעטן אינאיינעם

לינקע קאארדינאציע- רעכטע

לעגאליטעט

ברעין דזשים איז דערווייל נישט אקצעפטירט לעגאל. עס איז ענדערש

special אן אלטערנאטיווער מעטאד, טראץ וואס לעגאלע טעראפיסטן און

לערערינס באנוצן זיך אפט מיט דעם. דאס צו טון אין דעם פולןeducation

ברעין דזשים

17

Jun. 15 '25

ש. גוטמאן

באקומט מען געווענליך- ד.ה. געהעריגע סעסיעס פון ברעין זשים- פארנעם

א סערטיפיקאציע, דאס הייסט א באשטעטיגונג פון דעם טרענירונגס

פראגראם וואו מען האט זיך געלערנט. עס זענען דא צווישן דעם היימישן

עולם עטליכע באקאנטע מומחים וואס טוען דאס, וואס יעדע פון זיי האט

עס גענומען אויף אביסל אן אנדערן מהלך. זיי טרענירן מענטשן דאס צו

טון, און געבן זייער סערטיפיקאציע פאר די וואס זענען קוואליפיצירט עס

צו פראקטיצירן. געווענליך וועט מען באקומען אן אפשאצונג דורך דעם

.פראפעסיאנאל, און דאן וועלן זיי שיקן צו איינעם פון זייערע תלמידים

די סערטיפיקאטן מאכן אבער גארנישט אויס לעגאל. לויט דער רעגירונג

איז עס איינער פון די אומצאליגע מעטאדן און מהלכים וואס מענטשן טוען

אויף דער אייגענער האנט און זיי נעמען נישט קיין אחריות דערויף, כאטש

עס איז אויך נישט דא קיין פארבאט אויף דעם. טראצדעם, זענען פארהאן

פילע לעגאל לייסענסד פראפעסיאנאלן וועלכע נוצן ברעין דזשים איבונגען

.אלס א טייל פון זייער פראגראם, לויט זייער פארשטאנד

עס זענען דורכגעפירט געווארן פארשידענע שטודיעס אויף ברעין דזשים

אויפצואווייזן די ווירקזאמקייט דערפון פאר קינדער און ערוואקסענע, אבער

די ציפערן זענען טיילמאל ארויסגעקומען אומקלאר. געוויסע האבן געוויזן

אז ברעין דזשים האט געברענגט גענוג ווערדפולע בענעפיטן, בעת אנדערע

.האבן נישט געוויזן קיין גרויסע חילוקים פון בעפאר צו דערנאך

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די שטודיעס האבן געוויזן מער

בענעפיטן פון ברעין דזשים ביי ערוואקסענע, ווי ביי קינדער. עס קען זיין אז

עס איז טאקע מער ווירקזאם פאר ערוואקסענע, אבער עס איז אויך שטארק

מעגליך אז די רעזולטאטן צייגן אזוי וויבאלד מיט קינדער זענען דא געוויסע

.שוועריגקייטן ביים מאכן די שטודיעס אדער ביים רעכענען די רעזולטאטן

בענעפיטן

ברעין דזשים ווייזט זיך ארויס צו זיין גאר אפעקטיוו. אין דער זעלבער

צייט איז עס א פארהעלטניסמעסיג לייכטן מעטאד, עס נעמט נישט אריין

קיין שום ריזיקעס, און מען דארף גארנישט נעמען און זיך אפילו נישט לאזן

באהאנדלען. די איבונגען זענען נישט שווער, און קינדער האבן געווענליך

.הנאה דערפון

ברעין דזשים שלאגט פאר הילף פאר קינדער מיט לערנונגס

שוועריגקייטן אויף אלע שטאפלען, און עס קען אויך שטארק ארויסהעלפן

פאר אויפפירונג פראבלעמען און אנדערע מח שוואכקייטן ווי ארגאניזירונג

.און זיך ספראווען מיט געפילן

עס איז אויך זייער צוגענגליך. עס זענען פארהאן פארשידענע פראגראמען

וואס שטעלן דאס צו, אפטמאל אין חדרים און שולעס, פאר מאקסימאלער

באקוועמליכקייט. קינדער האבן אויך זייער הנאה דערפון, וויבאלד אנשטאט

זיי צו הייסן לערנען און חזר'ן נאכאמאל דאס וואס איז זיי שווער, הייסט מען

.זיי שפילן

.דער פרייז דערפון איז געוואנדן אויף וועלכן אופן מען באקומט עס

עס קען אויסקומען גאנץ קאסטבאר, וויבאלד עס פעלט זיך רוב מאל אויס

זייער אפטע סעסיעס, כאטש אין אלגעמיין איז א סעסיע נישט טייערער ווי

א סעסיע מיט א צולערנער אד"ג. אבער עס קען טיילמאל ווערן געדעקט

דורך די פארשידענע הילפס פראגראמען פון די רעגירונג, טראץ וואס דער

.מעטאד זעלבסט איז נישט לעגאל אנערקענט

.דאס איז אלעס אויב מען וויל האבן אפיציעלע ברעין זשים סעסיעס

אבער די איבונגען וואס מען קען טון אליין פאר זיך, זענען אומזיסט און

פארלאנגען נישט מער ווי עטליכע מינוט א טאג. עס זענען דא אזעלכע וואס

לערנען זיך דעם מעטאד, וואס איז נישט שווער אדער אויסערגעווענליך

טייער – טאקע וויבאלד עס דארף נישט קיין אנערקענטע לייסענס, און

.פראקטיצירן עס פאר די אייגענע קינדער

פון דער אנדערער זייט

ברעין דזשים איז למעשה נישט לעגאל אנערקענט, וויבאלד עס איז

.נישט דא גענוג וויסנשאפטליכע באווייזן אויף איר אמת'ער ווירקזאמקייט

עס איז מעגליך אז די פארבעסערונגען וואס מען זעט, זענען בלויז פון

דעם וואס מען גיבט זיך אפ מיט דעם קינד, אדער וואס עס גיבט דעם קינד

צו שפירן אז ער האט א געוויסע באשטעטיגטע שוואכקייט, און מען ארבעט

.דערויף אנשטאט אים צו באשולדיגן אדער פארלאנגען זיך אנצושטרענגען

מען קען נישט וויסן באמת צי די איבונגען אליין טוען ווירקליך עפעס

אויף. שטודיעס וואס מען האט דורכגעפירט האבן נישט געברענגט גענוג

קלארע רעזולטאטן, ווי אויבנדערמאנט, ווען טייל האבן געוויזן אז עס איז

.נישט געווען מער ווירקזאם ווי א פלאסיבא

וואס עקספערטן זאגן

גאר אסאך קינדער טעראפיסטן און ספעציעל עדיוקעישאן

ספעציאליסטן אקצעפטירן ברעין דזשים צווישן זייערע מעטאדן, טראץ

וואס אפיציעל איז עס נישט אנערקענט. דאס איז צוליב די לייכטקייט

דערפון. מען קען זיך אסאך לערנען פון ביכער וואס ערקלערן עס און פון

שנעלע קורסן, און וויבאלד מען דארף נישט קיין לייסענס דערצו, איז גאר

לייכט עס אריינצוברענגען און נוצן – אפטמאל אלס צוגאב צו אנדערע

.מעטאדן

וואס מענטשן זאגן

פילע עלטערן דערציילן ווי זייערע קינדער האבן אויפגעלעבט

מיט ברעין דזשים. ספעציעל צווישן דעם היימישן ציבור איז עס זייער

פארשפרייט און אנגענומען. אפילו די קלענערע איבונגען וואס מען קען

אליין פרובירן, דערציילן מענטשן אז עס ארבעט טאקע – ווי צו האבן א

קלארן קאפ, אדער אפילו בארואיגן שווינדלונג. עס איז לייכט צו טון, און אן

.ווירקונגען-קיין זייטן

18פרשת שלח תשפ״ה—

19

Jun. 15 '25

KAYGROUP.CO

845.557.7575

office@kishronas.org

א געזונטן!זומער

ר. שטערן

ט

,ייערע טאגבוך

איך בין נעכטן אנגעקומען צו מומע

לאה'לע'ס הויז אין מאנסי. איך בין אזוי

צעמישט! איך האב ביז היינט געמיינט

אז איך בין א פריינטליכע געשמאקע

מיידל מיט אסאך חבר'טעס וואס

איז געהעריג א טייל פון געזעלשאפט. נעכטן האב איך

אויסעגפינען אז איך קען זיין אזוי שעמוועדיג און שטיל

– איך האב נישט ארויסגערעדט קיין איין איינציג ווארט

?פון מיין מויל! דו קענסט זיך דאס פארשטעלן אויף מיר

וואס וואלסטו געטון ווען דו קומסט אן צו א גענצליך

?נייעם פלאץ וואס איז אומבאקאנט, פרעמד און קאלט

נעכטן אינדערפרי, ווען איך בין אנגעקומען צו

מיין נייער סקול, אינאיינעם מיט חוי און פעסי (מיינע

קוזינס וואס איך האב ביז נעכטן נישט געוואוסט אז זיי

עקזיסטירן...) האבן זיי מיך צוגעפירט צום מנהלת'ס

אפיס אויפן צווייטן שטאק. די מנהלת האט מיך

.אריינגערופן אינעווייניג און פארמאכט די טיר

די מנהלת האט זייער א שטרענגן פנים, אבער זי

האט אייביג א שמייכל. עס איז געווען אזוי מאדנע, ווייל

קודם האב איך מורא געהאט פון איר, ווייל אירע אויגן

זענען אזוי גרויס און שטרענג, אבער גלייך ווען זי האט

מיך באמערקט האט זי געשמייכלט צו מיר און איך האב

.געוואוסט אז איך גיי איר זייער שטארק ליב האבן

זי האט מיר געפרעגט וויאזוי איך הייס און איך האב

איר גענטפערט שטיל. זי האט מסתמא נישט געהערט

וואס איך זאג, אבער עס האט זיך מיר געדאכט אז זי

קען שוין מיין נאמען נאך פאר זי האט מיר געפרעגט

.די שאלה

"רייזעלע קליינבערג," האט זי געזאגט מיט א

ליבליכער שטימע, "מיר זענען אזוי פרייליך אז דו וועסט

זיין א חלק פון אונזער סקול. די מיידלעך קוקן שוין

".ארויס דיך צו באגריסן

איך האב געשפירט א דינע ציפ פון שרעק, אבער

,איך האב זיך גלייך דערמאנט אז איך בין שוין א גרויסע

ערוואקסענע מיידל און איך האב פון גארנישט מורא! די

מנהלת האט מיך צוגעפירט צו מיין קלאס צימער, און די

לערערין – איך געדענק שוין נישט איר נאמען – איז שוין

דארט געווען. ווען זי האט געעפנט די טיר האבן זיך אלע

מיידלעך אויפגעשטעלט פון זייערע ערטער מיט דרך

ארץ, און אויך די לערערין האט זיך אויסגעדרייט צו דער

.טיר מיט רעספעקט

",א2- "א גוט מארגן טייערע מיידלעך פון קלאס

האט זי געזאגט מיט א פעסטן קול, נישט מיט דער

הארציגקייט וואס זי האט ארויסגעוויזן צו מיר מיט

עטליכע מינוט פריער, "איך וויל אייך פארשטעלן אונזער

נייע מיידל וואס וועט אי"ה ווערן א טייל פון אייער

אויסערגעווענליכן קלאס. איך בין זיכער אז איר ווייסט

וויאזוי צו אויפנעמען א נייע מיידל און איר מאכן שפירן

".באקוועם דא

זי האט זיך ארומגעקוקט מיט א דורכדרינגליכן בליק

איבער דעם גאנצן קלאס צימער. די מיידלעך זענען

געזעצן מיט ערנסטע פנימ'ער און נישט אראפגענומען

זייערע אויגן פון מיר. איך האב זיך אזוי געשעמט, און

כ'האב אראפגעקוקט אויף דער ערד די גאנצע צייט וואס

די מנהלת האט גערעדט צו זיי. פארוואס אייגנטליך האב

?איך זיך געשעמט פון זיי

"איך ווייס אז איר זענט זייער צופרידן צו האבן

,רייזעלע אין אייער קלאס," האט די מנהלת זיי געזאגט

"און איך וויל אז איר זאלט זיכער מאכן אז אויך זי איז

".צופרידן און באקוועם צווישן ענק

די מנהלת האט זיך אויסגעדרייט צו דער טיר, וואו

איך בין געשטאנען מיט א בלאסן פנים. זי האט מיר

געגעבן א לייכטן קלאפ אויף מיין אקסל. "א גוטן טאג

.מיידלעך," האט זי געזאגט און די טיר האט זיך פארמאכט

.איך בין געבליבן שטיין פארפרוירן אויף מיין ארט

אין איין האנט האב איך געהאלטן מיין שול טאש און

אין דער צווייטער האנט האב איך געהאלטן מיין

ריסעס, פרעצלס און קוקיס וואס מומע לאה'לע האט

איינגעפאקט פאר מיר אין דער לעצטער מינוט. חוי און

פעסי האבן זיך אליין גענומען ריסעס און פארגעסן אז

איך דארף אויך. מומע לאה'לע האט זיך געכאפט ווען

איך בין שוין געווען מיט איין פיס אינדרויסן אז איך האב

נישט קיין ריסעס, און זי האט שנעל אריינגעגאסן פון

דעם גרויסן פעקל פרעצלס אין א קליינעם זעקל. עס

האט זיך געגאסן זייער אסאך פרעצלס ווייל זי האט

4 קאפיטל

:פארזעצונג פון פריער

,רייזעלע, א קליין יתומה פון איר מאמע

ווערט אפגעשיקט צו איר מומע'ס הויז

דורכאויס דער צייט וואס איר טאטע האט

נאכאמאל חתונה. זי ווערט פארפלייצט

מיט געפילן פון איינזאמקייט און גלייבט אז

.מער נישט אלייןקיינער איז נישט אינטערעסירט אין איר

20פרשת שלח תשפ״ה—

,קורצע פארזעצונג

באזירט אויף א

מעשה שהיה

פארזעצונג קומט אי"ה

נישט אכטונג געגעבן וויאזוי זי גיסט. איך פריי מיך, ווייל אזוי האב

איך אסאך ריסעס. אפשר וועל איך קענען גיבן פאר א מיידל אביסל

?און מאכן א נייע חבר'טע

"אין דער ערשטער רייע דא ביי דער וואנט," האב איך פלוצלינג

.געהערט די לערערין'ס שטימע ווי אין א חלום

איך האב אויפגעהויבן מיינע צעמישטע אויגן מיט א פארחלומט'ן

!בליק – איך האב נישט געכאפט אז זי רעדט צו מיר

"רייזעלע, דא איז דיין פלאץ," האט זי מיר נאכאמאל צוגעוויזן. איך

.האב באמערקט אז אפאר מיידלעך האבן זיך אונטערגעשמייכלט

"אין דער ערשטער רייע ביי דער וואנט. קום," האט זי געזאגט, "זעץ

".זיך אראפ אויף דיין פלאץ. מיר גייען יעצט אנפאנגען צו דאווענען

איך האב געפאלגט ווי א וואוילן ראבאט: אראפגעלייגט מיין

שול טאש, די ריסעס אין מיין טיש, אבער געוואלד! איך האב נישט

קיין סידור. קיינער האט מיר נישט אנגעגרייט – ווער זאל מיר דען

?אנגרייטן א סידור

איך האב געשפירט ווי מיינע באקן הייבן אן צו ברענען. איך

האב זיך אזוי געשעמט אז יעצט גייט יעדער אויסגעפינען אז איך

האב נישט א מאמע און אויך נישט א טאטע. די מיידלעך האבן

אנגעפאנגען צו דאווענען הויך אויפן קול, אבער איך האב נישט

געוואוסט וואו צו קוקן ערשט. איך האב אראפגעלייגט מיינע הענט

.אויפן טיש און איינגעגראבן מיין קאפ

",פלוצלינג האב איך געשפירט א האנט אויף מיין רוקן. "רייזעלע

האט די לערערין מיר געזאגט, "וויין נישט שעפעלע. אנפאנג איז

".אלעמאל אביסל שווער

איך האב אויפגעהויבן מיין קאפ און אריינגעקוקט אין אירע אויגן

טיף. "איך וויין נישט!" האב איך גלייך רעאגירט אויסגלייכנדיג מיין

.רוקן

די לערערין האט אויסגעזען אביסל צעמישט. זייער גוט פאר

איר! זי זאל נישט מיינען אז איך בין א קליינע בעיבי וואס וויינט דעם

.ערשטן טאג פון סקול

."אה, דו האסט נישט א סידור," האט זי באמערקט

.איך האב לאנגזאם געשאקלט מיין קאפ

"עס איז נישט קיין פראבלעם. איך וועל בעטן אז די סעקרעטארין

".זאל דיר ברענגען איינס

איך האב זיך געפריידט אז איך וועל האבן א סידור – אזוי

וועל איך קענען דאווענען צוזאמען מיט דעם גאנצן קלאס. אבער

מיין הארץ האט מיר אזוי וויי געטון. פארוואס בין איך אזא... אזא

שלימזל? אלעמאל פאסירן אזעלכע זאכן פונקט צו מיר, און נאכדעם

קוקן אלע אויף מיר מיט אזעלכע גרויסע און ברייטע אויגן... שוין

בקיצור, דער טאג איז אריבער גאנץ כמעשה. אפאר מיידלעך האבן

מיך געפרעגט וויאזוי איך הייס, און איך האב זיי גענטפערט זייער

שטיל. זיי האבן געוואלט וויסן פון וואו איך קום, און אויף וועלכער

.גאס פון מאנסי אונזער משפחה וואוינט

איך ווייס נישט דער אדרעס פון מומע לאה'לע – וואס האב איך

!?געדארפט ענטפערן

איך האב אנגעשטעלט אזא קאלטן פנים און זיי האבן גלייך

געזען אז איך גלייך נישט די גאנצע אויספארשונג. עטליכע מיידלעך

,האבן פרובירט נאכאמאל צוצוקומען צו מיר און שמועסן ביי לאנטש

אבער איך בין געווען אין אזא שלעכטער גוסטע אז איך האב אפילו

.נישט געקענט קוקן ווער עס רעדט צו מיר

דבורי שווארץ זיצט ביי דער רעכטער זייט נעבן מיר, זי האט

טיפע שווארצע אויגן מיט קורצע שווארצע האר, זי האט געשמייכלט

צו מיר אינמיטן קלאס אבער זי האט גארנישט גערעדט צו מיר ביי

ריסעס. כ'מיין אז איך וויל זיין איר חבר'טע, אבער עה... זיכער וויל זי

?נישט זיין מיין חבר'טע – פארוואס עפעס זאל זי וועלן

נאכדעם איז געווען א גאנצע לאנגע מעשה ביז ווען איך האב

געטראפן חוי מיט פעסי סוף טאג. איך האב געמיינט אז נאך סקול

גייען אלע מיידלעך אהיים צופיס, אבער אין מאנסי זענען דא

באסעס פאר די מיידלעך. איך האב דאס נישט געוואוסט! איך האב

אנגעהויבן צו גיין צופיס, און פלוצלינג האב איך געכאפט אז איך קען

נישט דעם וועג. כ'בין געווארן אזוי פארלוירן! איך האב אנגעפאנגען

...צו שפירן ווי טרערן גליטשן זיך ארויס פון מיינע אויגן אן רשות

איך האב אנגעפאנגען צוריקשפאצירן צו דער סקול, ווען מיטאמאל

טרעף איך חוי און פעסי אינגאנצן פארסאפעט. "דא ביסטו!" האבן

זיי ביידע אויפאמאל געשריגן, "קום שוין! שנעל, די באסעס פארן

"!שוין

מיר זענען געלאפן צום באס. חוי און פעסי זענען געלאפן

פאראויס און איך בין געלאפן אביסל אונטערשטעליג, און דער

.גאנצער וועג האבן זיי זיך געשושקעט און זיך געזאגט סודות

אקעי, מיין האנט טוט שוין וויי פון שרייבן אזויפיל. ווען איך בין

אנגעקומען אהיים, (אהיים?...) האב איך זיך איינגעשפארט אין מיין

שטוב, און איך בין דערווייל נאכנישט ארויס. אה, איינער קלאפט

?אויף מיין טיר. ווער קען דאס זיין

21

Jun. 15 '25

Multi Purpose

Awning+Pergola

AWNING+PERGOLA

= PERGOLOFT

The Pergoloft is a sleek Pergola, architecturally

designed to host a Retractable awning. Using

the same design as our legendary awnings, this

innovative Design allows the perfect blend of

everlasting durability and sleek modern design.

845.357.5718 //// sales@tristateawnings.com // 100 Sterling Mine Rd. // theinstantsukkah .com

A PRODUCT BY:

Durable

Plexi Glass Wings

Elegant Rafters

Powder Coated

IN ADDITION TO THE STANDARD AWNING LINE:

Powder Coated

22פרשת שלח תשפ״ה—

23

Jun. 15 '25

פאר הונדערטער אדער גאר טויזנטער יארן זענען דערציילט געווארן די וואונדערליכע הייל

מיטלען וואס באהאלט זיך אין דיAloe Vera בלעטער ווערנדיג איבערגעגעבן פון מויל צו

אויער. דאס איז ווארשיינליך פון די מערסט דיסקוסירטע מעדיצינישע געוואוקסן. מיר טרעפן

Aloe Vera . באשריבן אין אלע חלקים פון היסטאריע אריינגערעכנט די פארצייטישע מצריים

אלכסנדר מוקדין האט אפגעהאלטן א מלחמה אויף אן אינזל נאר כדי צו קענען לייגן די הענט

אויף דיAloe Vera געוואוקסן דארט פאר זיין ארמיי. מארקא פאולא, דער באקאנטער

רייזנדער, האט דאקומענטירט די פילע נוצן וואס ער האט באמערקט דורכאויס זיינע נסיעות

ביי די פרימיטיווע שבטים וועם ער האט באזוכט. די ספאנישע ביים אויסשפיאנירן די "נייע נייע

וועלט" האבן געטראפן פילעherbal מעדיצינען וואס זענען באנוצט געווארן דורך די אזטעק

שבט אינעם געגנט וואס איז היינט באקאנט אלס מעקסיקא סיטי. די עיקר באשטאנדטייל אין די

אלע אזטעק הייל מיטלען איז געוועןAloe Vera. די מעדיצינען זענען צוריק געבראכט געווארן

קיין אייראפע דורך די ספאנישע און האבן דארט געלייגט די גרונדשטיין צום היינטיגע מערב

.וועלט מעדעצין

אזויפיהל האבן באשריבןAloe Vera, און אזויפיהל האבן זיך מיט איר באנוצט, ווער איז זי די

וואונדער פון נאטור? קומט און באקענט זיך מיט נאך א חלק פון השי"ת'ס בריאה וואס ער

האט אונז ברוב רחמיו געשאנקען ליהנות בהם בני אדם מיט אירע פילצאליגע היילונג

.מעגליכקייטן

For a personal consultation on how to reap the beneets of Aloe Vera for yourself, to get a

product brochure,

or to order your favorite forever living products call\text M. Halberstam 929-678-3762.

Ready to share this miracle plant with those near and dear to you and get our products at

wholesale price? It’s

much easier done than said! Reach out to

Read more next week......

Written by M. Halberstam

24פרשת שלח תשפ״ה—

״

"?!ס'איז מיין מאמע'ס! ווער לאזט דיך

דאס וואס העני האט געהאפט אז ס'וועט נישט געשען

האט פאסירט. ריבי איז געשטאנען אויבן אויף די טרעפ

קליידער און געשריגן צו איר מומע וואס-מיט אירע נאכט

.טרעט אריין אין איר מאמע'ס לעדערנע שטיוול

מאלי האט געהאלטן אז ריבי וועט שלאפן. אין א

זונטאג קען זי שלאפן ווי א צענערלינג, ביז חצות. אבער

.דא איז זי, מיט אירע נייגעריגע אויגן

"?"פארוואס נעמסטו מיין מאמע'ס מאנטל

העני'ס הענט האבן לייכט געקיצלט ווען זיי האבן

געמאכט זייער וועג אין די ערמל פון מאלי'ס ענגלישן מאנטל, געמאכט פון

.ווארעמע פעדערן און דיקע שטיקער מינק

ווען העני האט פארקנעפלט דאס מאנטל האט זי פלוצלונג געפילט א

.ווילדן שלעפ. ריבי איז געשטאנען הינטער איר און איר נאכאמאל געצויגן

"ריבי?!" א קול שטרענג, פארוואונדערט, מיט א דינעם שטריך פון

באליידיגונג. זי איז דאך איר מומע, א שיינע צאל יארן עלטער פון דעם קינד

.וואס שלעפט איר מאמע'ס מאנטל מיט א כח וואס קען איר אומווארפן

"?"פארוואס טוסטו אן מיין מאמע'ס מאנטל

העני האט געשוויצט אין דעם דיקן מאנטל. 'וואס טו איך דא? ווי אזוי

'?גיב איך זיך אן עצה מיט איר

"אפשר גייסטו זיך אנטון? מיר וועלן נאכדעם שמועסן. איך קען פשוט

".קליידער-נישט רעדן צו א מיידל וואס דרייט זיך דא מיט נאכט

'אפשר וועט דאס ארבעטן? זי וועט ארויפגיין אין איר צימער, און

אינצווישן וועל איך ארויסגיין...' אבער העני האט אונטערגעשאצט איר

...ניכטע

"ביסט נישט מיין מאמע," פארביסן און שארף, "און סיי ווי, זונטאג

טו איך זיך נישט אן קיין קליידער. לעצטע וואך בין איך געבליבן אזוי ביז

".ביינאכט

"."ביז ביינאכט? דו מיינסט ביז מאנטאג צופרי

."יא, ביז מאנטאג צופרי." ריבי'ס קול האט גע'חוזק'ט ווי א געווינער

"."איך האב קיינעם נישט געפאלגט

העני'ס הארץ איז פארקראמפט געווארן מיט מיטגעפיל. א פארווייטאגט

קליידער, כאטש וואס ריבי-הערצעלע האט זיך געדרייט אונטער די נאכט

.האט געמיינט אז דערמיט טוט זי אפ די וועלט

"?"דיין מאמע האט דיך געלאזט

"."רעד נישט צו מיר וועגן מיין מאמע

.פינטל

העני האט זיך אנגעלאנט אויף דער טיר פון דער שאפע. 'ווי אזוי קען

איך מאכן אז זי זאל זיך אנטון? איך קען פשוט נישט אויסהאלטן ווען איך

טראכט אז זי וועט זיך דרייען אזוי, אויסזענדיג אזוי היימלאז ביז מארגן

'.צופרי

"?"דו ווילסט מיטקומען

"יא!" ריבי'ס אויגן האבן אויפגעלאכטן. זי איז מיט איין שפרינג געווען

אויף די טרעפ, און ווען דאס חרטה ווערימל האט אנגעהויבן אריינצוקריכן

בס"ד

שפיץ ביים

33 קאפיטל

גליק פון

ב. סימאן

פריידי שפירא, די פרוי וואס מאלי טרעפט אין שפיטאל, גיבט פאר :אין קורצן פון פריער

מאלי א פעקל פון אן ארגאניזאציע און זאגט אז יעדע מענטש קען ניצן הילף, און אפילו

.די עשירים דארפן אנקומען צו אנדערע מענטשן

.ליבי וועקט זיך אויף נאך א לאנגער וואך און מאלי פילט ווי זי באקומט פרישע כוחות

מאלי בעט אז העני זאל גיין איינקויפן מיט איר חבר'טע מילקי ליכטמאן. העני גייט מיט

א שווערן געפיל, ווייל זי האט שוין אמאל געטראפן מילקי אין גראסערי און געהערט אלע

.לשון הרע'ס וואס מילקי האלט אויף מאלי

25

Jun. 15 '25

".אין העני איז שוין ריבי געווען צוריק. "מאך צו מיינע קנעפלעך

העני האט פארביסן די ליפן, 'וואס האט מיך אויסגעפעלט די גאנצע

'?מעשה? הא? איך פלאן עכט מיטצושלעפן ריבי איינקויפן

"ריבי, אממ, איך גלייב נישט ווי שנעל דו האסט זיך אנגעטון, אבער איך

".מיין אז דו דארפסט האבן רשות פון דיין טאטע אדער מאמע

ריבי'ס רעאקציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זי האט געשטויסן

"...מיט די פיס און געשאקלט אירע הענט, "ניין! דו האסט מיך אויסגענארט

"."חלילה. קום, איך וועל רופן דיין מאמע פרעגן

.מאלי האט אויפגעהויבן נאכן ערשטן קלונג

"וואס טוט זיך העני? האסט אלעס? די געטראנקען זענען אנגעקומען

-פונעם רעסטוראנט? געדענק עס מיטצונעמען. האסט מיין קרעדיט

קארטל? האסט מיין נייעם טאש? געדענק, ווי מער דו קויפסט אלץ מער

וועסטו זיין מיך… טראכט נישט אזוי סאך ווי דו טראכסט אייביג פארן

".קויפן

"זארג נישט מאלי, אז איך דארף נישט טראכטן פון דעם פרייז קויפט זיך

"...שוין פיל שנעלער. נאר

"."זאג, איך בין אנגעצויגן

".העני האט ארויסגעלאזט א קורצן לאַ ך, "דיין זיסע ריבי וויל מיטקומען

"ריבי?" מאלי האט א סקונדע געקווענקלט. "שוין, זאל זי מיטגיין. זי

וועט וויסן אז דו ביסט פאר יעצט אזוי ווי איר מאמע? יא? גוט, איך דארף

".אראפלייגן

העני איז געבליבן מיטן טויטן טרייבל אין האנט. 'איך בין נישט זיכער

אויב מאלי האט פינקטליך געכאפט וואס זי האט געזאגט, ווייל ווי מער איך

טראכט פון דעם געדאנק קוקט עס מיר אויס נארישער פון נאריש. מילא

דער תנאים, מילא סימי, איך האב שוין אראפגעשלונגען אז זי וויל אויך

שפילן אויף אירע חבר'טעס, אבער אריינעמען ריבי אינעם שפיל איז שוין

'.פארלוירן דעם לעצטן טראפ שכל. זי קוקט שוין אויס בארירט פון צרות

"מיין מאמע לאזט?" ריבי איז געשטאנען גרייט מיט איר מאנטל. העני

?האט לאנגזאם געשאקלט איר קאפ ארויף און אראפ. ס'מיינט יא – יא

"אבער ריבי," העני'ס קול האט זיך איינגעוויקלט אין א געהיימניספולער

שישקע, אז ריבי האט זיך צוגעבויגן, "דיין מאמע וויל אז יעדער זאל מיינען

".אז איך בין דיין מאמע. רוף מיך מאמי

א שאקל מיט די אקסלען – אזוינס וואס מ'קען דערפון פארשטיין אדער

.א ספק ניין, אדער א קלארן אפשר

"דאן קענען מיר נישט גיין. אבער דו ווייסט וואס – דארפסט מיך נישט

רופן מאמי, אבער אויך נישט מומע העני. איך בין נישט מומע העני – אפילו

נישט איין מאל. וועסט געדענקען? דיין מאמע וויל נישט אז איר חבר'טע

"...זאל וויסן אז זי איז אוועקגעפארן מיט ליבי

"דארפסט מיך נישט זאגן… איך ווייס דאס שוין פון לאנג." ריבי האט

ארויסגעלאזט א קרעכץ ווי א ניינציג יעריגע פרוי, און העני האט דאס בלית

.ברירה אנגענומען אלס א יא

,"איך פריי זיך צו הערן אז דו ווייסט און פארשטייסט אזוי גוט. געדענק

".פאר יעצט בין איך למשל דיין מאמע

העני האט אויסגעשטרעקט איר האנט אנצוכאפן ריבי'ס האנט, אזוי ווי

א מאמע און טאכטער. ריבי איז געשטאנען א מינוט געפרוירן, אבער דאן

האט זי אויסגעשטרעקט איר האנט און שוואכערהייט איינגעקלאמערט אין

.פלאך-איר מומע'ס האנט

"."קום. איך זע שוין מיין–" שלונג, "מיין חבר'טע ווארטן אינדרויסן

"!"מאלי! מזל טוב

העני האט פרובירט צו קאנטראלירן איר ווידערווילן וואס האט איר

ארומגענומען באמערקנדיג מילקי ליכטמאנ'ס אויסגעפיצטן שטאפיר, און

.שמייכלען פריינטליך

"ס'איז אזא זכי' אז איך קען דיך ענדליך פערזענליך איבערגעבן מיין מזל

"?טוב וואס ווארט שוין אזוי לאנג. ווי אלט איז שוין דיין בעיבי

'אוי! קוים וואס א מאמע קען דאס רעכענען. ווי אזוי אין די וועלט זאל

'?א מומע קענען

"."אממ, איך מיין אז אכט וואכן

?"יא? נאר אכט? ס'קוקט שוין אויס פיל לענגער… ווי אזוי גייט עס

...קריכסט שוין ארויס פון קימפעט? אבער קוק וועם מיר האבן דא היינט

איך זע אז דו האסט באשלאסן מיטצוברענגען דיין טאכטער" מילקי האט

אנגעהאנגען צוויי פרעגנדיגע גרינע אויגן, אז העני האט פארשטאנען אז זי

.מוז דא ארויסווישן א סיבה פארן ברענגען ריבי

"יא, זי איז שוין מיין גרויס מיידל. יעצט ווען איך בין פארנומען מיט דעם

נייעם בעיבי איז זי שוין גענוג גרויס צו העלפן, און זי העלפט טאקע זייער

".אסאך לעצטנס. דערפאר קומט זיך איר א באלוינונג, און זי קען מיטקומען

"יא?" פאר עפעס א סיבה האט מילקי שוואך אפגעקויפט דעם העלפן

Full Kallah

Furniture Package

$5,500

per side