Yingerman Issue 45 Boro Park

בס״ד

פרשת שלח תשפ״ה

ISSUE 45

JUN. 15 '25

BP YINGERMAN

Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלUK/EU

YOUR LARGEST LOCAL WEEKLY

ADVERTISMENT PLATFORM

יעריגער15 לוינט זיך א

?מארטגעדזש

שטאטסמאן ←

צוויי פארקערטע שותפים פינאנצמאן ←

ֿ!כ'בין נישט קיין בעל היכולת מיטאג שפאציר ←

א שבת

אויף די

בערג

אינגערמאנ'ס

עקספּיריענס

דעם

:אינגערמאן פרעזענטירט

2פרשת שלח תשפ״ה—

Phone: 845-271-6880

Email: info@ninucapital.com

Website: ninucapital.com

Your Next Move Starts Here.

Opportunity of the Week - #153

Industry: Software (B2B SaaS)

Type: Profit-Sharing Partnership (Full-Time)

Overview:

A live software platform with paying customers is seeking

a profit-sharing partner to lead and grow its sales

operations. The product is already proven in the market

and serves business clients with a valuable service —

now the focus is on scaling the customer base.

This is a full-time opportunity for someone with the drive

to take a solid foundation and turn it into significant

growth.

Structure:

The company is looking for one of two partner profiles:

A corporate sales professional who is ready to roll up their

sleeves and drive customer acquisition personally.

An investor-operator with $300,000 to invest in building

and managing a sales team to scale the business.

Ideal Candidate:

Experience in B2B or corporate sales

Entrepreneurial mindset and leadership ability

Comfortable taking a long-term view and working

12–18 months without a salary

Ready to grow with the company as a profit-sharing

partner

Note: This is not a salaried job. It is a partnership

opportunity with equity/profit share potential for the

right person committed to scaling a promising startup.

Interested? Contact Ninu Capital to explore this

opportunity.

Opportunity #151

Industry: Media

Type: Working Partnership

Overview:

A well-established media outlet is seeking a

working partner to help lead the next phase of

growth. This opportunity involves managing

daily operations and handling in-house sales

— all within 2–3 hours a day, offering flexibility

with meaningful impact.

Ideal Candidate:

We’re looking for someone who is:

Driven and self-motivated

Passionate about creativity and media

Comfortable with closing sales and

building lasting client relationships

Independent and capable of managing

their time and responsibilities

If you’re looking for a unique way to get involved

in the media space and make a difference with

a lean time commitment, this could be the right

fit.

This is a partnership opportunity, not a salaried

position. Compensation is based on profit share

and long-term growth participation.

Opportunity #152

Industry: Wholesale Supplier

Type: Working Partnership

Overview:

An established import and wholesale business is

seeking a working partner to support financial

oversight and contribute to the company’s

growth. This is a low-time commitment

opportunity, requiring just a few hours per week.

Investment Requirement:

$100,000 to support cash flow and expansion

initiatives.

Ideal Partner Profile:

Strong understanding of financial

management

Strategic mindset with an interest in scaling

operations

Reliable, detail-oriented, and available for

light but consistent involvement

Join a growing business with a solid foundation

and play a key role in taking it to the next level.

This is a partnership opportunity, not a salaried

position. Compensation is based on profit share

and long-term growth participation.

n nu

Call us today or Email us to discover how we can support your business journey.

נינא קעפיטעל איז דא צו העלפן מענטשן מיט

הויפט סערוויסעס וואס ס'איז דא א געברויך3

דערפאר, אבער ביז היינט איז נישט געווען

א קאמפאני וואס האט זיך קאנצענטרירט צו

.העלפן אויף א פראפעסיאנאלן וועג

לאמיר אויסשמועסן די סערוויסעס, יעדע

.איינס באזונדער

ס'מאכט.) קויפן און פארקויפן ביזנעסער1

זיך אמאל מענטשן וועלכע ווילן פארקויפן

א ביזנעס וואס זיי האבן געבויעט, צוליב

, צומאל איז עס ווייל1 .פארשידענע סיבות

ער וויל רעטייערן און קיין איינע פון זיינע

, צומאל2 .קינדער ווילן נישט איבערנעמען

האט א מענטש עטליכע ביזנעסער און ער

וויל איינס פארקויפן ער זאל זיך קענען מער

, און צומאל3 .קאנצענטרירן אויף די אנדערע

פילט דער מענטש פשוט אויסגעברענט און

.ער וויל אנהייבן עפעס פריש

וואס די סיבה זאל נישט זיין, ווען א מענטש

וויל פארקויפן זיין ביזנעס דארף עס ווערן

געטון אויף א פראפעסיאנאלן וועג. מען דארף

אויסארבעטען דעם ווערט פון די ביזנעס, און

ס'זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי מען קען

.קוקן און אפשאצן דעם ווערט פון א ביזנעס

דערנאך דארף מען זוכן דעם ריכטיגן

.קאסטומער וואס וויל קויפן די ביזנעס

מען דארף אויסארבעטן די דעטאלן וויאזוי

די ביזנעס וועט אריבערגיין פונעם ערשטן

בעל הבית צום צווייטן, אן דעם וואס די

ביזנעס זאל צופאלן. דער אריבערגאנג איז

א זאך וואס קען צומאל געדויערן א יאר

אדער צוויי. דערנאך קומט דער קאנטראקט

צווישען די צוויי מענטשן וואס דארף ווערן

קלאר אויסגעארבעט אז אלעס זאל זיין

אויסגעשמועסט און קלארגעמאכט, מען זאל

.זיך חלילה נישט דארף קריגן שפעטער

פון דער צווייטער זייט זענען דא מענטשן וואס

ווילן קויפן ביזנעסער. פאר אסאך מענטשן איז

בעסער און גרינגער אפצוקויפן א ביזנעס וואס

שטייט שוין. א ביזנעס וואס שטייט שוין האט

מער אויסזיכטן בדרך הטבע מצליח צו זיין

ווייל ס'איז שוין דא א יסוד אויף וואס מען קען

.ווייטער בויען

) זוכן אן אינוועסטער אדער אינוועסטירן אין2

ס'זענען דא ביזנעסער וועלכע זוכן.א ביזנעס

זיך נישט צו פארקויפן, די ביזנעס וואקסט ב"ה

אבער דער בעל הבית פילט אז ווען ער זאל

האבן מער געלט וואלט ער געקענט אסאך

.בעסער און שנעלער וואקסן

צומאל איז דאס א נייע ביזנעס וואס האלט זיך

אינמיטן בויען און צומאל איז דאס א ביזנעס

וואס איז שוין אלט אפאר יאר אבער וויל זיך

.צושפרייטן און וואקסן אבער מען דארף געלט

פון דער צווייטער זייט זענען דא מענטשן

וועלכע האבן געלט און זוכן צו אינוועסטירן

אין א גוטע ביזנעס וואס קען וואקסן. יעדער

אינווענסטאר האט זיך זיינע זאכן וואו ער וויל

אינוועסטירן און וואס הייסט פאר אים א גוטע

.אינוועסמענט

צומאל איז דאס אויך ווען א מענטש ווילן

אריינגיין אין א געוויסע דיעל אין ביזנעס אדער

אין ריעל עסטעיט, און ער דארף צוזאמשטעלן

א גרופע אינוועסטערס אויפצוקומען מיט די

געלט פארן דיעל, קענען מיר זיין די ריכטיגע

.שליחים עס צוזאמצושטעלן

) די דריטע סערוויס איז ווען א מענטש זוכט3

פאר אסאך מענטשן.א שותף פאר זיין ביזנעס

זענען די צוויי אויבנדערמאנטע אפציעס נישט

פאסיג פאר זיי, זיי זוכן נישט צו פארקויפן

זייער ביזנעס און געלט אליין איז נישט גענוג

צו בויען א ביזנעס. אין אסאך פעלער דארף

א מענטש אז איינער זאל אריינקומען אין די

.ביזנעס און צוזאמען עס בויען

די סיבה דערצו איז גאר פשוט. דער

באשעפער האט באשאפן יעדן מענטש מיט

שוואכקייטן און שטארקייטן. ס'זענען דא

מענטשן וועלכע זענען גאר גוט אין בויען א

ביזנעס, זיי קענען מאכן סעילס און זיי זענען

גוט אין ערלעדיגן זאכן, אבער ווען עס קומט

צו פירן די געלט חלקים זענען זיי זייער נישט

גוט, און וויפיל זיי זאלן נישט פראבירן זיך

מסדר צו זיין, טרעפן זיי זיך צוריק צום מציאות

.אז זיי מאכן נישט קיין געלט

צומאל איז דאס ביי א נייע ביזנעס וואס א

מענטש ארבעט שווער צו בויען פאר א יאר

,אדער צוויי און ער פילט אז ער מאלט וואסער

און צומאל איז דאס אפילו ווען דער מענטש

מאכט שוין צוויי אדער דריי מיליאן דאלאר א

יאר און ער פילט ווי ער ארבעט אזוי שווער

.אבער ער אליין מאכט נישט קיין געלט

ביי רוב פעלער איז די עצה אריינצוברענגען

א מענטש אין די ביזנעס וועלכער וועט זיך

קאנצעטרירן אויף די חלקים וועלכע דער

בעל הבית איז נישט גוט און צוזאמען וועט די

.ביזנעס מצליח זיין בס"ד

שותפות קען ווערן אויסגעארבעט אויף אסאך

,וועגן, און ס'דארף אפילו נישט זיין שותפות

מען קען ארבעטען צוזאמען ווען איינער איז

דער בעל הבית און דער צווייטער איז נאר אן

ארבייטער. אבער מען ארבעט אויס צווישן זיך

אז דער ארבייטער וועט מיטוואקסן מיט די

ביזנעס און מאכן געלט ווען די ביזנעס מאכט

.געלט

וואס איז דאס נינא ?קעפיטעל

איז נינא קעפיטעל א נייע

?קאמפאני

,דער נאמען נינא קעפיטעל איז ניי

.אבער די קאמפאני איז נישט קיין נייע

די מענטשן אין נינא קאפיטעל האבן

שוין צוזאמגעשטעלט דיעלס אין די

היימישע מארקעט איבער די לעצטע

.צען יאר מיט גרויס סוקסעס ב"ה

עפענען די קאמפאני אונטערן נאמען

נינא קאפיטעל איז פשוט צו מאכן די

פירמע מער פאבליק אז יעדער זאל

.קענען הנאה האבן דערפון

קענסט געבן אפאר ביישפילן

פון דיעלס וואס מען האט שוין

?געמאכט

זייער גערן. אין די לעצטע צוועלף

חדשים האבן מיר ב"ה געהאלפן

.איינעם פארקויפן אן עסן ביזנעס

מיר האבן צוזאמגעשטעלט א העלט

קעיר דיעל פון איבער צוואנציג מיליאן

דאלער און מיר האבן צוזאמגעשטעלט

זעקס מענטשן מיט גוטע שותפות

.געלעגנהייטן

וואס איז פשט פונעם נאמען

?""נינא

איינער פון די טעמים איז ווייל ווען

מענטשן רופן אונז אויפן טעלעפאן

הייבט זיך דער קאל שטענדיג אן מיט

,איינע פון די צוויי ווערטער, אדער: "נו

"?האסט עפעס א גוטע דיעל פאר מיר

אדער: "נא, וואו האלט מען?" האבן מיר

צוזאמען געשטעלט די צוויי ווערטער

.'און געמאכט דערפון 'נונא קעפיטל

When the

Bank Says No,

We Say Cash.

Do you have a closing date in

time of essence? • Do you need

a short term bridge loan to pay

off a maturing loan? • Are you

being denied to refinance on your

commercial property from your

bank? • Are you being foreclosed

by your bank?

 jaykaygroup

• We could help you

• We have private capital

• We could act very quick

Scan for cash:

ADS@THEYINGERMAN.COM

Jun. 15 '25

FINANCE AND

ACCOUNTING

COURSE

212.989.7177 | WWW.VIEWPOINT.ME

A course designated for the upcoming CFOʼs,

Accountants, & Finance controllers.

1200 אנשטאט שפענדן

שעה אין קאלעדזש, וועט

איר ביי וויופוינט אייך

לערנען אלעס וואס איר

דארפט אייגנטליך קענען

שעה. לערנט 120 אין בלויז

קלוג, דאס וואס איר

דארפט טאקע קענען.

מאך דיין קלוגע באשלוס און

וועל אויס א ברייטערע לעבן.

רופט היינט פאר אייער אפציע.

registration closing

פרשת שלח תשפ״ה

JUN. 15 '25 — ISSUE 45

אינהאַלט

פאר פידבעק און קאמענטארן

:צו שרייבער אדער ארטיקלען

845.200.3313 #101

EDITOR@THEYINGERMAN.COM

© The Yingerman

Publication. Published

by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication may be

reproduced in print or

digital form without

prior written consent.

The publisher reserves

the right to edit all

submissions for clarity,

length, and editorial

standards. Submitted

materials will not be

returned. The Yingerman

Publication is not liable

for the kashrut of any

advertised product or

service featured in these

pages. Additionally, The

Yingerman Publication

assumes no

responsibility for the

content of articles,

advertisements, or

referenced books within

this publication.

THE YINGERMAN

FREE WEEKLY PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

OFFICE

845.666.0056

OFFICE EMAIL

INFO@THEYINGERMAN.COM

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

845.402.1703

quote@blueshineinsurance.com

Chat with our automated system: 844.450.1070

WE SHOP EVERY

INSURANCE COMPANY

AT EACH RENEWAL!

L E T U S D O T H E W O R K !

Call or Text:

845.751.9299

1212

14

16

22

30

24

42

46

50

54

פאסטמאן

כח היחיד

גוטערמאן

שטאטסמאן

אידיש געלט

אינגערמאן עקספיריענס

מיטאג שפאציר

אינזלען

פינאנצמאן

ויסעו

געזונטערמאן

פארזעצונג

52

60

Your Next Relaxing

Getaway Awaits

Available All Week, All Year

Close To All Heimishe Areas

Comfortable Rooms & Lounging Areas

World Class Spa (Coming Soon)

Inquire About Our

Special Group Packages

RESTAURANT

MIDWEEK

Daily Lavish Breakfast And Dinner

Park-Like Setting With Walking Trail

Majestic Indoor Pool & Fitness Center

Separate Pool Hours

Newly renovated facility

Stay 4 Nights Get The 5th Night Free

Kids Playroom

SHABBOS

3 Shabbos Meals By Hudson Grand Caterers

Toameha, Melava Malka, Sunday Breakfast

Kosher Eiruv - Mikveh & Shul

Executive Chef

Shimmi Zafir

Full Fleishig Restaurant

Delicious Full Menu

Bar & Lounge

Call or Whatsapp

914.358.8200

kosher@sleepyhollowhotelny.com

455 S Broadway Tarrytown, NY 10591

12פרשת שלח תשפ״ה—

,פראגעס

ענטפערס, עצות

און חיזוק

ענטפער אויף בריוו וועגן אומגעבעטענעם עמעזאן ארדער

א גוטן, איינער האט געפרעגט אין פאסטמאן אז ער האט באקומען אן

,עמעזאן ארדער וואס ער האט נישט באשטעלט. איך פארקויף אויף עמעזאן

און כ'וויל זאגן אז די סיבה פארוואס ער האט עס באקומען איז וויבאלד עס

זענען דא אסאך כינעזע סעלערס וואס טוען סקעמס און זיי עפענען אויף

פאלשע עמעזאן אקאונטס, און זיי קויפן זייערע אייגענע פראדוקטן און זיי

מאכן עס זאל אנקומען צו סיי וועלכן אדרעס אין די פאראייניגטע שטאטן

דערנאך שרייבן זיי א גוטן "ריוויו" אויף דעם פראדוקט – ווי כאילו דער

.מענטש וואס האט עס באקומען ביי זיין טיר האט עס געשריבן

.כדי עס זאל אויסזען אמת מאכן זיי אז עס זאל אנקומען צו אסאך פלעצער

עס זענען דא צענדליגער מיליאנען מענטשן ארום דער וועלט וואס באקומען

אומזיסטע פראדוקטן פון עמעזאן, און ס'קומט וועגן דעם. דער מענטש קען

.עס נוצן אדער ווארפן אין מיסט און גארנישט וועט פאסירן

מענער זענען די וואס ספענדן

א גוטן, איך ליין דא דעם "גוטערמאן" ארטיקל וועגן איבערצייגן די פרוי צו

גיין מיט א ביליגן חתונה פלאן. איך ווייס נישט אין וועלכן צירקל דער שרייבער

יאר צום גוטן, איך קען אסאך25 דרייט זיך, אבער איך בין שוין חתונה געהאט

מענטשן און איך האב געוואוינט אין מער ווי איין שטאט, און כ'קען זאגן מיט

א פולן מויל אז די שטיבער וואס איך קען זענען על פי רוב די מענער די

.וועלכע ווילן ספענדן און די פרויען זענען די וועלכע ווילן זיין מער שפארזאם

איך ווייס נישט פון וואו מ'נעמט די אינפארמאציע אז די פרויען ווילן מער

.ספענדן

איך בין נייגעריג צי ווען מ'וואלט געמאכט א סורוועי איבער דעם וואלט

.ארויסגעקומען אז די פרויען שּפאָ רן מער ווי זייערע מענער – איך מיין אז יא

זיי דארפן נישט קיין אויפגעריסענע וואכנאכט, זיי דארפן נישט קיין טייערע

.קארס, און עס זענען דא אסאך זאכן וואס מענער ספענדן מער ווי פרויען

חתונה מאכן איז נישט ווי טעכנאלאגיע

איך האב געזען אין פאסטמאן קאלום ווי איינער האט געשריבן אז חתונה

.תקנות ארבעט נישט נאר מען דארף עס אליין וועלן, אזויווי ביי טעכנאָ לאָ גיע

ער איז זייער גערעכט, אבער דא ביים חתונה מאכן זענען אריינגעמישט

,מערערע מענטשן – דער מאן און ווייב פון ביידע צדדים, דער חתן און כלה

און זיי אלע דארפן מסכים זיין. דערנאך איז דא די בושה פון דער גאס. עס איז

.נישט אזוי גרינג ווי עס זאגט זיך

,איך וועל געבן א דוגמא: א איד האט מיר פארציילט, לאמיר אים רופן ראובן

אז שמעון האט אים אמאל געזאגט אז פון זיין זייט וואלט ער חתונה געמאכט

אין א בית המדרש, אבער דער מחותן דארף מסכים זיין. ויהי היום, איך בין

געווארן דער מחותן פון שמעון בשעה טובה, זאג איך פאר שמעון: "מחותן

טייערער, יעצט בין איך דיין מחותן, און פון מיר אויס קען מען חתונה מאכן

אין בית המדרש." זאגט ער, "יא, דער מחותן דיינער איז שוין מסכים, אבער

"…נישט די מחותנ'סטע

עס זענען אריינגעמישט אזויפיל מענטשן, און יעדער באזונדער דארף

פארשטיין אז שפאָ רן איז א שיינע זאך און מען הייסט נישט קארג אדער אן

.ארעמאן ווען מ'גיבט אכטונג אויפ'ן געלט

,אדרבה, אויב קען מען אויפקלערן דעם גאנצן עולם – מחותנים

.מחותנ'סטעס, און חתן כלה, איז עס א געוואלדיגע זאך

די וועלט פארציילט א מעשה פון ר' חיים אביגדור קאהן פון מאנטריאל, אז

צוויי אידן האבן זיך משדך געווען און יעדער פון זיי איז עקסטער געקומען

בארגן געלט פון אים זאגנדיג אז איך בין טאקע אן ארעמאן אבער דער מחותן

איז א פארמעגליכער און איך מוז מיך צושטעלן… האט ער געזאגט, פארוואס

האבן זיי זיך נישט צונויפגעשמועסט אז זיי זענען ביידע ארעמעלייט און מען

?גייט נישט ספענדן אין דער וועלט אריין

באדאנקט זיך פארן נייעם "אינזלען" קאלום

א גוטן, איך וויל מיך זייער באדאנקן פאר דער גאנצער אויסגאבע בכלל, און

בפרט האב איך זייער הנאה פון דעם נייעם קאלום "אינזלען". עס איז זייער צו

דער זאך, קורצע און געשמאקע קרישקעלעך, און אויסער די אלע לאנגע

.ארטיקלען איז זייער גוט צו האבן אזעלכע קורצע, אינטערעסאנטע זאכן

.יישר כח און אסאך הצלחה

פּאָסטמאַן

דעם אינגערמאנ'ס טיש

845.200.3313 #102

qa@theyingerman.com

13

Jun. 15 '25

pivotgroup.nyc

זוממער

בארא פארק

4804 13th Ave.

718.435.4750

וויליאמסבורג

178 Wallabout St.

718.330.1700

מאנסי

16 Melnick Drive

845.678.8624

קרית יואל

7 Van Buren Drive

845.774.4100

CANNOT BE COMBINED WITH ANY OTHER OFFER. MUST BE PAID IN FULL AT THE TIME OF PURCHASE.

FREE DELIVERY AFTER ALTERATIONS UPON REQUEST.

14פרשת שלח תשפ״ה—

ע

ס קומט שוין זומער. די שטאטישע אידן, און אפילו שטעטלישע

אידן גרייטן זיך צו ארויספארן אביסל זיך צו אויסלופטערן און

שעפן די נויטיגע כוחות פארן נפש. טאג איין טאג אויס פארן

טויזנטער אידן ארום צווישן די קעטסקיל בערג, פון און צו די

קאנטריס, און אויך אריין און ארויס פון און צו דער שטאט, איינער צו דער

ארבעט און א צווייטער צו א שיעור. די וועגן זענען אנגעלייגט מיט אויטאס

וואס פייפן און פארן, און עס טוט זיך א אידישן מצב אויף די רואיגע קעטסקיל

.בערג

און אינמיטן דעם גרויסן טומל דערמאנט זיך דער איד אז ער האט נאכנישט

געדאוונט "מנחה". א בליק אויפן זייגער צייגט אז דער וועג צום נאנטסטן

קאנטרי איז היבש א לאנגע, און עס איז אויך א ספק אויב דארט איז

בכלל דא א מנין. די דילעמע איז גרויס, אבער נאר ביז מען

דערמאנט זיך פון דער "מנחה עריע". מען פארט אהין, און

.דארט גיסן זיך מנינים לרחצה ביזן זמן רבינו תם

...א מחיה

אבער אזא מנחה עריע איז נישט צושטאנד געקומען פון

זיך אליין – דאס האט עמיצער ערפינדן. און דאס איז

געווען דער אומפארגעסליכער באליבטער עסקן הגדול

.ואיש החסד הרה"ח ר' מרדכי הלוי פריעדמאן ז"ל

ר' מרדכי איז געווען אן עסקן לכל קדשי בית ישראל, און

דער מייסד פון די בארימטע "ביקור חולים" צימערן אין די

.שפיטעלער, וואס פאדערט א באזונדערן כח היחיד ארטיקל

ווען הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געגרינדעט דאס שטעטל

קרית יואל, איז ר' מרדכי אויך אהינגעפארן און געווען פון די

סאמע ערשטע הצלה מעמבערס אין שטעטל אנהייבנדיג זיין קאריערע שוין

.אין תשל"ו

אויך פלעגט ער גאר שטארק ארויסהעלפן אידן אין טורמעס, סיי אין ניו

יארק סיטי און אויך אין אראנדזש קאונטי, און איבער גרעיטאר ניו יארק. דאס

האט געמיינט טראגן עסן פאר אידן אין טורמעס, טראגן תפילין פאר אידן אין

.פאליציי סטאנציע, און נאך

מנחה עריע ווערט געגרינדעט

דורכאויס זיינע יארן אין עסקנות, האט זיך געמאכט א פארוויקלטע

סיטואציע מיט דער מנחה עריע. פאר א שטיקל תקופה האבן די סטעיט

באאמטע געהאט צוגעשטעלט א לאקאל פאר אידן וואס ווילן דאווענען מנחה

אין די זומער וואכן אונטערוועגנס, אבער היות דער פלאץ האט נישט געהאט

קיין "טאטע", האט די רעגירונג עווענטועל פארשלאסן דעם ארט און מער

נישט ערלויבט אידישע רייזנדע אין די קעטסקילס צו דאווענען מנחה בציבור

.אונטערוועגנס

ר' מרדכי פריעדמאן, אין וועמען עס האט געברענט כבוד שמים און טובת

הציבור, האט באשלאסן צו טון צו דער זאך. אינאיינעם מיט ידיד נפשו

להבחל"ח העסקן הנמרץ ר' בעריש פרייליך שליט"א האט ער אנגעהויבן

קלאפן אויף די נויטיגע טירן און גע'שתדל'ט ביי די רעגירונג אז זיי זאלן צוריק

שענקען דעם שטח, וואס באלאנגט בעצם פאר דער רעגירונג, פארן ציבור

.וואס רייזט אונטערוועגנס

ר' מרדכי מיט ר' בעריש האבן זיך געמוזט פארפליכטן פאר די

באאמטע אז זיי וועלן פערזענליך אראפפארן יעדע דאנערשטאג

נאכט צו זיכער מאכן אז דער שטח קומט נאך אלע פארלאנגען

פון די אינסטאנצן – אנדערש וועט דער פלאץ זיין

.פארשפארט

יאר צוריק האט דאס ענדגילטיג פאסירט ווען די23 מיט

רעגירונג האט צוריק ערלויבט צו עפענען דעם פלאץ, ויקרא

שמו "מנחה עריע", אויף וואס ר' מרדכי און ר' בעריש וועלן

זיכער מאכן אז דאס קומט נאך די פארלאנגען פון דער

.רעגירונג

ר' מרדכי און ר' בעריש, מיט נאך געטרייע עסקנים, האבן

זינט דאן יאר איין יאר אויס אוועקגעגעבן פון זייער טייערער

צייט לטובת אידישע קינדער וואס ווילן כאפן א מנין מנחה און

מעריב ברוב עם. יעדעס יאר איז פארגעקומען – און אזוי איז נאך

ביז היינט – א גרויסע מיטינג מיט אלע אינסטאנצן אנבאלאנגט דער מנחה

עריע, דורכצורעדן אלע אלטע און פרישע רעגולאציעס און מאסנאמען פון

דער רעגירונג, א שטייגער ווי דאס ערלויבן אדער פארבאטן צו עסן, גיין נאך

.געלט, פארקינג, מיסט, און אלעס ארום

.ביז היינט צוטאגס איז די "מנחה עריע" ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור

יעדער איד וואס רירט אן די מאונטענס אדער קעטסקילס ווייסט אז דער

צענטער פאר א געשמאקן מנין מנחה אדער מעריב אונטער די בעסטע

אומשטענדן איז געוויס די "מנחה עריע" וואס איז צו באדאנקען פאר ר' מרדכי

.פריעדמאן וואס האט דאס אוועקגעשטעלט

דורכאויס די יארן איז די "מנחה עריע" עטליכע מאל ארומגערוקט געווארן

אויף פארשידענע פלעצער צוליב רענאוואציעס אד"ג, אבער איז כסדר

כח היחיד

הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן ע"ה

מנחה עריע

אן איינצלנער מענטש

ביז א- מיט א געדאנק

רעוואלוציע אין דער וועלט

15

Jun. 15 '25

– אנגעגאנגען מיט א שטארקן קביעות

.אריינגערעכנט אין דער תקופה פון קאראנע

אויך האט דאס באקומען דעם נאמען

תפילת מרדכי," אויפן נאמען- "מנחה עריע

.פון דעם מייסד ומחולל פון דעם געדאנק

א בילד פון ר' מרדכי

פריעדמאן

צום שלוס וועלן מיר צוענדיגן וואס א

בארימטער עסקן האט דערציילט אין א

:געלעגנהייט איבער ר' מרדכי

ר' מרדכי פריעדמאן ע"ה, האט פארמאגט

א ספעציעלן שכל הישר און אנגעקניפט

ריכטיגע קשרים און געהאט ספעציעלע

.באציאונגען סיי מיט דער לאקאלער נ.י

סטעיט פאליציי ארום מאנרא, אבער אויך

מיט אנדערע פאליציי איינהייטן, און

דערמיט האט ער געהאלפן זייער אסאך

אידן. עס פלעגט קענען פאסירן מען זאל

ארעסטירן א איד ערב שבת, אבער טאמער

מען האט געזאגט "איך קען מרדכי

פריעדמאן" האט שוין פאליציי געוואוסט אז

עס איז א שאד די ארבעט, ווייל דער איד

...וועט באפרייט ווערן גאר שנעל

דערציילט ווייטער דער עסקן: עס איז

שווער צו שילדערן די ליבשאפט וואס די

אינסטאנצן האבן געהאט צו ר' מרדכי

פריעדמאן ע"ה. איך האב נישט געזען זיינס

.גלייכן

-אויף אזוי ווייט, אז עס איז דא א נישט

אידישער גרויסער פערזאן וואס נאכדעם

וואס ער האט פענסיאנירט פון זיין

,לאנגיעריגן דינסט אין ניו יארק סטעיט

זענען די אידישע עסקנים אריבער צו אים

אין אפיס אים באדאנקען, און זיי האבן דאן

'געזען אז עס הענגט דארט א "בילד" פון ר

מרדכי ע"ה. דער מענטש האט געזאגט "איך

קען נישט פארגעסן פון דעם איד, ער איז

געווען מיין נאנטסטער מענטש אויף דער

".וועלט

דער כח פון א יחיד

"א ריזיגער פראצענט פון די "אינגערמאן

'ליינער זענען שולדיג הכרת הטוב פאר ר

מרדכי פריעדמאן אז אין זיין זכות האבן זיי

שוין מער ווי איינמאל געדאוונט מנחה

אדער מעריב בציבור, נוצנדיג די "מנחה

.עריע" אונטערוועגנס צו די קעטסקילס

דעריבער לאזט זיך אריינקלערן, אז ר' מרדכי

איז נישט געווען דער איינציגסטער מענטש

וואס האט געהערט די נייעס מיט העכער

צוואנציג יאר צוריק אז די אינסטאנצן

ערלויבן מער נישט קיין מניני מנחה

אונטערוועגנס, יעדער האט עס געהערט

.און געגעבן א קרעכץ און געפאָ רן ווייטער

אבער ר' מרדכי פריעדמאן האט זיך

דערין אריינגעווארפן בלב ובנפש, ער האט

גענוצט זיין "כח היחיד" און געקלאפט אויף

אלע נויטיגע טירן צו זיכער מאכן אז די

מנחה עריע גייט אן. און אז עס האט

אויסגעפעלט צו נעמען אחריות האט ער

נישט געהאט קיין שום הוה אמינא צו זאגן

ניין, נאר פערזענליך אראפגעקומען יעדן

דאנערשטאג פון די זומער וואכן אויפן שטח

– דער עיקר אז כלל ישראל זאל קענען

.דאווענען פארן באשעפער אן קיין שטער

און ווי געשריבן אויבן, האט ר' מרדכי

געהאט אסאך זאכן אויפן קאפ. ער האט

געהאט א פארנומענעם סדר היום פון

,עסקנות און איבערגעגעבנקייט פארן ציבור

און מיט דעם אלעם האט ער זיך

איבערגעגעבן פאר דער מנחה עריע מיט א

.פלייסיגקייט

עס דערמאנט וואס די וועלט זאגט, אז

אויב וויל מען ערלעדיגן עפעס וויכטיג זאל

מען עס געבן פאר א פארנומענעם מענטש

צו ערלעדיגן. דא אויך האט ר' מרדכי, מיט

אלע זיינע פעולות, געטראפן צייט פאר נאך

און נאך אויפטואונגען, און יעדער פרט פון

זיין לעבן איז ווערד א באזונדערן כח היחיד

.ארטיקל

שלום ווייס

845.200.3313 #107

אבער געלט אבער געלט

....קען היילן....קען היילן

A father’s routine drive

to pick up his son from

work turned into a

nightmare when a tractor

trailer slammed into the

back of his car, causing

catastrophic injuries. The

crash, which happened in

dark and rainy conditions,

left the family struggling

with the physical and

financial problems.

The truck’s insurance

company, based

overseas, denied

responsibility by claiming

that the father’s car

had faulty brake lights

because it was old,

arguing that the broken

lights in addition to poor

visibility

caused the accident.

We brought in engineers

who tested the car’s

lights and proved they

were working properly

at the time of the crash.

With this evidence, we

pushed the insurance

company to settle

the claim for the full

insurance policy.

Ultimately, we secured

the full $2,000,000 from

the truck’s insurance

policy.

718-564-6050

Braude Injury Lawyers

Attorney Advertising. Past results no guarantee of similar outcome. Details may be altered for privacy.

יעקב בראדי

רופט שוין

e

n

th

e

Esq.

16פרשת שלח תשפ״ה—

Since

2011

בס״ד

OPEN HOUSE

Sunday June. 15 א' פ׳ שלח

1:00 - 3:00pm

GREAT

OPPORTUNITY

to get to know and to

feel the standards

and quality from the

MANFIELD DEVELOPERS

וועט זיין אנוועזענד

אי״ה אונזער

חשוב׳ע

מיטארבייטער

מו״ה נפתלי

הירצקא זינגער הי״ו

OUR DEDICATED

BLOOMING GROVE

AGENT

! איין איינציגע הויז געבליבן

33

LAST UNIT AVAILABLE!

33 Mangin Road. #202

Basement fully finished included

845.782.0205

sales@mkrealtyusa.com

48 Bakertown Road

Suite 512, Monroe NY

אליעזר דוד האפפמאן

10401304475 #לייסענס

845.782.0205 x108

אברהם חיים לעווי

10401327281 #לייסענס

845.238.1162

נפתלי הירצקא זינגער

10401300864 #לייסענס

845.728.1429

דוד לייב קרויס

10401317322 #לייסענס

845.274.3765

אברהם הערש גפן

10401378950 #לייסענס

845.837.0943

משה שמחה קויפמאן

10311206102 #לייסענס

845.782.0205 x101

845.782.0205

sales@mkrealtyusa.com

48 Bakertown Road

Suite 512, Monroe NY

Since

2011

Since

2011

אלימלך שטיינער

10401379247 #לייסענס

845.587.6654

בס״ד

845-587-5870

sales.cgluckrealty@gmail.com

CHAIM GLUCK

REALTY

Licensed Real Estate Salesperson

קרוב צו דרייסיג

פרייליכע צופרידענע

משּפחות מופן שוין

אריין ב''ה בשעה

טובה ומצלחת

צווישן ביידע דעוועלאּפמענטס

מענגין און ּפענסילוועניע

17

Jun. 15 '25

Luxuriously creamy vanilla ice cream sandwiched between 2 soft, chewy

double chocolate chip cookies with premium hazelnutty crunch.

he Crave is Real.

NEW FOR

- 2025 -

18פרשת שלח תשפ״ה—

גוטערמאן

דער תורה'דיגער מהלך

צו א גליקליך און צופרידן

לעבן אינדערהיים

ה

יינט וועלן מיר בעז"ה רעדן איבער א וויכטיגן יסוד וואס פעלט

זיך שטארק אויס אין א אידישער שטוב. עס איז מיר לעצטנס

אויסגעקומען צו רעדן מיט א יונגערמאן וועגן זיין אמת'דיג און

אויפריכטיג אין שטוב, און איך וויל דא מיטטיילן מיט די ליינער

עטליכע מחשבות איבער דעם ענין. איך מיין אז דאס איז גאר וויכטיג אין

יעדער אידישער שטוב, און ווען עס איז נישטא די אמת'דיגקייט שאדט עס

זייער שטארק. עס איז א זאך וואס איז וויכטיג סיי פאר זיך אליין און סיי זיך

.צו קענען גוט אויסקומען מיט די ארומיגע

לאמיר אייך מיטטיילן א מעשה'לע וואס איך האב לעצטנס געהאט: איך בין

ארויף צו א וואכנאכט מוצ"ש וואו כ'האב געטראפן אפאר אלטע חברים. מיר

,האבן זיך געוואשן צו סעודת מלוה מלכה און פיין פארברענגט. אזוי שמועסנדיג

האט זיך איין חבר'ס סעלפאון צוקלינגען. ער הייבט אויף און כ'הער ווי ער

".זאגט: "יא, איך קום שוין אהיים. ביז א פינף מינוט בין איך דארט

.עס איז מיר געווען אינטערעסאנט דאס צו הערן, צוליב עטליכע סיבות

קודם כל, ער דארף נאך בענטשן. צווייטנס, ער וואוינט צען מינוט אוועק פון

דא. און איבער אלעם, איך זע ווי ער שמועסט און פארברענגט ווייטער מיט

?געשמאק כאילו לא היה. און איך שטייי און וואונדער זיך: וואס איז פשט

?"פארוואס זאגסטו נישט קלאר, "איך קום אהיים אין א האלבער שעה

.עס גייט אריבער נאך פופצן מינוט, און זיין סעלפאון צוקלינגט זיך ווידער

ער געבט א קוק ווער עס רופט און אויף זיינע אויגן דערקענט זיך אזא מינע

,ווי "אוי וויי, וואס זאג איך יעצט?" ער הייבט אויף און זאגט מיט א שנעלקייט

"יא, איך קום 'שוין' אהיים." ער שמועסט פאר נאך פינף מינוט, בענטשט און

.געגאנגען

איך שטעל זיך פאר אז אויפן וועג האט ער שוין באקומען נאך א טעלעפאן

רוף, און ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער ווארשיינליך נישט געטראפן

…זיין ב"ב אין דער בעסטער גוסטע

?פארוואס איז זי אזוי ברוגז

דער יונגערמאן וואונדערט זיך מסתם: מה כל הרעש – וואס האב איך שוין

,געטון דא? סך הכל בין איך געזעסן און פארברענגט אביסל מיט מיינע חברים

פארוואס פארגינט זי מיר דאס נישט? פארוואס ווערט זי אזוי ברוגז צוליב אזא

?קלייניגקייט

וואס ער פארזעט דא איז אבער באמת גאר א פשוט'ע זאך: ער האט

ארומגע'חוש'ט מיט איר און איז נישט געווען אמת'דיג. ער האט געזאגט אז

.ער קומט 'שוין', און למעשה האט עס גענומען איבער א האלבער שעה

.אזעלכע זאכן בארירן די ב"ב עד דכדוכה, און זי ווערט זייער פארלוירן

פאר דער ב"ב מאכט אויס גאר אסאך צי מ'איז אמת'דיג אדער מען חוש'ט

ארום מיט איר. ווען א פרוי ווייסט אז וואס איר מאן זאגט – אזוי איז עס

באמת, קען זי זיין רואיג און באקוועם. זי ווייסט וואו זי שטייט. אבער אויב

איז זיין יא נישט קיין יא, און יעצט מיינט נישט יעצט, ווערט זי זייער

פארלוירן. זי האט נישט קיין שום וועג וויאזוי צו וויסן וואו זי שטייט אויפן

וועלט. זי פרובירט צו פרעגן איר מאן, אבער זיינע תשובות זענען דאך נאר

.האלב אמת – אויב אזוי בלייבט זי א פארלוירענע

ווידער דער מאן, אין זייער אסאך פעלער כאפט ער כמעט נישט וואס ער

הער אויף ארומ'חוש'ן

917-482-3003

info@magnapic.com

www.magnapic.com

• White Background

• Lifestyle Images

• Infographics

Boost Sales

Increased Visibility

Improved Engagement

PROFESSIONAL

PRODUCT

PHOTOGRAPHY

IT DOESN'T MATTER WHAT YOU SELL,

IT MATTERS IN WHAT LIGHT YOU PRESENT IT!

19

Jun. 15 '25

.טוט – ער פארשטייט נישט אויף ווי ווייט דאס שאקלט אויף זיין ווייב

ווען אזא יונגערמאן וואלט געקומען צו מיר זיך שואל עצה זיין, וואלט ער

ווארשיינליך אנגעהויבן אזוי: "איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר. איך גיי

ארויס ביינאכט צו מעריב אדער א שמחה, און איך קום אהיים צו טרעפן די

ב"ב אינגאנצן באבלאזן. איך באקום א טוץ מיט טענות על לא דבר." אויך

וואלט ער צוגעלייגט, "ווען מיין ב"ב בעט מיר צו ערלעדיגן עפעס, אויב איז

".עס נישט ערלעדיגט ביז א טאג צוויי האט זי א וועלט פון טענות

וואס ער לאזט אבער אויס איז אז ער האט איר ארומגעפירט און פארדרייט

."א קאפ מיט "איך קום שוין" און "איך גיי עס שוין יעצט מסדר זיין

אסאך מאל וועט מען דארפן ארומשמועסן און פרעגן ביז עס קומט ארויס

פון אים אז ער האלט אין איין ארומ'חוש'ן און זאגן בערכ'דיגע זאכן וואס

…זענען ווייט פונעם אמת

דער יסוד וואס עס פעלט פאר דעם יונגערמאן איז "מידת האמת" – ער

דארף זיך אויסלערנען צו זיין מער אמת'דיג. די וויכטיגקייט פון אמת איז

אומבאשרייבליך גרויס. מ'קען בעצם אריינגיין אין א סעריע פון ארטיקלען צו

.מסביר זיין די וויכטיגקייט דערפון, אבער דא איז נישט דער פלאץ פאר דעם

זאג דעם אמת

איך וועל דערמאנען אויפן שפיץ גאפל עטליכע קורצע געדאנקען פארוואס

.עס איז אזוי וויכטיג, און ווי ווייט עס שאדט דאס ארומ'חוש'ן און ליגנט זאגן

אמת איז וויכטיג סיי פאר זיך בינו לעצמו, און סיי בין אדם לחבירו. א

מענטש וואס איז נישט אמת'דיג מיט זיך קען לעבן אין א דמיון פאר לאנגע

יארן. ער קען האבן א דזשאב וואו ער מאכט נישט קיין געלט אבער וועט זיך

איינרעדן אז אלעס איז גוט, אדער וועט ער האבן א ביזנעס וואס ווערט

.קלענער יעדעס יאר און זיך איינרעדן אז עס וואקסט און איז שיין מצליח

אזוי אויך איז עס נוגע בעבודת ה' און תיקון המידות. נאר ווען א מענטש

איז גרייט זיך צו זען מיט אן אמת, קען ער מצליח זיין צו גיין פאראויס און

אנקומען צו זיין שלימות. והדברים ידועים. (און דאס איז חוץ דעם פשוט'ן

).איסור פון שקר

אצינד לאמיר אריבערגיין צום בין אדם לחבירו. יעדע צוזאמארבעט פון

,מענטשן איז געבויט אויף אמת. דאס רעכנט אריין: ארבעטס פלאץ, חברים

משפחה, און אזוי אויך חתונה האבן. עס איז נישט מעגליך אנצוגיין מיט א

.צווייטן אויב ער האלט אינאיין זאגן ליגנט

שטעלט אייך פאר אז איר האט א חברותא וואס קען זיין א האלבע שעה

אוועק פון ביהמ"ד און זאגט "איך קום שוין"... אדער א קאמפאני וואס זאגט

"איך שיק שוין איינעם צו פאררעכטן" בשעת ער האט גארנישט אין פלאן. מיט

.אזא איינעם איז זייער שווער צו ארבעטן

דאס זעלבע איז אין א אידישער שטוב – אמת'דיגקייט איז גאר וויכטיג

"אינדערהיים. א מאן איז דער צענטער פון דער שטוב, און זיין "יא" און "ניין

מאכט אויס א וועלט. אויב איז זיין "יא" א "יא", ברענגט עס אריין רואיגקייט

און סאלידקייט אין שטוב. ווידער אויב איז דער "יא" נישט קיין "יא" און דער

"ניין" איז נישט קיין "ניין", ער קען טון איין זאך און זאגן א צווייטע זאך, ער

קען זיין ביי אן אסיפה און זאגן אז ער איז אין ביהמ"ד, דאן ווייסט נישט די

.ב"ב וואו זי שטייט און זי ווערט זייער פארלוירן

צוליב דעם איז די געווענליכע רעאקציע צו א ליגנט און ארומ'חוש'ן זייער

שטארק און ווייטאגליך, ווייל די ב"ב פילט זיך זייער פארלוירן און זי זוכט אז

דער מאן זאל עס מער נישט טון און זאל איר ארויסהעלפן אין איר יעצטיגער

.פארלוירנקייט

:סך הכל

.אמת איז א וויכטיגע מידה ■

. א מענטש קען נאר וויסן וואו ער שטייט אויב ער איז אמת'דיג מיט זיך■

. די ב"ב קען נאר זיין רואיג ווען איר מאן איז אמת'דיג■

. ארומ'חוש'ן מאכט איר פילן ווי די ערד אונטער איר שאקלט זיך■

למעשה, אפילו נאכדעם וואס מענטשן ווייסן שוין די וויכטיגקייט פון זיין

אמת'דיג, זעט מען נאכאלץ ווי מענטשן דרייען ארום און חוש'ן מיט אלע

סארטן אויסריידן און שקרים. וואס ליגט אונטער דעם? וואס האפן זיי צו

פארדינען דערפון? און וויאזוי שטעלט זיך עס למעשה אויס – באקומען זיי

?דאס וואס זיי האבן געוואלט

.דאס און נאך אינעם קומענדיגן ארטיקל אי"ה

נוגע פאר יעדן, און קען פארשטייט די ארטיקלען ברענגען כלליות'דיגע יסודות וואס איז

זיך נישט געשריבן ווערן אויף א פערזענליכן פארנעם. אין פאל מען געפינט זיך שוין אין

א פראבלעמאטישן מצב איז גאר וויכטיג צו גיין פאר הילף ביי א מומחה און זיך נישט

.פארלאזן בלויז אויף וואס מיר שרייבן דא

ר' ישעי' שרייבער איז א מומחה אין אוועקשטעלן חתנים און יונגעלייט אויף גוטע

אדער שיקט אן845.372.5364 יסודות. פאר שאלות און אפוינטמענטס רופט

.ys3725364@gmail.com :אימעיל צו

ישעי' שרייבער

845.200.3313 #114

Giterman@theyingerman.com

פרובירט כאטש איינמאל אין וואך צו זיין מער אמת'דיג מיט דער ב"ב. זאגט איר דוקא אויס דעם גאנצן אמת, לאזט נישט אויס

קיין פרטים פון דער מעשה וכדומה. איר וועט הנאה האבן פון דעם געשמאקן טעם, און אייער ב"ב וועט הנאה האבן פון אייער

.שטארקייט צו זיין אמת'דיג

:טיפ פאר דער וואך

20פרשת שלח תשפ״ה—

גרינס עט טשעסטער

דעוועלאופמענט אין די

לעצטע פאזעס

21

Jun. 15 '25

MEGA SUMMER

SALE STARTS JUNE 4

22פרשת שלח תשפ״ה—

שטאטסמאַן

? יעריגער מארטגעדזש15 לוינט זיך א

:שאלה

!א גרויסן דאנק פאר אייערע ארטיקלען אין דער 'אינגערמאן' אויסגאבע

איך האב שטארק הנאה דערפון, עס ברענגט מיר קלארקייט אין גאר אסאך

:נושאים אין דעם פעלד פון ריעל עסטעיט. איך וויל אייך פרעגן אפאר שאלות

) א חבר מיינער האט מיך אויפגעקלערט אז עס איז דא א מושג פון א1

יעריגן30 יאר, וואס אין פארגלייך צו א געווענליכן15 מארטגעדזש בלויז אויף

:מארטגעדזש וועט די חודש'ליכע פעימענטס נישט זיין אזויפיל מער. צב"ש

טויזנט דאלער, וועט דער עס זיין אינגאנצן500 אויף א מארטגעדזש פון

. יעריגן30 יעריגן, ווי ביי א15 טויזנט דאלער מער א חודש ביי א

איז פארוואס טאקע וועלן נישט רוב מענטשן אויס די אפציע, אינדערצייט

וואס מען שפארט זיך אסאך אינטרעסט, און דער מארטגעדזש איז

יאר פריער? איז עס צוליב וואס די בראוקערס מאכן15 אויסגעצאלט מיט

מער געלט אויף א לענגערן מארטגעדזש, און דעריבער זוכן זיי נישט דאס

?פארצושלאגן

) איך האב געקויפט אן אינוועסטמענט פראפערטי. איך האב א ראטע פון2

. דאללער פון טאש600 , און איך דארף יעצט ארויסנעמען יעדן חודש7.375

מיין חשבון איז, אז די רענט וועט ארויפגיין, די אינטרעסט ראטעס וועלן

אראפגיין און די ווערד פונעם הויז וועט ארויפגיין. וועל איך מיט דער צייט

.האפנטליך אנהייבן מאכן געלט דערויף

טו איך א נארמאלע זאך? איז עס א גוטער חשבון? מיין חבר זאגט מיר אז

?די ראטעס גייען שוין בלייבן אזוי הויך, איז אפשר האב איך געמאכט א טעות

? יאר5 ) וויפיל איז נארמאל אז א הויז זאל שטייגן אין ווערד אין לויף פון3

?"און וויפיל הייסט שוין "מער ווי נארמאל

:)תשובה (ערשטער טייל

זייער גוטע שאלות. מען זעט אז איר זענט שוין א טריט אריין אין דער

ריעל עסטעיט וועלט, און ווילט נישט בלויז קויפן, נאר אויך פארשטיין וואס

.איר טוט. און דאס איז געוואלדיג

מיר וועלן ענטפערן די שאלות איינס ביי איינס, און בסייעתא דשמיא אייך

.ברענגען קלארקייט

לאמיר אנהייבן מיט דער ערשטער שאלה: פארוואס נעמען מענטשן נישט

יאר? לכאורה מאכט עס טאקע אסאך מער15 ענדערש א מארטגעדזש אויף

.סענס, אזוי ווי איר לייגט זייער גוט אראפ די מעלות דערפון

איז קודם כל, פרעגט איר צי דאס קען האבן מיט די בראוקערס וואס מאכן

מער געלט אויף א לענגערן מארטגעדזש, און דעריבער שטיפן זיי נישט קיין

15 קורצערע. דאס איז נישט אמת, בראוקערס מאכן דאס זעלבע געלט אויף א

יעריגן מארטגעדזש. און אין א זייטיגער נאטיץ: אויב30 יעריגן ווי אויף א

שפירט איר אז אייער בראוקער האלט זיך צוריק פון אייך אנבאטן א געוויסן

פראדוקט וויבאלד ער גייט מאכן ווייניגער געלט, לאזט אים אפ. די ארבעט פון

א בראוקער איז צו ברענגען דעם בעסטן פראדוקט פאר זיין קליענט, אן צו

.קוקן וואו ער גייט מאכן דאס מערסטע געלט

יעצט, צום עיקר שאלה. די פראגע וואס מען מוז זיך אייביג פרעגן, איז

"וואס איז מיין ציל מיטן קויפן ריעל עסטעיט?" איינמאל איר פארשטייט

.אייער ציל וואו אהין איר ווילט גרייכן, וועלן רוב שאלות קלאר ווערן

אויב האט איר אוועקגעלייגט א סכום געלט און איר ווילט דאס אינוועסטירן

אין איין אינוועסטמענט וואס וועט זיך אויסצאלן מיט דער צייט, דאן איז דאס

יעריגער מארטגעדזש. איר וועט עס אויסצאלן15 מערסטע געוואונטשן א

אסאך שנעלער, און צאלן אסאך ווייניגער אינטרעסט. ווידער, אויב דעקט זיך

יעריגע מארטגעדזש, און איר וועט דארפן חודש'ליך צולייגן א15 נישט דער

סכום פון טאש, דארף דאס גענומען ווערן אין באטראכט און מ'דארף זען צי

.עס לוינט זיך אפילו אזוי

,אויב אבער ווילט איר קויפן אסאך אינוועסמענטס און בויען א ּפאָ רטפאָ ליאו

יעריגן מארטגעדזש און צאלן מער אויפן15 דאן איז ממש א שאד צו נעמען א

חודש, אין דער צייט וואס איר קענט נוצן יעדן איבריגן דאלאר פאר א פרישן

אינוועסטמענט. איינמאל איר זענט מחליט אז איר ווילט יעצט אויפהערן

קויפן פרישע אינוועסטמענטס, דאן קענט איר דעמאלט ריפיינענסן די

יעריגן, וויבאלד15 מארטגעדזשעס (אויב אלעס ארום שטימט), און נעמען א