January 5 '25
—
—
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
נאטורל יך4 סארנא מעטאד
פ ענ סט ער ל
קאכן נאכטאמאל
א ין אפ י ס
פראפעסיאנעלע
קאמיוניקאציע
ISSUE 16 — Jan. 19 '25 — UK\EU YIDENE • WEEKLY FREE PUBLICATION — בס״ד — פרשת וארא תשפ״ה
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלUK\EU
January 5 '25
—
—
אט
ווערט
דער
גורל
געצויגן!
א' בא
כ"ו טבת
Sunday
JAN.
26
דעם קומענדיגן
!טאג צום מעגא גורל
א גאנצע מאה אלף
ביי אייך אין טאש!
ם
ו
י
ה
נ
פ
י
כ
ר
ו
ב
ע
רופט אריין
שעה אין טאָ ג24
ביז זונטאָ ג בא
אויפדערנאַ כט
אַ ז י י ג ע ר ש אַ ר ף1 2 : 0 0
02081545452
4פרשת ויחי תשפ״ה—
—
QUALITY ELEVATED,
PRICES LOWERED!
Experience the Freshness
you Deserve at KS Meats
Our commitment to quality has
reached new heights and we've
lowered our prices to make
premium cuts more accessible
to you. Every slice is a testament
to our dedication for excellence.
Only at
Kosher Savers
Knoll Street - 0161 792 8860
January 5 '25
—
—
Invented for Shabbos,
Designed for all week.
available in colours
LED Shabbos Wall Light
Type - C/5V 2.1A
fast charger
i n f o @ t h e e v e r g l o . c o m
w w w. t h e e v e r g l o . c o m
Unit G 94 Vale Road
London N4 1PZ
available at
Glow Tech lighting
07564833140
020 8090 5597
info@glow-tech.co.uk
www.glow-tech.co.uk
6פרשת ויחי תשפ״ה—
—
January 5 '25
—
—
א י ן א פ י ס
הוצאות ארויף
8פרשת ויחי תשפ״ה—
—
020 8880 9999 | 91-93 Stamford Hill, N16 5TP |
www.refuah.co.uk
Hearing Clinic
Diagnostics
Mental Health
Weight loss
GP Services
Minor Injuries Unit
X-ray & Ultrasound
Orthopaedics | Gynaecology | Cardiology
Varicose Veins
NEW
OUR SERVICES
One hour today can save years of
a future you can’t afford to lose.
Schedule your comprehensive assess-
ment with Dr Maryam Rafique,
Refuah’s experienced female GP, on
site every Thursday.
With a special interest in women’s
health and dermatology, she’ll treat
you with precision and dignity.
Womens health
APPROVED
SECURE A
FUTURE OF
HEALTH
WITH YOUR
1-HOUR
WOMEN’S
WELLNESS
CHECK.
With a trusted GP at
your side, you can
address it today with
your dignity intact.
January 5 '25
—
—
dartmedia.us
WILLIAMSBURG | 718.237.3600 | 774 Bedford Ave, Brooklyn, NY 11205
BORO PARK | 718.237.1955 | 4400 13th Ave, Brooklyn, NY 11219
MONROE | 845.781.7772 | 51 Forest Rd Suite 311, Monroe, NY 10950
MONSEY | 845.371.9700 | 389 NY-59 Spring Valley, NY 10977
TOMORROW’S TRENDS
TOMORROW’S TRENDS
Today at Apstone
Discover the latest trends
curated exclusively by Apstone
Experience exclusive styles only at
Apstone. Explore our new dining room
sets, offering the latest in home fashion.
apstone.com
THE
ULTIMATE
SHOPPING
EXPERIENCE
10פרשת ויחי תשפ״ה—
—
ENTER A DRAWING
TO WIN BACK YOUR
KIMPUTURIN HOME
STAYUP TO A WEEK
OR CASH EQUIVALENT!
The Zomee Z2 electric breast
pump & wearable collection
cups offer a perfect combination
for efficient milk collection with
quiet suction and hands-free
conveniences.
The Zomee bag adapters simplify
your pumping routine by eliminating
the need to pump into bottles and
transfer milk. With just one simple
step, you can pump, seal, and store
with ease.
Our advice!
Take care of it
prior to birth
Hand Pump included (Z2)
Ships free in a timely manner.
Completely hassle free
We call your Doctor for you!
Zomee Silver cups are
small cups crafted out of
pure 925 silver that help
protect and soothe sore
and cracked nipples
while breastfeeding.
Ask about our pre/ post-partum garments
11
January 5 '25
—
—
WARMS
YOUR SOUL,
AND YOUR
STOMACH.
mannsales.co | Classic and fantastic.
Four great options to warm up with: chunky vegetable,
homestyle mushroom, rich & hearty vegetable, and of
course your favorite - matzo ball chicken soup.
When you’re in the mood for soup three hours
after you would have needed to start making it,
we’re here to save the day and hit the spot.
12פרשת ויחי תשפ״ה—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
מ
.ייק האט שוין געווארט אויף אים
הרב שפירא האט געפאכעט מיט
זיין האנט ווי נאר ער האט אים
באמערקט פונדערווייטן. מייק'ס
.אויגן האבן אויפגעלאכטן
"וואס מאכט מען, מייק?" האט זיך דער רב
ווארעם אינטערעסירט איינמאל ער האט זיך
דערנענטערט. "וויאזוי זענען אריבער די לעצטע
"?צוויי וואכן
"איינזאם, אזוי ווי אלעמאל," האט מייק
.געענטפערט מיט אן אומעטיג, קורץ געלעכטערל
"."קיין זאך טוישט זיך נישט דא אין תפיסה
,הרב שפירא האט געגעבן א מיטפילנדן קרעכץ
.און א כוואליע פון רחמנות האט אים פארפלייצט
דער עלנדער מייק פארבראכט זיינע שענסטע
יארן אין דער שטרענגער טורמע, און קיין שיין
פון דערלייכטערונג זעט זיך נישט בכלל אויפ'ן
,האריזאנט. ווען ער האט זיך מיט אים באקענט
האט מען דעם רב אינפארמירט אז דער
ארעסטאנט איז פאראורטיילט געווארן צו פופצן
יאר אין תפיסה, און טראצדעם וואס פון דעם
ענדלאזן נומער האט זיך שוין דורכגערוקט א
שיינע צאל יארן, האט ער נאך ניטאמאל
.אויסגעדינט קרוב צו האלב פון זיין אורטייל
ווען מייק איז אנגעקומען אין תפיסה, איז ער
געווען אן ארעסטאנט פונקט ווי אלע אנדערע
איינוואוינער אין דעם פאלאץ. ער האט
פארברענגט די ליידיגע טעג אינאיינעם מיט די
אנדערע ארעסטאנטן, ביז'ן גליקליכן טאג וואס
עפעס האט זיך אנגעצונדן אין זיין פארלאשענער
נשמה. מייק אליין האט נישט געדענקט פארוואס
ער האט זיך אינטערעסירט אויב ער קען זיך
טרעפן מיט א פרומער רב, אבער אין די לאנגע
טעג און נעכט וואס האבן נאכגעפאלגט דער
.בקשה, האט ער געבענטשט זיין באשלוס
הרב שפירא האט גוט געקענט דעם פאך מיט
,אזעלכע ווי מייק. ער איז געווען א תינוק שנשבה
דערווייטערט פון יעדן שפור פון אידישקייט; אין
זיין נעבעכדיגן מצב איז ער אבער געווען
אויסגעדארשט צו הערן סיי וואס דער רב האט
אים נאר געוואלט פארקויפן, און הרב שפירא
האט אויסגענוצט די געלעגנהייט אריינצוטראפן
.אין אים פון דעם באר מים חיים
צוביסלעך האט מייק גענומען וואקלדיגע טריט
אין ריכטונג פון אידישקייט. יעדער ענגלישער
ספר וואס הרב שפירא האט אים געברענגט האט
ער אויפגענומען ווי אן אומשאצבארער אוצר. מען
האט נאר ערלויבט דעם רב אים צו קומען באזוכן
איינמאל אין צוויי וואכן, און די ספרים האבן אים
– דערהאלטן ביים לעבן – און ביים קלארן זינען
ביז דעם קומענדיגן מאל וואס זיי האבן זיך
.געטראפן
,"האסט געהאט נאך עפעס שאלות וועגן שבת
מייק?" האט הרב שפירא געפרעגט מיט
.אינטערעסע
אין דער לעצטער שטיק צייט האט זיך מייק
אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן אין א 'שבת
פראיעקט'. ער האט זיך געוואלט אויסלערנען ווי
,אזוי מען היט שבת כהלכה אויפ'ן בעסטן אופן
און הרב שפירא איז געווארן איינגעשפאנט אין
.דער מיסיע אים ארויסצוהעלפן
מייק האט אים נישט אנטוישט, ער האט
געהאט א גאנצע ליסטע פון פראקטישע און
טעכנישע שאלות, און דער רב האט צענומען
.יעדע איינצלהייט מיט א קלארקייט
נאך א שטיק צייט, האט ער זיך אויפגעהויבן
מיט באדויער. "איך מוז שוין גיין," האט ער זיך
.אנטשולדיגט. "דא – כ'האב כמעט פארגעסן
כ'האב דיר געברענגט נאך א ספר אויף דער
גרויסקייט פון שבת. זיי געבענטשט, מייק, און
".איך וועל דיך זען אין צוויי וואכן בעז"ה
מייק'ס אויגן האבן אים באגלייט. דאן האט ער
אראפגעבליקט צו דעם ספר'ל אין זיין האנט און
ער האט אנגעהויבן מישן בלעטער. הרב שפירא
;איז גערעכט געווען מיט'ן אים געבן דעם ספר
עס איז באמת געווען אן אוצר, און מייק האט זיך
דערקוויקט מיט די בריליאנטענע געדאנקען וואס
.ער האט דארט געטראפן
ווען הרב שפירא איז אנגעקומען אין תפיסה
צוויי וואכן שפעטער, האט ער אנגעטראפן אן
ארעסטאנט מיט א מיסטעריעזן פינקל אין די
.אויגן און א קאכעדיגן פייער אין הארצן
"!"קוק וואס איך האב געזען אין דעם ספר
האט מייק עקספלאדירט מיט עקסטאז נאך
איידער דער רב האט זיך אפילו רעכט
אוועקגעזעצט. מייק האט אים צוגעוויזן אויף א
קליין שורה'לע אינעווייניג. "עס שטייט אז אויב
אידן היטן צוויי שבתים ווי עס דארף צו זיין, וועט
מען ווערן אויסגעלייזט. דאס איז דער שליסל
אויפצושפארן די פארריגלטע תפיסה ווענט! איך
וועל היטן צוויי שבתים כהלכה, און דער
"!באשעפער וועט מיך באפרייען
פאר דעם רב איז נישט גוט געווארן. וואס זאגט
מען פאר דעם תמימות'דיגן, אויפגעהייטערטן
ארעסטאנט וואס זעט זיך שוין שטיין אינדרויסן
אונטערן פרייען הימל? זאל ער צוקוועטשן זיינע
– האפענונגען? וואס איז דען די צווייטע ברירה
קען ער אים דען לאזן מיט א פאלשער גלאנציגער
?אילוזיע פון פרייהייט
"מייק," האט ער איידל פרובירט, "מען רעדט
דא אז אויב גאנץ כלל ישראל וועט אפהיטן א
שבת ווי עס דארף צו זיין, וועט משיח קומען. דער
ספר פארשפרעכט נישט אז א פריוואטער איד
וארא
דער מדרש ברענגט, אז אין מצרים פלעגן די אידן זיך צאמקומען שבת
קודש, און זיי האבן געלערנט אינאיינעם די מגילות וואס זיי האבן געהאט
אין זייער באזיץ, ווען דאן האבן זיי זיך געשטארקט מיט אמונה אז איין
טאג וועלן זיי נאך ווערן אויסגעלייזט. דער בעל הטורים ברענגט, אז אין
זכות פון דעם וואס זיי האבן געהיטן שבת, איז כלל ישראל ענדגילטיג
.אויסגעלייזט געווארן פון מצרים
13
January 5 '25
—
—
וועט ווערן אויסגעלייזט פון זיין אינדיווידואלער
תפיסה..." זיין קול איז פארלאשן געווארן
דערזעענדיג מייק'ס האסטיגע קעגנערשאפט צו
.זיינע ווערטער
"עס שטייט נישט אזוי דא," האט ער
קאטעגאריש אפגעווארפן. "דא שטייט אז אויב
מען היט צוויי שבתים ווי מען ברויך, ווערט מען
אויסגעלייזט. איך וועל אזוי טון, און דער
".באשעפער וועט טון זיינס. ער קען
הרב שפירא'ס קאפ האט געשווינדלט. ער איז
גערעכט, מייק; דער באשעפער קען אים
ארויסנעמען פון דא. איז עס לאגיש? עפעס וואס
שטימט בדרך הטבע? בכלל נישט. אבער וואס זאל
ער טון? דער מציאות וועט אליין דינען אלס א
קאלטע וואסער אויפצואוועקן מייק-טעפל אייז
.פון זיין טיפן שלאף
ער האט זיך געזעגנט פון אים מיט א שווער
הארץ, איבערהויפט נאכדעם וואס מייק האט אים
געמאלדן מיט שיינענדיגע אויגן, "מער קומט איר
מיך מער נישט באזוכן אהער! אין צוויי וואכן
"!ארום וועל איך שוין מער נישט דא זיין
ווען הרב שפירא האט געזאלט באזוכן מייק
דעם קומענדיגן מאל, האט זיך געמאכט ביי אים
עפעס א נויטפאל, אזוי אז גאנצע פיר וואכן האבן
זיך דורכגעגליטשט ביז ער האט געמאכט דעם
וועג צו דער תפיסה. מער ווי-באקאנטן-שוין
איינמאל דורכאויס דעם חודש האבן געדאנקען
.פון מייק געקוועטשט הרב שפירא'ן אויפ'ן הארץ
ווי אזוי וועט ער אים אויפנעמען קומענדיגן מאל
וואס זיי וועלן זיך טרעפן? וועט ער זיין גענצליך
צעבראכן און צעפיצלט נאכדעם וואס זיינע
?בלאז-האפענונגען זענען צעגאנגען ווי א זייפן
דער רב האט אריינגעשפאנט אין דעם באקאנטן
ארט, ווענדנדיג זיינע טריט צום צימערל וואו א
.לאנגווייליגער וועכטער האט אים אויפגענומען
"איר זענט דא פאר מייק?" האט יענער אים
".באגריסט. "היינט וועט איר אים נישט טרעפן
וואס האט פאסירט? מעגליך אז ער פילט זיך
נישט גוט? אפשר האט אים די אנטוישונג פיזיש
צוגרונד געלייגט? מיט א צאפלדיג הארץ איז ער
.זיך געגאנגען אינטערעסירן ביי די באהערדע
"מייק?" האט מען אים געפרעגט מיט א
שמייכל, "ער איז נישטא מער, מען האט אים
".באפרייט
הרב שפירא האט שיר אראפגעשלונגען זיין
.צונג. ער האט געעפנט א פאר אויגן מיט שטוינונג
"יא, יא," האט זיך יענער צולאכט. "מיר האבן
אויך אזוי אויסגעזען ווען די מעלדונג איז
אנגעקומען. דער אמת איז אז מיר האבן אים
.געוואלט שיקן פאר גייסטישע אונטערזוכונגען
פון איין מינוט אויף דער צווייטן האט ער
אנגעהויבן דערציילן פאר יעדן אז ער גייט ארויס
ביז אפאר טאג! ווען ער ווייסט גאנץ גוט אז מען
האט אים ארייגעזעצט דא פאר פופצן יאר! אבער
!וואס זאל איך דיר זאגן – ער איז גערעכט געווען
עטליכע טעג שפעטער איז געקומען אן אפיציעלע
".מעלדונג אז ער קען גיין
אינעווייניג אין הרב שפירא האט אצינד
אויפגעפלאקערט א מעכטיגער נייגער. ער האט
געוואוסט פארוואס מייק האט באשלאסן אז מען
גייט אים ארויסלאזן, אבער וואס האט גורם
געווען אז די אינסטאנצן זאלן אויך פאסן דעם
,באשלוס? ער האט א פרעג געגעבן דעם וועכטער
און יענער האט געצויגן מיט די פלייצעס. "כ'האב
נישט קיין אנונג וואס עס איז געשען. אז דו
ווילסט דווקא, פרעג דעם אויפזעער דא. אפשר
".ווייסט ער
דער רב האט זיך נישט געפוילט. ער איז
צוגעגאנגען צו יענעם, וועלכער האט זיך גראדע
געפריידט צו דינען אלס א קוואל פון
.אינפארמאציע
"א מאדנע געשעעניש," האט ער געמורמלט
,מיט מבינות. "איך בין שוין דא צענדליגער יארן
".און אזאנס האב איך נאכנישט בייגעוואוינט
"וואס האט טאקע פאסירט?" האט הרב שפירא
געפרעגט, שפירנדיג ווי ער האלט ביים פלאצן
.פאר נייגער
דער אויפזעער האט זיך באקוועם געמאכט
אויף זיין בענקל. "דער ריכטער וועלכער האט אים
פאר'משפט צו פופצן יאר האט לעצטנס
.רעטייערט," האט ער אנגעהויבן די געשיכטע
"זעט אויס אז ער איז געווען אביסל לאנגווייליג
אינדערהיים, און ער האט דעריבער באשלאסן
ארויסצוגעבן א בוך פון זיינע דראמאטישסטע
קעיסעס. דעם ערשטן פאל וואס ער האט
.געוואלט באשרייבן איז געווען מייק'ס קעיס
צוליב דעם האט ער אפירגעזוכט אלע דאקומענטן
און באווייזן וואס מען האט גענוצט ביי דעם
געריכט. ער האט אנגעהויבן אלעס דורכגיין, און
צו זיין שטוינונג האט ער זיך איבערצייגט אז עס
זענען בכלל נישט געווען קיין קראנטע באווייזן
צו באשטעטיגן אז מייק האט טאקע עובר געווען
!אויף דעם געזעץ
"איי, וועסטו מיר פרעגן, וואס איז געווען
בשעת דעם געריכט? כ'האב דיר נישט קיין
ענטפער. דער ריכטער אונזערער איז גראדע אן
ארנטליכער מענטש, און ער האט זיך נישט
געקענט מוחל זיין אז צוליב זיין נאכלעסיגקייט
איז א מענטש געווארן איינגעשפארט אויף
אזויפיל יארן. ער האט זיך געוואנדן צו די
ריכטערס וועלכע זענען יעצט אין אמט, חברים
זיינע, און אלע האבן מסכים געווען אז ער איז
גערעכט – דעם ארעסטאנט דארף מען זאפארט
באפרייען. און אזוי האבן מיר באקומען א מעלדונג
ארויסצולאזן מייק אויף דער פריי. ניטאמאל האט
ער אויסגעזען איבערראשט! ער האט זיך דאך
",שוין געגרייט דערויף עטליכע טעג! איך זאג דיר
האט ער אויסגעפירט, "אזאנס האט נאכנישט
".פאסירט אין דעם פלאץ
דער רב האט ארויסגעשפאנט פון דעם
אומעטיגן ארט, געפלעפט און איבערגענומען. אז
פעולות מיט תמימות און אמונה פשוטה האבן א
כח, האט ער שוין לאנג געוואוסט; אז דער שבת
איז א מקור פון ברכה איז אויך געווען קלאר ביי
אים אין געדאנק. אבער אצינד האט ער זיך
,איבערצייגט אז ווען א איד שטעלט דאס צוזאם
שפאלטן זיך הימלען און עפענען זיך פארשלאסענע
.טויערן
די מעשה ברענגט הרב פאלק זצ"ל אין שו"ת
מחזה אליהו, אין דער הקדמה צו חלק ב'. ער
לייגט דארט צו אז דער חידושי הרי"ם זאגט
,טאקע אז אפילו א יחיד וואס היט שבת כהלכתו
.גייט ארויס פון זיין פריוואטן גלות
א. סאלאמאן
845.200.3313 #101
14פרשת ויחי תשפ״ה—
—
100 Sterling Mine Rd.
Sloatsburg, NY 10974
theinstantsukkah .com
More living space
for less.
Don't miss out on our "Mega Winter Sale" and a
chance to receive a free heater with the purchase
of your Instant Sukkah. It’s time to experience year-
round comfort and enjoyment! These prices won’t
last-order now!
Year round comfort.
Year round comfort.
845.357.5718 | sales@tristateawnings.com
בס"ד
FREE HEATERS
With purchase of instant sukkah
2 0 2 5 w i n t e r s a l e
15
January 5 '25
—
—
I’m sick of prenatals
making me sick.
We dispel the pit of nausea and that foul smell. Our prenatals,
created from wholefoods, are free of synthetics, leaving you with
the pure nutrients vital for a healthy pregnancy.
THESE STATEMENTS HAVE NOT BEEN EVALUATED BY THE FOOD AND DRUG ADMINISTRATION. THIS PRODUCT IS NOT INTENDED TO DIAGNOSE, TREAT CURE OR PREVENT ANY DISEASE.
845.285.9400 Ext. 101
info@smilingherbs.com
soulmade | 347.585.0692
• No Fillers
• Zero Synthetics
• Vegan
• GMP Certified
• Easy to Swallow
Swallow it whole food
Just one effect
No side effect
16פרשת ויחי תשפ״ה—
—
חכמת נשים
אינטערוויוס און שמועסן מיט
אידענעס פון איבער דער וועלט
איבער אונזער לעבנסשטייגער
וואס קענט איר מיר מיטטיילן איבער אייערע ■
?עלטערן און אייער יוגנט
איך וויל אנהייבן מיט מיין מאמען, וועלכע איז
געווען זייער א חשוב'ע פרוי – זי איז אבער
קיינמאל נישט געווען געזונט. אין איין תקופה בין
איך געווען ביי א מומע פאר א שטיק צייט, ווייל
זי איז געווען האלב אויף יענער וועלט. דער
סאטמארער רבי זי"ע האט איר געראטעוועט מיט
27 זיין ברכה און זי האט זוכה געווען צו לעבן נאך
יאר און זי54 יאר. זי איז נפטר געווארן ביי די
האט זוכה געווען צו זען אייניקלעך ביי יעדן פון
.אירע קינדער
מיין מאמע איז געווען זייער א טאלאנטפולע
פרוי. אזויווי זי האט הערליך געזונגען און גוט
געשריבן, פלעגט זי אנפירן די פארשטעלונגען אין
שולע. נאך יעדער שפיל איז זי געלעגן אין בעט
פאר צוויי וואכן און זיך נישט געקענט רירן פאר
שוואכקייט. דאס אלעס האט זי געטון אן
באקומען א פעני דערפאר – ווייל זי האט עס
געוואלט טון פאר'ן סאטמארער רבי'ן, פאר דער
רביצין, פאר די מוסדות... היינט וועט קיינער
באנד פאר א קינד אן-נישט אנטון קיין האר
.באקומען באצאלט דערפאר
מיט דער צייט האט זי אנגעהויבן זאגן פאר דער
רביצין אז זי איז שוין צו אויסגעמוטשעט און זי
קען מער נישט מאכן די פארשטעלונגען. איין טאג
,האט איר דער רביצין אריינגעשלעפט צום רבי'ן
"זי זאגט אז זי האט מער נישט קיין כח צו די
פארשטעלונגען, אבער איך זאג אז ס'פעלט אזוי
אויס ווייל ס'איז דער איינציגער היימישער פלאץ
"?וואו קינדער גייען. וואס זאלן מיר טון
האט דער רבי געפרעגט, "וויאזוי זעען אויס די
?שפילן?" האט די רביצין געענטפערט, 'כ'ווייס
נישט צו אינטערעסאנט!' האט דער רבי
אנגעוואונטשן, 'זאל זי זיין געזונט אבער זי זאל
'!עס ווייטער מאכן
מיין מאמע האט טאקע ווייטער אנגעפירט די
שפילן ווילאנג ס'איז געווען שייך. דערצו האט זי
אנגעפירט צענדליגער ביקור חולים און ישיבה
פארטי פארשטעלונגען. טאג און נאכט האט זי
געהאט געסט און רחמנות'דיגע מענטשן
.אינדערהיים
זענען
רופן
טעלעפאן
דיסטענס' -'לאנג
ס'האט געקאסט- דעמאלטס געווען זייער טייער
דאלער א חודש טעלעפאן סערוויס צו רופן250
פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל. ווען מיר האבן
זיך געצויגן קיין קרית יואל, האט מיין מאמע
געטראכט, 'וויאזוי וועלן די אלע רחמנות'דיגע
מענטשן מיך קענען רופן זיך אויסרעדן?' האט זי
דאלאר א חודש כדי אירע250 געצאלט די
צובראכענע מענטשן זאלן איר קענען רופן
.אומזיסט
ווען מיין מאמע האט זיך געצויגן קיין קרית יואל
250 האט זי געדארפט דריי וויכטיגע 'לוקסוס': די
דאלארדיגע טעלעפאן סערוויס, גענוג איבריגע
מאטראצן פאר די אורחים צו שלאפן, און א
'און ווען כ'האב געזען צו וועלכע טישן ער לויפט, פון וועלכע רבי'ס ער רעדט הויך...' 'עטס
זעטס די טישן? דאס קען נישט האלטן צופיל וואג...' 'ס'האט אריינגערעכנט גרינע בונדלעך
'...און קארן
מיט מרת שטיינבערגער שתחי' אלס שמועסער איז נישטא קיין 'מאטע מינוט'. ווען
מ'הערט אירע בליציגע אויסדריקן און קאלירפולע שילדערונגען גלוסט זיך בלויז צו בלייבן
...הערן ביז אין דער נאכט אריין
ס'האט מיר גענומען ביז'ן ענדיגן שרייבן דעם אינטערוויו צו כאפן וויפיל טיפקייט ס'ליגט
אין איר הומאר. דא רעדט א פרוי וואס האט א קלארן בליק אויפ'ן לעבן; א רייכן, ברייטן אופן
...זיסן אופן וויאזוי עס ארויסצוברענגען-פון טראכטן – און האט נאך א צוקער
אריינפיר
17
January 5 '25
—
—
גרויסע דאכענע קעסטל פול מיט איבריגע
.דאכענעס פאר די געסט
און דער איינציגער יום כיפור וואס דער רבי זי"ע
איז דא געווען אין קרית יואל, האט מיין מאמע
מענטשן פאר דעם סעודת65 געהאט גאנצע
אורחים צו שלאפן. מיין80 המפסקת, און גאנצע
טאטע איז געשלאפן אין קאך אויף דער ערד, נעבן
דעם אויוון, ווייל אלע בעטן און מאטראצן זענען
געווען פול מיט געסט; מיין מאמע איז געשלאפן
פון דעם קאפ ביז די לענדן אויף דער ערד, און
אירע פיס זענען געווען אויף די שטיגן, ווייל נאר
!אזוי איז געווען פלאץ
ווען זי איז נפטר געווארן, האט מען זיך
געשושקעט אז איר רענצל האט זיכער געפלאצט
אויפ'ן וועג ארויף צום גן עדן – פון אזויפיל
.זכותים
אלס קליין האט איר געוואוינט אין ■
?וויליאמסבורג
.יא, איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג
דו ווייסט? זייער אסאך פון די באקוועמליכקייטן
וואס זענען דא היינט, האבן מיר נישט געהאט
ווען איך בין אויפגעוואקסן. למשל, ווען איך האב
-חתונה געהאט האב איך נישט געהאט קיין וואש
מאשין און דרייער אין מיין דירה, פשוט ווייל
ס'איז נישט געווען קיין פלאץ דארט. איך האב
געוואוינט א האלבע גאס אוועק פון מיין מאמען
זונטאג האב איך נישט געארבעט, איז זונטאג-
טאג. איך פלעג אריבערטראגן-געווען מיין לאנדרי
מיינע שמוציגע וועש צו מיין מאמען, און עס
אהיימגעברענגט געביגלט און צאמגעלייגט. צוויי
יאר נאך דער חתונה האב איך געפילט ווי ס'איז
שוין געקומען די צייט צו קויפן די מאשינען; איך
האב שוין געוואוינט זייער ווייט פון מיין מאמע'ן
דעמאלטס און ס'איז שוין געווען צו א גרויסע
.טירחה עס צו שלעפן צו מיין מאמען
דעמאלטס איז שוין נישט ממש געווען א
-סטאנדארט אז מ'האט נישט קיין אייגענע וואש
מאשין און דרייער, אבער איך בין זיכער נישט
געווען ווי אראפגעפאלן פון דער לבנה מיט'ן נישט
...האבן איין
דאס איינרישן דאס הויז איז געווען זייער
אנדערש ווי היינט. איך האב געזען א ליסטע פון
א כלה וואס זי דארף אלץ איינקויפן פאר איר
.חתונה, און כ'האב עס ממש נישט געקענט גלייבן
...מ'קויפט כמעט צומיס פאר די אייניקלעך
כ'האב געזען א ליסטע פון א מיידל וואס גייט
ס'האט אריינגענומען גרינע בונדלעך- אין קעמפ
?און קארן... כ'קען פרעגן פאר וועם מ'דארף דאס
!מ'קען פשוט נישט נאכקומען די נייע סטאנדארטן
מיין טאטע איז געווען זייער א בעל הבית'ישער
.איד און ער איז געווען א שיינער בעל פרנסה
אבער ער האט אלעמאל זייער אכטונג געגעבן
אויף מותרות. "אז מ'דארף עס נישט, דארף מען
עס נישט," פלעגט ער זאגן. אלעס וואס מיר האבן
געדארפט האבן מיר ב"ה געהאט, אבער איבריגס
.איז נישט וויכטיג
ווען איך האב חתונה געהאט האב איך געקויפט
זייער נארמאלע פשוט'ע מעבל. א חבר'טע איז
מיך אמאל געקומען באזוכן, און זי פרעגט מיר, "די
ביליגע מעבל האסטו גענומען?! האסט נישט
"!?געזען וועלכע שענערע ס'איז דא אין געשעפט
,און איך האב געטראכט, אבער נישט געזאגט הויך
'אודאי, מיין טאטע האט צאמגעשטעלט דיין
חתונה, און נישט דיין טאטע מיינס... מיינס ב"ה
האט מיין טאטע געקענט באצאלן, איז מיר געווען
רום סעט אויך; דיינס איז-גוט א ביליגע דיינינג
געווען א צאמגעשטעלטע חתונה, ווייל אלעס מוז
זיין אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, האט עס געמוזט
'...זיין פון דאס שענסטע און דאס בעסטע
סטאנדארטן זענען טאקע נאר א שטער, אבער
דער אמת איז אז ווען מ'הייבט אן חתונה מאכן די
קינדער ווערט עס פיל שווערער. ווייל אז כ'האב
געגעבן פאר מיין פריערדיגער טאכטער דאס און
יענץ, פארוואס קומט זיך עס נישט פאר דאס
קומענדיגע? אדער ווען מ'האט צוטון מיט א
מחותן – דער מחותן וויל יא דעם העכערן
?סטאנדארט – וואס זאל מען דעמאלטס טון
דערפאר געדענק איך אז ווען איך האב אנגעהויבן
מיט שידוכים פאר מיינע קינדער האב איך
אלעמאל געזאגט אז א בעל הבית'ישער רייכער
מחותן איז א מינוס, נישט א פלאס. יעצט דארף
איך זיך פארגלייכן צו אים און נאכקומען זיינע
.הויכע סטאנדארטן
מיינע קינדער זענען נישט אויפגעוואקסן אז זיי
מילך און אלעס אויפ'ן-מוזן האבן די פויגל
העכסטן סטאנדארט. אלעס וואס מיינע קינדער
,דארפן איז ב"ה דא צו באקומען אין מיין הויז
אבער סתם זיך צוגעוואוינען צו רייכער און
.שענער און בעסער, איז א מינוס
וויאזוי האט מען זיך טאקע אן עצה געגעבן אן ■
?.מאשינען א.ד.ג-טעלעפאנען, וואש
אייער שאלה דערמאנט מיר פון ר' יו"ט ערליכ'ס
שילדערונג אויף א פרוי וואס האט געהאט
טויזנטער מאשינען אינדערהיים – א וועקיום
וואשער... און ווען דער מאן-קלינער, א פענסטער
איז אהיימגעקומען איז ער געשטאנען ביי דער
ח. גראס
845.200.3313 #101
מיין מאמע האט טאקע
ווייטער אנגעפירט די שפילן
.ווילאנג ס'איז געווען שייך
דערצו האט זי אנגעפירט
צענדליגער ביקור חולים און
.ישיבה פארטי פארשטעלונגען
טאג און נאכט האט זי געהאט
געסט און רחמנות'דיגע
מענטשן אינדערהיים
18פרשת ויחי תשפ״ה—
—
טיר און ער האט געפרעגט, "ווער?" און זי האט
געענטפערט, "דער פערד!" און ר' יו"ט ערליך
זאגט פון הינטן, "זי איז גערעכט! וויאזוי לאזט
מען איבער איין שוואכע אידענע מיט אזויפיל
מאשינען אליין?..." מ'דארף האבן בערג מיט כח
,בלויז אכטונג צו געבן אויף די אלע אפלייענסעס
.אז ס'לוינט זיך נישט דאס גאנצע געשעפט
איך האב געהערט פון איינעם איבער א וואשער
פאר דער ערד וואס איז אויך א וואקיום קלינער
און אויך ווישט עס אפ די פאדלאגע. באלד בין
איך כמעט געווארן אנגערייצט און שוין געוואלט
אפזאגן מיין גוי'טע... אבער יענער האט מיר
אויפגעקלערט אז ס'האט א זעקל פון אינעווייניג
וואס איך דארף אליין ארויסנעמען און אויסוואשן
דאס קאסט מער ארבעט ווי וואשן די גאנצע-
ערד! פון זייער אסאך פון די געלונגענע
געפירטע קלאפערגעצייג זעט מען-קאמפיוטער
.ווייניגער נחת ווי ווען מ'טוט עס פיזיש אליין
איך האב נישט געלעבט אין דער תקופה וואו
ס'זענען נישט געווען קיין טעלעפאנען, אבער א
סעלפאן איז נישט געווען. איך ארבעט אין א
שולע. יארן צוריק האט די שולע מיר אנגעבאטן
צו קויפן א סעלפאן. 'וואס הייסט? מ'דארף קענען
',צוקומען צו אייך ווען איר זענט נישט אין שולע
האבן זיי מיר געזאגט. און איך האב זיי
,געענטפערט, 'ווען איך גיי ארויס אויף איין שעה
'...זאל מיך טאקע ביטע קיינער נישט זוכן
און היינט? אז איך גיי ארויסטראגן עפעס אויף
דער גאס פאר צוויי מינוט און איך נעם נישט מיט
מיין פאון, פיל איך ווי כ'האב ארויסשפאצירט אן
שיך און אן א טורבאן. ס'איז געווארן אזא
אדיקציע – אבער ווער דארף עס? דו ווייסט
וויפיל רואיגער מ'האט געלעבט אן דעם? איך מוז
זיין פארבינדן יעדע איינציגע מינוט פון טאג?! איך
בין דען א הצלה וואלונטיר?! אזויפיל זאכן אין
לעבן כאפט מען זיך נישט אז נישט נאר מ'דארף
עס נישט עכט האבן, נאר ס'איז א שטער. אבער
ווען מ'געוואוינט זיך צו פילט מען ווי מ'קען נישט
.אטעמען אן דעם
איז דא א זאך וואס אייערע עלטערן זענען ■
נזהר געווען דערין און איר האט עס מיטגענומען
?אין אייער לעבן
מיין טאטנ'ס שמירת הלשון איז געווען אויף
זייער א הויכן ניווא. ווען איך בין אויפגעוואקסן
איז אויך געווען אסאך פאליטיק – ס'איז נישט
געבוירן געווארן היינט, ס'איז אויך געווען אין
אייראפע, לויט ווי כ'האב געהערט פון מיינע
עלטערן. אבער ס'האט נישט עקזיסטירט אין
אונזער שטוב. כ'האב זייער שטארק געוואוסט
פונקטליך פון וועם מיין טאטע האלט און וואו ער
וויל נישט אריינטרעטן. אבער נישט ווייל כ'האב
.עס געהערט רעדן אין שטוב
?פון וואו האט איר געוואוסט ■
כ'האב געזען צו וועלכע טישן ער לויפט, און ווי
הויך ער רעדט פון א געוויסן רבי'ן... אבער רעדן
אין שטוב? קיינמאל! מיין טאטע פלעגט זאגן אז
און א- א דיין דארף אויסהערן ביידע זייטן
.פרעמדער קיין איין
איך בין מנהלת פון דעם נייען דעפארטמענט אין
שולע. ווען איך בין אריינגעקומען ארבעטן אין
דער שולע, האט זיך געטון שרעקליכע פאליטיק
אויף דער גאס. די פאליטיק איז געגאנגען אויף
זייער א ביליגן אופן, ס'איז געווען מורא'דיג
.אומבא'טעמ'ט
קלאס איז נישט אזויווי א געווענליכער-נייען
קלאס. די מיידלעך קענען רעדן צווישן זיך, דארפן
,נישט אויפהייבן זייער האנט ווען זיי ווילן עפעס
,און דערפאר, אויב קענען זיי רעדן וואס זיי ווילן
רעדן זיי טאקע וואס זיי ווילן... קומענדיג פון דער
שטוב וואו איך בין אויפגעוואקסן, האב איך
געזוכט א וועג דאס אפצושטעלן. די ערשטע וואך
האב איך צאמגענומען אלע פערציג מיידלעך און
:כ'האב אנגעהויבן אזוי
,"עטס זעטס די טישן? דאס זענען זייער שוואכע
,וואקלדיגע טישן. ס'קען האלטן סחורות, געצייג
.אפאר פאפירן... אבער נישט קיין מענטשן
דעריבער גייט קיינער נישט ארויפלייגן קיין
,מענטשן, קיין שכנים, קיין רבי'ס, קיין לערערינס
מוסדות א.ד.ג. ווייל די טישן קענען פשוט נישט
"…דורכטראגן די וואג
כ'האב אויסגעארבעט א פראגראם וואו די
מיידלעך זענען אחריות איינע אויף דער צווייטער
זיך אכטונג צו געבן פון דברים אסורים. דו ווייסט
וואספארא באמבארדירונג א מיידל האט באקומען
!!!אויב זי האט אנגעהויבן רעדן?... "לשון הרע
פאליטיק!!! סטאאאאפ!!!" ביים סוף פון דעם יאר
האב איך צוגעגרייט א באלוינונג מיט די ווערטער
'נצור לשונך מרע – די בעסטע עצה זיך צו האלטן
יונג, איז דורך זיך היטן די צונג'. און... די לעצטע
וואך פון שולע האבן פערציג מיידלעך באקומען
די באלוינוג, ווייל יעדע איינע האט זיך געהאלטן
.דערצו
פארוואס? וויאזוי האב איך עס אזוי פעסט
געקענט איינפירן? נאר ווייל איך בין אויפגעוואקסן
אין אזא שטוב. מיין טאטע האט נישט דערהויבן
די ביליגע שפראך, און ביז'ן היינטיגן טאג איז דאס
אין מיין בלוט, ס'איז אין מיין געפיל. אויב זיץ איך
אין א צירקל וואו מ'באדט זיך אין יענעמ'ס צרות
– ווייל מ'האט געזאגט 'נעבעך' און דאס ווארט
חכמת נשים
19
January 5 '25
—
—
'נעבעך', מתיר'ט עס אלעס… – באקום איך אן
.אלערגישע רעאקציע
פון דער אנדערער זייט, זענען אבער דא געוויסע
זאכן וואס זענען היינט באמת זייער אסאך שענער
ווי ס'איז געווען אמאל. למשל, ס'זענען דא אסאך
שיינע שיעורים וואס ס'איז זייער גרינג צוצוקומען
דערצו. פון דער אנדערער זייט אבער זענען דא
ט-אסאך קרומע... למשל איבער חינוך, זאל ג
באהיטן וואספארא נושאים עס ווערן קרום
אויסגעשמועסט. נישט אז איך דארף צוקומען צו
חינוך שיעורים – איך קען דאך נישט מחנך זיין די
אייניקלעך... אבער ס'האט מיר דערציילט א-אור
חבר'טע אזוי: איר טאכטער איז געזעסן אין הויף
-צוזאמען מיט אסאך שכנים. איינע פון די צוויי
יעריגע וואס האבן זיך דארט געשפילט, האט זיך
.אנגעשמירט מיט מאראסט פון קאפ ביז פיס
דרייט זיך די מאמע פון דעם קינד אויס צו מיין
,חבר'טע'ס טאכטער און בעט: טו מיר א טובה
,האלט אן אויג אויף מיין בעיבי פאר צוויי מינוט
איך מוז ארויפלויפן נאכקוקן אין מיין בוך זען
וואס מיין טיטשער האט געזאגט וויאזוי איך
...דארף דאס באהאנדלען
,וואס קענט איר מיר דערציילן איבער שפעטער ■
ווען איר האט אנגעהויבן האבן אייערע אייגענע
?קינדער
איך קען זיך עכט נישט אריינלייגן אין די שיך פון
געבענטשטע משפחות, ווייל-מאמעס פון קינדער
האלב יאר פאר קינדער-א-איך האב געווארט פיר
און למעשה האב איך א קליינע משפחה פון פיר
קינדער. איך האב צומאל אריינגענומען אסאך
קינדער צו זיך אין שטוב, אבער איך אליין בין
. קינדער14-12 קיינמאל נישט געווען א מאמע פון
-און-קען איך הערן אביסל מער איבער די פיר ■
האלב יאר וואס איר האט געווארט אויף-א
?קינדער
איך ווינטש עס נישט פאר קיינעם, אבער יעצט
אז איך קוק צוריק, זענען געווען גרינגערע צייטן
און אביסל שווערערע צייטן. איך האב אבער
אלעמאל געהאט זייער א גרויסע הילף אין מיין
.לעבן: איך בין קיינמאל נישט געווען לאנגווייליג
איך בין א שעפערישע מענטש און איך האב זייער
,ליב סיי וואס וואס נעמט אריין שטריקן, מאלן
פארבן, מאכן און סיי וואס וואס נעמט אריין
שעפערישקייט. איך וואלט געקענט האבן זייער
אסאך זמנים אין לעבן וואס איך וואלט געקענט
-א-זאגן, 'ס'איז מיר עכט לאנגווייליג.' כ'האב פיר
האלב יאר נישט געהאט קיין קינדער און אין דער
תקופה איז אויך געווען א האלב יאר וואס איך בין
געווען ארבעטסלאז. חוץ מזה, בין איך סיי מיט
-מיינע עלטערן און סיי מיט מיינע שוויגער
עלטערן זייער אסאך געווען אין שפיטאל. אין
שפיטאל איז דא אסאך אסאך צייט... אפילו ווען
,איך האב שוין יא געהאט קינדער און אן ארבעט
24 האט מען געדארפט גיין. מען קען נישט זאגן
שעה א טאג תהילים. אודאי, וויפיל איך האב
געקענט האב איך מתפלל געווען, אבער כ'האב
געקענט זאגן, 'יא, ס'איז געווען זייער אן
'.איינזאמער, לאנגווייליגער זמן
אבער ניין, ס'איז נישט געווען קיין לאנגווייליגער
זמן. כ'האב אלעמאל געהאט וואס צו טון, איך
האב אלעמאל געמאכט זיכער צו זיין פארנומען
.ביז איבער'ן קאפ
.ס'האט נישט נאר מיט ווארטן אויף קינדער
.יעדער ווערט געפרואווט אויף אן אנדערן אופן
אבער איך פיל אז א פרוי וואס האט נישט ליב צו
טון און מאכן, איז ווען זי ווערט עלטער האט זי
שוועריגקייטן. ס'איז פונקט ווי א מאן וואס קען
נישט לערנען יונגערהייט; ווען ער גייט ארויס פון
.דער ארבעט בלייבט ער זייער לאנגווייליג
מיין מאן איז שוין ארויס פון דער ארבעט א
לאנגע צייט צוריק, אבער ווייל ער קען ב"ה
,לערנען און ער האט זיך צוגעוואוינט צו לערנען
איז ער אלעמאל פארנומען צו לויפן פון דעם
שיעור צו יענעם שיעור, פון דעם ספר צו יענעם
.ספר
דאס זעלבע איז מיט א פרוי: אויב זי האט ליב צו
.טון, זענען אירע עלטערע יארן זייער זיס
מיין שוויגער ע"ה איז אויף די עלטערע יארן
געווען פארלאזירט אויף א האלבער זייט פון איר
קערפער ל"ע. זי האט קיינמאל נישט געארבעט
אינדרויסן פון שטוב, אבער זי איז אלעמאל
געווען טעטיג מיט 'עפעס'. זי האט אלעמאל
,ראגעלעך
קוכעלעך,
שטרודל,
געמאכט
בילקעלעך... מיט איין האנט! איך געדענק ווען זי
האט מיר צוגעשטעלט זיבעציג בילקעלעך פאר
מיין טאכטער'ס שבע ברכות – אבער נישט קיין
באליס, נאר שיינע געפלאכטענע! זי איז אלעמאל
געווען א פלייסיגע מענטש. ס'איז אן אופן פון
אנשטעלן דעם מח: איך גיב זיך אן עצה מיט וואס
איך האב און איך ארבעט אויף זיך אליין זיך צו
מאכן גליקליך. און... איר לעבן אלס פארלאזירטע
.איז אויך געווען זיס
איך בעט אלץ פונעם אייבערשטן: נעם נישט
אוועק מיין אמביציע, און גיב מיר די געצייגן
.אויסצופירן וואס איך וויל
אויב האט איר א געדאנק פון איינער וואס איז פאסיג
פאר א שמועס אין דער קאלום, ביטע לאזט א
#101 845.200.3313 מעסעדזש אויף
מיין מאן איז שוין ארויס פון
דער ארבעט א לאנגע צייט
צוריק, אבער ווייל ער קען
ב"ה לערנען און ער האט
,זיך צוגעוואוינט צו לערנען
איז ער אלעמאל פארנומען
צו לויפן פון דעם שיעור צו
יענעם שיעור
20פרשת ויחי תשפ״ה—
—
פאר אַן
אויסוואל פון
געשמאקע טעיקאוט
בס"ד
.א גוטע נאמען גייט ווייט
אונזער דעלי איז באקאנט מיט
נארהאפטיגע גוטע מאכלים פאר יעדע
צייט און לויט יעדע אפעטיט. קומט
אריין און איבערצייגט אייך אליין.
156 Acres Rd.
845.783.1010 מעניו פאר מסיבות9X13 ריזיגע אויסוואל פון
טעגליכע ספעשלס:
$45 ......דישעס- סייד2 ריפ סטעיק מיט
$15 ..............סענדוויטש מיט א סאודע
•
ס
ע
ר
ד
א
ן
י
י
א
ט
א
ה
ש
י
מ
י
י
ה
ן
ו
א
ר
ד
ו
ה
מ
21
January 5 '25
—
—
…ה מ מ … מ א ד נ ע ד ע ר ה ע ר
ש ט ע ל ט א י י ך פ א ר