Yidene Issue 48 Monroe / CA

Your

Our touch.

windows,

custom

845.202.3203

shadecraftny.com

ISSUE 48 — JUL. 6 '25 — KJ YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת בלק תשפ״ה

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלCANADA\UKקעטסקילס

שליס דיך אן

זענט איר אין די סיטי

ראיאן דורכאויס דעם

זומער און איר זענט גרייט צו

וואלונטירן פאר חולי ישראל

אין די געגנט?

רופט אריין צו מחי׳ זיין חולי ישראל,

מיר זוכן דרינגנד וואלונטירן אין די

שטאטישע געגנטער דורכאויס

דעם זומער

יעדע מינוט איר געט אוועק פון זיך געט איר בממשות ״לעבן״ פאר א חולה

KAYGROUP.CO

Your medically fragile child deserves care that’s thoughtful,

warm, and loving. With dedicated teachers, supportive

peers, and compassionate therapists by their side, every

step is guided with expertise and heart — celebrating each

milestone with the love and patience they truly deserve.

Ages 0–5 Years • Inquire about our various toddler groups

New class for newborns forming • Transportation Provided

845.212.0052

Monroe x301 Monsey x302

intake@bloomingcenter.org

NOW SERVICING

Monroe and

Monsey!

4פרשת בלק תשפ״ה

2 Stonegate Dr. (Cor 208)

Monroe, NY 10950 | 845.783.8553

די געשמאקסטע

סטאפ אויפן וועג

צו די מאונטעינס

130

3 MIN.

OFF THE

EXIT

Breakfast + Lunch + Pizza

Deli + Sandwiches

+ Shabbos Menu

Beautiful Upscale

Supermarket

Place your grocery order online.

Have it picked up on the way

landauskj.com

Classes also available

in Yiddish

These are childbirth classes, next level, whoa! whoa!

Mrs Steiner goes through the very basics, and builds

it up to such an advanced level that I never heard of.

So many topics that weren't ever covered are taught

with such depth and clarity. Whether it's your first

baby or 10th it's worth doing it!

Baila G , Monsey.

Baila G , Monsey.

WOW! This class covered topics like preventing

high blood pressure, heartburn, and varicose veins!

And it really worked! :-).

Sarah F.

מרת א.ח. שטיננער

Practical Techniques and

Beautiful השקפהAbout

Giving birth

Virtual fittings for your

compression stockings

are now a reality.

Send in the RX below and get

your supportive compression

stockings at no cost to you.

rivka@thecopysage.com x bleulinedesign.com

Gain support

every step

of the way

P U T Y O U R B E S T F O O T F O R W A R D

C A R R Y I N G T H E B R A N D S

T H A T C A R R Y Y O U

PHYSICIAN’S

PRESCRIPTION

ZEE CARE INC.

873 RT. 45 SUITE 205

NEW CITY, NY 10956

P-877-263-2631

F-877-263-2634

E-INFO@ZCAREMSS.COM

Patient Information

Name

___

_________

___

________________

_________________________________________

Date of Birth

________________

__

____

_

______

______________

Primary Phone ___________________________________ Address

____________________

______________________

____________

____

_______

____

Insurance Name __________________________________ _______________ _________ ID ______ ____ ____ ___________________ __ ___________________

Compression Garments

Specifics͗

This product is a medical necessity and requires a diagnosis for insurance reimbursement

_____________________________

_____________________________

Extremity:

Pair Left Right

Compression:

Style:

Open Toe

Closed Toe

Compression

Wrap:

knee

thigh

thigh w/

hip attach

pantyhose maternity

pantyhose

legging

arm

sleeve

hand

gauntlet

foot

calf

knee

thigh

arm

hand

Ulcer Pro:

ulcer pro

Compression stocking

and liner to help

improve circulation

and aid in wound

care management.

Donning Aids:

Slippie Gator Set

Arm Sleeve Slippie

Easy Slide

Easy Slide Arm

Magnide

Sim Sli

Support

15-20 mmHg

20-30

mmHg

30-40

mmHg

40-50

mmHg

50+

mmHg

Physician Information

Please fax or email to: 877-263-2634 / info@zcaremss.com

/RRNLQJIRUZDUGWRVHUYLQJ\RXUSDWLHQWV

Diagnosis

Qty

Refill

LON

Physician Name ___________________________________________________________Lic. # _____________________________ ___________________

NPI ___________________________________________________________Office Phone ____________________________________ ___________________

Physician Signature ___________________________________________________________ Date _____________________ ____________________

Snip this handy-dandy RX

Have it completed by your doctor

Email or fax it to us1

S I M P L E A S 1 , 2 , 3

Support

in a snip

877.263.2631

We carry all medical

and surgical supplies

Free shipping in

NY & NJ

www.zcaremss.com

info@zcaremss.com

פרשת בלק תשפ״ה

JUL. 6 ‘25 — ISSUE 48

12

10

12

16

20

34

25

INBOX

נאטירליך

Reflections

שפיץ גליק

רעסעפיס

צירקל

©The Yidene Publication.

Published by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication

may

be

reproduced in print or digital

form without prior written

consent.

The

publisher

reserves the right to edit all

submissions for clarity, length,

and

editorial

standards.

Submitted materials will not

be returned. The Yingerman

Publication is not liable for

the kashrut of any advertised

product or service featured in

these pages. Additionally, The

Yingerman

Publication

assumes no responsibility for

the

content

of

articles,

advertisements, or referenced

books within this publication.

THE YIDENE

WEEKLY FREE PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

EDITOR’S DESK

EDITOR@THEYIDENE.COM

845.666.0056 EXT. 108

COMMENTS AND

SUGGESTIONS

FEEDBACK@THEYIDENE.COM

845-377-0057

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

845.666.0056 EXT. 1

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

!טיערע לינער

מיר האבן שטארק געהעכערט דעם צאל קאפיעס צו נאכקומען

דעם גרויסן פארלאנג, אבער וויבאלד עס ווערט גענומען דורך

אסאך קינדער און בחורים איז נישט דא גענוג פאר אלע משפחות.

דעריבער ווילן מיר קלארשטעלן אז עס איז נישט ערלויבט צו נעמען

מער ווי איינס פער משפחה און קינדער און בחורים זאלן נישט

נעמען.

מיט דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

די רעדאקציע

A cheap-

material

awning is

affordable.

until

maintenance

kicks in.

845.357.5718 //// sales@tristateawnings.com // 100 Sterling Mine Rd. // tristateawnings.com

Get the real

deal instead.

Built to resist

TM

The

only tear-

proof awning

on the market.

מ'קען נישט אנטלויפן פון ווייטאג

Inbox 

.איך האב געזען אז עס איז ארויפגעברענגט געווארן דא די טעמע פון גיטין

וואס איך וויל צולייגן איז, אז איך האב מיך גע'גט און חתונה געהאט נאכאמאל און

כ'קען זאגן אז איך האב געזען קלאר אז אויב עס איז באשערט צער און עגמת נפש

קען מען נישט אנטלויפן דערפון. אויב ליידט מען פון דעם מאן און צוליב דעם

צעטיילט מען זיך, קומען די פראבלעמען און ווייטאג פון אנדערע פלעצער.

,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק

feedback@theyidene.com

845-377-0057

הילף פאר ארבעטער

אין א נייער ביזנעס

Inbox 

עס זענען געווען דא

צוויי בריוון וואס האבן

ארויסגעברענגט ווי וויכטיג

ס'איז אז מיידלעך ארויס פון

סקול זאלן גיין ארבעטן אין אן

אוועקגעשטעלטן פלאץ און

נישט אין א נייער ביזנעס. איך

האב זיך אביסל געטראפן אין די

ווערטער פון די בריוון, ווייל איך

האב נארוואס אנגעהויבן ארבעטן

און דער פלאץ וואו איך ארבעט

איז נישט געהעריג געסעטלט.

איך קען באשטיין צו הערן פון

אנדערע וואס האבן עקספיריענס

און קענען ארויסהעלפן, וואס

ס'איז וויכטיג אז איך זאל וויסן,

וואס איז די ריכטיגע זאך פאר

מיר צו טון, און וויאזוי כ'זאל

אנקוקן מיין דזשאב אויף א וועג

אז כ'זאל קענען בלייבן ארבעטן

אין דער ביזנעס ביז ס'בויט זיך

אויף.

געדאנק צו האלטן די קינדער פארנומען

א גוטן, איך וויל מיטטיילן א גוטן געדאנק פאר מענטשן וואס האבן קליינע

קינדער, וואס יעצט אינעם זומער קען מען אסאך מאל ווערן פארלוירן און

פרוסטרירט ווייל דער מצב איז לויזער און די טעג זענען סאך לענגער, און די

קינדער הייבן אן נודזשען און פארפירן.

, וואס איז א טיש פול מיט טויס און pool table פאראיאר האב איך געקויפט א

וואסער (איך שיק אייך דא א בילד דערפון). די קינדער

ווערן טאקע אביסל נאס דערפון, אבער נישט ממש

דורכגעווייקט. מיינע קינדער האבן זיך געשפילט

דערמיט פאר שעות לאנג און זיי זענען קיינמאל נישט

געווארן פארקילט אדער צו שטארק נאס דערפון. זייט

כ'האב עס געקויפט האב איך נישט געהערט קיין פיפס

פון מיינע קינדער דעם גאנצן נאכמיטאג… ס'האט זיי

ב"ה געהאלטן גוט פארנומען יעדן טאג.

אויב וויל מען דווקא אז די קינדער זאלן נישט

.sand ווערן נאס, קען מען עס אויך נוצן מיט

שווימען לעסאנס

איך וויל פרעגן אויב איינער

ווייסט אפשר פון א פרוי וואס

לערנט אויס קליינע מיידלעך, אין

פון צווייטע און דריטע ages די

קלאס, וואזוי צו שווימען. ס'וועט

מיר זיין א גרויסע טובה אויב

איינער קען אריינשיקן, יישר כח.

איבער דעם פיש רעסעפי

Seasoned and savored 

וואס איזcured fish א גוטן, איך וויל זיך באדאנקען פאר דעם רעסעפי פון

געווען פאריגע וואך. די פלעיווארס אין דעם זענען געווען זייער גוט, לייכט און

פריש. איך וויל נאר צולייגן אז ס'איז זייער א גוטער געדאנק פאר די לאנגע, הייסע

זומער שבתים ווען מ'וויל האבן עפעס געשמאק און עלעגאנט אבער נישט צו

שווער אויפ'ן מאגן.

10פרשת בלק תשפ״ה

One name.

Every appliance.

Zero guesswork.

TRUST.

EXPERTISE.

SERVICE.

For over 25 years, MS Appliances has been trusted to bring

quality appliances and expert service to every home — and

now, to your new home or summer home. From basics to

high-end and everything in between, we’ll help you elevate

your summer space — and every space — in style.

Every style. Every brand. Every reason to upgrade.

(845) 390-2005 | info@msappliances.com

Top Choice for

Interior Designers

Proud to be the go-to

appliance source for

interior designers

and their clients.

12פרשת בלק תשפ״ה

נאטירליך

ע

ווירקונגען. עס -טעראפי קען האבן זייטן-לעקטרא

קען ברענגען אביסל שווינדלונג, קאפוויי, און צומאל

שלאפלאזיגקייט – אויב עס ווערט באנוצט אין די אוונט

ווירקונגען זענען געווענליך לייכט און גייען -שעות. די זייטן

זייער שנעל אוועק נאכן אויסטון דעם מאשין, אבער ס'איז

פארט א פאקטאר צו נעמען אין באטראכט, טראץ וואס רוב מענטשן וועלן

עס יא טאלערירן און גארנישט שפירן. אזוי אויך קען מען צומאל שפירן

אביסל קראצענישן אויפן קאפ, אויפ'ן פלאץ וואו דער מאשין איז פארבינדן,

בשעת עס ארבעט.

אויסער דעם איז דא א ווייטע מעגליכקייט, אבער דאך א מעגליכקייט,

טעראפי זאל צוברענגען א סיזשור רח"ל. דער פארדאכט איז -אז עלעקטרא

בעיקר אויף די מאשינען וואס נוצן א העכערע מאס עלעקטריק. מענטשן

וואס האבן א היסטאריע פון סיזשורס אדער עפילעפסיע דארפן זיין

פארזיכטיג.

עס הערט זיך אויך שרעקעדיג דער געדאנק דערפון – א מאשין וואס

דרינגט אריין אין דעם סיסטעם פון דעם מח, צינדט אן שטערקער געוויסע

טיילן און שטילט איין אנדערע, הערט זיך אין די אויערן פון אסאך מענטשן

ווי עפעס וואס מישט זיך אריין אין דעם אינערליכן "קאמפיוטער פראגראם"

וואס דער אויבערשטער האט אנגעשטעלט אז עס זאל פונקציאנירן אין

דעם מענטשליכן מח. עס איז פאקטיש דא א פאטענציאלע מעגליכקייט פון

אזעלכע סארט באהאנדלונגען אפצוטון ח"ו געוויסע שאדנס אינעם מח, ווי

פאר'ן זכרון אדער קאנצענטרירונג מעגליכקייטן.

מען דארף נישט צו שטארק מורא האבן פון אזעלכע ווירקונגען ווי מח

שאדנס אדער סיזשורס, ווילאנג מען נוצט עס לויט'ן ראט פון א דאקטער

FDA און לויט די אפיציעלע אנווייזונגען. די מאשינען זענען על פי רוב

באשטעטיגט אדער אויפ'ן וועג צו ווערן באשטעטיגט, וואס באדייט אז זיי

זענען דורכגעגאנגען לאנגע שטודיעס און פרואוון פאר יעדן אופן וויאזוי

איז גאר שטרענג מיט אירע רעגולאציעס און FDA עס ווערט באנוצט. די

וואלט נישט דורכגעלאזט א זאך וואס האט ריכטיגע און באדייטפולע זארגן

פון אנזייען שאדן. די אויבנדערמאנטע זענען בלויז ווייטע פארדאכטן וואס

מאכן זיך זייער זעלטן, אבער צוליב די קליינע שאנסן אז עס קען שאטן וועלן

די מער אינטענסיווע מאשינען רעקאמענדירט ווערן נאר אלס לעצטער

מיטל אין פאל דער פאציענט האט נישט רעאגירט צו אנדערע מיטלען.

מענטשן וואס האבן אויף זיך עלעקטראנישע מאשינען ווי פעיסמעיקערס

אד"ג, ווי אויך מענטשן מיט צושטאנדן ווי עפילעפסיע, דארפן זיך באזונדער

באראטן מיט זייער דאקטאר פאר'ן פרובירן אזא סארט טעראפי.

נאך א זאך, די סארט באהאנדלונגען זענען פארטהעלטניסמעסיג ניי. דאס

באדייט אז וויפיל טעסטן און שטודיעס מען האט שוין געמאכט דערויף,

-איז אוממעגליך געווען אויסצופרובירן באמת צי עס האט סיי וועלכע לאנג

טערמיניגע עפעקטן. עס זענען נישט דא קיין ספעציעלע אקטועלע זארגן

איבער דעם, אבער דאך האט מען פאקטיש נאכנישט געזען צי עס האט

געהאט סיי וועלכע אפעקט אויף פאציענטן אויפ'ן לאנגן טערמין.

צום לעצט דארף מען נעמען אין באטראכט דעם פינאנציעלן פרייז

דערפון. אינשורענס וועט עס אפט מאל דעקן, אבער נישט אלעמאל. אין

געוויסע פעלער וועלן זיי פארלאנגען מער באווייזן אדער באזונדערע

פראצעדורן צו ווערן באשטעטיגט, און ווען מען דארף עס באצאלן פון

אייגענעם טאש קען עס אויסקומען גאנץ קאסטבאר.

אזוי אויך איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן אז יעדער מענטש רעאגירט

אנדערש צו דעם מעטאד. פאר געוויסע מענטשן קען עס זיין ממש א ישועה,

ווען אנדערע זעען נישט קיין שום טויש נאכן אויספאלגן די פולע סעריע

באהאנדלונגען. געוויסע וועלן זאגן אז ווען עס קומט צום גייסטישן געזונט

איז גארנישט פארזיכערט אז עס ארבעט, דאך האבן די טראדיציאנאלע

מיטלען א גרעסערע סוקסעס ראטע, כאטש עס נעמט לענגער און איז פיל

שווערער דורכצוגיין.

וואס עקספערטן זאגן

, וואס FDA טעראפי איז אין אלגעמיין באשטעטיגט דורך די-עלעקטרא

מיינט אז די אמעריקאנע רעגירונג האלט אז עס איז פארלעסליך אלס גענוג

פארזיכערט און ווירקזאם צו נוצן. אויף די מער אינטענסיווע ווערסיעס

וועלכע האבן העכערע שטאפלען פון עלעקטריק זענען זיי אביסל מער

סקעפטיש און רעקאמענדירן עס נאר אין פעלער וואו אנדערע מיטלען

זענען דורכגעפאלן.

-עלעקטרא

טעראפי

13

Jul. 6 '25

ש. גוטמאן

אזוי אויך מיט די אינשורענס קאמפאניס – זיי וועלן אפט מאל פארלאנגען

באווייזן אז מען האט שוין פרובירט מעדיצין און טעראפי בעפאר זיי

טעראפי סעסיעס. -באשטעטיגן עלעקטרא

וואס דאקטוירים זאגן

די מער אינטענסיווע סארטן זענען שטארק שטודירט און מעדיציניש

אנערקענט. דאקטוירים וועלן עס רעקאמענדירן פון צייט צו צייט לויט

דעם פאציענט'ס צושטאנד, אפט אלס לעצטער מיטל נאך וואס אנדערע

באהאנדלונגען האבן נישט געארבעט. די מעגליכקייט פון שעדליכע

ווירקונגען – כאטש זיי זענען גאר זעלטן, די הויכע פרייזן, און דער פאקט אז

מ'מוז עס טון אונטער'ן אויפזיכט פון א דאקטער, ביישטייערן צו דעם אז עס

זאל נישט זיין די ערשטע אפציע אויף דער ליסטע.

די שוואכערע סארטן ווערן יא אפטער רעקאמענדירט, זייענדיג היבש

ביליגער, פיל מער פארזיכערט, און לייכט צו נוצן ביי זיך אינדערהיים. פון

.FDA דעם זענען אבער נישט אלע מאשינען שוין באשטעטיגט דורך די

עס זענען דא דאקטוירים וואס האלטן מער דערפון און אנדערע ווייניגער.

טעראפי איז נאכנישט אזוי שטארק פארשפרייט, אזוי אז נישט -עלעקטרא

אלע דאקטוירים זענען גענוג באקאנט דערמיט עס צו קענען רעקאמענדירן.

צווישן די דאקטוירים וואס ווייסן יא מער, זענען מיינונגען אויך צעטיילט –

ווי אויף יעדער זאך. עס איז דאך נישט אין דער קאטעגאריע פון אלגעמיינע

טראדיציאנאלע מעדיצין וואס אלע דאקטוירים פארשרייבן כסדר, נאר א

נייע אלטערנאטיווע ערפינדונג וואס האט דערווייל נאכנישט געווינען די

צוטרוי פון אלע דאקטוירים.

וואס מענטשן זאגן

טעראפי האבן געזען זייערע -מענטשן וואס האבן גענוצט עלעקטרא

פארשידנארטיגע רעזולטאטן, פון גרויסע פאזיטיווע טוישונגען ביז

גארנישט. עס ארבעט פאר יעדן מענטש אנדערש.

אין אלגעמיין איז עס נאכנישט אזוי באקאנט, אזוי אז אסאך מענטשן

ווייסן בכלל נישט פון אזא סארט מעטאד. עס ווערט צוביסלעך מער און

מער אויפגעכאפט, אבער ווי יעדע זאך נעמט עס צייט ביז עס ווערט גענוג

פארשפרייט.

די סארט מאשינען וואס מען נוצט פאר ווייטאג זענען יא אביסל מער

אויפגעכאפט.

צום שלוס

טעראפי איז א וואונדערליכע ערפינדונג, וואס קומט ווי פון -עלעקטרא

אן אנדערער ריכטונג ווי די ביז יעצטיגע אנגענומענע מהלכים. עס ווייזט

גאנץ שיינע רעזולטאטן, אבער עס ארבעט נישט אלעמאל פאר יעדן. עס

ווירקונגען, אבער איז אין אלגעמיין -האט א ווייטע פארדאכט פון זייטן

פארזיכערט.

באמת איז קיין איין גשמיות'דיגער מיטל נישט פארזיכערט און נישט

ווירקזאם – זיכער איז בלויז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות. ער האט

אונז בלויז געגעבן מיטלען צו טון השתדלות ווייל ער וויל מיר זאלן טון

אונזער פליכט, אבער די אמת'ע רפואה ליגט בלויז אין זיינע הענט. זאל דער

אויבערשטער העלפן און אריינלייגן א ברכה אין יעדן מיטל פון השתדלות

וואס מיר טוען, אויף סיי וועלכן אופן, און שיקן א רפואה שלימה פאר כל

.ישראל פאר אלע אונזערע ווייטאגן

איז גאר שטרענג מיטFDA די

אירע רעגולאציעס און וואלט

נישט דורכגעלאזט א זאך וואס

האט ריכטיגע און באדייטפולע

זארגן פון אנזייען שאדן

14פרשת בלק תשפ״ה

Your Private

Oasis

In Prime Location of Monticello

Private backyard, and

water fun. Shady Trees, and

outdoor accessories - Your

Perfect Summer Retreat.

Huge Playroom with Exciting Toys

3 Beautiful Bedrooms - Linen, and Towels

Surrounded by Bungalow Colonies. Shul, Mikvah, Daycamp

2 Bathrooms - Laundry Room

Outdoor Gated Hot Tub

Accepting Off Season Bookings for Discounted Rates

Big Deck, and Backyard with Patio, Trampoline

Walking Distance to Ichud Colony/Grocery

To Reserve Your Stay

Contact Us:

845-293-2087

15

Jul. 6 '25

FREE

DELIVERY

TO THE

MOUNTAINS!!

ר. שטערן

רייזעלע דו ווייסט," לערערין אפענהיים האט פארקירוועט

איר בליק צו א ווייטן פלאץ און אירע אויגן זענען געווארן

פארוואלקנט מיט טרערן. "ווען מיין מאמע ע"ה איז נפטר

געווארן האב איך געמיינט אז עס איז מיין שולד."

"פארוואס האט לערערין אפענהיים געמיינט אז עס איז

איר שולד?!" איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי אזא קלוגע

לערערין קען טראכטן אזעלכע מאדנע געדאנקן.

"יא רייזעלע, אזוי האב איך דעמאלט געקלערט. איך בין געווען

א קינד, און פאר א קינד איז זייער שווער ווען די מאמע ווערט

נפטר, ריכטיג?"

איך האב געשאקלט מיט מיין קאפ.

"און אזויווי עס איז געשען זייער פלוצלינג און איך האב נישט

פונקטליך פארשטאנען וויאזוי דאס האט פאסירט און פארוואס

זי איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון מיין לעבן, האב איך..."

לערערין אפענהיים האט גענומען א טיפע אטעם, "האב איך

געמיינט אז איך בין שולדיג אין דעם."

"לערערין אפענהיים איז זיכער געווען אזא וואוילע מיידל!"

איך האב אמת'דיג געמיינט יעדעס ווארט וואס איך האב געזאגט,

"עס קען נישט זיין!"

זי האט זיך לייכט צעשמייכלט, און איך בין געבליבן

פארוואונדערט.

"רייזעלע, דו ווייסט פארוואס איך דערצייל דיר דאס אלעס?"

האט זי געפרעגט, ווען אירע אויגן דרוקן אויס מיטגעפיל. "איך

וויל דיר פארציילן עפעס וואס איך האב נאך מיט קיינעם נישט

מיטגעטיילט."

די לערערין וויל מיר דערציילן עפעס וואס זי האט נאכנישט

געזאגט פאר קיינעם?! מיינע הארץ קלאפענישן האבן זיך

פארשנעלערט, כ'בין געווען זייער נייגעריג וואס זי גייט מיר זאגן.

"אבער רייזעלע, דאס איז עפעס וואס וועט בלייבן נאר צווישן

אונז, אקעי?"

איך האב זיך געשפירט ריזיג. "אקעי," האב איך איר

פארשפראכן. פאר וועמען קען איך דען פארציילן, ווער איז אפילו

נייגעריג צו הערן איבער מיינע איבערלעבענישן אין סקול?

"ווען מיין מאמע איז נפטר געווארן, בין איך געווען מורא'דיג

צעבראכן. איך האב געשפירט אזוי איינזאם און פארלאזט! אלס

די עלטסטע פון מיינע דריי געשוויסטער האב איך געשפירט א

געוואלדיגע אחריות זיי צו העלפן, און איך האב געפילט שולדיג אז

איך האב צעשטערט זייער רואיגע לעבן."

לערערין אפענהיים האט פרובירט צו אפלערנען אויב מיין אכט

יעריגן מח באגרייפט וואס זי דערציילט. איך האב פארשטאנען

אירע געפילן, אבער די אלע צעמישענישן וואס זי האט דערציילט

האבן נישט געשטימט אויף דעם מענטש וועמען איך קוק ארויף

מיט אזויפיל שעצונג און רעספעקט.

"איך פלעג אסאך וויינען ביינאכט," האט זי ווייטער דערציילט.

"די לערערין האט וואס?" איך האב זיכער נישט גוט געהערט –

די לערערין האט געוויינט?!

"איך פלעג אסאך וויינען פון בענקשאפט, מיין הארץ האט וויי

געטון פון צער," האט זי ליבליך געזאגט.

"לערערינס קענען אויך וויינען?" וויאזוי קען זיין אזא זאך, א

לערערין וויינט? עס קען נישט זיין!

"אודאי רייזעלע," זי האט געגלעט מיין האנט, "איך האב אזויפיל

געוויינט ביז איך האב באשלאסן אז עס קען נישט ווייטער אנגיין."

איך האב זיך אנגעשטרענגט צו פארדייען אלעס וואס לערערין

אפענהיים האט דערציילט. עס איז געווען צופיל.

"איין נאכט האב איך געליינט א מעשה אין א ביכל איבער א

יתומה וואס האט פארלוירן ביידע עלטערן ביי דער צווייטער

וועלט מלחמה. דו האסט שוין געהערט איבער דער צווייטער

וועלט מלחמה רייזעלע, ריכטיג?"

"יא."

"און די מיידל אין דער מעשה האט געשריבן אז נאך דער

מלחמה ווען זי האט זיך געטראפן אליינס אויף דער גרויסער

וועלט אן איר טאטע און אן איר מאמע, האט זי באשלאסן צו רעדן

צו זיי ווי כאילו זיי לעבן נאך."

מיינע אויגן האבן זיך געפנט ברייטער. נייגעריגע מיידלעך וואס

זענען פארביי געגאנגען נעבן אונז האבן זיך געוואונדערט פארוואס

רייזעלע קליינבערג און מרת אפענהיים שטייען און שמועסן אזוי

לאנג, אבער פאר מרת אפענהיים האט נישט אויסגעזען ווי עס

שטערט איר די נייגעריגע בליקן.

"יעדע נאכט האט זיך יענע מיידל אראפגעזעצט אויף א

סאפע פאר א האלבע שעה און פארמאכט אירע אויגן. זי האט

זיך פארגעשטעלט וווי זי רעדט צו איר טאטע און זי דערציילט

אים איבער אלעס וואס שפילט זיך אפ אין איר לעבן, און זי האט

ווירקליך געשפירט ווי איר טאטע הערט איר אויס און פילט מיט

מיט יעדן ווארט וואס זי זאגט.

"זי האט מיטגעטיילט מיט אים אירע טיפסטע געפילן, איר

צעבראכענקייט און איר איינזאמקייט וואס זי שפירט, און די

שוועריקייטן מיט וואס די די איבערלעבער באגעגענען זיך נאך

דעם שרעקליכן חורבן."

איך האב זיך צוגעהערט צו מרת אפענהיים און געווישט מיינע

טרערן.

7 קאפיטל

ענדע

פארזעצונג פון פריער:

פערי שווארץ אנאנסירט פאר דעם גאנצן קלאס אז רייזעלע האט נישט קיין טאטע און נישט קיין

מאמע און אז זי וואוינט ביי א מומע ווייל זי האט נישט וואו צו גיין. רייזעלע הערט זיך צו צום שמועס

און זי ווערט אינגאנצן צובראכן אז איר אידענטיטעט איז ארויס. אין הארצן גיבט זי אויף איר חלום צו

ווערן א טייל פון דער געזעלשאפט ווייל זי שפירט זיך אנדערש ווי יעדן. לערערין אפענהיים רופט איר

צו און פרעגט זיך נאך וויאזוי זי גלייכט די נייע סקול, און איז איר מחזק אז איר טאטע און מאמע האבן

איר שטענדיג ליב.

מער נישט אליין

16פרשת בלק תשפ״ה

,קורצע פארזעצונג

באזירט אויף א

מעשה שהיה

ענדע

"דערנאך ווען זי האט גענדיגט רעדן," האט די לערערין

פארגעזעצט צו דערציילן, "האט זי געבעטן פון איר טאטע

שטילערהייט אין איר געדאנק, אז ער זאל איר געבן חיזוק."

"אבער איר טאטע לעבט נישט!"

"גערעכט, איר טאטע לעבט נישט, אבער זיין נשמה לעבט."

"וויאזוי קען ער איר ענטפערן אויב ער איז אזוי ווייט הויך אין

הימל?" האב איך נאכאלץ נישט פארשטאנען.

"ער קען נישט רעדן מיט זיין מויל. אבער די מיידל פון די

מעשה האט זיך בלויז פארגעשטעלט ווי איר טאטע רעדט צו איר,

און זי האט באמת געשפירט ווי ער הערט איר אויס."

דער זייגער האט זיך ווייטער גערוקט, אבער איך בין געווען אין

אן אנדערער וועלט.

"די קומענדיגע נאכט האט זי געטון די זעלבע זאך און

זיך אראפגעזעצט שמועסן מיט איר מאמע וואס איז אויך

אומגעקומען אין דער מלחמה. זי האט פארמאכט אירע אויגן און

זיך פארגעשטעלט ווי זי זיצט ביים טיש אין זייער הויז אין אונגארן,

און איר מאמע סערווירט פאר דער משפחה ווארעמע קוכן מיט

טיי. דערנאך האט זי זיך אוועקגעזעצט אויף דער ברוינער סאפע

נעבן איר מאמע.

זי האט זיך פארגעשטעלט ווי איר מאמע גלעט איר מיט א

ליבליכקייט און הערט אויס אלעס וואס זי וויל איר דערציילן."

מרת אפענהיים האט מיר געשאנקן א טיפן בליק.

"רייזעלע, דו ביסט א קלוגע מיידל," האט זי געשמייכלט צו

מיר, "און דו ביסט אויך אזוי ערוואקסן, אסאך מער ווי די אנדערע

מיידלעך פון דיין עלטער."

"עה, יעדער לאכט פון מיר..."

"דו ביזט אן אויסערגעווענליך קלוג מיידל רייזעלע," האט זי

איבערגעזאגט, "און עס איז נישט דא פון וואס צו לאכן." זי האט זיך

געהערט אזוי זיכער אז איך האב איר געמוזט גלייבן.

"נאכדעם וואס איך האב געליינט די מעשה האב איך

אפגעמאכט אז איך וויל אויך רעדן מיט מיין מאמע. איך האב

נישט געהאט א געלעגנהייט זיך צו געזעגענען פון איר, זי איז

אוועקגעריסן געווארן אזוי פלוצלינג," איר קול האט זיך געשטיקט

מיט טרערן, "און איך האב נישט געקענט פארדייען דעם פאקט אז

זי איז מער נישט מיט מיר."

"אבער די לערערין האט געזאגט אז מען לעבט אייביג," האב

איך איבערגעהאקט.

"דו ביסט א קלוגע מיידל רייזעלע, דו זעסט?"

"אה, די לערערין האט אנגעפאנגען צו שמועסן מיט איר

"?מאמע

"ממש אזוי. און זייט דעמאלט בין איך מער נישט אליין."

יענע נאכט ווען דאס גאנצע הויז איז געווען איינגעהילט אין א

שטילקייט און יעדער איינער, אויך מומע לאה'לע, חוי, פעסי און

די אנדערע קינדער, זענען געווען איינגעהילט אין א טיפן, רואיגן

שלאף, בין איך שטילערהייט ארויסגעקראכן פון מיין בעט און

זיך אריינגעשלייכט אין דיינינג רום. איך האב געוואלט גענצליכע

שטילקייט אן דער אנועזנהייט פון קיינעם.

איך האב פארמאכט מיינע אויגן און גענומען א טיפע אטעם.

"מאמי," האב איך געשעפשעט מיט א שטילער שטימע,

"מאמי איך בענק זיך אזוי שטארק צו דיר, דו ווייסט? איך וויל

דיך אזוי שטארק זען. איך וויל דיך אזוי שטארק טרעפן און דיך

ארומנעמען. איך וויל אזוי שטארק הערן דיין ווארעמע קול און

שמועסן מיט דיר."

מיין מאמע'ס געזיכט האט זיך באוויזן פאר מיר, כאטש מיינע

אויגן זענען געווען פארמאכט. מאמי איז עכט דא מיט מיר, איך זע

איר! איר שפיר איר ליבליכע אנוועזנהייט.

טרערן האבן זיך ארויסגעגליטשט פון מיינע פארמאכטע אויגן.

"מאמי," האב איך ווייטער געשעפשעט, "ביז היינט האב איך

געמיינט אז דו ביסט אזוי ווייט," איך האב פרובירט צו אפווישן

מיינע טרערן וואס האבן געשטראמט אן אפשטעל, "און איך האב

נישט געוואוסט אויב איך וועל דיך נאך אמאל קענען טרעפן. איך

בין געווען אזוי אליין!" די הויז איז געווען שטיל, און בלויז מיין

אפגעהאקטן אטעם האט זיך געהערט, "איך האב דיך אזוי שטארק

געוואלט באגעגענען מאמי, ווייל איך האב דיך אזוי שטארק ליב,

מער ווי יעדן אין דער גאנצער וועלט..."

"מאמי," האב איך פארגעזעצט דעם שמועס אין מיין געדאנק,

"מאמי איך בענק זיך צו דיר, איך טראכט פון דיר א גאנצן טאג. איך

בין דא ביי מומע לאה'לע, אבער איך בין נישט דא. איך בין מיט דיר,

נעבן דיר, און שפיר דיך."

איך האב גענומען א טיפן שלונג, "אבער היינט האב איך

אויסגעפינען אז אויך דו געפינסט זיך נעבן מיר, און איך בין מער

"...נישט אליינס

17

Jul. 6 '25

18פרשת בלק תשפ״ה

Attn Yiddeshe Mothers!

Exclusive to Yingerman/Yidene Readers!

Get automatically entered into our raffle where you have the

chance to win a $150 GIFT CARD TO THE STORE OF YOUR CHOICE!

COME ON, CHECK US OUT NOW- WE ARE WAITING TO HEAR FROM YOU!!

My baby stayed clean the whole

Seudah—such a smart design!

From: Rivky S., Monsey

Such an amazing product!

My finiky son self feeds. He

gets more in than when I

spoon feed.

From: Chaya L., Lakewood

My boys actually enjoy

brushing now—zero mess!

From: Miriam G., Brooklyn

Exciting Raffle:

1. Go out and get your Cozy Home item in your local grocery or baby store

2. Enjoy one of our innovative, practical and useful items

3. Snap a picture of how you used it, with a small description.

4. Send your pic and feedback together with Your Name and Phone

number: Email: cozyhomeraffle@theyidene.com or Text: 646-580-2778

The perfect texture washcloth.

Going forward bath time will

only be together with this glove.

From Esther R., Passaic

From Shoshana D., Five Towns

This is in my dairy and fleishig

drawers—use it every day!

Washing fruit for the kids

has never been easier!

From: Leah M., Lakewood

No more laundry after every

meal—just rinse and go!

From: Toby F., Boro Park

My little one enjoys fresh

fruit snacks—so helpful

during long Shabbos

afternoons.

From: Sarah T., Monsey

DIDN'T FIND IT IN YOUR LOCAL STORE? ASK FOR IT, BUY IT, AND GET A 25% REBATE!

DRAWING

DATE:

JULY 23

19

Jul. 6 '25

אוי, כ'האב

פארלוירן

די שווים

זאכן...

בס"ד

נישט געזארגט

מאונטען וועט

ברענגען א נייע!

Mountain

Fa m i l y G o o d s

Quality Dry Goods from the

Mountain to Your Entire Family

845.316.1211

order@mountainfamilygoods.com

Dry Goods to

the Mountains!

| | מעיל | קאפלrain coats | | פאסיקPajamas | העמדער | הויזן | חאלאטן | לייכטע בעקישע | אונטערוועש | זאקן | נאכטהעמד

| שירעם | און וואס נישט.swim bag & accessories | Mattress cover | ציצית | שווים וועש | האנטוכער | זייף האלטער

Yessage | 845.774.4069

Place your order

before 3 PM

20פרשת בלק תשפ״ה

א

לאנגע רייע האט זיך געשלענגלט פאר גדלי'

פריעדמאן יענעם פרימארגן. געווענליך איז

מאנטאג צופרי שטילער אין גראסערי, אבער דא

האט גדלי' פלינק געדארפט רעכענען איינעם נאכ'ן

צווייטן.

"א גוט מארגן ר' נח, נאר אייך צו זען גיבט מיר

כח!" האט גדלי' פריינטליך באגריסט דעם איד

וואס האט אראפגעלייגט אביסל איבערבייס אויפ'ן

טישל.

הא אדער געפילדער וועט נישט אפהאלטן גדלי' פון באגיסן -קיין הו

שטראלן זיינע פריינט און איינקויפער אינעם געשעפט. נאר איינער -מיט זון

קען אים שטיל מאכן, נאר איינער קען פלוצלונג אפווישן זיין שמייכל פון

פנים, און יענער איינער האט שטיל און באשיידן געמאכט זיין וועג אין דער

טישל.-שורה זיך רוקנדיג פאראויס צו גדלי'ס רעכענונג

"נעקסט פליז." גדלי' האט שנעל אויפגעהויבן זיינע אויגן צו דער

רייע פאר אים, ווינקנדיג פאר'ן קומענדיגן קונה צו אויספאקן זיינע

צוזאמגעקליבענע אוצרות אויפ'ן טישל, ווען ס'האט זיך אים געדאכט אז

-ערגעץ אין דער רייע שטייט א באקאנטער. בעסער געזאגט, א שלעכט

באקאנטער.

'וואס זוכט מיין שוואגער זעליג אין גראסערי?' די מענטשן וואס זענען

'געשטאנען אין דער רייע זענען איינגעזונקען געווארן אין א נעפל. גדלי

האט שוין גארנישט געזען, נאר א גלאנציגן בלויען רעקל אויף ברייטע

זייגער.-אקסלען און א "ראלעקס" האנט

שווערע געפילן זענען אים ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך,

פארמירנדיג זיינע ליפן צו א מאדנער גרימאסע.

זעליג האט עס באמערקט, און ס'האט אים געגעבן א טיפן שטאך אין

הארץ. זיין אומזיכערקייט האט זיך געדאפלט, און מיט אראפגעלאזטע

אויגן האט ער זיך געשטעלט פאר גדלי' און אראפגעלייגט אויפ'ן טישל א

פעקל געפרוירענע מייערן.

גדלי'ס פארפרוירענע גלידער האבן זיך מיט כח אויפגעוועקט צום

קלאנג פון די געפרוירענע מייערן. 'עפעס איז דא מאדנע ביז גאר – מיין

שוואגער האט נישט בעסערס וואס צו טון נאר צו קויפן א פעקל מייערן?'

"פיר דאלער און ניין און דרייסיג צענט."

"וואס?" זעליג האט נישט געכאפט וואו פיר דאלער קומט דא אריין.

"דאס איז פאר די מייערן." א דערווייטערטע שטימע.

"מייערן וואס?"

דאס רעטעניש האט זיך אויסגעקלארט און מער פארפלאנטערט. זעליג

האט נישט קיין אנונג וואס ער האט גענומען אין האנט אריין, ער האט

געכאפט דעם ערשטן חפץ וואס ער האט געטראפן און זיך געשטעלט אין

דער ליניע. ער מיינט נישט די מייערן, ער מיינט עפעס אנדערש.

בס"ד

שפיץ ביים

36 קאפיטל

פון גליק

ב. סימאן

אין קורצן פון פריער: זעליג גייט צו א מיטינג מיט דער הנהלה איבער די פראבלעמען וואס

ריבי מאכט אין שולע, און זעליג האלט זיך שטייף אז זיין ריבי איז נישט דער פראבלעם.

דער מנהל וויל שיקן ריבי פאר הילף אבער זעליג ווארפט עס אפ. אויפן וועג ארויס פון

דער שולע געביידע כאפט ער א בליק אין ריבי'ס קלאס צימער און ער זעט מיט די אייגענע

אויגן ווי אזוי ריבי דרייט אן איבערקערענישן אין קלאס און מען קען זיך נישט אן עצה

געבן מיט איר.

21

Jul. 6 '25

"דו ווילסט קויפן מייערן?" גדלי' האט נישט געקענט טרעפן קיין

.ברעקל רחמנות צו דעם צעמישטן געשטאלט פאר אים

זעליג האט זיך צוגעבויגן איבער'ן טישל און אריינגעשישקעט צו גדלי'ס

אויערן, "איך דארף וויכטיג רעדן מיט דיר."

גדלי'ס מח האט געפיבערט מיט אויפברויז. 'א נייער טאקטיק פון

טעראריזירן! ער האט זיך שוין אויסגעלערנט אז ווען איך שטיי אין גראסערי

וועל איך נישט אויפהייבן קיין טעלעפאנען, קומט ער מיך פערזענליך

איינלאדענען צו כאפן פון זיינע קולות און טענות. גענוג געווען! איך וויל

נישט הערן ווער ס'איז שולדיג אז דער סוד האט געפלאצט צו דער ברייטער

גאס. העני האט זיך גענוג צעריסן פאר דעם וואנזיניגן שפיל! ס'איז געווען א

טעות פון דער ערשטער מינוט. זאל ער זיך אליינס עסן זיינע פארפוילטע

פירות!'

"דו זעסט נישט אז איך בין פארנומען?!"

"זעליג האט זיך ארומגעקוקט א פארלוירענער, אבער ער האט נישט

געהאלטן ביים גיין. "ווען ענדיגסטו?"

גדלי' האט אים בלויז געשאנקען א שטייפן און קאלטן בליק, ווען ביי

זיך איז ער געווען פעסט אנטשלאסן. 'שוואגער לעבן, איך וועל נישט רעדן

צו דיר היינט. איך פארשטיי אז דו ביסט אביסל צעבראכן פון דעם אז דער

סוד איז ארויס צו דער ברייטער גאס, אבער איך בין נישט דער פערזאן

אויף וועם מען קען ארויפגיסן פעך און שוועבל צוזאמען מיט דעם גאנצן

אויפברויז.'

זעליג האט ארויסגעלאזט א ווייטאגליכן קרעכץ און פריי געלאזט די

שורה פאר'ן קומענדיגן קונה.

גדלי' האט מיט כח אוועקגעשטופט זיין רחמנות געפיל. 'נישט היינט –

דיין געזונט קומט פריער. ער זוכט בלויז אויף וועם מען קען ארויפווארפן

די גאנצע שולד.'

די רייע האט זיך ווייטער גערוקט, אבער גדלי'ס ליפן זענען געבליבן

שטייף. נאך אלעם האט זעליג'ס פלוצלונגדיגע ערשיינונג אין געשעפט אים

איבערגעלאזט אין טראומא.

ווען דער זייגער האט געקלאפט צוועלף, האט גדלי' מיט א בלאסן

שמייכל באגריסט יענקל מאיער וואס איז אים געקומען איבערנעמען און

איז געגאנגען נעמען זיין הוט און רעקל.

אבער קומענדיג נענטער צום ווינקל וואו עס הענגט זיין מאנטל האט

גדלי' געריבן זיינע אויגן אויב ס'איז וואר וואס ער זעט. דאס בילד, ווי

איראניש עס האט אויסגעזען, האט זיך געלייגט אויפ'ן שכל. זעליג איז שוין

וואויל באקאנט מיט זיין שטאלענעם עקשנות, און א נאַ ר איז ער געווען צו

מיינען אז ער האט אים אפגע'פטר'ט מיט אביסל קאלטע בליקן.

"יעצט קען מען רעדן?" האט זעליג שטיל געפרעגט ווי נאר גדלי' האט

זיך דערנענטערט צו זיין הוט און רעקל.

"ס'איז דרינגנד?"

"יא."

גדלי' האט געשפירט ווי זיין שוואגער דריקט אים צו דער וואנט,

און דאס האט אים נאכמער אויפגערעגט אז די ווערטער זענען אים

ארויסגעשפרינגען פון מויל, "איך וויל נישט הערן דיינע טענות! איך וויל

נישט הערן דיינע באשולדיגונגען! איך בין נישט מחויב צו זיין דעם קרבן

וואס מען דארף מקריב זיין!"

גדלי' איז געווען זיכער אז יעצט וועט זעליג צוריקשרייען און ס'וועט

ווערן לעבעדיג, אבער נישט דער אלטער זעליג איז געשטאנען פאר אים.

זעליג האט געלייגט א האנט אויפן אויפגעברויזטן גדלי'ן, "פארוואס מיינסטו

אז איך האב טענות צו דיר? פארוואס מיינסטו אז איך וועל שרי— אוי!"

דער קרעכץ איז ארויסגעקומען מיט אזוי פיל ווייטאג, און זעליג'ס פנים

האט זיך דראסטיש פארענדערט.

ביי גדלי' האט דאס רחמנות געפיל געזיגט. "קום אריין אין מיין קאר, מיר

וועלן דארט ווייטער רעדן."

זעליג האט זיך צוגעכאפט צו דעם געדאנק און זיך געלאזט פירן צום

בלויען מיניווען וואס איך געווען פארקירט פארנט פונעם געשעפט.

גדלי' האט פלינק געעפנט די רעכטע טיר און שנעל אפגערוימט א

רייע חפצים פונעם זיץ, זיין זעקל צוקערלעך איז געפלויגן צום נאז און די

$975

Reg. $1349

Loveseat $729

Avil in 3 Colors

Grey, Blue’ish grey,

Chocolate-Brown

22פרשת בלק תשפ״ה

איבריגע זאכן אויפן הינטערשטן זיץ. דאן האט ער געוויזן פאר זיין שוואגער

אז דער פלאץ איז גרייט, און זעליג האט זיך צום ערשטן מאל אריינגעזעצט

-און-אין גדלי'ס מיניווען, וואס וואלט ענדערש אנגערופן געווארן א פערד

וואגן אין פארגלייך צו זיין לוקסוריעזן מאשין.

אבער נישט דאס איז יעצט אנגעגאנגען פאר'ן מיליאנער.

דער מאטאר האט זיך אנגעצינדן מיט א קרעכצנדיגן גערודער, און

גדלי' האט זיך געזעצט ביים רעדל ווען זיין בליק איז געוואנדן צום שאסיי

אבער זיינע מחשבות זענען פעסט פארקניפט צו זיין פאסאזשיר ביי זיין

רעכטער זייט.

אין קאר האט געהערשט א טאפנדע שטילקייט. ווען גדלי' האט זיך

ארומגעדרייט צו דער זעלבער גאס א צווייטע מאל, האט זעליג ענדליך

געעפנט זיין מויל, אבער די שטימע וואס איז ארויסגעקומען איז נישט

געווען זיינס. "גדלי', האסטו שוין אמאל געזען אזא גארנישט ווי מיר?"

גדלי' האט שיער אריינגעקראכט אין דעם קאר פאר אים. "וואס?!"

"אזוי ווי דו הערסט,איך בין א גארנישט."

"וואס מיינט א גארנישט?" גדלי' האט שנעל פארקירט דעם מיניווען

אין א ליידיגן ארט נעבן דעם טראטואר, און זיך שארף אויסגעדרייט צו זיין

שוואגער וואס האט אויסגעזען צעברעקלט אויף פיצלעך.

"א גארנישט מיינט איינער וואס איז גארנישט ווערד. דו פארשטייסט..."

ווייטאג האט געשפראצט פון אלע זייטן, און גדלי' איז געווען זיכער אז

זעליג האלט איין א רייע טרערן מיט אייזערנע קייטן.

"א גאנץ לעבן זאמל איך א פארמעגן צו זיין ווערד. איך האב ביז היינט

צופרי געמיינט אז מיין ווערד שטייט ערגעץ ביי די הונדערטער מיליאנען,

ט ווערד..."-ש-י-נ-ר-א-נאר צו אויסגעפינען אז איך בין ג

גדלי' האט געשפירט ווי ער פארלירט זיין אטעם. 'רבונו של עולם. וואס

מיינט דאס? מיין רייכער שוואגער האט אנגעזעצט?'

"געלט איז נישט אלעס," האט גדלי' געשעפשעט.

"געלט איז גארנישט!" האט זעליג געווייטאגט. "געלט דארף מאכן

דאס לעבן גרינגער און געשמאקער. אבער אויב ווערט געלט די סיבה צו

אונטערדרוקן א ווייב און חרוב מאכן א טאכטער, ווען א גאנצע שטוב גייט

צוגרונד, דאן איז דאס געלט גארנישט ווערד..."

גדלי' האט פונקליך פארשטאנען וואס זעליג מיינט. זיין שאק איז נאר

געווען אז ער הערט דאס פון א מויל וואס ער וואלט געלייגט דעם לעצטן

אויף דער ליסטע ארויסצוזאגן אזעלכע ווערטער.

"איך קום יעצט פון מיין טאכטער'ס סקול," זעליג האט פארמאכט זיינע

אויגן אין א קלארן פרואוו צו אוועקבלינקען א טרער. "האסט נאכנישט

געזען אזא נאַ ר ווי מיר – עקשנ'ט זיך מיט'ן מנהל אז מיין ריבי דארף נישט

קיין הילף, באשולדיגט די גאנצע וועלט, ווען אין ווארהייט בין איך דער

איינציגסטער שולדיגער אין דעם גאנצן פלאנטער."

באשולדיגונגען פון זעליג האבן געשטופט גדלי' עס -די פילע זעלבסט

אפצואווענדן, "שוואגער לעבן, דו דארפסט זיך נישט אזוי באשולדיגן. איך

בין זיכער אז דו האסט געוואלט דאס בעסטע פאר דיין שטוב, נאר ס'האט

זיך אנדערש אויסגעשטעלט..."

"קוק ווער ס'בארואיגט מיך... טאקע דערפאר בין איך א גארנישט. איך

בין גארנישט ווערד! חוץ צעקוועטשן אנדערע מיט גרויסהאלטערישקייט

צוליב מיין גרויס פארמעגן פארמאג איך גארנישט צו מיין נאמען. דו

הערסט? גארנישט! ווי קען איך זיך צוגלייכן צו דיינע גאלדענע מידות?"

זעליג האט געענדיגט זיין ווידוי, און ס'האט נישט גענומען לאנג ביז ער

האט זיך טיילווייז בארואיגט און צאמגעקליבן זיינע רעשטלעך זיך.

"איך וויל," ס'האט זיך שוין געהערט אסאך פעסטער, "אז דו זאלסט

מאכן א סוף צו דעם גאנצן סוד. איך וויל עס מאכן אויס. עס דארף צוביסלעך

ארויסרינען צו דער גאס, אבער אויף א קלוגן אופן. איך בין זיכער אז דו

וועסט שוין טרעפן א מהלך ווי אזוי צו פארשפרייטן די נייעס צווישן מיין

משפחה, בית המדרש, און פריינט. אבער פרוביר אז ס'זאל נישט זיין מאדנע

אז ס'איז געווען באהאלטן ביז יעצט און אז מען האט געשפילט אויף דעם

עולם און יעדן אויסגענארט ווען מיין שוואגער האט געמאכט תנאים..."

יעצט איז געווען די רייע פון גדלי' צו שפירן ווי א גארנישט. 'הייסט דאס

אז ווען איך האב געמיינט אז ער קומט מיך אנשרייען און איך האב אים

אוועקגעשטופט מיט כח האט ער נאך בכלל נישט געוואוסט אז דער סוד

איז שוין זכרונו לברכה?'

"עס פעלט נישט אויס," האט גדלי' שנעל געזאגט א דערשראקענער,

"דער סוד איז שוין נעכטן בטעות ארויס צו דער גאס."

זעליג איז שוין געווען פולקאם צוריק זיך, ווייל ער האט בלויז געשאקלט

מיט זיין קאפ. "אזוי?"

"יא, אזוי האב איך פארשטאנען."

"וואס וואלסטו געטון אין אזא פאל?" האט זעליג אויסגעזען צערוישט.

"גארנישט, איך וואלט זיך געלאזט פירן פון דעם אויבערשטן, ער מאכט

די בעסטע פלענער."

"איי," האט זעליג צאמגעקלאפט זיינע הענט, "דו ביסט גארנישט אזא

גארנישט!"

זיינע אויגן האבן ווידער אויפגעבליצט מיט דעם פעסטן ענערגישן

בלינק. "דו ווייסט וואס, אז מיר זענען שוין דא צוזאמען אין קאר, פאר צום

"קאר דיעלער" און איך וועל דיר ארויסנעמען א א נייעם קאר פון דעם

לעצטן מאדעל. עס קומט זיך דיר נאך אלעם א שטיקל מתנה פאר דיין

מחילה."

גדלי' האט זיך געטראפן זיך שלאגן מיט זיך אליין. ער האט שיינערהייט

געוואלט אפזאגן זיין מתנה פון זיין נייעם שוואגער – צי דארף ער דען

דעם טייערסטן אויטא אויפן מארק? וואס איז שלעכט מיט זיין יעצטיגן?

א נייער קאר ברענגט אזויפיל דאגות, מען דארף אכטונג געבן דערויף,

די קאסטומערס קענען עס מאכן שמוציג, און נאכדערצו איז עס אזוי

אומבאקוועם ווען מען שטעכט אויס די אויגן פון אנדערע אידן...

אבער זענדיג ווי אזוי זעליג האט זיך אנגעצינדן פון דעם געדאנק, האט

ער פארשטאנען אז זיין גרעסטע מצוה איז געבן פאר זעליג דאס געפיל פון

זיין א נותן. זעליג מוז זיין א געבער, ס'איז זיין לעבן.

און ווען ער גיבט אים שטילערהייט די געלעגנהייט צו געבן איז עס אזוי

ווי מתן בסתר – ניין?

פארזעצונג קומט אי״ה