Yingerman Issue 49 Europe and UK

א

ין מיין היינטיגער שילדערונג וואו איך וועך אייך מיטטיילן פון פערזענליכער

ערפארונג, וועלן מיר כאפן א שטיקל שפאציר אין פארנט פון מיין הויז וואס

כ'האב זיך ב"ה איינגעקויפט מיט א שטיק צייט צוריק. מיר וועלן אינאיינעם

אבזערווירן פארשידענע פראבלעמען וועלכע קענען זיך מאכן און קומען

אונטער, און וויאזוי די געטרייע, איבערגעגעבענע סערוויסעס פון היימישע

קאמפאניס זענען געקומען צוהילף און געלעזט די פראבלעמען.

ב"ה דאס רחבות אינעם נייעם הויז איז א מחי', איך דאנק יעדן טאג דעם אויבערשטן

אויף דעם געשמאק וואס נעמט ארום מיך און די פאמיליע צווישן אונזערע פיר ווענט.

דארט קומען אונטער שוועריגקייטן -אבער פארט, קיין שלימות איז דאך נישט דא, און דא

מיט וואס מ'דארף זיך ספראווענען.

ווען איך האב אנגעהויבן שפירן ווי דאס קעיר נעמען פון די גארבעדזש, ארויסטראגן די

גארבעדזש קענס, צוריקלייגן די גארבעדזש קענס, צוזאמלייגן די באקסעס, און צוזאמנעמען

די שמוץ וואס מיינע קינדער מאכן אן אויפ'ן דרייוועי איז מיר געווארן צו א שווערן עול,

האב איך זיך געכאפט אז ס'איז ב"ה דא א סערוויס פון וואס איך קען געניסן וואס וועט

אראפנעמען דעם גאנצן יאך פון מיין קאפ.

ווען איך האב זיך דערזען אז עמעזאן פעקלעך וואס ווערן דעליווערט צו מיין טיר ווערן

איינפאך פארשוואונדן, האב איך אנערקענט אז איך דארף אינסטאלירן סעקיוריטי

סיסטעמען, און ב"ה אנגעקומען צו א היימישער פירמע וואס האט מיך איבערראשט מיט

זייער סערוויס.

אלזא, לאמיר אייך פארציילן מער, און געבן א דעטאלירטן אריינבליק איבער מיין

געשמאקער ערפארונג, פון וואס איר אלע קענט אויך געניסן.

דוד אפעל