ISSUE 43 — MAY 28 '25 — MONSEY YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — חג השבועות תשפ״ה — בס״ד
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
N E W D E V E L O P M E N T !
נעבן שכונת ויואל משה105 אויף קאונטי רוט
דירות מיט
ממש אלע
מעלות!
שטילע פריוואטע גאס
הערליכע אפגרעיטעד דירות
רום'ס אוועילבל10 און7 ,6 ,5
פרוף ווענט-סאונד
גרויסע פראקטישע קאך
סטארידזש רומס
שיינע גרויסע פארטשעס
קאמערשעל עלעוועיטאר
און נאך פילע מעלות
PROJECT FULLY APPROVED
Changor
Estates
Bringing it all together.
52 Bakertown Road Suit #419
Monroe, NY 10950
info@looprealtyinc.com
נפתלי הירצקא לאנדא
הערש אלימלך ניעדערמאן
Upstate: 845-388-1155
Brooklyn: 718-925-2262
$300
Per. Sq. Foot
פאר די ביליגע
פרייז פון
Customized Layouts Available
י
ט
ע
ל
א
ו
ו
ק
ר
ע
י
י
ז
ט
י
מ
ט
נ
א
ק
א
ב
שטילע פריוואטע גאס
!אין קרית יואל
:ערשטער קאפיטל
פארנעפלט
:אין אפיס
עצות ביי א דזשאב
:מעשה שהיה
גוי קדוש
SS25 FASHION
2 Leipnik way unit 001
845.288.4827
Sun. & Wed. 12:00-6:00
בס״ד
Surexposé - 845.232.0205
Hey, Grad!
we carry beautiful
white blouses avail.
in sizes XL to 5X
May 28 '25
—
—
THERAPY SERVICES
24/7
EARLY INTERVENTION
CLASSROOM
4חג השבועות תשפ״ה—
—
FLOWERS WITH IMPACT
F L O R A L B A R
V A S E T O P P E R S
F L O R A L A R R A N G E M E N T S
THURS MAY 29: 12-3PM & 8-10PM | FRIDAY MAY 30: 11AM-2PM | MTS’K: 10PM-1AM | EREV YOM TOV: 10AM-3PM
View
our
Cog
info@budsmonsey.com
dreams
e
Blossom
225 MAPLE AVE. / 845.274.8546
Excluding layette , basic , simcha
700 Bedford Ave.
718.935.0207
Whatsap
845.783.0808
7 Garfield Rd.
845.783.0800
Exclusive New Gowns
arriving Sunday !
ב״ה
Help him
build a
brighter
future.
info@connectivityny.com
845.504.9994 | 44 Eisenhower Ave. New Square
Accessing HCBS, CFTSS, and Self Direction
Community Classes shouldn't be complicated. We
provide clear guidance on approvals and deliver
engaging programs that empower your child.
Quick sign-up. Real gains.
Private Tutoring
Guitar
Mentoring
Voice and Recording
Violin
Social Skills
Arts and Crafts
Keyboard
Swimming
vigigee.com
שוין דא צו באקומען
אין אלע געשעפטן
ארי סאמעטARI SAMET
Distrubted by:
חג השבועות תשפ״ה
MAY 28 ‘25 — ISSUE 43
12
12
14
18
22
33
23
INBOX
נאטירליך
Reflections
אין אפיס
שפיץ גליק
רעסעפיס
פארנעפלט
צירקל© The Yidene Publication.
Published by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication
may
be
reproduced in print or digital
form without prior written
consent.
The
publisher
reserves the right to edit all
submissions for clarity, length,
and
editorial
standards.
Submitted materials will not
be returned. The Yingerman
Publication is not liable for
the kashrut of any advertised
product or service featured in
these pages. Additionally, The
Yingerman
Publication
assumes no responsibility for
the
content
of
articles,
advertisements, or referenced
books within this publication.
THE YIDENE
WEEKLY FREE PUBLICATION
MAILING
215 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
EDITOR’S DESK
EDITOR@THEYIDENE.COM
845.666.0056 EXT. 108
—
COMMENTS AND
SUGGESTIONS
FEEDBACK@THEYIDENE.COM
845-377-0057
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
845.666.0056 EXT. 1
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
38
845.402.1703
42
One name.
Every appliance.
Zero guesswork.
TRUST.
EXPERTISE.
SERVICE.
For over 25 years, MS Appliances has been trusted to bring
quality appliances and expert service to every home — and
now, to your new home or summer home. From basics to
high-end and everything in between, we’ll help you elevate
your summer space — and every space — in style.
Every style. Every brand. Every reason to upgrade.
(845) 390-2005 | info@msappliances.com
Top Choice for
Interior Designers
Proud to be the go-to
appliance source for
interior designers
and their clients.
ברוינע צוקער
אינבאקס
, און דאס בעג לייג איך אין אziploc bag איך וויל מיטטיילן פון מיין ערפארונג וועגן ברוינע צוקער: איך לייג עס אריין אין א
.קאנטעינאר. עס בלייבט פריש און ווייך
. עס זאל נישט צוקומען קיין לופט דערצוairtight די קונץ איז אז עס זאל זיין ווי מער
■
דריי-איך זע מ'שרייבט דא וועגן ברוינע צוקער. איך וויל זאגן א גוטע עצה אז ס'זאל זיך האלטן גוט, אז מ'לייגט אריין צוויי
. אינעם בעג פון די ברוינע צוקער און אזוי האלט זיך עס פרישMarshmallows
בעיביסיטינג
אינבאקס
איך וויל צולייגן צום בריוו אויסטויש אויב אן
ארבעטסגעבער זאל באצאלן בעיביסיטינג פאר די
.ארבעטער אדער נישט
אסאך מאל זענען דא פרויען וואס זענען
, און אנשטאט בעטן בעיביסיטינג קומען זייproactive
צום בעל הבית מיט אן אפפער: איך וועל טון א דזשאב
וואס מען צאלט דערויף מער, צ.ב. ווערן א מענעדזשער
אנשטאט א סעקרעטארין, און אזוי וועט זיך לוינען אז
מען זאל מיר צאלן בעיביסיטינג אנשטאט דאס געלט
.וואס איך וואלט געדארפט מאכן אויף דער פאזיציע
אבער אסאך מאל וועלן פרויען נישט טראכטן
דערפון פון פאראויס און מען קומט צוריק נאך א
בעיבי האפנדיג צו באקומען בעיביסיטינג. זיי ווערן
פרוסטרירט ווען מען גיבט זיי עס נישט און זייער
טשעק ווערט מאגער, בשעת דער בעה"ב קען באשטיין
.אז זי זאל גיין פון זיך אליין
איך טראכט אז אפשר וואלט געווען א גוטע עצה
אז א בעה"ב זאל זאגן פאר דער ארבעטער וויפיל זי איז
אים ווערד. אויב עס איז דא א געלעגנהייט צו באקומען
א העכערע פאזיציע קען מען עס איר אפפערן, און אויב
נישט איז שוין א גרעסערער חסד איר צו זאגן אז אפשר
.זאל זי זוכן א פלאץ וואו עס לוינט זיך איר יא
אנשטאט לאזן אן ארבעטער סתם אויסבלוטיגן, קען
מען אפענערהייט זאגן וואס מען האט צו זאגן אנשטאט
נאך ענטפערס צום אפנהארציגן
בריוו
אינבאקס
איך שפיר פאר א חוב צו מעורר זיין אז דער צוגאנג
צו חתונה האבן על פי תורה איז גענצליך פארקערט פון
וויאזוי ס'גייט צו אין דער דרויסנדיגער וועלט, און ווען
מען לאזט חלילה אריינקומען ביי אונז דער דרויסנדיגער
בליק אויף דעם, איז עס א חורבן. דער וועלטליכער
.צוגאנג איז נישט עפעס וואס איז שייך פאר אונז
ביי אונז ווייסט מען אז צוויי נשמות קומען זיך צוזאם
און מאת ה' היתה זאת. עס איז נישטא אזא מציאות ווי א
.marriage , מען דארף מאכן א גוטעmarriage גוטע
,עס איז אן עבודה וואס באגלייט אונז ביז'ן לעצטן טאג
זיך- און דאס איז אייגנטליך דער ציל פון חתונה האבן
.אויסצושלייפן איינער דעם צווייטן
פאר'ן אריינגיין אין מסכת גיטין, דארף מען קודם
ריכטיג פארשטיין מסכת קידושין. גיטין איז געמאכט פאר
.ווען עס איז נישט געזונט און עס איז מסוכן צו בלייבן
פארשטייט זיך אז עס איז עפעס וואס מוז האבן דעת
.תורה
איך פיל אז צו לאזן אזא בריוו אומפארענטפערט קען
זיין גאר שעדליך פאר יונגע פארפעלקער וואס ליינען די
אויסגאבע. אין יעדן פאל איז די נושא עפעס וואס דארף
.ווערן דורכגערעדט מיט ערנסטע רבנים
דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט
.ארויסקומען קיין מכשולות
,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק
feedback@theyidene.com
845-377-0057
12חג השבועות תשפ״ה—
—
14חג השבועות תשפ״ה—
—
נאטירליך
כ
די צו פארשטיין ווי אזוי עקסערסייז קען אזוי בענעפעטירן
דעם מח, לאמיר אנכאפן איין ביישפיל. זייער אסאך פון די
ברעין דזשים איבונגען זענען געבויט איבער צוזאמברענגען
די רעכטע זייט מיט דער לינקער זייט פונעם קערפער אויף
פארשידענע אופנים, ווי ברענגען די רעכטע האנט צום לינקן
,פיס און פארקערט, טוישן פאזיציע פון דער רעכטער און לינקער האנט
אא"וו. דער ציל פון דעם אלעם איז צו פארבינדן די רעכטע זייט מח מיט דער
.לינקער זייט פונעם מח
דער מח איז צעטיילט אין צוויי: דער רעכטער האלב און דער לינקער
האלב, און ביידע זייטן האבן אנדערע פונקציעס. די לינקע זייט פונעם מח איז
דער אנאליסטישער חלק – דאס איז דער טייל וואס איז פאראנטווארטליך
אויף לאגיק, ווערטער, נומערן, חשבונות און דעטאלן. די רעכטע זייט איז
דער שעפערישער טייל, וואו עס געפינען זיך די געפילן, אינטואיציע, און
.שעפערישקייט
אין דער לינקער זייט געפינען זיך די אפטיילונגען וואס זענען
,פאראנטווארטליך פאר נומערן, חשבונות, מאטעמאטיק, ליינען, שרייבן
פארשטיין ווערטער, שטארקע קאנצענטראציע, און צענעמען דעטאלן פון
.א זאך
אין דער רעכטער זייט מח געפינט זיך דער פארשטאנד צו קונסט ווי
מוזיק און מאלעריי, די מעגליכקייט צו דערקענען פנימ'ער, פארשטיין
געפילן, דער פארשטאנד אויפצוכאפן דעם טאן פון געזאגטע ווערטער, און
."ליינען "צווישן די שורות
די ארבעט איז טאקע איינגעטיילט צווישן ביידע זייטן, אבער באמת
וועט א מענטש כמעט אלעמאל נוצן ביידע זייטן אינאיינעם ביים דורכפירן
סיי וועלכע אויפגאבע. צום ביישפיל, ווען מען הערט איינעם רעדן, וועט
די לינקע זייט אויפכאפן די ווערטער, בעת די רעכטע זייט וועט אויפכאפן
.באוועגונגען, און די געפילן וואס יענער ווייזט ארויס-דעם טאן, די האנט
אינאיינעם וועלן זיי צוזאמשטעלן א פולע בילד פון וואס יענער האט
פרובירט ארויסצוברענגען. אזוי אויך ווען מ'וויל אנקומען ערגעץ, וועט די
רעכטע זייט האבן א בילד פון וואו עס איז, און די לינקע זייט וועט עס
,צעטיילן אין דעטאלירטע אנווייזונגען: קודם דארף מען מאכן א רעכטס
אביסל שפעטער א לינקס, אא"וו. די לינקע זייט באפעלט די גלידער וועלכע
באוועגונגען צו מאכן, בשעת די רעכטע זייט מאכט דעם גאנג ריטמיש און
.גלאטיג
האט איר שוין אמאל געהערט א ניגון און געוואוסט אויף זיכער אז
איר קענט עס פון ערגעץ, אבער איר האט זיך בשום אופן נישט געקענט
דערמאנען פון וואו, אדער וואס די ווערטער זענען? דאס איז מסתמא
ווייל אייער רעכטע זייט מח האט דערקענט דעם ניגון, אבער די לינקע
זייט געדענקט נישט אדער פארבינדט עס נישט מיט דעם ניגון וואס איר
קענט. דער רעכטער מח פארשטייט דעם טאן, ריטעם, און קען אפילו
פארבינדן וועלכע געפיל איר האט געשפירט דעם פאריגן מאל ווען איר האט
עס געהערט, אבער ער קען נישט געדענקען קיין ווערטער און קיין שום
ארומיגע פרטים דערוועגן. דאס זעלבע קען זיך אודאי מאכן פארקערט: מען
קען געדענקען אז פאראיאר אין א ווינטערדיגן מוצ"ש ביים יערליכן דינער
פון יענעם מוסד, האט מען געהערט א שטייטע הארציגע ניגון וואס האט
זיך גערעדט וועגן דאס און דאס, און מען קען אפילו איבערזאגן געוויסע
ווערטער און פראזן דערפון, אבער מען הייבט נישט אן צו געדענקען ווי אזוי
דער ניגון איז געגאנגען. דאס פאסירט ווען עס קומט ארויף אין זכרון נאר פון
דער לינקער זייט. דאס זעלבע איז ווען מען געדענקט א מענטש נאר מיט
.זיין פנים – אן זיין נאמען, אדער פארקערט
ברעין דזשים
15
May 28 '25
—
—
Hide
Show
candidates
sign up free!
purplestairs.com
For anyone looking for a job -
Join 1,300 candidates.
brandrightmarketing
Feeling
stuck?
Don’t
lose your
current
job
while you
look for a
new one.
An online platform where
candidates enjoy full privacy as
they look for their next opportunity
while sharing revealing details
with employers they choose.
Employers love that candidates
previously inaccessible are
now available to them.
ש. גוטמאן
יעדער מענטש וועט געווענליך האבן איין זייט פון זיין מח וואס וועט
דאמינירן איבער אים מער ווי דער צווייטער זייט, און דאס וועט זיך דערקענען
,אויף דעם מענטש'נס נאטורן. א מענטש וואס זיין לינקע זייט איז שטארקער
וועט זיין א פראקטישער גראדער טיפ וואס פארשטייט גוט צו חשבונות און
נומערן, לעבט מיט א זייגער, נעמט אין אכט דעטאלן, און טוט יעדע זאך אין
א סדר. איינער וואס זיין רעכטע זייט דאמינירט וועט זיין מער א שעפערישער
סארט וואס ארבעט מיט געפיל, אן סיי וועלכן סדר, וועט אנקוקן א געדאנק ווי
איין גרויסע בילד, און וועט ווייניג וואס אריינקלערן אין די קליינע דעטאלן. אזא
.איינער וועט אויך אפט פארשטיין צו קונסט ווי מאלעריי און מוזיק
אבער אפגעזען וועלכע זייט איז שטארקער, נוצט יעדער כסדר מענטש
ביידע זייטן, און די צוזאמענארבעט צווישן זיי איז קריטיש וויכטיג. עס איז
דא א חלק אין דעם מח, וואס רופט זיך דער "קארפוס קאלאסיום", וואס איז
פאראנטווארטליך פאר דער פארבינדונג צווישן די צוויי זייטן מח. די אנטוויקלונג
פון דעם קליינעם אבער וויכטיגן טייל רופט זיך אפ אויף פילצאליגע פונקציעס
.ווען די פארבינדונג איז נישט ווי עס דארף צו זיין
דא נוצן מיר אויס אן אינטערעסאנטן פאקט. די טעכנישע אויפגאבעס פון
דעם קערפער זענען אויך צעטיילט צווישן ביידע זייטן מח. עס איז אייגנטליך
איינגעטיילט פארקערט: די רעכטע זייט איז פאראנטווארטליך פאר דער
לינקער זייט פונעם קערפער, און די לינקע זייט מח פאר דער רעכטער זייט
,פונעם קערפער. די רעכטע זייט מח קאנטראלירט וואס דאס לינקע אויג זעט
וואס דאס לינקע אויער הערט, און וואס די לינקע האנט שפירט. און אזוי אויך
.פארקערט
ווען דער מענטש נוצט ביידע זייטן פונעם מח אינאיינעם, אדער טוישט שנעל
אהין און צוריק פון רעכטס צו לינקס, שטארקט דאס די פארבינדונג אין מח פון
דער רעכטער צו דער לינקער זייט און בויט אויף אירע מעגליכקייטן צו טוישן
שנעל און גלאטיג פון איין זייט צום צווייטן. די איבונגען זענען נישט שווער, עס
,באשטייט פון נישט קיין שווערע באוועגונגען פון די הענט, און צומאל פיס
אבער עס טוט אויף זייער פיל. עס קען העלפן דאס קומענדיגע מאל ווען דער
מענטש ווערט איבערגענומען פון געפילן, נישט צו ווערן פרוסטרירט, נאר זיך
לייכט פארבינדן צו זיין לאגישער זייט אינעם מח און זיך קאנטראלירן. ווייל ווי
אנדערש די צוויי אקטן זענען איינער פון אנדערן, דארפן זיי ביידע צוקומען צו
דער זעלבער פארבינדונג, צו דער קאמוניקאציע פון ביידע זייטן מח. דעריבער
קען איין אקט שטארקן די פארבינדונג, וואס זאל אויך ארויסהעלפן דעם צווייטן
.אקט
ברעין דזשים ארבעט אויף אזא אופן מיט א רייע סארטן איבונגען וואס
זענען געאייגנט ארויסצוהעלפן מיט פארשידענע אנדערע פונקציעס פון דעם
מח. די לייכטע פיזישע איבונגען בויען אויף די ריכטיגע פארבינדונגען צו קענען
טון פיל מער אין באוועגונג, חושים, לערנען און געדענקען, זיך ספראווען מיט
געפילן, און נאך. עס זענען פארהאן א רייע פארשידנארטיגע סארט ברעין דזשים
.איבונגען פאר אנדערע טיילן אין מח
.מער דערוועגן קומענדיגע וואך אי"ה
16חג השבועות תשפ״ה—
—
It’s been 70 years and
you’re still craving Klein’s.
Made in the USA
17
May 28 '25
—
—
To the
Fullest!
Gooday helps girls discover
their talents through various
exciting classes, all in a positive
and supportive environment.
Call to register today!
845.646.6329
Transportation provided.
Snacks and lunch included.
Opening Soon: Girls Exercise Class!
Jump, stretch, and have fun while staying active.
Our new class is designed to keep girls fit and energized,
all in a positive, supportive environment.
G O O D A Y
For Ages 8+ | Each class is divided by age.
ר. שטערן
״
"?רייזעלע
דער בלויער מארקער איז ארויסגעפאלן פון מיין האנט
און האט זיך פאמעליך אראפגעקוילערט פונעם טיש. איך
האב אויפגעהויבן מיינע אויגן פונעם פאפיר אין וואס איך בין
.פערטל שעה-געווען פארזינקען די לעצטע דריי
?ווער רופט מיך
איך האב באטראכט מיין קונסטווערק מיט שטאלץ. מאמי וואלט
דאס אזוי אויסגערימט! זי איז אלעמאל געווען אזוי איבערגענומען
פון מיינע מאלערייען. "דו וועסט נאך זיין א גרויסע מעלערין איין
טאג," פלעגט זי מיר שטענדיג זאגן מיט ליבשאפט. אלעמאל ווען
איך האב געענדיגט מאלן א שיינע סצענע האט זי גענומען דאס
בילד און עס אויפגעהאנגען אויף דער וואנט אין קאך. "אזוי וועל איך
"!עס קענען זען א גאנצן טאג, מיין רייזעלע
פאר וועמען קען איך יעצט ווייזן מיין הערליכע בילד וואס איך
האב נארוואס געמאלן? פאר באבי? נע, זי איז שוין צו אלט צו זיין
אינטערעסירט אין אזעלכע קינדערישע מאלערייען... אפשר זיידי
וואלט עס געגליכן צו זען. זאל איך עס ווייזן פאר טאטי? אבער
טאטי ווערט אזוי טרויעריג יעדעס מאל וואס איך ברענגט נאר אויף
סיי וועלכע זאך וואס האט שייכות מיט מאמי עליה השלום – עליה
.השלום מיינט אז זי זאל רוען מיט שלום, אזוי האט זיידי מיר געזאגט
.מיין הערצעלע איז פארקלעמט געווארן
איך האב געגלעט דאס פאפיר מיט מיינע הענט און באטראכט
,מיינע מאלערייען. דא איז די גן עדן שטוב וואו מאמי וואוינט יעצט
און דא זענען אלע גוטע זאכן וואס מאמי האט אין איר גן עדן. זי
שמייכלט ווייל זי איז פרייליך דארט. זי פאכעט מיט איר האנט צו
מיר, און זי זאגט מיר אז זי האט מיך ליב. און אויך אז אסאך מאל ווען
איך בענק זיך צו איר, בענקט זי זיך צוריק צו מיר, אפילו זי איז יעצט
,אינעם בעסטן פלאץ. ווייל ווי אזוי קען עס זיין דער בעסטער פלאץ
?אויב איר באליבטע רייזעלע געפינט זיך נישט מיט איר דארט
ניין, האב איך אפגעמאכט, איך ווייז עס נישט פאר טאטי! ער
קען נאך אפשר וויינען, און מען טאר נישט מאכן אז א טאטע זאל
!וויינען חלילה
"?"רייזעלע
דאס קול האט זיך דאס מאל געהערט עטוואס העכער און
.נענטער. איך האב זיך ארומגעדרייט קוקן ווער דאס איז
"!"אה, טאטי
מיין טאטע האט מיר געשאנקן א טיפן בליק. אויך זיין קול האט
זיך געהערט טיף, און טרויעריג. אזויווי "דעמאלט". האט עפעס
!?שרעקליך פאסירט צו אים
"וואס איז געשען טאטי?!" האב איך געפרעגט מיט א
דערשראקענער שטימע. "זאג מיר אלעס! איך בין שוין א גרויסע
"!מיידל, דו דארפסט גארנישט באהאלטן פון מיר
מיין טאטי האט מיך ארומגענומען און אראפגעזעצט אויף דער
.סאפע נעבן אים
"רייזעלע," ווידעראמאל יענע מיסטעריעזע קול וואס זאגט
"...נישט אן צופיל גוטס, "מיין רייזעלע
ער האט מיך געגלעט מיט ליבשאפט. איך האב געפילט ווי מיינע
האר ווערן נאס פון זיינע טרערן. איך בין געזעסן שטיל, פרובירנדיג
צו אויסגעפינען וועלכע באמבע ער גייט אט ארויסלאזן. אבער
טאטי האט געשוויגן. א לאנגע, פיינפולע שווייגעניש. און מיין הארץ
.האט געהאמערט מיט שרעק
"טאטי," האב איך ענדליך גענומען די כוחות, "ווער איז נפטר
"...?געווארן
"אוי, מיין רייזעלע," האט ער זיך צולאכט. צולאכט! איך האב
נישט געגלייבט אז מיין שאלה איז געווען אזוי קאמיש. פריער האט
.ער געוויינט, און יעצט לאכט ער. אזא מאדנע סיטואציע
"שעפעלע, דו האסט מורא געהאט אז נאך א טראגעדיע האט
,פאסירט?" ער האט מיר געגעבן א שטארקן קניפ אין בעקל, "ניין
".ניין. אלעס איז אין בעסטן ארדענונג
"...?"דעמאלטס פארוואס ביסטו אזוי... אזוי טרויעריג
,"איך בין נישט טרויעריג," האט ער לאנגזאם גענטפערט
ציילנדיג זיינע ווערטער. "אממ... איך בין אביסל... איך בין בלויז
".אביסל פארטראכט
"?"איבער וואס טראכסטו, טאטי
"איבער וואס איך טראכט שעפעלע?" האט ער איבערגעפרעגט
פארקלערט. " זייער א גוטע שאלה." ער האט געגלעט זיין בארד און
".אראפגעלאזט זיין בליק, "איך טראכט פון אסאך זאכן
"?"למשל
"..."איך טראכט פון מאמי
"יא?!" איך האב נישט געגלייבט אז מיין טאטע רעדט אזוי
אפן פון זיינע געפילן. עס איז מיר געווען אזא איבערראשונג. "דו
"?טראכסט אויך אסאך מאל פון איר
"יא, זיכער רייזעלע. איך קען נישט פארגעסן פון איר." א
.פארווייטאגטן אויסדרוק האט באדעקט זיין געזיכט
"דעמאלט ווילסטו זיכער זען מיין בילד וואס איך האב יעצט
גענדיגט מאלן." איך בין אראפגעשפרינגען פון דער סאפע, און פלינק
.געלאפן ברענגען מיין הערליכע ווערק
"קוק טאטי! איך האב געמאלן מאמי'ס הויז אין גן עדן. ס'איז
"?הערליך, אמת
"עס איז זייער שיין," האב איך אים ענדליך געהערט זאגן, אבער
מיט יענער מיסטעריעזער שטימע וואס ער האט פריער געהאט. ער
.האט עס נישט ליב, האב איך פארשטאנען
4 פון1 קאפיטל
:פארזעצונג פון פריער
רייזעלע, א יתומה, איז פארקלעמט ווען
ביים גראדואירן זעט זי נישט קיינעם פון
,איר פאמיליע. צום סוף קומט איר מומע אן
אבער זי ווערט צעקלאפט פון פריש ווען
זי הערט אז זי איז נאר געקומען ווייל די
.מער נישט אלייןפארעלטערטע באבע האט איר געשיקט
18חג השבועות תשפ״ה—
—
,קורצע פארזעצונג
באזירט אויף א
מעשה שהיה
פארזעצונג קומט אי"ה
"פארוואס האסטו נישט ליב דאס בילד טאטי? קוק ווי פרייליך
מאמי איז דא. זי שמייכלט און זי קוקט צו מיר. דו דארפסט נישט זיין
אזוי טרויעריג." איך האב אים שטארק ארומגענומען. "איך וויל נישט
אז דו זאלסט זיין אזוי טרויעריג," האט איך געשעפשעט מיט טרערן
.אין מיינע אויגן
.טאטי האט נישט געענטפערט. מיין הארץ איז איינגעגאנגען
נאך עטליכע שטילע מינוטן, האט טאטי ארויסגענומען פון זיין
טאש א גרויסע פעקל פון נייע מארקערס. איך בין געווען זייער
.פארוואונדערט
"?"רייזעלע, דו ביסט שוין זייער א גרויסע מיידל, אמת
"זיכער!" איך האב אויסגעגליכן מיין רוקן מיט חשיבות, "יעדער
"!זאגט עס מיר
טאטי האט זיך צושמייכלט, און מיין הארץ האט זיך
!אויסגעברייטערט. טאטי איז שוין פרייליך, ענדליך
"איך קען שוין אפילו מאכן מיין בעט אליין, וואשן געשיר און
אויסקערן דעם קאך!" האב איך אים מיט שטאלץ מיטגעטיילט
אלעס וואס די יתומה'שאפט האט מיר געלערנט. "באבי זאגט אז
"!איך בין א קליינע מאמעלע
"ריכטיג, רייזעלע. דו ביסט שוין זייער, זייער גרויס." האט ער
,שטיל געזאגט, נאכאמאל מיט יענער מיסטעריעזער שטימע
.דערלאנגענדיג דאס גלאנציגע פעקל מארקערס אין מיין האנט
איך האב איינגעהאלטן מיין אטעם און געווארט אז ער זאל
פארזעצן. עפעס דראסטיש גייט ער מיר יעצט זאגן. איך האב עס
.געשפירט
"דו ווייסט רייזעלע," האט ער פארגעזעצט מיט יענעם
מיסטעריעזן קול וואס איז האב זייער נישט ליב געהאט. "גרויסע
"—מיידלעך קענען שוין טון זאכן וואס זענען אויך אביסל שווער
."איך קען!" האב איך אים איבערגעהאקט
"גערעכט! איך ווייס אז דו קענסט," איך האב געשאקלט מיינע
פיסעלעך מיט אנגסט, "און איך וויל דיר יעצט דערציילן א פרייליכע
".זאך און אויך אביסל א טרויעריגע זאך
.איך האב אנגעהאנגען אין אים צוויי האפענונגספולע אויגן
"."נאך אביסל גייען מיר באקומען א נייע מאמע
ער האט פארזיכטיג באטראכט מיין רעאקציע. איך האב נישט
.רעאגירט
"אבער עס קען נאך נעמען עטליכע חדשים ביז זי וועט קומען
וואוינען דא אין אונזער הויז. אפשר וועלן מיר אפילו אריבערמופן צו
".א נייעם הויז אין אן אנדערער שטאט
ער האט גענומען א טיפן אטעם. "אבער ביז דעמאלט וועל איך
".נישט זיין אינדערהיים מיט דיר
.מיינע הארץ קלאפענישן האבן זיך פארשנעלערט מיט שרעק
."וואו וועל איך זיין?!" האב איך אויסגעשריגן
"טאטי גייט אוועקגיין פאר אביסל, אבער נאר פאר א קורצער
צייט," האט ער מיר פארשפראכן, כאטש זיין צוזאג האט נאר
געברענגט מער צעמישעניש אין מיין מח'ל, "און דו וועסט איינשטיין
".ביי מומע לאה'לע אין מאנסי
איך האב פרובירט צו פארדייען די אלע אינפארמאציע. וואו
?גייט טאטי זיין פאר אזוי לאנג? ווען גייט ער צוריק אהיימקומען
?פארוואס לאזט ער מיך איבער אליין? און ווער איז מומע לאה'לע
"מומע לאה'לע פון מאנסי האט אסאך מיידלעך, מיט וועמען
דו וועסט קענען שפילן און פארברענגען," האט ער פרובירט
אריינצובלאזן אביסל לעבן אין זיין פארלוירענער שטימע. "עס וועט
".דיר זיין גוט דארט
איך האב עס נישט געוואלט אננעמען. הייסע טרערעלעך האבן
אנגעהויבן צו שטראמען אויף מיינע באקן, און כ'האב איינגעגראבן
.מיין קאפ מיט געוויין
"ניין, ניין!" האב איך געשריגן. "איך וויל נישט אז דו זאלסט
"!אוועקגיין! אפילו נישט פאר אביסל
.מיין טאטע האט געגלעט מיין פנים, און געשוויגן
"פארוואס קען איך נישט מיטקומען מיט דיר?!" האב איך נישט
פארשטאנען. "איך גיי זיין אזוי וואויל, איך זאג דיר צו! דו אליין
האסט געזאגט אז איך בין שוין זייער א גרויסע מיידל, איז קען איך
"—געהעריג מיט
"יא רייזעלע, דו ביסט טאקע א גרויסע מיידל, אזוי האב איך
,פריער געזאגט," זיינע אויגן האבן אויסגעדרוקט פארלוירנקייט
אבער זיין שטימע האט זיך געהערט גאנץ פעסט, "און טאקע ווייל
דו ביסט שוין אזוי גרויס און ערוואקסן גלייב איך אז דו וועסט זיך
אויפירן שיין ביי מומע לאה'לע'ס הויז, אפילו עס וועט נישט זיין אזוי
".גרינג, ביז איך וועל דיך קומען אהיימברענגען
איך האב אויסגעבראכן אין א שטורעמישן געוויין, און זיך
.היסטעריש אראפגעווארפן אויף דער ערד
"טאטי!" האב איך געכליפעט, "ווען מאמי איז אריינגעפארן אין
.שפיטאל, האסטו אויך געזאגט אז עס וועט זיין נאר פאר אביסל
"!אבער זי איז... זי איז מער נישט דא
מיין טאטע'ס אויגן האבן זיך אנגעפילט מיט א געדעכטער
.פליסיגקייט
"מאמי איז אין א בעסערן פלאץ ווי א שפיטאל, " האט ער שטיל
.געשעפשעט
"טאטי..." איך האב געשטאמלט, נישט וויסנדיג ווי אזוי צו
אויסצודריקן מיין שרעק און פארלוירנקייט. "טאטי, דו גייסט אויך
"!?מער נישט צוריקקומען צו מיר
19
May 28 '25
—
—
Join Bright Brush!
Grab your spot now!
888-999-6104
BrightbrushAcademy.com
Perfect for:
• Summer fun & entertainment
• Building real design skills
• Turning creativity into a career
Time to turn your
creativity into a real skill
C H O O S E Y O U R C R E AT I V E T O O L K I T
Course-in-a-Box
• Tablet with full
course
• USB + All files
• Printed booklet
Anywhere, anytime!
Optional
Laptop Rental
(pre-loaded
with software
and files)
Fully Online
Version
Available.
Learn from
anywhere!
זומער איז שוין כמעט דא
מאך זיכער דיין טאכטער'ס קריעיטיוויטי איז מסודר
גיב איר
די היימישע
גרעפיקס
קורס!
Taught by Baily Biederman
A fun, supportive instructor who makes learning
enjoyable and leaves you feeling confident and proud.
InDesign | Illustrator | Photoshop
Beginner to advanced, we take you all the way.
Get the full graphics course made for girls
Fun, confidence-boosting, and career-worthy.
22חג השבועות תשפ״ה—
—
אין אפיס
א
ויף דער גרויסע נאכפראגע פון עלטערן צו הערן מער איבער
וואס עס איז וויכטיג צו קוקן ווען מען זוכט א דזשאב פאר
די טעכטער וואס גייען יעצט ארויס פון סקול, האבן מיר
The Work זיך אראפגעזעצט מיט מרת. מאשקאוויטש פון
., וואס העלפט ארויס פילע קאנדידאטן טרעפן פאסיגע שטעלעסAnchor
זי האט מיטגעטיילט עטליכע פראקטישע עצות פון איר ערפארונג, וואס
.וועט שטארק ארויסהעלפן נייע ארבעטערס צו אנהייבן מיט'ן רעכטן פוס
ווי מיר האבן שוין דערמאנט פאריגע וואך, איז וויכטיג צו צולייגן אביסל
קאפ ביים זוכן א דזשאב אז מען זאל אנקומען אין דעם ריכטיגן ארט. כאטש
ביי אונז היימישע אידן וועלן מיידלעך נישט זיין פאקוסירט אויף בויען א
קאריערע, און רוב מיידלעך וועלן נישט ארבעטן מער ווי ביז עטליכע יאר
נאך די חתונה, איז וויכטיג אז פאר דער קורצער צייט וואס מען איז יא אין
אפיס זאל עס זיין א געשמאקע ערפארונג סיי פאר די ארבעטער און סיי פאר
די ארבעטסגעבער, אז די ארבעט זאל קענען בלייבן א גוטן מקור פון פרנסה
.אויף ווילאנג עס פעלט זיך אויס
קוק אריין אין זיך.1
,נאך איידער מען הייבט אן טראכטן וועגן רעזומעיס און אינטערוויוס
איז וויכטיג צו נעמען א טריט אויף צוריק און זיך אויפריכטיג באקענען מיט
זיך אליין. דער יסוד פון א גוטער דזשאב איז וויסן ווער מען איז און וואס
זענען די אייגענע קוואליפיקאציעס. אויב מ'קען זיך נישט אליין, איז זייער
.שווער צו וויסן וועלכע סארט פאזיציע וועט דיך צופרידנשטעלן
עס איז וויכטיג פאר עלטערן זיך אראפצוזעצן מיט דער טאכטער און
האבן אן אויפריכטיגן שמועס, צו ארויסהאבן אין וואס זי איז גוט און וואס
?זי האט ליב. טויגט זי צו ארגאניזירן זאכן? האט זי ליב צו העלפן מענטשן
איז זי קריעטיוו אדער פאקוסירט אויף די קליינע פרטים פונעם בילד? ווען
מען האט ארויס די אייגנשאפטן און טאלאנטן קען מען גרינגער אויסוועלן
.א דזשאב וואס וועט זיין פאסיג פאר איר
וועלכע זאכן זענען וויכטיג פאר איר אין אן ארבעט? צי וויל זי עפעס וואס
איז רוטין און יעדן טאג דאס זעלבע, אדער עפעס וואס האט חידושים יעדן
טאג? צי איז זי געמאכט צו ארויסהעלפן אנדערע, אדער זיך אויסלערנען
?skills נייע
עס איז אויך וויכטיג צו טראכטן איבער וועלכן סארט אטמאספער זי
וויל. אפגערעדט אז עס דארף זיין היימיש און אויסגעהאלטן, זענען דא
מענטשן וואס ארבעטן בעסער אין א שטילן, רואיגן ארט און עס זענען דא
די וואס בליען ווען זיי זענען ארומגענומען מיט מענטשן און גערודער. עס
איז וויכטיג דאס צו נעמען אין באטראכט, כאטש נישט אלעמאל קען מען
.זיך דאס אויסרעכענען פון פאראויס
ווער בין איך .2
ווען עס קומט צו דעם שטאפל פון רעדן מיט אן ארבעטסגעבער, איז
וויכטיג אז א מיידל זאל קענען רעדן איבער זיך אליין מיט א קלארקייט און
,גענוג שנעל. זי זאל וויסן צו זאגן ווער זי איז, וואס עס זענען אירע כשרונות
און פארוואס זי פילט אז זי איז פאסיג פאר דער ספעציפישער פאזיציע. דאס
.וועט זיין איר "ווער בין איך" הקדמה
עס דארף זיין פשוט – עטליכע קורצע זאצן וואו מען ברענגט ארויס
די שטארקייטן, פארוואס מען איז אינטערעסירט אין דער ראלע, און
וואספארא ווערד מען קען ברענגען צו דער פירמע. דער רעזומעי ברענגט
טאקע ארויס די פונקטליכע פרטים, אבער דער "ווער בין איך" וועט געבן
דעם איינדרוק איבער'ן קאנדידאט פאר סיי וועמען מען זאגט עס, וואס זי
.שטעלט פאר מיט זיך און וואס זי וויל טון
סיי ווען מען רעדט צו איינעם איבער זוכן אן ארבעט, זאל עס אלעמאל
זיין פאזיטיוו און מיט דער נויטיגער קאנפידענץ. נוצט דאס איינגע'חזר'טע
."ווער בין איך" צו לאזן וויסן פאר מענטשן ווער איר זענט און וואס איר זוכט
איר קענט קיינמאל נישט וויסן ווער עס קען אייך צום סוף העלפן דערגרייכן
.אייער פאסיגע דזשאב
עצה: חזר'ט זיך איין דעם "ווער בין איך" הויך אויפ'ן קול ביז עס שפירט
זיך נאטירליך. דאס וועט אייך ארויסהעלפן ווען איר דארפט זיך פאקטיש
.פארשטעלן פאר איינעם
זיך גרייטן פאר'ן אינטערוויו .3
עס איז וויכטיג אנצוקוקן דעם אינטערוויו ווי א בלויזער שמועס מיט
נאך א מענטש. דער שליסל איז צו זיין זיך אליין. די ארבעטסגעבער ווילן
"אייך" קענען – נישט אייער רעזומעי. זייט רואיג, קאנפידענט, און גרייט
.אויפצואווייזן פארוואס איר זענט א פאסיגער קאנדידאט
זייט גרייט צו רעדן איבער אייערע שטארקע פונקטן און איבער וואס איר
ווילט זיך לערנען אין אייער ערשטער דזשאב. ארבעטסגעבער פארשטייען
אז איר זענט ניי, און זיי וועלן זוכן איינער וואס איז גרייט זיך צו לערנען און
.וואקסן אין דער ראלע
איר דארפט נישט בלויז ענטפערן די שאלות וואס מען פרעגט אייך
– נוצט דעם אינטערוויו אלס א געלעגנהייט צו פרעגן אייערע אייגענע
שאלות. צום ביישפיל, איר קענט פרעגן וויאזוי א געווענליכער טאג אין
אפיס קוקט אויס, אדער צי עס איז דא פלאץ צו וואקסן און באקומען
גרעסערע ראלעס. פרעגן שאלות ווייזט אז איר זענט ערנסט מיט זיך אליין
.און מיט דער ארבעט
.נאך עצות קומענדיגע וואך אי"ה
פראקטישע עצות ביים זוכן א דזשאב
E. HIRSCH
845-537-8900
INFO@CAREERPAIR.NET
Special Offer: Job Search and Job Success Journal for Graduates
The Job Search and Job Success Journal for high school graduates is available now for just $36. Packed with excellent tips and practical guidance, this journal is the
toolkit you’ll wish you had when you first started out on a job. It's designed to support you at every step —starting now and beyond.
For more information, or to order your copy, email:
coach@theworkanchor.com.
Mrs. Moskowitz is also available for Power Hour Coaching Sessions to help guide you through your job search and career decisions. Call or text: 718-810-5384.
23
May 28 '25
—
—
א
?פשר טיילענאל
העני האט ארויסגעשלעפט דעם באטל פון שענקל
און זיך אנגעפילט א גלעזל וואסער. אפשר וועט דאס
.וויי-מצליח זיין צו בארואיגן דעם שרעקליכן קאפ
זי האט זיך אראפגעזעצט ביים טיש, איינגעשלונגען
.די צוויי טאבלעטן און פאמעליך געזופט פון איר גלאז
נאך צוויי שלינגען האט דאס וואסער צוריקגעלאנדעט
אויפן טיש און העני איז שוין נישט דארט געווען. זי איז ווידער פארפארן
טעם. שולדיג איז די מנהלת מרת-צום נעכטיגן תנאים. אזא ביטערער נאך
.פליישער און אירע ווערטער וואס האקן מיר אין קאפ
.ווען ס'זאל ווען זיין איר קינד
"ריבי איז א כאראקטער. זי פירט די קלאס. אויב זי באשלוסט נישט
צו דאווענען איז עס נישט נאר זי, עס איז די גאנצע קלאס. עס איז ממש
אוממעגליך איר צו האלטן אין קלאס ווען זי באשליסט צו שטערן. נאך צען
מיידלעך הייבן אן לאכן און רעדן, און די איבריגע האלטן שוין אויך נישט
.מיט
"ריבי איז שוין אינדרויסן פון קלאס די לעצטע פאר טעג. איך האב שוין
גערעדט צו איר, איך האב שוין פרובירט זיין שטרענגער, אבער איך פיל ווי
איך רעד צו א וואנט. זי זאגט זי גייט זיין וואויל, אבער אין קלאס שטערט
.זי ווידער
"האט איר אויך באמערקט א טויש אין ריבי'ס אויפפירונג? זי האט א
"?פראבלעם מיט א חבר'טע אדער וואס
די מנהלת האט גערעדט, געפרעגט, געוואלט פארשטיין, און עכט
.פרובירט צו העלפן
..און זי, די פארשטעלטע מומע האט חוץ פון ברומען אה, אהא, און מממ
.נישט געקענט ארויסקראצן קיין איין נארמאלן זאץ
?וואס טראכט יעצט די מנהלת
אבער בעיקר האבן זיך די מחשבות געדרייט מיט ווילדע טענץ ארום
?דער שאלה: וואס טו איך יעצט
אירע שוועסטערליכע געפילן האבן געשריגן, 'דערצייל פאר מאלי! זי
דארף וויסן! זאכן וועלן זיך דערקייקלען ווייטער און ווייטער. די מנהלת איז
'...זיכער אז זי האט שוין ענדליך גערעדט צו ריבי'ס מאמע
.אבער זי קען נישט, זי קען פשוט נישט אויפהייבן א טעלעפאן צו איר
זי ווייסט גוט וואס די קאנסעקווענצן וועלן זיין – איין מאל איז געווען
גענוג. זעליג'ס רעאקציע איז אריינגעקומען קלאר, און גדלי' האט נעבעך
אריינגעכאפט קולות און שטרענגע ווארענונגען נישט ארויסצולאזן א סוד
.וואס ער האט נאך אפילו נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט
.וויסן-דאס-מוז-איז נישט – דערצייל טאקע נישט. אבער זי מוז. מאלי
העני האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט. אויב האט זי געמיינט אז זי וועט
.ווייטאג, האט זיך עס פילפאכיג פארערגערט-יעצט בארואיגן איר קאפ
גענוג! טראכט מער נישט. עס איז סיי ווי א מצב וואס דו קענסט נישט
העלפן. די רחמנות געפילן צו דיין שוועסטער נעמט דיך אזוי איבער אז
...באלד אפעקטירט עס שוין אויך דיין שטוב
העני האט זיך מיט כח אפגעשאקלט פון אירע מחשבות און זיך
בס"ד
שפיץ ביים
31 קאפיטל
גליק פון
ב. סימאן
מאלי שיקט איר שוועסטער העני צום תנאים אנשטאט איר. העני :אין קורצן פון פריער
פרובירט צו שפילן מאלי, און די מנהלת מרת פליישער טרעפט איר און רעדט צו איר
.איבער ריבי'ס פראבלעמען אין שולע
מאלי איז דערווייל אין שפיטאל ווען זי זינקט אין א שווארצער איינזאמקייט. שפעט
ביינאכט זיצנדיג אין לאבי פון שפיטאל קומט א פרוי צו איר. זי הייסט פריידי שפירא און
יעריג אינגל אין שפיטאל, און זי פרעגט איר פארוואס זי זעט אויס-זי איז מיט איר זעקס
.אזוי שלעכט און פארוואס איר משפחה העלפט איר נישט
24חג השבועות תשפ״ה—
—
ארומגעקוקט אין הויז. שיריים פונעם פרימארגן געיעג האבן איר געוואונקען
.פון יעדן ווינקל
העני האט געכאפט א בעזעם און אריין אינעם ערשטן צימער. 'מיין
'.ערשטע פליכט איז צו בלייבן א מאמע פאר מיינע קינדער
דאן האט א באמבע פלוצלונג אויפגעפלאצט אינעם צימער. נישט
קיין פיזישע באמבע, נאר א קליין משחבה וואס האט דורכגעריסן העני'ס
געדאנקען און עקפסלאדירט הונדערטער פראגע צייכנס איבערן גאנצן
.צימער
'???'ווען דו רוימסט דיין הויז ביסטו מאמע
…מאלי'ס הויז האט געשפיגלט און געגלאנצט נעכטן נאכט
.'אבער איך ארבעט אזוי שווער צו רוימען מיין הויז און עס האלטן ריין
קינדער דארפן א זויבערע הויז!' העני האט געפילט ווי זי וויל שרייען צו
דער וועלט, איבערשרייען דאס קול פון אמת וואס שניידט אריין אין איר
'!?סטאטוס אלס מאמע. 'ווער דען זאל רוימען א אידישע שטוב
.איינער וואס רוימט א הויז הייסט א רוימערקע
'אבער ס'איז וויכטיג! מ'מוז! ס'איז בושות אויב נישט. מאלי איז א
'.באלעבאסטע – איר הויז שפיגלט אייביג
?און ווען דאס הויז שפיגלט זענען די קינדער גליקליך און צופרידן
העני האט אריינגעלייגט איר קאפ צווישן אירע הענט. זי האט זיך
געשעמט פון זיך אליינס ווען בילדער פון איר שטוב און פון אירע קינדער
זענען דורכגעלאפן פאר אירע אויגן; א מאמע וואס איז אנגעצויגן און ברוגז
ווען יונתן ווארפט אראפ זיין הוט און רעקל, א צעשטערטע שבת סעודה
אויף אויסגעגאסענע קליקס, פארביסענע ליפן ווען יונתן איז טועם אביסל
,מזונות אין א קאך וואס איז דערקלערט געווארן ריין קוים א מינוט צוריק
.און די בילדער שטעלן זיך נישט אפ
דאס בילד פון מאלי'ס פארבענקטע קינדער זיך דרייען אין א הויז וואס
גלאנצט פון אויבן ביז אונטן, אזוי ווי זי האט אלעמאל געחלומ'ט אז איר הויז
דארף זיין, האט געשוועבט אין א נעפל. גלאנצן, פוצן, וואשן – נישט דאס
...מעסט א מאמע
שלומ'ס געוויין האט זיך געהערט פונעם אנדערן צימער. העני האט
געעפנט אירע אויגן און איבערגעשפרונגען דעם בעזעם וואס איז געפאלן
פלאך אויף דער ערד, זי האט ארויסגענומען שלום פון זיין בעטל און אים
צוגעדריקט צום הארץ. 'יעצט בין איך מאמע, יעצט בין איך די מאמע פון
שלום – א פליכט וואס קיינער אין דער וועלט קען נישט ערפילן… מיין
'.ערשטע פליכט – זיין א מאמע
א
זעליג האט פארקירט זיין קאר פארנט פון זיין הויז און מיט גרויסע טריט
ארויפגעשפאנט די קורצע רייע טרעפ. ער האט פלינק אראפגעדרוקט די
.קלאמקע און שטילערהייט פארמאכט די טיר הינטער זיך
מ'דארף האלטן אן אויפזיכט און מ'טאר גארנישט פארזען. די מאמע
,איז נישט דא, און מ'דארף זיך באווייזן אין שטוב אזוי ווי א משגיח אין קיך
פשוט צו זיכער מאכן אז אלעס פארט לויטן פלאן: די קינדער זענען אין
,חדר און אין סקול, דאס הויז ווערט גערייניגט, נאכטמאל ווערט געקאכט
...אז מ'זאל טאקע מיינען אז די מאמע געפינט זיך אין שטוב
טאש אויף דער ערד? איינער פון די-'איין מינוט! וואס ליגט דא א שול
'?טאש אינדערהיים-מיידלעך האבן פארגעסן זייער שול
.טאש און זיך געקראצט דעם שטערן-זעליג האט אויפגעהויבן דעם שול
'...'וועמענ'ס איז דאס? איך הייב נישט אן צו געדענקען
דער טאש האט זיך גרינג געעפנט און זעליג האט ארויסגעשלעפט
צעקנייטשע און אנגעקאטשקעטע פאפירן. 'אזוי לערנט זי? ניטאמאל איר
'.נאמען שרייבט זי
אבער דאן האט ער באמערקט אויף איינעם פון די פאפירן פיר קוים
.י-ב-י-ליינבארע אותיות. ר
."ריבי?!" זיין קול איז ארויסגעקומען מיט וואונדער, און אויך שאקירט
".א שטילע קול איז געווען זיין ענטפער. "יא
דארט, אויף איינער פון די סאפעס איז ריבי געלעגן אויסגעצויגן
.גלאצנדיג אינעם ליידיגן חלל אריין
זעליג האט געשטעלט גרויסע טריט אין איר ריכטונג. "ריבי? פארוואס
"?ביסטו אינדערהיים
ריבי האט זיך אויפגעזעצט און אראפגעלאזט אירע אויגן, "ווייל מיין
".מנהלת האט מיך אהיימגעשיקט
"!?"וואס
.א קליין שאקל מיט די אקסלען איז געווען איר ענטפער
"!?"מ'האט דיך אהיימגעשיקט פון סקול
ריבי האט נאך אלס געקוקט צו א פינטל אויף דער ערד, אבער איר
.שווייגעניש איז געווען א קלארן פאזיטיוון ענטפער-שטיל
"!?"דו ביסט אהיימגעקומען אליין
ריבי האט געגעבן א שלונג. "מאמי האט נישט אויפגעהויבן, און די
".סעקראטארין האט מיך אהיימגעברענגט ביז אונזער טיר
"דאס איז נישט נארמאל!" זעליג האט געפילט ווי ער קראכט. "עס איז
נישט דא קיין שום סיבה אין דער וועלט אז א מנהלת זאל אהיימשיקן א
"!מיידל
.ריבי האט פארביסן אירע ליפן און נאכאלץ נישט אויפגעהויבן די אויגן
"קום אריין אין מיין קאר, און איך נעם דיך יעצט צוריק אין סקול! איך
,וועל שוין רעדן צום מנהל." זיין קול איז שוין געווען עטוואס נידריגער
אבער ס'האט נאך אלס געבלעזלט ווי א קעסל פון כעס. 'א חוצפה! ס'איז
שפיץ ביים
גליק פון