January 26 '25
—
—
ISSUE 17 — Jan. 26 '25 — WILLIAMSBURG YIDENE • WEEKLY FREE PUBLICATION — בס״ד — פרשת בא תשפ״ה
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
חכמת נשים
א באלערנדע שמועס מיט די
חשוב'ע מרת. שפיצער תחי'
פענסטערל
די היסטאריע פון חלוקות...
צירקל
שטודיעס, עצות און געדאנקען
איבער 'נאשן ביינאכט'
C A R E A T H O M E
QUALITY CARE THAT
COMES TO YOU
— AT NO EXTRA COST!
718.635.1673
Sign up once to receive our contacts at your
doorstep and then reorder with a single click
every time you need a refill.
718.624.6911
therightcontact@gmail.com
www.therightcontact.nyc
All you have to do is
single click And next
thing you know, your
contacts are at your
doorstep.
SEE
HOW
EASY?
January 26 '25
—
—
IMAGINE
UNIMAGINABLE
THE
4פרשת בא תשפ״ה—
—
דער קוגל איז
יא פארווע.
ס'איז גאנץ קלאר...
Distributed by:
A&M Judaica & Gifts Inc.
דער זילבער פאפיר וואס- Kosher Foil
,דערציילט אייך גענוי וואס זי באהאלט
מילכיג, פליישיג אדער פארווע.
חידוש: ראולט זיך גאר גרינג ארויס
דורך א נייע ספעציעלע מעכאניזם!
• רייסט זיך לייכט און שיין אראפ
• געמאכט פון בעסטער
קוואליטעט
• אונטער דער מהודר'דיגער
התאחדות השגחה
Available in your local supermarket:
MEAT
DAIRY
PARVE
PARVE
January 26 '25
—
—
6פרשת בא תשפ״ה—
—
718.290.9300
Call or text:
A.P 917-617-7916
January 26 '25
—
—
א י ן א פ י ס
הוצאות ארויף
THINK YOU'VE HAD THE BEST
COOKED FISH? PROVE US WRONG.
EXPLORE OUR
EXTENSIVE
SELECTION OF
COOKED FISH
SALMON FISH
WHITE FISH
CARP FISH
PIKE FISH
FREE DELIVERY | CALL OR TEXT 718.875.7775 718.963.1390 | 340 FLUSHING AVE. (BET TAAFFE PL & CLASSON AVE)
ל כ ב ו ד ש ב ת ק ו ד ש
8פרשת בא תשפ״ה—
—
OUR EXCLUSIVE
Lillie
Shoes
Unveil new comfort
January 26 '25
—
—
It's not so much about the recipe as it is
about the quality of the ingredients. And
with Wondermills, the difference is obvious.
The Wonders
of Wondermills
10פרשת בא תשפ״ה—
—
The Doona X Car Seat Stroller
Delivered to your door.
Available Colors
$749.99
Get Yours Delivered Call / Text:
(845) 366-6225
Accessories:
Rain Cover $62.99
Carriage Bag $73.69
Winter Cover $92.99
The Bugaboo Cub Complete
Delivered to your door.
Accessories:
Wintercover - $169.99
Seat liner - $93.99
Carriage bag - $79.99
Rain Cover - $94.99
Boundle (Carriage bag,
Seat liner, Wintercover)
- $229.99
Available
Colors
$879.99
11
January 26 '25
—
—
12פרשת בא תשפ״ה—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
,מאכט זיכער אז ווען איך קום צוריק
פארמאגט איר די נויטיגע דאקומענטן!" האט
דער אפיציר געווארנט, שאקלענדיג א
דראענדיגן פויסט. "איר וועט ביטער
"!אפשניידן אויב איר איגנארירט די ווארענונג
אפגעזאגט זיין שטייפע מעלדונג האט דער
אפיציר ארויסמארשירט אינדרויסן, לאזנדיג די
.טיר זיך צוזעצן הינטער אים מיט א הילכיגן קראך
א דיקער גערוך פון טינט האט אים באגלייט ביז
ער האט געשטעלט זיינע פיס אויפ'ן באשנייטן
.באדן אינדרויסן
אינעווייניג אין דער דרוקעריי איז געווען פיין
ווארעם, אבער אין דעם צימערל וואו דער אפיציר
האט נארוואס אראפגעלאזט זיינע סטראשונקעס
איז געהאנגען א קעלט וואס די ענערגישע
פלאמען אינעם אייוועלע זענען נישט געווען
.אומשטאנד צו פארטרייבן
"וואס וועלן מיר טון?" די ווערטער האבן
האט
וואס
שטילקייט
די
דורכגעשניטן
איינגענומען דעם צימער ווי נאר דעם אפיציר'ס
.זידלערייען זענען שטיל געווארן
,דער אייגנטימער פון דער סלאוויטא דרוקעריי
א זון פון הרה"ק- הרה"ק רבי משה מ'סלאוויטא
האט אויסגעגליכן- רבי פנחס קאריצער זי"ע
זיינע אויגן צו דעם אינגערמאן אויפ'ן אנדערן זייט
טיש. "עס זענען נישטא צופיל ברירות," האט ער
שטיל געזאגט. "איך וועל מוזן פארן קיין
".פעטערבורג און פרובירן צו באקומען א פערמיט
"די רוסן זאלן שוין אויפהערן מיט די אלע
מעשיות," האט יענער געקרעכצט, ווארפנדיג
שנעלע בליקן אויף אלע זייטן זיכער צו מאכן אז
קיין אומגעוואונטשענע אויערן געפינען זיך נישט
אינעם געגנט. "ס'איז ממש נישט אויסצוהאלטן
מיט די אלע גזירות. יעצט איז זיי בייגעפאלן צו
פאדערן אז אלע דרוקערייען מוזן האבן א
פערמיט. פארוואס טאקע נישט? ס'איז דאך א
געוואלדיגער וועג אויסצוקוועטשטן פון די
"!אידעלעך נאך אביסל
רבי משה האט אויסגעשפרייט זיינע הענט אין
א הילפלאזער מינע. "מיר זענען אין גלות," האט
ער יענעם דערמאנט. "מיר מוזן זיך צושטעלן צו
זייערע קאפריזן. איך וועל זיך פרובירן
ארויסצולאזן אין וועג ווי אומשנעלסטן, און איך
".האף אז איך וועל בסייעתא דשמיא מצליח זיין
די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו דער רייזע
האבן נישט לאנג גענומען. עס איז געווען דרינגנד
אז ער זאל זאפארט ארויספארן. אן א פערמיט
וועט ער מוזן פארשפארן די טויערן פון זיין
דרוקעריי, און אן דער דרוקעריי, פון וואנעט וועט
?מען לייגן ברויט אויפ'ן טיש
קיינער האט אים אבער נישט געקענט
פארשפרעכן אדער גאראנטירן אז זיין רייזע וועט
געקרוינט ווערן מיט ערפאלג. די רוסישע
אינסטאנצן זענען געווען ברייט בארימט מיט
זייער אייזיגער קאלטקייט און שטיינערנער
באנעמונג, און אויב וועט פאר דעם באאמטן
נישט געפעלן זיין נאז, וועט ער זיך באלד קענען
.געזעגענען פון זיין פרנסה
איי, גלות... אין יעדן דור נעמט עס אן אנדער
פארעם און צורה, אבער אין יעדן דור פאדערט
זיך סייעתא דשמיא און א טיפן אטעם כדי
דורכצושווימען די ברויזנדע כוואליעס פון גזירות
.און צרות
רבי משה'ס וואגן איז געפארן געשמירט אויף
די וועגן. "וואו זענען מיר?" האט ער פלוצלינג
ארויסגעשטעקט א קאפ צום בעל עגלה
.אינדרויסן
"ערגעצוואו אינמיטן הימל און ערד," האט
.יענער געענטפערט
"איך וויל אז דו זאלסט פארקירעווען דעם
וואגן יעצט," האט רבי משה געבעטן. "דער
הייליגער בעל התניא געפינט זיך נישט ווייט; איך
".וויל אריינגיין נעמען א ברכה
.דער בעל עגלה האט געצויגן מיט די פלייצעס
אים איז גאנץ ווייניג אנגעגאנגען וואו אהין מען
גייט, ווילאנג דער הויפן צוגעזאגטע גלאנציגע
מטבעות דערגרייכט ענדגילטיג זיין טאש. צום
!רבי'ן וויל ער גיין? צום רבי'ן וועט מען גיין
דער בעל התניא האט זיך אויפמערקזאם
צוגעהערט צו רבי משה'ן. "און דעריבער פאר איך
קיין פעטערבורג, צו באקומען א פערמיט," האט
.ער אויסגעפירט
דער רבי האט אבער נישט אויסגעזען אנטציקט
",פון דעם פלאן. "פאר נישט קיין פעטערבורג
האט ער אים אנגעזאגט. "פאר קיין ווילנא, און זוך
דארט אויף ר' משה גיטלער. ער וועט עס דיר שוין
".ערלעדיגן
דעם רבינ'ס אנווייזונגען האבן נישט ערוועקט
,די מינדסטע שטוינונג. אז דער רבי באפעלט
פאלגט מען אן קלערן צוויי מאל. רבי משה האט
זיך צוריקגעזעצט אין וואגן און געמאלדן זיין
פארוואונדערטן בעל עגלה אז ער ברויך טרייבן די
.פערד אין גענצליך אן אנדער ריכטונג ווי געראכטן
אין ווילנא האט זיך רבי משה געדרייט אין די
גאסן און פרובירט צו טרעפן א איד מיט'ן נאמען
ר' משה גיטלער. דעם און יענעם האט ער
געפרעגט, אבער דער ענטפער איז כסדר געווען
דאס זעלבע: א הייב מיט די ברעמען, א קנייטש
'מיט'ן שטערן, א צי מיט די פלייצעס. "גיטלער? ר
)(שמות י"ב – ל"ט וגם צדה לא עשו להם
ווען אידן זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים האבן זיי נישט מיטגענומען קיין
שפייז. רש"י זאגט אז דער פסוק קומט צו פארציילן דעם לויב פון אידן, אז
"?זיי האבן נישט געזאגט, "ווי אזוי גייען מיר אין מדבר אן קיין שום שפייז
.נאר זיי האבן געגלייבט און זיי זענען געגאנגען אן קיין שאלות
סיי ווען א איד פאלגט א צדיק בתמימות, טראצדעם וואס ער פארשטייט
נישט ווי אזוי זיין ישועה וועט קומען, איז דאס עפעס וואס איז ווערד
.געלויבט צו ווערן
13
January 26 '25
—
—
dartmedia.us
WILLIAMSBURG | 718.237.3600 | 774 Bedford Ave, Brooklyn, NY 11205
BORO PARK | 718.237.1955 | 4400 13th Ave, Brooklyn, NY 11219
MONROE | 845.781.7772 | 51 Forest Rd Suite 311, Monroe, NY 10950
MONSEY | 845.371.9700 | 389 NY-59 Spring Valley, NY 10977
TOMORROW’S TRENDS
TOMORROW’S TRENDS
Today at Apstone
Discover the latest trends
curated exclusively by Apstone
Experience exclusive styles only at
Apstone. Explore our new dining room
sets, offering the latest in home fashion.
apstone.com
THE
ULTIMATE
SHOPPING
EXPERIENCE
14פרשת בא תשפ״ה—
—
.משה? כ'האב קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען
אבער ווילנא איז א גרויסע שטאט, אפשר האב
"...איך אים פונקט נישט באגעגנט ביז היינט
נאכ'ן באקומען דעם ענטפער אין יעדן ווינקל
פון שטאט, איז רבי משה באלד גרייט געווען צו
:הייבן הענט. צוויי זאכן זענען אים קלאר געווען
.ר' משה גיטלער איז נישט א ווילנער איינוואוינער
אבער אז דער רבי האט אים געהייסן דא קומען
אים טרעפן, וועט ער אים אן קיין צווייפל
.באגעגענען
"וועמען זוכסטו נאר?" האט א איד אין בית
.המדרש אים אפגעשטעלט נאך מעריב
"ר' משה גיטלער," האט ער געדולדיג
.געענטפערט
"כ'האב געוואוסט אז דער נאמען הערט זיך
מיר באקאנט! מיינער א חבר האט אים לעצטנס
אויפגענומען אלס מלמד פאר זיינע קינדער. ער
איז נישט א היזיגער, דערפאר האב איך אים נישט
".געדענקט, אבער ער איז לעצטנס אהערגעקומען
אה! אט האט ער דעם עק פונעם פאדעם אין
האנט. אבער ווי אזוי וועט אן ארימער מלמד אים
שאפן א פערמיט? "זאג מיר נאר ביטע וואו איך
.קען אים טרעפן," האט ער געבעטן
מיט'ן אדרעס אין האנט, האט זיך רבי משה
.ארויסגעלאזט אויפזוכן דעם מיסטעריעזן מלמד
אים אנטרעפנדיג ענדליך, האט יענער אים
אויסגעהערט מיט שטוינונג. "איך ווייס נישט
וואס דער רבי האט געמיינט צו זאגן," האט ער זיך
פארענטפערט. "איך האב נישט די מינדסטע
קשרים מיט די באאמטע. אבער קום, לאמיר
ארויסגיין שפאצירן אויף דער גאס, און אפשר
".וועט מיר עפעס בייפאלן
אזוי האבן די צוויי אידן געמיטליך שפאצירט
אויף די ווילנער גאסן, ווען ארום זיי האט זיך
געווירבלט דער פארנומענער הלך ילך פון א
ריזיגער שטאט. נעבן זיי האט געשפאנט מיט
פעסטע, שטאלצע טריט א הויכראנגיגער
באאמטער, אבער די צוויי האבן אים ניטאמאל
.געשאנקען א בליק
'אבער פלוצלונג האט זיך יענער געוואנדן צו ר
,משה גיטלער, און מיט א שטארקקייט באפוילן
"איך וויל אז דו זאלסט קומען צו מיר אין האטעל
מארגן אינדערפרי," און באלד דערנאך איז ער
.פארשוואונדן געווארן אין דעם פארקער
ר' משה איז פארגליווערט געווארן, ער האט
אויפגעהויבן דערשראקענע אויגן צו זיין
באגלייטער. "וואס וויל אזא איינער ווי ער פון
.מיר?" האט ער געמורמלט מיט בלאסע ליפן
"אז ער רופט דיך, מוזטו גיין," האט רבי משה
אים פרובירט צו בארואיגן. "עס האט נישט קיין
זין זיך פרובירן צו אויסבאהאלטן. עס איז גאנץ
מעגליך אז ער ווייסט ווער דו ביסט. אפשר וועט
"?גאר גוטס ארויסקומען פון דער באגעגעניש
,מיט וואקלדיגע פיס און א תפילה אויף די ליפן
-האט ר' משה אריינגעשפאנט צום דעם מעדאל
דעקארירטן באאמטן אויפצומארגנס. יענער האט
'אים אויפגענומען מיט א ברייטן שמייכל, און ר
משה'ס הארץ קלאפענישן האבן זיך עטוואס
.איינגעשטילט
"משה!" האט יענער אויסגערופן ווי זיי וואלטן
"?געווען אלטע חברים, "וואס מאכסטו
ר' משה האט געפינטלט מיט די אויגן, גענצליך
,צעמישט. דער באאמטער האט זיך צעלאכט
זעענדיג זיין פארלעגנהייט. "דערקענסט מיך
"?נישט
."ניין," האט ר' משה שוואך געענטפערט
"אבער איך דערקען דיך יא. פרוביר זיך צו
דערמאנען, מיר זענען געווען אינאיינעם אין
ישיבה יארן צוריק. דער בלויזער פאקט וואלט דיך
נאכנישט איינגעקריצט אין מיין זכרון מיט
אזעלכע פאזיטיווע שטריכן, אבער איינמאל ווען
מען האט מיך געשטעלט צום פארהער, האב איך
נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן; דו האסט מיר
אונטערגעזאגט די ריכטיגע תשובה, און אזוי האב
איך זיך ארויסגעדרייט פון פארשעמט ווערן פאר
אלע בחורים." דער באאמטער האט זיך
אפגעשטעלט א מינוט. "א רגע נאר, פארוואס
!שטייסטו נאך? זעץ זיך אראפ
"איך האב נישט געהאלטן ביים לערנען," האט
ער פארגעזעצט מיט זיין געשיכטע, אריינשטופנדיג
צענדליגער יארן אין עטליכע זאצן. "איך האב זיך
אריינגעזעצט אין אוניווערסיטעט, און דארט האב
איך פיין מצליח געווען. איך האב אנגעהויבן
שטייגן אין ראנג, און היינט באזיץ איך א הויכן
פאסטן אין דעם קעניגליכן הויף. איך בין
געשטעלט איבער דער אפטיילונג וואס גיבט זיך
,אפ מיט אלע פערמיטן. אבער וואס איז מיט דיר
מיין טייערער משה? וואס ברענגט דיר קיין
"?ווילנא? דו וואוינסט דא היינט
ר' משה האט געשאקלט מיט'ן קאפ פון מזרח
צו מערב. "ס'איז דאך היינט אזוי שווער מיט
פרנסה," האט ער אנגעהויבן מיט א זיפץ. "איך
.האב זיך פארדונגען אלס מלמד פאר צוויי יאר
האפנטליך אזוי וועל איך האבן געלט
".אהיימצושיקן
דער באאמטער האט אויסגעזען בייז. "נישט
אזא גוטהארציגער מענטש ווי דו וועט זיך
וואלגערן ביי פרעמדע צוליב געלט!" האט ער
אנטשלאסן אויסגערופן. ער האט אים דערלאנגט
א טאשקע. "נעם דאס. איך קלער אז איר אינהאלט
".וועט דיך שפייזן פאר לאנגע יארן
ר' משה'ס מח האט זיך קוים אנגעיאגט צו
בארואיגן פון די שרעק און אנגעצויגנקייט וואס
ער איז נארוואס אדורך, און זיינע מחשבות זענען
נאכנישט געפארן אויף די רעלסן וואו זיי וואלטן
געדארפט גיין. דער באשעפער האט אבער
מאיופולירט דעם שמועס, און דער באאמטער
האט אים געפרעגט מיט אינטערעסע, "ווער איז
געווען דיין חבר מיט וועמען דו האסט שפאצירט
"?נעכטן אויף דער גאס
"ער?" ר' משה האט זיך ענדליך ערוועקט פון
זיין שאק. "ער פארמאגט א דרוקעריי, און ער
נויטיגט זיך אין א פערמיט. דער רבי האט אים
געשיקט צו מיר – ווייל איך וועל שתדל'ען פאר
"!אים
"איז דאך אלעס מסודר," האט דער אפיציר
געשלאסן דעם שמועס. "זאג אים ער זאל מיר
אריינשיקן אלע דאקומענטן, און ווי נאר איך קום
אן קיין פעטערבורג, וועל איך אים ארויסשיקן א
".פערמיט אויף דער פאסט
יענער האט געהאלטן ווארט, און דער
אומשאצבארער דאקומענט האט דערגרייכט רבי
.משה'ס האנט ביז א קורצע צייט
א. סאלאמאן
845.200.3313 #101
15
January 26 '25
—
—
YOUR
RACING MIND
MAY RUN
OUT OF
CONTROL.
844.VITAL11 (848.2511) // care@elevenvitality.com // www.elevenvitality.com
VITALITY BEYOND SKIN DEEP.
Progeleven, nature’s anti-depressant calming
progesterone cream, balances excess estrogen,
the ‘excitement’ hormone, helping you
return to your natural calm state of mind.
Common symptoms of estrogen dominance
include mood swings, anxiety and restlessness.
Balance is crucial. Be in control.
YOU NEED TO
CALM DOWN
NOW. BUT HOW?
Anxiety
Chaos
Stress
AVAIL.
IN
CREAM
& OIL.
16פרשת בא תשפ״ה—
—
חכמת נשים
אינטערוויוס און שמועסן מיט
אידענעס פון איבער דער וועלט
איבער אונזער לעבנסשטייגער
וואס קענט איר מיר דערציילן איבער אייער ■
?יוגנט
איך בין אויפגעוואקסן אויף א הויכן שטאק פון
א ריזיגער געביידע. מיר האבן געהאט ניין קינדער
און בלויז איין קראן אינעם הויז. איך בין געווען
אפאר וואכן אלט ווען מיין באבע איז נפטר
געווארן, און פינף יאר אלט ווען מיין זיידע איז
.נפטר געווארן
אפילו איך האב בלויז געציילטע זכרונות פון מיין
זיידן, ליגט מיר איינגעקריצט אין הארץ ווי
שטארק מיין מאמע האט מכבד געווען אירע
עלטערן. מיין מאמע האט קיינמאל נישט געהאט
.דעם מושג אז איר מאמע דארף איר עפעס טון
אפילו זי איז געווען א יונגע מאמע מיט אסאך
קליינע קינדער, איז זי אלעמאל געבליבן א
טאכטער פון איר מאמען. מיינע עלטערע
שוועסטערס פלעגן מיר דערציילן וויאזוי מוצאי
פסח פלעגט זי קודם אריבערגיין צו איר מאמענ'ס
'הויז און אוועקגעלייגט דעם גאנצן פסח פון א
ביז ת', און נאר נאכדעם אהיימגעקומען
.אוועקפאקן אונזער אייגענעם פסח
פארגעס נישט אז מיין מאמע האט אליין
געמאכט פסח אין דער פיצקעלע דירה, געגאנגען
ארויסהעלפן איר מאמען ערב פסח צענדליגער
מאל, בשעת וואס אום יו"ט אליין איז זי אפשר
...ביי איין סעודה געווען ביי אירע עלטערן
שטאק-אונזער הויז איז אלעמאל געווען א בינען
.פון ווירטשאפט און דרויסנדיגע אקטיוויטעטן
מיין מאמע האט זייער ליב צו קאכן. ס'זענען
אלעמאל געווען ריזיגע טעפ אויפ'ן פלאם, און
מיין מאמע האט זיך געהאט אירע מענטשן צו
.עסן-וועם זי פלעגט שיקן נאכטמאל און שבת
ביידע פון מיינע עלטערן זענען שעפערישע און
פירערס פון נאטור אויס. די נאטורן האבן זיך
שטארק אריבערגעכאפט צו אונז קינדער. מיר
זענען אלעמאל געווען די 'קאלערוואר' אנפירערס
קאונסלערס' און די לערערינס... אזוי-און די 'העד
אז ס'איז אונז קיינמאל נישט געבליבן קיין ליידיגע
.מינוט אין טאג
וויאזוי זענען די געשעפטן געווען אנדערש ■
?ווען איר זענט אויפגעוואקסן
אלס קליין קינד געדענק איך צו ציטערן צו גיין
צו געשעפטן. בעיקר האב איך מורא געהאט פון די
גוד געשעפט איז-גוד געשעפטן. א דריי-דריי
געווען אזויווי א 'וועירהאוז', גארנישט איז נישט
געווען אויסגעלייגט אויף די פאליצעס. אויב
האסטו נישט געוואוסט פונקטליך וועלכע מאס
זאקן דו דארפסט פאר דיין ברודער און דו האסט
איינמאל געקעקעצט, האט מען דיך שוין
מאן האט געדארפט-אנגעשריגן. דער געשעפטס
ארויפקריכן אויף א לייטער אראפצונעמען די
באקס פון דער מאס וואס דו ווילסט, עס
אויפשניידן מיט א 'דזשילעט', און דיר עס
אראפברענגען פונעם לייטער. און אז דו האסט
געטוישט פון וואס דו האסט פריער געבעטן, האט
...ער טאקע געהאט א רעכט צו ווערן אנגעצויגן
היינט איז די סערוויס הימל און ערד פון וויאזוי
ס'איז געווען אמאל. צוליב דעם וואס עס האבן
זיך געעפנט אזויפיל נייע געשעפטן און יעדער איז
אונטער'ן שאטן פון אן אנדערע געשעפט, מוז
יעדער הייבן זייער סערוויס כדי צו געווינען
צוטרוי פון די קונים. 'סערוויס' איז געווארן א
וויכטיגע 'אייטעם' היינט – און יעדעס געשעפט
.מוז עס צושטעלן כדי צו באקומען קאסטומערס
ווען איך בין אויפגעוואקסן איז אבער געווען
דער אנהייב פון דער עפאכע פון אידישע געשעפטן
בכלל. דערפאר, ווייל מ'האט זיך נאך געהאלטן
אינמיטן עפענען און מענטשן האבן געדארפט
א קלינג פונעם גלאק, אן איינציגער קלאפ אין טיר, און מרת. שפיצער נעמט מיך אריין אין
איר ווירבלדיגן הויז. זי ליידיגט שנעל אפ אפאר איבריגע פאפירן און זאכן פון טיש, ברענגט
פלינק ארויס אפאר 'סנעקס' פון שאפע און הייבט אן אנשטאט מיר, "נו, וואס ווילסטו אלץ
"?וויסן
אוי האט מרת. שפיצער וואס מיטצוטיילן! פון איר גרויסער משפחה אין א פיצקעלע דירה
אויף א הויכן שטאק, ביז איר אומגעלונגענעם ערשטן יאר אלס לערערין און וויאזוי צום סוף
האט זיך אלעס אזוי שיין אויסגעארבעט... מרת. שפיצער טיילט אונז ברייטהארציג מיט פון
.איר חכמת החיים און פראקטישע עצות. ליינט און האט הנאה
אריינפיר
17
January 26 '25
—
—
כאפן וויאזוי מען פירט א געשעפט, האט עס
.אויסגעזען גאר אנדערש ווי די געשעפטן היינט
נאך א ביישפיל, אין א ספרים געשעפט האסטו
געמוזט וויסן פונקטליך וואס דו דארפסט פאר'ן
אריינטרעטן אינעם געשעפט. איך געדענק נאך
וויאזוי דער געשעפטסמאן פלעגט זאגן, "דו ביסט
נישט געקומען דא צו לעבן, דו ביסט געקומען דא
"!צו קויפן
איז דא עפעס אין וואס אייערע עלטערן זענען ■
געווען זייער אויסגעארבעט און איר האט דאס
?מיטגענומען אין אייער שפעטערדיגן לעבן
יא, זייער א שטארקע זאך וואס איך געדענק פון
מיין עלטערנ'ס הויז איז געווען אז מיין טאטע
האט געארבעט, אבער ער האט געלעבט א
מורא'דיג תורה'דיג לעבן. ווען ער האט געהאט אן
איבריגע מינוט האט ער געלערנט, און בעיקר: ער
האט זייער שטארק ארויפגעקוקט מענטשן וואס
לערנען. מיין טאטע איז בכלל נישט געווען א
בעה"ב. טעכניש האט ער אפשר געהאלטן א
פאסטן, אבער זיין מהלך החיים איז נישט געווען
ווי א בעה"ב. מיין טאטע האט קיינמאל נישט
גערעדט פון געלט אדער וואקאציעס – פונקט
פארקערט. איך געדענק זיך איינשלאפן מיט'ן קול
.תורה פון מיין טאטן אינעם דערנעבנדיגן צימער
ער פלעגט רוב מאל איינשלאפן אויף א בענקל אין
...שטוב איבער א ספר-זיין ספרים
איך האב אלעמאל געוואוסט אז די בעסטע זאך
.וואס מען קען האבן איז א מאן וואס לערנט
אפילו מיין טאטע האט געארבעט, האט ער זייער
שטארק ליב געהאט צו לערנען, רעדן אין לערנען
– און ער קען פאקטיש לערנען! טאקע דערפאר
האט ער אפאר קינדער און איידעמער וואס זענען
נאך אלץ ביי דער גמרא – און נאך אפאר וואס
יאר נאך דער7+ זענען ארויס פון כולל בלויז
חתונה. ביי שידוכים האט מיין טאטע געהאלטן
איין עיקר פאר אן עיקר: איז דער בחור תורה'דיג
?צי נישט
פשש... זייער שיין. איר האט פריער דערמאנט ■
אז איר זענט געווען א לערערין אלס מיידל. ווען
?האט איר דאס אפגעלאזט
דעם ערשטן יאר וואס איך בין געווען א לערערין
האב איך זייער נישט מצליח געווען. איך בין
מאליגע לערערין. איך-געווען אן עכטע ערשט
האב אלעס גענומען צום הארצן און זייער שטארק
,פאקוסירט אויב מיינע שילערינס האבן מיך ליב
צי נישט. אין מיין קאפ האב איך זיך פארגעשטעלט
אז א גוטע לערערין מיינט אז דער קלאס איז
הונדערט פראצענט שטיל און יעדע איינציגע
.מיידל וויל אויסהערן
.אמאל האט מען נישט טרענירט די לערערינס
איך למשל, האב געציטערט צו זאגן פאר די
מנהלת אז איך דארף הילף מיט דיסציפלין אין מיין
קלאס. מ'האט נישט באגלייט א לערערין. ס'זענען
קיינמאל נישט געווען זיצונגען און טרענירונגען
צימער דארף באמת-איבער וויאזוי א קלאס
,אויסזען. דאס איז זייער אן אומגעווינטשענע זאך
אז מ'טראכט אריין דערין. ס'איז נישט געווען מיט
וועם איבערצושמועסן די שוועריקייטן פון
.צימער-קלאס
איך פלעג אהיימגיין וויינען צו זיך אליין – ווייל
צו וועם דען זאל איך רעדן? צו די מנהלת? חס
ושלום! איך זאל איר נאך אויסזאגן מיין פלאפ?! צו
מיין פארטנער? צו מיינע עלטערן? איך וויל נישט
ווייזן אז איך טויג נישט... און ווייל כ'האב נישט
געהאט ווער ס'זאל מיר העלפן און באגלייטן אין
דעם ערשטן יאר, האב איך טאקע כמעט נישט
געהאט קיין אויסזיכטן מצליח צו זיין. מ'האט
גענומען א מיידל און איר אריינגעווארפן אין א
צימער אן קיין שום טרענירונג פון-קלאס
פאראויס אדער בשעת'ן יאר – גיי, גיב זיך אן
.עצה
א זומער פאר מיין ערשטן יאר אלס לערערין בין
קאונסלער. דארט בין איך-איך געווען א העד
געווען מורא'דיג סוקסעספול. ווען איך האב
אויפגעהויבן די מייק איז געווען א מצב... איך בין
געווען זיכער אז אויפ'ן זעלבן אופן וועל איך
.מצליח זיין אין קלאס
-פון דער אנדערער זייט, האט די צווייטע העד
קאונסלער, מיין פארטנער, זייער נישט מצליח
געווען. זי האט געהאט פונקט די פארקערטע
מעלות פון מיר. איך בין מער געמאכט פאר א
גרויסע גרופע, איך קען מאכן א גוטע אטמאספער
און אויפהייבן אסאך מיידלעך אויפאמאל, און זי
איז דווקא פון נאטור אויס געמאכט פאר א קליינע
גרופע. זי פארבינדט זיך מיט מיידלעך אויף זייער
אן אינדיווידואלן אופן. מיין נאטור האט מיר
געברענגט געוואלדיגע סוקסעס אין קעמפ – און
זי האט נישט געהאט די כלים וויאזוי צו מאכן א
.גוטע אטמאספער מיט אזויפיל מיידלעך ארום
און דערנאך, ווען איך בין אריינגעקומען אין
קלאס, איז מיר פלוצלונג באפאלן אן אנדערע
סארט אטמאספער ווי אין קעמפ. איך האב
-געמיינט אז איך וועל זיך נעמען זיין א העד
קאונסלער און יעדער וועט זיין אזוי פארגאפט ווי
אין קעמפ. איך האב נישט געכאפט אז איך וועל
זיך דארפן מקשר זיין מיט יעדע מיידל
אינדיווידואל כדי מצליח צו זיין. איך האב נישט
געהאט קיין שום טרענירונג אז א לערערין איז
קאונסלער. איך בין געווען-נישט קיין העד
צוגעוואוינט צו רעדן צו א מייק – און פלוצלונג
.האב איך געדארפט אנהייבן רעדן צו מיידלעך
אין קעמפ, אויפ'ן מייק, האב איך געקענט מאכן
ח. גראס
845.200.3313 #101
איך בין אויפגעוואקסן אויף
א הויכן שטאק פון א ריזיגער
געביידע. מיר האבן געהאט
ניין קינדער און בלויז איין
קראן אינעם הויז
18פרשת בא תשפ״ה—
—
וויצן און מצבים און כ'האב נישט ממש געדארפט
מאכן קשר מיט די מיידלעך; א לערערין אבער
רירט אן דאס הארץ און נשמה פון קינדער, אויף
וואס איך האב נישט געהאט קיין שום טרענירונג
– אין וואס דאס מיינט. לימודים און כאריזמע
.דאס איז אלעס וואס איך האב געוואוסט
?און וואס האט איר געטון ■
וואס איך האב געטון? כ'האב אויפגעגעבן מיין
-פאסטן אלס לערערין! כ'האב געהאט א פארט
טיים פאסטן פון וואס כ'האב זייער הנאה געהאט
.און דארט געמאכט אסאך מער געלט
נידריגע-א לערערין האט פארדינט א שרעקליך
.הונדערט דאלאר א חודש-סומע געלט – זעקס
מ'האט זיך צעפליקט פאר פינף טעג א וואך און
מיט דעם איז מען אהיימגעקומען. נאך איין יאר
זיין א לערערין האב איך באשלאסן אז איך וועל
טיים ארבעט און פטור-בלויז אנהאלטן די פארט
.אן עסק
אסאך יארן זענען אריבער און מיינע יונגסטע
קינדער זענען אונטערגעוואקסן, מיינע דריי
קליינע מיידלעך זענען שוין אריין אין שולע און
.פלוצלונג האט זיך עפעס אויפגעוועקט אין מיר
איך האב אלץ געהאט דאס נודזשענדע געפיל אז
איך וויל נאך אלץ זיין א לערערין ווייל... אפשר
קען איך יא? כ'האב זייער געוואלט צוריק
צימער, סיי פאר מיין-אריינטרעטן אין א קלאס
עגא און סיי פאר דעם געפיל וואס כ'האב אלע
.יארן געהאט, און זען אז איך קען יא מצליח זיין
איך האב דעמאלטס אריינגעגעבן מיין נאמען אין
-א געוויסער שולע אז איך וויל זיין א שטעל
פארטרעטערין. אפאר טעג שפעטער באקום איך
א רוף פון דער שולע אז איינע פון די לערערינס
קענען נישט אריינקומען און... כ'האב זיך
-געטראפן דעם קומענדיגן צופרי אין א קלאס
צימער מיט א קלאפעדיג הארץ. אבער, כ'האב
געזען אז איך קען טאקע יא זיין סוקסעספול אין
צימער! און כ'האב אנגענומען נאך און-א קלאס
,פארטרעטערין פאסטנס. דעמאלטס-נאך שטעל
צווישן 'סאבען' איין קלאס נאכ'ן צווייטן, האב
:איך זיך אנגעהויבן אויסלערנען אסאך גוטע טיפס
אז מ'איז א לערערין צו הערצער – צו עכטע
מענטשן, אז מ'קוקט בלויז אויף די גוטע מיידלעך
און נישט אויף די מיידלעך וואס האלטן נישט
דערביי. איך האב זיך אויסגעלערנט אז מ'בלייבט
נישט שטיין אויף נעגאטיווע געשעענישן, נאר
מ'גייט ווייטער, און נאך אסאך אסאך טיפס און
.טריקס
נאך א זאך וואס איך האב זייער שטארק געזען
דעמאלטס, איז געווען דער חילוק אין דעם
שטאב. ס'איז געווען אינגאנצן אנדערש ווי וואס
איך בין געווען צוגעוואוינט פון מיין ערשטן יאר
– מ'פרעגט דיר וויאזוי דו ביסט מצליח, מ'פרעגט
דיר מיט וועלכער שילערין דו פלאגסט זיך... און
אויטאמאטיש ווערסטו יעצט מער אפן פאר גוטע
עצות און גרייט אויסצוהערן וואס יענער וויל דיר
העלפן. ס'מאכט פילן אזויפיל רואיגער אז מ'האט
ביין. אויך געבט עס דעם מעסעדזש-א גוטן רוקן
פאר דער לערערין אז ס'איז נארמאל צו רעדן צו
איינעם און דורכצושמועסן די שוועריקייטן. דער
שטאב איז טרענירט צו העלפן לערערינס. זיי
ווייסן זיך נאכצופרעגן איבער וואס ס'טוט זיך אין
קלאס און די לערערינס ווייסן אז ס'איז דא
.איינער וואס האלט זיי אונטער
ביים אנהייב פון דעם קומענדיגן יאר האב איך
באקומען א פאסטן אלס לערערין, און איך האב
באקומען עמטליכע טרענירונג איבער וויאזוי א
צימער דארף אויסזען. מ'האט מיר-קלאס
אויסגעלערנט זיך נישט צו צעקראצן פון
אומגעלונגענע דורכפעלער, נאר צו לייגן די גוטע
אן. כ'האב אזוי שטארק-מיידלעך אויפ'ן אויבן
הנאה פון זיין א לערערין – וואס איך בין נאך ביז'ן
היינטיגן טאג! ס'האט זיך מיר ווי געעפנט א נייע
וועלט. כ'קען נישט פארגלייכן מיין ערשטע
.אומגעלונגענע יאר, צו מיין יעצטיגער הצלחה
דרך אגב, זיך פארבינדן צו א קליינער גרופע איז
מיר נאך אלץ א שוועריגקייט. איך מוטשע זיך נאך
קאונסלער נאטור, וויאזוי זיך-אלץ, מיט מיין העד
.ריכטיג מקשר צו זיין מיט יעדע מיידל באזונדער
,צוביסלעך ווער איך בעסער און בעסער אין דעם
אבער איך דארף זיך נאך אלץ אויסלערנען וויאזוי
צו קוקן יעדע מיידל אין די אויגן אנשטאט צו
.רעדן צו א מייק
,ווען מיינע טעכטער זענען געווארן לערערינס
האב איך געמאכט זיכער אלעמאל צו האבן אן
אפענעם שמועס איבער דער דיסציפלין אין
קלאס. א יונגע מיידל קען נישט זיין סוקסעספול
ביין וואס זאגט איר-אויב האט זי נישט קיין רוקן
די גאנצע צייט אז זי איז נישט שולדיג און אז זי
קען און וועט מצליח זיין. ס'איז מיר דאס גרעסטע
פארגעניגן מיטצוהאלטן וויאזוי מיינע טעכטער
באקומען די טרענירונג וואס זיי דארפן אזוי
שטארק. זיי ווייסן אז ס'איז נארמאל אז ס'איז
שווער אין אנהייב און ס'איז אלעמאל דא מיט
.וועם איבערצושמועסן פראבלעמען
מיין ערשטן יאר בין איך אריין אין קלאס אזוי
אומזיכער, ווייל קיינער פון די שטאב האט נישט
מיטגעארבעט מיט מיר. אפילו צווישן די
פארטנערס מיט וועם מ'האט צוגעגרייט די
לימודים איז געווען א שטארקער דרוק נישט
איבערצורעדן קיין ווארט וואס ס'גייט פאָ ר אינעם
צימער. היינט איז עס אן אפענער שמועס-קלאס
– קיינער באשולדיגט נישט קיינעם, און נישט זיך
חכמת נשים
19
January 26 '25
—
—
?א גוטן רעצעפט וואס איר ווילט מיטטיילן מיט די ליינער ■
צוויי-א דיפ וואס איך מאך לכבוד שבת, וואס איז זייער געשמאק און נעמט א מינוט
.צאמצושטעלן
אויף זייער קליינע שטיקלעך, מיש עס אויס מיטsour pickles איך צעשנייד אפאר
. און דאס איז דאס גאנצעgarlic powder אוןblack pepper ,, אביסל זאלץmayonnaise
צומאל מאך איך די דיפ גלייך פאר דער סעודה – מ'דארף נאר זיין פארזיכטיג ווייל מ'טאר
. אויף צו קליינע שטיקלעך אום שבתpickles נישט צעשניידן די
אליין – און דער שטאב איז דא ארויסצוהעלפן די
.לערערינס
יא, עס איז זיכער אז זאכן האבן זיך שטארק ■
געטוישט. אויב איר קענט יעצט צוריקגיין צו
אייער לעבן פון פריער און זיך געבן איין עצה
?טובה, וואס וואלט דאס געווען
איך קען זיך איבער און איבער און איבערזאגן
נישט צו ווערן דערשראקן פון זאכן וואס זענען
צייטווייליג און אומוויכטיג. כ'זאג נישט, וויפיל
,מאל כ'האב שוין פרובירט צו ארבעטן אויף דעם
קומט נאך אלץ דער יצר הרע און זאגט אז די
.אומוויכטיגע זאך איז עק וועלט
טעכנישע זאך וואס איך-נאך א זייטיגע, מער
האב זיך געלערנט מיט די יארן, איז געווען דאס
:פאלגנדע
ווען מיין דריטע טאכטער איז געווארן א
לערערין, איז זי געווען זייער איבערגעארבעט פון
צוגרייטן די לימודים. נאך דער ערשטער וואך איז
זי אהיימגעקומען פון שולע נאך פיר טעג זיין א
לערערין אזוי פרוסטרירט, אז כ'געדענק וויאזוי זי
האט זיך אויסגעדריקט, "כ'האב געארבעט און
געארבעט צוצוגרייטן די לימודים און דאס גאנצע
נאכטמאל האבן זיי שוין אויפגעגעסן!" זי האט
'געשיילט' בערג מיט גרינצייג, 'געשניטן' און
'געדינסט' פאר שעות ארוכות – און מ'קען מיינען
...זי בלייבט מיט עסן פאר א יאר צייט אין פריזער
אלע לעקציעס האבן אבער די שילערינס
אויפגעגעסן אין בלויז איין וואך! און יעצט דארף
.זי אנהייבן ארבעטן פונדאסניי פאר נאך א וואך
פארשטייט זיך אז דאס צוגרייטן די לימודים
ווערט פיל גרינגער מיט דער צייט און איר
היסטעריע איז געווען אומזיסט. איך האב אבער
גענומען איר אויסדריק אלס א משל פאר זיך
...אליין ווען דער משל איז יא נוגע
,עפעס וואס ווערט אויפגעגעסן אין איין טאג
איז נישט ווערד זיך צופיל אנצושטרענגען
דערפאר. זאכן וואס קענען נעמען שנעלער, ווי
למשל: גרינגערע רעצעפטן, קליידער וואס
מ'דארף נישט ביגלען א.א.וו. מוז מען אויסוועלן
די גרינגערע אפציע, אויב וועט די הנאה פון
.אויסוועלן די שווערערע נישט אנהאלטן צו לאנג
לעיער קוכן! ס'ווערט צו-מאך נישט קיין דריי
שנעל אויפגעגעסן. אז די קינדער זענען צופרידן
מיט א זאך וואס קומט אן גרינגער צו מאכן – זאל
זיין אזוי! מאך זיך גרינגער מיט קליידער, מיט דער
ווירשאפט – מיט אלעס וואס ווערט צעפאטשקעט
אין איין טאג. ווען איך זוך א נייעם רעצעפט, זוך
איך דאס וואס נעמט די ווייניגסטע צייט, פאדערט
דאס ווייניגסטע געשיר – ווייל מיינע קינדער
זענען סייווי צופרידן און דאס הויז איז סאך
.רואיגער
נאך א זאך וואס כ'האב זיך אויסגעלערנט, איז
ווערן מער ערוואקסן ווען ס'קומט צו מיין קשר
מיט מיין שוויגער. אין אנהייב בין איך געווען אזוי
'קאמפלעקסט' מיט די זאכן וואס זי איז בעסער
אדער מער אויסגעארבעט ווי איך. מיט דער צייט
-האב איך געזען אז זי שטייט נישט ווי א פאליס
מאן און קוקט צו וועלכע זאכן איך טויג נישט
אזוי גוט און איך בין ווייניגער ווי זי. זי שעצט מיך
באמת פאר ווער איך בין, און זי קוקט ארויף די
זאכן אין וואס איך טויג יא. מיט די צייט בין איך
אויפגעוואקסן און געקומען צו דער הכרה אז איך
קען זיך לערנען פון איר – און זי קען זיך לערנען
פון מיר – און קיינער שטייט נישט און
'מאניטערט' נישט וואס איינער איז בעסער פונעם
.צווייטן
איך האב זיך אויסגעלערנט אויסצוהערן אירע
עצות פון א גאנץ אנדער פערספעקטיוו. מיט די
יארן, ווייל איך האב אנגעהויבן מער הנאה צו
האבן פון אירע שטארקקייטן, האב איך אזויפיל
מער הנאה פון זיין מיט מיין שוויגער און נהנה זיין
.פון איר חכמה
אויב האט איר א געדאנק פון איינער וואס איז פאסיג
פאר א שמועס אין דער קאלום, ביטע לאזט א
#101 845.200.3313 מעסעדזש אויף
עפעס וואס ווערט
,אויפגעגעסן אין איין טאג
איז נישט ווערד זיך צופיל
.אנצושטרענגען דערפאר
זאכן וואס קענען נעמען
שנעלער, ווי למשל: גרינגערע
רעצעפטן, קליידער וואס
מ'דארף נישט ביגלען
20פרשת בא תשפ״ה—
—
ENTER A DRAWING
TO WIN BACK YOUR
KIMPUTURIN HOME
STAYUP TO A WEEK
OR CASH EQUIVALENT!
The Zomee Z2 electric breast
pump & wearable collection
cups offer a perfect combination
for efficient milk collection with
quiet suction and hands-free
conveniences.
The Zomee bag adapters simplify
your pumping routine by eliminating
the need to pump into bottles and
transfer milk. With just one simple
step, you can pump, seal, and store
with ease.
Our advice!
Take care of it
prior to birth
Hand Pump included (Z2)
Ships free in a timely manner.
Completely hassle free
We call your Doctor for you!
Zomee Silver cups are
small cups crafted out of
pure 925 silver that help
protect and soothe sore
and cracked nipples
while breastfeeding.
Ask about our pre/ post-partum garments