ISSUE 18 — Feb. 2 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — פרשת בשלח תשפ״ה — בס״ד
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
Seasoned
Savored
and
NEW
WEEKLY
RECIPE
SECTION
C A R E A T H O M E
QUALITY CARE THAT
COMES TO YOU
— AT NO EXTRA COST!
ווען יעדע .פענסטערל
ארגאניזאציע מיט איר
אייגנארטיגע צוועק
שטרעקט אויס א האנט
צו אידישע קינדער
...פאר געלט
בררר... ס'איז .צירקל
קאלט! עטליכע
פראקטישע טיפס
וויאזוי צו פארגרינגערן
די סימפטאמען פון די
באקאנטע-אלעמען
ווינטער קרענק
FISHGRILL.COM
*NEW LOCATION COMING SOON
FA
S
FO
R
R
FI
H
D
EV
HI
G
EL
E.
Los Angeles · Lakewood · Brooklyn · American Dream Mall* · Five Towns*
Simply
the freshest.
February 2 '25
—
—
Behind every successful bake lies
Wondermills Flour that sets you up for
results that will make your confidence rise.
The Wonders
of Wondermills
א בעל הבית’טע
א בעל הבית’טע
4פרשת בשלח תשפ״ה—
—
FREE DELIVERY
LIMITED STOCK
EXCLUSIVE FROM EUROPE
845-951-1600
845-951-1600
Bugaboo Foot muff,
Seat liner & Organiser
(All Incl.)
DOONA X
DOONA X
B R A N D N E W
ANTWERP, BELGIUM
SHOP@LUCKYBABY.BE
CALL TILL 12 PM OR EMAIL YOUR ORDER
011 323 218 94 92
BUGABOO CUB
BUGABOO CUB
$199
TO PLACE ORDERS
AFTER HOURS CALL
NEW
NEW
€829
APPROX $860
€650
APPROX $675
February 2 '25
—
—
6פרשת בשלח תשפ״ה—
—
Virtual fittings for your
compression stockings
are now a reality.
Send in the RX below and get
your supportive compression
stockings at no cost to you.
rivka@thecopysage.com x bleulinedesign.com
Gain support
every step
of the way
P U T Y O U R B E S T F O O T F O R W A R D
Reach out to us!
info@zcaremss.com
877.263.2631
We carry all medical
and surgical supplies
Free shipping in
NY & NJ
C A R R Y I N G T H E B R A N D S
T H A T C A R R Y Y O U
PHYSICIAN’S
PRESCRIPTION
ZEE CARE INC.
873 RT. 45 SUITE 205
NEW CITY, NY 10956
P-877-263-2631
F-877-263-2634
E-INFO@ZCAREMSS.COM
Patient Information
Name
___
_________
___
________________
_________________________________________
Date of Birth
________________
__
____
_
______
______________
Primary Phone ___________________________________ Address
____________________
______________________
____________
____
_______
____
Insurance Name __________________________________ _______________ _________ ID ______ ____ ____ ___________________ __ ___________________
Compression Garments
Specifics͗
This product is a medical necessity and requires a diagnosis for insurance reimbursement
_____________________________
_____________________________
Extremity:
Pair Left Right
Compression:
Style:
Open Toe
Closed Toe
Compression
Wrap:
knee
thigh
thigh w/
hip attach
pantyhose maternity
pantyhose
legging
arm
sleeve
hand
gauntlet
foot
calf
knee
thigh
arm
hand
Ulcer Pro:
ulcer pro
Compression stocking
and liner to help
improve circulation
and aid in wound
care management.
Donning Aids:
Slippie Gator Set
Arm Sleeve Slippie
Easy Slide
Easy Slide Arm
Magnide
Sim Sli
Support
15-20 mmHg
20-30
mmHg
30-40
mmHg
40-50
mmHg
50+
mmHg
Physician Information
Please fax or email to: 877-263-2634 / info@zcaremss.com
/RRNLQJIRUZDUGWRVHUYLQJ\RXUSDWLHQWV
Diagnosis
Qty
Refill
LON
Physician Name ___________________________________________________________Lic. # _____________________________ ___________________
NPI ___________________________________________________________Office Phone ____________________________________ ___________________
Physician Signature ___________________________________________________________ Date _____________________ ____________________
Snip this handy-dandy RX
Have it completed by your doctor
Email or fax it to us 1
S I M P L E A S 1 , 2 , 3
Support
in a snip
February 2 '25
—
—
EXPLORE OUR
EXTENSIVE
SELECTION OF
COOKED FISH
SALMON FISH
WHITE FISH
CARP FISH
PIKE FISH
FREE DELIVERY | CALL OR TEXT 718.875.7775 718.963.1390 | 340 FLUSHING AVE. (BET TAAFFE PL & CLASSON AVE)
ל כ ב ו ד ש ב ת ק ו ד ש
OUR SIGNATURE DISHES ARE THE
ONLY ONES THAT PASSED OUR
CHEF’S DISCERNING STANDARDS.
COME TASTE OUR CHOSEN WINNERS.
8פרשת בשלח תשפ״ה—
—
718.290.9300
Call or text:
A.P 917-617-7916
February 2 '25
—
—
Put Your OBGYN Care
In Trusted Hands
Dr. Andrew Scheinfeld
Dr. Ira Jaffe
Schedule Your Appointment Today:
Phone Number: 718.963.0800 x645
Email: info@parcarecenter.com
Address: 445 Park Avenue, Brooklyn, NY 11205
Delivery at
NYU Manhattan
or
Maimonides
Hospital
Scan Me!
Tziporah (Carol) Clapman FNP
ParCare Women’s Health Group provides expectant mothers with comprehensive obstetric care,
guiding them through every stage of pregnancy with expert support and personalized attention.
Miriam Zafarmehr PA
פרשת בשלח תשפ״ה
FEB. 2 ‘25 — ISSUE 18
12
12
14
18
20
28
26
פרשה פונקען
חכמת נשים
פענסטערל
נאטירליך
אין אפיס
פארזעצונג
רעסעפיס
צירקל© The Yidene Publication.
Published by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication
may
be
reproduced in print or digital
form without prior written
consent.
The
publisher
reserves the right to edit all
submissions for clarity, length,
and
editorial
standards.
Submitted materials will not
be returned. The Yingerman
Publication is not liable for
the kashrut of any advertised
product or service featured in
these pages. Additionally, The
Yingerman
Publication
assumes no responsibility for
the
content
of
articles,
advertisements, or referenced
books within this publication.
THE YIDENE
WEEKLY FREE PUBLICATION
MAILING
210 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
EDITOR’S DESK
EDITOR@THEYIDENE.COM
845.666.0056 EXT. 108
—
COMMENTS AND
SUGGESTIONS
FEEDBACK@THEYIDENE.COM
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
845.666.0056 EXT. 1
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
Build your non-profit website
for only $79/month
SIMPLEFUNDRAISING.ORG
Drive funds.
Without breaking the bank.
Your Branding
Your Mission
Dynamic Images
Enhanced Donation Options
ATTENTION NON-PROFITS
INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM
31
36
11
February 2 '25
—
—
פון די וויכטיגסטע זאכן ווען איר זוכט אן
אין אפיס ארבעט
'אין אפיס' קאלום פון איך האב אזוי הנאה געהאט צו ליינען דעם
די לעצטע צוויי וואכן. ענדליך רעדט מען שוין איבער דער טעמע
…וואס איז ביז יעצט געווען פארשטופט אונטער'ן טעפיך
אלס א ביזנעס אייגנטימער פאר לאנגע יארן ב"ה, קען איך
צושטימען מיט יעדן ווארט וואס שטייט דארט געשריבן. מיידלעך
קומען ארויס פריש פון סקול און זוכן די בעסטע דזשאב, נישט קיין
חילוק צי זיי האבן זיך יא אדער נישט צוגעהערט צו די ענגליש
זאגן-צו-לעקציעס אין סקול… די טעותים וואס מען טרעפט אויף אזוי
.פראפעסיאנאלע רעזומעיס זענען מער צום וויינען ווי צום לאכן
ווען איר זוכט א דזשאב, זייט וויסן אז איינע פון די עיקר זאכן אויף
וואס מען קוקט איז דעם וועג ווי אזוי איר רעדט און שרייבט, עס
מאכט א ריזיגן חילוק. קיין איין ביזנעסמאן וויל נישט אז זיין
ארבעטער זאל געבן אן אומפראפעסיאנאלע 'אימעדזש' אויף זיין
.ביזנעס מיט אירע אימעילס
האלט אן מיט דעם וויכטיגן קאלום, איך בין זיכער אז עס טוט
.אויף
י. צ. ווייס
גרינגע רעצעפטן זענען די בעסטע
יענעמ'ס טעלער
איך בין געווען היבש סקעפטיש ווען איך האב געליינט די
. פון פארגאנגענער וואך3-Ingredient Easy Strawberry Sorbet
למעשה אבער, נאכ'ן עס אויספרובירן, קען איך נישט מער ווי
צושטימען אז די גרינגע רעצעפטן, מיט ווייניג אינגרידיענטס, זענען
…אסאך מאל מער געלונגען און געשמאק ווי די קאמפליצירטע
,יעריגע טאכטער צו פרובירן-איך האב עס געגעבן פאר מיין צוועלף
און עס איז געווען אזא סוקסעס, אז עס איז אריין אין אונזער
רעצעפטן בוך אלס 'דער רעצעפט' צו מאכן לכבוד שבת אדער סיי
.וועלכער געלעגנהייט
!יישר כח
מרת. ד. גרינפעלד
נאטירליך "סוקסעס געשיכטע פון "סארנא
ליינענדיג מיט אינטערעסע די סעריע וואס איז געלאפט אין דעם
'נאטירליך' קאלום איבער דעם סארנא מעטאד, וויל איך צולייגן פון
.מיין ערפארונג וואס איך האב געהאט מיט עטליכע יאר צוריק
איך בין א פרוי אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, און פאר א שטיק
. עס קען אויסזעןTMJ צייט פלעג איך זיך געפערליך מוטשענען מיט
ווי א קלייניקייט, אבער ווען עס גייט אן א לאנגע צייט און ווערט נאר
TMJ ערגער און ערגער, איז עס בכלל נישט קיין פאן… אין קורצן איז
קראכן זיך צאם אויף זייער א פיינפולןjaws וואו דיcondition א
וועג יעדעס מאל וואס מען קייט, און עס איז געקומען צו א מצב אז
…איך האב געהאט שוועריקייטן מיט'ן עפענען און צומאכן מיין מויל
-אין קורצן, עס האט מיר זייער געבאדערט און געשטערט אין טאג
.טעגליכן לעבן
איך האב פרובירט צו גיין צו אלע סארטן דאקטוירים, אבער קיינער
, אוןpain killers האט מיר נישט געקענט העלפן. איך פלעג לעבן אויף
. אפערירן- מיין דאקטאר האט שוין גערעדט פון דער לעצטער אפציע
.דאן איז געקומען מיין ישועה, אין פארעם פון דעם סארנא מעטאד
א חבר'טע האט מיר געגעבן א בוך אלס מתנה, וואס האט זיך גערעדט
ווי אזוי מען קען אויספירן דעם מעטאד אויף א פראקטישן אופן, וואס
דאס האט מיך געראטעוועט. נאכ'ן פאלגן די אנווייזונגען מיט א
פארשוואונדן אזוי ווי עסTMJ פונקטליכקייט פאר א חודש, איז די
.איז געקומען
איך וואלט רעקאמענדירט דעם מהלך פאר יעדן אזא סארט
פראבלעם וואס האט נישט קיין געהעריגע היילונג, פארשטייט זיך
.נאכדעם וואס א דאקטאר שטימט צו אז עס איז נישט שעדליך
.ש. ר
…אלעמאל דאכט זיך אז ביי יענעם לאכט זיך
ביים שפיץ פון גליק
איך וויל איבערגעבן מיין 'פידבעק' אויף דער אינטערעסאנטער
פארזעצונג וואס לויפט אין דער 'אידענע'. עס איז מורא'דיג עמאציאנאל
ספעציעל דער חלק ווי- געשריבן און עס בארירט מיך זייער שטארק
די מאמע זיצט אין שפיטאל מיט איר קינד און די שוועסטער איז נאך
.מקנא, און מען קען איר נישט דערציילן וואס עס גייט באמת פאָ ר
אויך איז מיר געווען אזא שטיקל 'צרת רבים חצי נחמה' צו ליינען
ווי די אינגלעך קומען אהיים און אלעס ווערט אויפגעווארפן. יא, עס
פאסירט אויך ביי מיר, און כאטש נישט יעדער דערציילט עס אויף דער
גאס, איז גוט אמאל צו הערן אז עס פאסירט ביי אנדערע משפחות
…אויך און עס איז נארמאל
א גרויסן יישר כח פאר דער טאלאנטפולער שרייבערין וואס האט
!מיך מחזק געווען
)-(
,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק
feedback@theyidene.com
12פרשת בשלח תשפ״ה—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
ד
ער גרויסער, דיקער קאנווערט וואס
איז געווען פלאצירט אויפ'ן טיש האט
געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון
דעם רעדומער רב, הגה"ק רבי יצחק
.מאיר רוקח זצ"ל
."וואס איז דאס?" האט ער זיך געוואונדערט
","ס'איז היינט אנגעקומען מיט דער פאסט
האט די רביצין איילענדיג געענטפערט, און דאן
.זיך אריינגעיאגט אין קאך
מיט א פארקנייטשטן שטערן האט רבי יצחק
מאיר געעפנט דעם קאנווערט; א הויפן גלאטע
באנקנאטן איז ארויסגעפאלן דערפון, פארמירנדיג
.א לוסטיג געזעמל אויף זיין טישל
ווער שיקט אים געלט, און נאכדערצו אזא
גרויסע סומע? רבי יצחק מאיר האט איבערגעדרייט
דעם קאנווערט און געליינט דעם נאמען און
אדרעס – איינער א איד פון פעסט. דער נאמען
פרעמד; דער אדרעס האט-איז אים געווען ווילד
.אים אויך גארנישט אנטפלעקט
א מיסטעריע. וואס עפעס האט ער ערהאלטן
אזא אומגערישטע סומע פון עפעס אן אנאנימער
איד? רבי יצחק מאיר האט נישט פארמאגט קיין
שום מיטלען אין זיין באזיץ צו אנטשיידן די
רעטעניש. דאס געלט איז גראדע געווען אין
פלאץ; מען האט עס אויסגענוצט אויף גוטע
צוועקן, און די פראגע צייכנס וואס דער קאנווערט
האט ארויפגעברענגט, זענען מיט דער צייט
פארשטופט געווארן ערגעצוואו אין א שטויביג
.ווינקל
עטליכע חדשים שפעטער האט נאך אזא
קאנווערט אריבערגעשפרייזט דעם לאנגן וועג פון
פעסט קיין רעדום. ווידער האט זיך דאס גערעדט
פון א שיינעם סכום געלט. די פארשטויבטע
פראגע צייכנס זענען אויפגעשפרונגען פון זייער
באקוועמען שלאף, און ווידער אנגעהויבן עגבערן
.רבי יצחק מאיר
קיין ענטפער האט ער אבער אצינד אויך נישט
.געפונען
א לענגערע תקופה איז אריבער, ווען יעדע פאר
חדשים האט זיך נאך אזא קאנווערט געשלענגלט
איבער די מיילן און גרעניצן וואס האבן
אפגעטיילט די צוויי שטעט. דאס געלט האט מען
פארנוצט, אבער די אידענטיטעט פון דעם שיקער
.איז געבליבן פארהוילן הינטער א געדיכטן נעפל
דאס שיינע לעבן אין רעדום איז געקומען צו א
האסטיגן אפשטעל ווען די ווייטע, שווערע
פוסטריט פון מלחמה האבן זיך דערנענטערט צו
אירע רואיגע גאסן: די ערשטע וועלט קריג האט
,אויסגעבראכן מיט א בהלה פון פולווער און טויט
און איינגעהילט דעם גאנצן קאנטינענט אין אירע
.שטייפע ארעמס
איבערנאכט זענען פריינט פארוואנדלט
געווארן אין פיינט, און שטילע געסעלעך זענען
איבערגעקערט געווארן אין שלאכטפעלדער. ווען
דער גערוך פון מלחמה האט זיך אנגעהויבן שפירן
אין רעדום, האבן זיך רוב איינוואוינער
צאמגעפאקט די פעק און זיך ארויסגעלאזט זוכן א
.מקום מנוחה
.רבי יצחק מאיר איז נישט געווען קיין אויסנאם
אינמיטן דער געיאגטער פאקעריי, האט ער פארט
אינזין געהאט מיטצונעמען איינעם פון די
קאנווערטן וואס ער האט נארוואס ערהאלטן
אויפ'ן פאסט. "מיר פארן דאך קיין אונגארן," האט
ער זיך געמאכט א חשבון. "אויב קומען מיר אן
קיין פעסט, וועל איך אפירזוכן דעם איד וועלכער
שיקט מיר כסדר געלט. ער זארגט זיך דאך פאר
מיינעטוועגן; אפשר וועט ער מסכים זיין אז מיר
".זאלן דארט איינשטיין
און אזוי האט זיך דער וואגן, וועלכער האט
גוטס, געווארפן אויף-און-אנטהאלטן זייער האב
די שטיינערנע וועגן, פאראויסלויפנדיג דעם וועג
פון די סאלדאטן. דער בעל עגלה האט געטריבן די
פערד אן רחמנות. שנעלער, שנעלער, מען מוז זיך
.דאך ארויסדערזען פון דער ברענענדיגער ערד
נאך א לאנגן, אויסמאטערנדן וועג האבן די
ערשעפטע רייזנדע ענדליך דערגרייכט פעסט. רבי
.יצחק מאיר האט ארויסגעשלעפט דעם קאנווערט
"וואו קען איך טרעפן פנחס דייטש?" האט ער זיך
.נאכגעפרעגט ביי א דורכגייער
יענער האט אים גערן געגעבן אנווייזונגען ווי
אזוי צו דערגרייכן יענעמ'ס הויז, און רבי יצחק
מאיר האט אנגעקלאפט אויף דער פארמאכטער
.טיר
א פרעמדער האט אים געעפנט. "מיט וואס קען
,איך אייך העלפן?" האט ער געפרעגט
פארשטייענדיג אויף דער מינוט אז דער איד אויף
.דער אנדערער זייט טיר נויטיגט זיך אין הילף
"?"וואלט שייך געווען אז איך זאל דא איינשטיין
.האט רבי יצחק מאיר זיך אנגערופן מיט האפענונג
,"אודאי אזוי," האט יענער ווארעם געענטפערט
"?עפנענדיג די טיר ברייטער. "ווי אזוי הייסט איר
"איך הייס יצחק מאיר רוקח, דער רב פון
רעדום. איך בין א זון פון דעם הייליגן בעלזער רב
,זצ"ל, און איך האב אייך טאקע געוואלט פרעגן
איר האט מיר צענדליגער מאל געשיקט געלט
אויף דער פאסט. וואס עפעס האט איר מיך אזוי
"?אינזין געהאט
"איר ווילט וויסן? נישט קיין פראבלעם, כ'וועל
".אייך דערציילן די מעשה
א
זאל מיט-פנחס דייטש איז געזיצן אין געריכט
בשלח
דער טור זאגט אז עס איז גוט אז א מענטש זאל זאגן יעדן טאג "פרשת
המן". די פוסקים לייגן צו אז דורכדעם וועט מען צוקומען זיך צו פארלאזן
אויפ'ן אייבערשטן, און ער וועט גלייבן אז זיין גאנצע פרנסה ווערט באג
.לייט דורך א פונקטליכער השגחה פון דעם באשעפער
13
February 2 '25
—
—
אן האט-א געבויגענעם קאפ. דער ריכטער אויבן
געהאט א גראדן רוקן, א פארריסענעם קאפ און א
בליק פול מיט פארביסענע שנאת ישראל. בלויז
-פון אטעמען די פארפעסטעטע לופט אין געריכט
.זאל האט פנחס געשפירט אז דער מצב טויג גוט
עס איז באמת נישט געווען קיין חילוק איבער
וואס מען האט אים באשולדיגט, דעם ריכטער
האט עס אויך גאנץ קנאפ אינטערעסירט. אז ער
האט פארמאגט א איד אויפ'ן באשולדיגונגס
באנק, האט ער זיך געשארפט די ציינער אויף דער
.געלעגנהייט צו צייגן זיין שנאת ישראל
,דער פראקוראר האט פארגעלייגט זיינע טענות
אויפמערקזאם
אים
האט
ריכטער
דער
אויסגעהערט. ווען דער פארטיידיגער האט זיך
אויפגעשטעלט, האט אים דער ריכטער קוים
געשאנקען א האלבן בליק. דער אורטייל איז שוין
.קענטיג געווען באשטימט פון פאראויס
האט
האמערל
ריכטער'ס
דעם
ווען
אראפגעזעצט אויף זיין טישל, האט פנחס'ס הארץ
פארפעלט א קלאפ. דער ריכטער האט
שרייענדע עוולות פון-אויסגערעכנט אלע הימל
דעם באשולדיגטן, און דאן צוגעקומען צום
פונקט. מיט א גלייכגילטיגער מינע האט ער דעם
.אידל פאר'משפ'ט צו צענדליגער יארן אין תפיסה
פאר פנחס איז שלעכט געווארן. דורך א דיקן
נעפל האט ער געהערט זיין אדוואקאט'ס קול. "דו
האסט נאך אפאר טעג אינדערהיים ביז דו
דארפסט אנהייבן דינען דיין אורטייל," האט ער
אים געמאלדן. א דינער שטריך פון רחמנות האט
זיך אריינגעכאפט אין זיין קול. "ניץ אויס די צייט
".ווילאנג דו ביסט מיט דיין משפחה
-פנחס האט זיך אהיימגעשלעפט פון געריכט
זאל ווי ער וואלט מיטאמאל פארלוירן צענדליגער
יארן פון זיין לעבן און פארוואנדלט געווארן אין
אן אלטער איד. זיין פנים האט פארלוירן זיין
לוסטיגן קאליר, און ער האט אויסגעזען-געווענליך
ווי ער האט אויסגעטרונקען דעם גאנצן כוס פון
.צרות וואס דער גלות האט צו פארקויפן
יענער נאכט האט זיך פנחס אן אומרואיגער
געוואלגערט אויף זיין געלעגער. ווילאנג נאך וועט
ער קענען שלאפן אויף זיין באקוועמען בעט? נאך
עטליכע לאנגע שעות, איז ער ענדליך אנטשלאפן
.געווארן
!און קוק נאר – ער גלייבט נישט זיינע אויגן
פאר אים זענען ערשינען די ליכטיגע צורות פון
זיין גרויסן רבי'ן, דער הייליגער שינאווער רב
.זצ"ל, אינאיינעם מיט'ן הייליגן בעלזער רב זצ"ל
,ביידע פון זיי זענען מער נישט געווען ביים לעבן
אבער זעט אויס אז פון הימל האט מען אים
געשאנקען די געלעגנהייט זיך אויסצוגיסן דאס
!הארץ צום רבי'ן
פנחס האט געשווינד אפגעשריבן א קוויטל און
עס דערלאנגט פאר'ן שינאווער רב. "רבי, איך
דארף א ישועה," האט ער זיך צעבראכענערהייט
.מזכיר געווען
"איך קאן דיר נישט העלפן," האט דער
שינאווער רב געענטפערט. "אבער מיין מחותן
האט א זון אין רעדום, רבי יצחק מאיר, וועלכער
דארף געלט. שיק אים אפ א שיינעם סכום, און דו
וועסט געהאלפן ווערן." דער שינאווער רב האט
אים דאן געגעבן דעם גענויען אדרעס, און פנחס
.האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף
ער האט זיך באלד געוואשן נעגל וואסער, און
ווי א פלינקער אינגל איז ער געלאפן צו זיין
ארבעטס צימער. ער האט ארויסגעשלעפט א
קאנווערט, אריינגעשטופט דעם סכום וואס דער
שינאווער רב האט אים אנגעוויזן, אפגעשריבן
דעם אדרעס, און עס אנגעגרייט אויף א מערקבאר
ארט אז ווי נאר די זון הייבט אן פארשפרייטן
אירע שטראלן אויפ'ן הימל, זאל ער עס קענען
.ארויסשיקן מיט דער פאסט
איז
קאנווערט
דער
וואס
נאכדעם
ארויסגעגאנגען, האט זיך פנחס צוריקגעקערט
אינדערהיים א נייער מענטש, מוטיג, פול מיט
האפענונג. אינדערהיים האט אים אפגעווארט אן
אומגערישטער גאסט – זיין אדוואקאט. יענער
איז געזיצן און געווארט אויף אים מיט א
.געהיימעניספולן שמייכל
"היינט אינדערפרי איז דעם ריכטער'ס גוסטע
געווען פונקט קאפויער ווי נעכטן," האט ער אים
געמאלדן. "ער האט זיך געפערליך אויפגערעגט
אויפ'ן פראקוראר, און ער האט באשלאסן
,ארויסצואווארפן אלע קלאגעס קעגן דיר. פנחס
".דו ביסט א פרייער מענטש
א
"איך האב תיכף געזען א ישועה," האט פנחס
אויסגעפירט צו דעם רעדומער רב. "און איך האב
געקלערט צו זיך אז אויב איך בין געהאלפן
געווארן אין אייער זכות, דארף איך דאך זיכער
ווייטער ממשיך זיין צו שיקן נאך געלט. אזויפיל
"!הכרת הטוב קומט זיך אייך נאך
א. סאלאמאן
845.200.3313 #101
אז פרנסה איז פון הימל, ווייסן מיר אלע פון קינדווייז אן. אבער ווען דער מצב איז געדרוקט און די הוצאות דראען איינצושלינגען די הכנסות וואס
זענען יא דא, פרובירן מיר צומאל צו געבן עצות פאר'ן רבונו של עולם ווי אזוי ער קען אונז אריינשיקן נאך אפאר דאלארן אין שטוב. לאמיר געדענקען אז
.דער באשעפער האט זיך זיינע מיטלען, און פון גאר אומגערישטע פלעצער קען אריינפליען געלט אונז צו פארלייכטערן
:פראקטיש גערעדט
14פרשת בשלח תשפ״ה—
—
חכמת נשים
אינטערוויוס און שמועסן מיט
אידענעס פון איבער דער וועלט
איבער אונזער לעבנסשטייגער
א גוטן מרת וויינטרויב, לאמיר אנהייבן קודם ■
.מיט וואס איר געדענקט פון אייער יוגנט
איך בין אויפגעוואקסן אין ירושלים. פון מיין
יוגנט געדענק איך די געפערליכע ארעמקייט וואס
ס'האט דא געהערשט. מענטשן זענען געקומען
פון די לאגערן אן א פרוטה צו דער נשמה, און
בכלל האט ירושלים כמעט נישט געהאט קיין
עסן. פון נאך דער מלחמה איז דער מצב דא
געווען געפערליך. מיין טאטע קומט פון וויען; ער
איז געקומען קיין ירושלים צווישן דער ערשטער
און צווייטער וועלט מלחמה אלס קיילעכיגער
יתום, זייענדיג פופצן יאר אלט. ווען ער איז
אנגעקומען קיין ירושלים איז ער איינגעשטאנען
ביי דעם זיידן ר' יואל סאמעט ז"ל. ס'איז נישט
געווען וואס צו עסן אין לאנד, אויף אזוי ווייט, אז
שבת האט מען גענומען איין פליגל און דאס
צעטיילט פאר צען מענטשן כדי ס'זאל הייסן אז
.מ'האט געגעסן פלייש לכבוד שבת
.היינט ב''ה איז דא א ריזיגע שפע פון עסן
!מ'טאר נישט עסן אזויפיל וויפיל עסן ס'דא
דערצו גיבט די גאווערמענט פראגראמען וואס
ביישטייערן געלטער צו צאלן דערפאר... יעדער
קען מעיד זיין ווי די פראגראמען העלפן זיי
-ארויס, און ווער רעדט נאך פון א קינדער
געבענטשטע משפחה וואו יעדע מינוט זענען דא
!נייע אויסגאבן, גיבן די בענעפיטן צו א געוואלד
די שפע פון עסן איז עפעס פון וואס איך האב
.נישט גע'חלומ'ט אלס קליין קינד
טעגליכן לעבן האבן מיר זיך עטוואס-אויפ'ן טאג
אן עצה געגעבן, ווייל מיין זיידע און באבע האבן
געוואוינט אין א דארף וואו זיי האבן געהאדעוועט
אסאך ציגן און הינער. זיי פלעגן אונז שיקן די
מילך און מיין מאמע האט געמאכט דערפון-ציגן
קעז. מיין זיידע איז געקומען צו פארן כמעט א
שעה צו ברענגען אייער, פלייש – וואס מיין
טאטע האט נישט געגעסן ווייל ער האט זיך נישט
געוואלט פארלאזן אויף דער שחיטה – און
.פלוימען וואס זענען געוואקסן אין זיין גארטן
פון- מאן-מיין טאטע איז געווען א ישיבה
אמעריקע האט מען געשיקט פעקלעך קיין
ירושלים פון אלטע קליידער, אויסצוטיילן פאר די
לייט. מיין טאטע, קומענדיג-משפחות פון ישיבה
פון וויען, איז געווען א בעל הבית'ישע נאטור און
געשמעקט
נישט
אינגאנצן
אים
ס'האט
אהיימצונעמען יענעמ'ס אלטע זאכן פאר די
קינדער אנצוטון. מיין מאמע האט זיך אבער
געבעטן ביי אים עס יא אהיימצוברענגען. זי האט
געהאט צוויי גאלדענע הענט און זי האט
געוואוסט אז זי קען פארוואנדלען די אלטע
סחורה אין הערליכע נייע קליידער. ווען די
יעריגע שכנה האט נאכגעשריגן-ניינציג-איבער
מיין מאמע אז אירע קינדער גייען די שענסטע
אנגעטון פונעם גאנצן געגנט, האט מיין טאטע
מסכים געווען צו לאזן מיין מאמען זיך ארומשפילן
.מיט די אמעריקאנער קליידער
איך געדענק אז ווען מיינע צוויי ברידער זענען
דריי יאר אלט, האט מיין מאמע-געווען צוויי
גענומען א ריזיגע ברוינע קלייד וואס האט
אויסגעזען עפעס אזויווי א זאק. זי האט עס
איבערגענייט אויף צוויי הויזן און צוויי וועסטלעך
און איך קען נישט פארגעסן ווי זיי זענען געזעסן
ביי דעם סדר מיט זייערע נייע הערליכע יום
.טוב'דיגע בגדים
יעדער האט איר מקנא געווען! אונז קינדער
,זענען געווען אנגעטון בעל הבית'יש און שיין
בשעת אסאך קינדער אינעם געגנט האבן
.אויסגעזען נאכגעלאזט און נעבעכדיג
פסח איז געווען אזוי שווער אין ירושלים, ס'איז
געווען ממש אוממעגליך צו האבן גענוג מצות און
וויין. חוץ פון דעם דארף מען פארשטיין אז ווען
איך בין אויפגעוואקסן איז נישט געווען קיין
פרידזשידער אין ירושלים. ערשט ווען מיין
50 עלטסטער ברודער האט חתונה געהאט, בערך
יאר צוריק, האבן מיר ענדליך באקומען א
.פרידזשידער
וואס האט מען געטון? ערב שבת איז מען
געגאנגען צו א ספעציעלער פאבריק וואס האט
פארקויפט גרויסע שטיקער אייז. דאס האט מען
אריינגעלייגט אינעם קאלטן אויוון מיט א גרויסן
קעסטל אונטער דעם אויפצונעמען דאס
אויפגעלאזטע וואסער וואס איז אראפגערינען פון
דעם אייז. דאס האט אנגעהאלטן כמעט ביז
מוצאי שבת – חוץ אין הייסע שבתים. און טאקע
אין די הייסע שבתים איז שוין די פיש געווען
.פארדארבן שבת צופרי
היינט, אז מ'קען אנגרייטן פאר יום טוב זעקס
וואכן פריער, זאל מען טאקע לייגן אין פריזער
!וויפיל מ'קען
די וואך וועלן מיר האבן די זכי' צו הערן פון דער חשוב'ער מרת. ווייינטרויב. מיט איר פשטות
און קלארקייט איז זי אנגעקומען צו א מדרגה פון בינה יתירה וואס טרעפט זיך ביי ווייניג. בעיקר
.איז עס איר יוגנט וואס האט אויסגעפארעמט איר קלארן געדאנקענגאנג אין לעבן
."איינער וואס האט 'אלעס' אייביג, איז בלינד צו דעם 'אלעס' וואס ער האט," דרוקט זיך מרת
וויינטרויב אויס. ס'איז טאקע נאה דורש... אבער פון מרת. וויינטרויב'ס אויסערגעווענליכן הכרת
.הטוב צו די קלענסטע גוטס וואס זי האט, זעט מען אז זי מיינט עס טאקע ערנסט
איז לאמיר צוגיין צום שמועס, פון וואס איר וועט זיכער קענען ארויסנעמען אויף אייער
.לעבן
אריינפיר
15
February 2 '25
—
—
וואשן וועש איז געווען א פרשה פאר זיך. מיר
האבן געארבעט מיט א פרימוס (זעט בילד
בייגעלייגט). ס'איז געווען א סכנה צו שטיין ארום
.דעם. ס'האט געארבעט מיט פרעשור און גאז
,מ'האט ארויפגעלייגט א גרויסן טאפ פון אויבן
און מען האט דאס אנגעפולט מיט וואסער, זייף
און אריינגעלייגט דערין די וועש. די פרימוס האט
אנגעהייצט דאס וואסער אינעם טאפ און בשעת
ס'האט געארבעט האט עס ארויסגעגעבן אזעלכע
קולות, אז מען האט זיך געדארפט איבערשרייען
איינער דעם אנדערן כדי צו הערן וואס יענער
.זאגט
נאכדעם וואס מיין מאמע האט געלאזט די וועש
איינווייקן, האט זי ארויסגענומען איין קלייד
.אויפאמאל און געריבן די פלעקן מיט די הענט
דערנאך האט מיין מאמע ארויסגענומען די
קליידער מיט א גרויסן שטעקן – ווייל דאס
וואסער האט נאך געקאכט און מ'האט זיך געקענט
אפבריען – און עס אריינגעלייגט אין א קאלטע
וואנע. מ'האט געדארפט אויסשווענקען יעדע
שטיקל וועש דריי מאל און דאן האט מען עס
געקענט אויפהענגען. און... ס'האט פאסירט נישט
איין מאל און נישט צוויי מאל אז רעגן האט
באנעצט די וועש און מ'האט געדארפט אלעס
.אנהייבן פונדאסניי
?ווען איר האט חתונה געהאט ■
.קודם הערט וויאזוי איך האב חתונה געהאט
ווען איך האב חתונה געהאט האט מיין טאטע
,געפירט א דרוקעריי. דער אלטער רבי ר' אהרן
דער בעל שומרי אמונים זצ"ל האט אים צוגעזאגט
אז ער וועט האבן פרנסה אלע יארן. מיין טאטע
איז אפשר נישט געווען א גביר, אבער ער האט
מצליח געווען חתונה צו מאכן ניין קינדער אן
ארויספארן קיין חוץ לארץ בעטן געלט פון
מענטשן. דאס האט געמיינט זייער אסאך פאר
.אים
מיין טאטע, קומענדיג פון וויען, האט זיך
מורא'דיג געשעמט מיט דער ארעמקייט. ער איז
געווען צוגעוואוינט צו גיין אנגעטון בעל הבית'יש
און ריין, און יעדער וואס ער האט געדענקט פון
וויען איז טאקע אזוי געגאנגען. אבער ווען ער איז
אנגעקומען קיין ירושלים אן קיין טאטן און
מאמען האט ער זיך געטראפן ארומגיין מיט
צעריסענע שיך. ער האט עס ממש נישט געקענט
.פארנעמען
געוויסע מענטשן וועלן נישט האבן קיין
.פראבלעם ארומצוגיין בעטן געלט פון אנדערע
מען ווייסט אז ארץ ישראל'דיגע זענען בני עניים
און זיי דארפן אנקומען צו דעם געלט פון
דרויסנדיגע. פאר מיין טאטן איז נעמען געלט פון
אנדערע געווען אזוי ארויס פון זיין נאטור, אז די
ברכה פונעם רבי'ן זצ"ל איז געווען אזא גרויסע
זאך. אבער... פון דער גרויסער ארעמקייט מיט
וואס ער האט זיך געמוטשעט און מיט וואס
מ'האט זיך געשעמט, האט מיין טאטע יעצט דריי
!אייניקלעך רבנים
וויאזוי איז עס צוגעגאנגען ווען איר אנגעהויבן ■
?אויפצושטעלן אייער אייגענע שטוב
אז איך בין א געקומען פון אזא ארעמקייט, האב
איך אודאי נישט געהאט צופיל מער ווי מיינע
עלטערן. איך האב קיינמאל נישט געקויפט קיין
נייע זאכן. די זעלבע גלאז וואס איך האב באקומען
פון מיין חתונה האט מען איבערגעשווענקט און
.איבערגענוצט פאר יארן
אויף יו"ט האבן מיינע קינדער באקומען איין
נייע קלייד, וואס איך האב זיי אויפגענייט. די
איינציגע צייט ווען מ'האט עס אנגעהאט איז
געווען ווען מ'איז געגאנגען צו דער שוויגער... דער
רגע איך בין אריינגעקומען אין איר הויז האב איך
זיי געגעבן א טו אָ ן א גרויסע 'ביב' אז ס'זאל נישט
ווערן שמוציג, און דער רגע מ'איז אהייגעקומען
האב איך זיי איבערגעטון צו עפעס אן אלטע
קלייד. מ'האט אכטונג געגעבן דעראויף ווי אן אויג
.אין קאפ ווייל כ'האב זיך אזוי געפלאגט דערויף
,מאשין-איך האב שוין ב"ה געהאט א וואש
אבער נישט קיין טרוקענער (דרייער). אין מיין
הויז האב איך געהאט איין 'סטים' אויף דער וואנט
וואס אויף דעם האב איך אויסגעלייגט די וועש
און ס'האט זיך שנעל אויסגעטרוקנט. ווייל כ'האב
געהאט די 'סטים' האב איך געקענט האבן דריי
קינדער אין ווינדלען, ווייל איך האב עס שנעל
.געקענט אויסוואשן און אויסטרוקענען דערויף
היינט, נאכ'ן האבן א קינד, שיקט מען דיך ארויס
פון שפיטאל נאך צוויי מינוט. איך פלעג זיין אין
שפיטאל פאר אכט טעג! מ'האט מיר סערווירט
גרייטע פרישטאגס און מיטאגס, און מ'האט זיך
אפגעגעבן מיט מיין קינד... ס'איז געווען זייער א
בא'טעמ'טע זאך. איך געדענק אז איך פלעג
פאראויסקוקן צו דער צייט ווען איך וועל זיין ווי
.אין א האטעל פאר איבער א וואך
ס'איז אינטערעסאנט וויפיל מער מ'לערנט מיט
די קינדער ווי אמאל. היינט, ווען א קינד גייט
- ארויס פון כתה א', דארף ער שוין קענען עברי
נישט ממש די גאנצע, אבער די אותיות זיכער. ביי
אונז האט מען ערשט אנגעהויבן אות א' אין כתה
א'. מ'זאגט אז זיי קענען פארנעמען מער ווי
יעריגע-אמאל, און איך זע עס באמת. מיינע צוויי
ח. גראס
845.200.3313 #101
איך בין אויפגעוואקסן אין
ירושלים. פון מיין יוגנט
געדענק איך די געפערליכע
ארעמקייט וואס ס'האט דא
געהערשט. מענטשן זענען
געקומען פון די לאגערן אן א
פרוטה צו דער נשמה
16פרשת בשלח תשפ״ה—
—
!אייניקלעך קענען שוין קאלירן
אסאך מאמעס פלאגן זיך מיט קינדער
אינדערהיים וואס פילן זיך נישט גוט יעדן צווייטן
טאג, אבער דער אמת איז אז דעמאלטס כאפט
מען זיך הערשט וויפיל מ'דארף דאנקען דעם
אייבערשטן פאר די שולעס און חדרים... ווען
מ'פרובירט נישט אויס עפעס אנדערש, איז מען
בלינד צו וואס מען האט יא. ווען א קינד כאפט
נישט אויף די עברי, ווען א קינד ווייסט נישט
וויאזוי צו פארבן, דעמאלטס כאפט מען ווי
וואונדערליך ס'איז אז די קינדער קענען זיך היינט
.אויסלערנען אזויפיל אויפאמאל
וויפיל האלט איר אז א באבע קען/מעג מחנך ■
?זיין די אייניקלעך
אה, דאס איז נישט קיין פשוט'ע נושא... בעסער
וועל איך מתפלל זיין שטילערהייט און גארנישט
זאגן. און גלייב מיר, כ'האב זיך איבערצייגט אז
...דאס העלפט טאקע דאס מערסטע
איך גיב זיי טויזנט מאל מער ווי כ'זאג זיי. ווען
איך טרעף אן אייניקל אויף דער גאס וועל איך זיי
;געבן אביסל געלט זיי זאלן זיך קויפן עפעס גוט
מיין טיר איז אלעמאל אפן – ווער ס'וויל קען
...קומען, און ווען מ'וויל קען מען ארויסגיין
חנוכה מסיבות און שבע ברכות קומען פאר ביי
מיר אין שטוב. איך גיב און גיב און ס'פילט אזוי
.גוט צו געבן
זאגן איז זייער שווער – אבער ווען מ'גיבט און
מ'האלט זיך שטיל און מ'דאוונט, קען מען אויפטון
.מער וויפיל מ'מיינט
מיין טאכטער האט חתונה געמאכט איר זון, און
,ווען ער איז געקומען שלאפן ביי איר אויף שבת
האט זי באמערקט אז ער שטייט אויף זייער
שפעט. ס'האט איר מורא'דיג געארט, און זי האט
נישט געוואוסט וואס צו זאגן אדער טון. זי האט
געפילט אז דער ערשטער בראך פון א אינגערמאן
.איז אז ער שטייט אויף שפעט
איך מיין אז ס'ווענדט זיך אסאך אין וויאזוי
מ'קוקט דאס אן און וויאזוי די שטוב איז
אויסגעשטעלט. אסאך טוען מער אויף ביינאכט
ווי אינדערפרי, און אנדערע דארפן מער שלאף ווי
סארט, אבער-נארמאל. זי איז גראדע א צופרי
זעט אויס אז ווען ער האט חתונה געהאט האט
און זי האט עס נישט- ער זיך געטוישט
.אויסגעהאלטן
כ'האב איר געזאגט אז דאס קינד איז שוין ארויס
פונדערהיים – זי קען אים מער נישט זאגן אזויווי
זי וואלט געזאגט אמאל, און יעצט איז נאר
געבליבן מתפלל צו זיין. איך בין זיכער אז דאס
.וועט העלפן
און למעשה? אפאר יאר זענען אריבער און דער
זעלבער אייניקל שטייט אויף זעקס אזייגער
פארטאגס, ער דאוונט און עסט פרישטאג מיט די
.9:30 קינדער און ער איז אין כולל יעדן טאג
...און מ'וואונטשט זיך אז מ'זאל קענען ווייטער
געבן. ס'איז אסאך בעסער צו געבן ווי צו דארפן
.נעמען
אויב האט איר א געדאנק פון איינער וואס איז פאסיג
פאר א שמועס אין דער קאלום, ביטע לאזט א
#101 845.200.3313 מעסעדזש אויף
?א גוטן רעצעפט וואס איר ווילט מיטטיילן מיט די ליינער ■
צוויי איך בין-א דיפ וואס איך מאך לכבוד שבת, וואס איז זייער געשמאק און נעמט א מינוט
יעצט זייער פארנומען מיט רעצעפטן וואס פאדערן נישט קיין טעפ, ווייל מיין גוי'טע האט
...לעצנטס אויפגעהערט קומען צו מיר
איך וויל מיטטיילן איין רעצעפט פון רייז מיט גרינצייג וואס איך מאך אין א בעקעלע אינעם
.אויוון, און ס'איז זייער געשמאק
■ 5 cup rice
■ 10 cup water
■ 2 carrots, shredded (approx. ¾ c grated carrots)
■ 2 onions, diced
■ 1 red pepper, diced
■ 1 green pepper, diced
■ 1 yellow pepper, diced
■ 1 cup oil
■ 2 t chicken soup mix
■ Salt, to taste
■ Dash black pepper
■ Combine all ingredients in a deep 913-/inch baking dish. Bake uncovered
at 350 for 1 hour
orange pepper , דערפאר לייג איך אייןpeppers איך פערזענליך האב נישט ליב קיין גרינע
.אנשטאט דעם
דער אויבערשטער שיכט קען ווערן אויסגעטרוקנט צום סוף. דערפאר דעק איך עס צו מיט א
.פאפיר פאר די לעצטע צען מינוט וואס ס'באקט זיך-שטיקל זילבער
חכמת נשים
17
February 2 '25
—
—
SOFA
THE
RAFFLE
Up to $3,499. Purchases can not be held in Sander’s warehouse.
Place your order
between February
1st and March 13th
and be automatically
entered into the
Sanders Sofa Raffle!
Winner gets
their entire
order FREE!
D I N E T T E S | S O F A S | M A T T R E S S E S | R E C L I N E R S | B E D S
Order now to receive
your furniture in time
for Pesach!
Orders can take up to
3 months to arrive.
WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718 624.3400
MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500
18פרשת בשלח תשפ״ה—
—
פענסטערל
א הומאריסטישער און
רעאליסטישער בליק אויף
אונזער ווירטשאפט
,עס איז נאכאמאל די צייט פון יאר
,רופן דערציילן עס קלאר-ד פאסטקעסטל און טעלעפאן
קאלס, די אויסגאבעס און-די רעקלאמעס, די ראבא
,ביכער
די הארציגע ווערטער, טוט דרינגנד ארויסהעלפן אונזערע
,אידישע שוועסטער און ברידער
,יעדע ארגאניזאציע מיט איר אייגענעם הארציגן בריוו
צוקומען צו א ברייטהארציגער נדבה איז דאס א וויכטיגער
,רוף
צומאל קען מען ממש טאפן די הייסע טרערן פון צווישן
,די טינט
נישט קיין חילוק ווי ברייט דער טאש, יעדעס אידיש
,הארץ דאס געווינט
,וויפיל קראנקע חולים אין שפיטאל ליידער
,צי ס'איז קיין ארץ ישראל אפשיקן אנגעהויפנטע זעקלעך
,נוצבארע קליידער
א פארפאלק מיט זרע של קיימא ווארטן געהאלפן צו
,ווערן
א משפחה נויטיגט זיך דרינגנד אין הילף ווייל עס טוט אט
,איבערקערן
פרישע היימישע נאכטמאלן צו דערקוויקן און
,דערווארעמען משפחות
,מיט אייער שיינע נדבה, זייט געבענטשט מיט אלע ברכות
מיידלעך שיקן צו היימען אויף אפאר שעה-געטרייע חסד
,טעגליך
האלטן א אידישע שטוב אויף די גראדע רעלסן מאכט איר
,אצינד מעגליך
די אלמנה, די צעבראכענע שטוב פאלט שווער די
situation
generous מיר טוען באמת עפרישיעטן אייער
,donation
,געעפנטע ישיבה א בליציגער קאמפיין-די פריש
פאר בלויז פינף דאלאר קענט איר א גליקליכער געווינער
,זיין
מיר באשעפטיגן זיך מיט קירוב, אונזער הייליגע עבודה
,חשוב און טייער
עפנט אייערע טאשן, דאס געלט וועט אונז באמת העלפן
,זייער
,א פרישע קימפעטארן, די לאסט שווער עס פאלט
,מיט אייער שטיצע וועט דער מצב געהאלפן ווערן באלד
,דער דינער וואס זוכט אנצופולן די פינאנציעלע לעכער
ווער עס קומט, גייט אריין אין א ספעציעלן א גורל פון א
,פראכטפולער בעכער
מיר העלפן פילצאליגע אידן צוטרעפן דעם בעסטן פאסיגן
,דאקטער
פון הויכראנגיגע דאקטוירים אין שפיטעלער ביז צום
,קייראפראקטער
,פאר זיי אייער ברייטהארציגע נדבה מיינט
אז צענדליגער מענטשן וועלן צוטרעפן דעם ריכטיגן
,אדרעס צו זייער ווייטאג היינט
שפילצייג און מתנות צו פארזיסן פאר די יונגע פאציענטן
,מיר זענען אנגעפאנצערט
וועלכע וואלט מעגליך געווען פון אייך צו ווערן
?געספאנסערט
,דער הייליגער ליבער שבת טוט זיך איילן
,פעקלעך בדרך כבוד מיר טיילן-גאר נויטיגע שבת
,פאר הונדערטער משפחת אין נויט
,גיבן מיר ממש דעם שטיקל ברויט
","רחמנים בני רחמנים, א איד מאכט זיך אליין חתונה
,טוט גראגערן אין קאפ נאכאנאנד
איר וועט זיכער קענען "שלאפן" בעסער נאכ'ן געבן פאר'ן
,צוועק, מיין פריינט
,צומאל רופן צענדליגער באקאנטע פאר'ן זעלבן צוועק
,מען מאנט, מען שנארט, עס נעמט נישט קיין עק
,יעדער מיינט אז איינציג זיי זענען
,זייער חשיבות און טובות הכלל זאלן מיר אנערקענען
,די אלע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס נאך ליידער דא פיל
מען זאל דאס נישט באדארפן, אבער אויב יא, זענען זיי דא
, איז דער ציל-
,מיר זענען אידישע קינדער, א הייליג פאלק ישראל
א פרישער צדקה צוועק, א פרישער קאמפיין מען רופט
?שוין נאכאמאל
זאלן מיר האלטן פאר די אויגן אז עס איז נישט אלעס איין
,זאך
יעדער סכום, פאר יעדן באזונדערן צוועק מיינט גאר
,אסאך
לאמיר עפענען אונזערע הערצער און אונזערע בערזלעך
,זיי צו שטיצן
.און אין דעם זכות זאלן מיר זיי קיינמאל דארפן ניצן
פ. זילבער
ENTER A DRAWING
TO WIN BACK YOUR
KIMPUTURIN HOME
STAYUP TO A WEEK
OR CASH EQUIVALENT!
The Zomee Z2 electric breast
pump & wearable collection
cups offer a perfect combination
for efficient milk collection with
quiet suction and hands-free
conveniences.
The Zomee bag adapters simplify
your pumping routine by eliminating
the need to pump into bottles and
transfer milk. With just one simple
step, you can pump, seal, and store
with ease.
Our advice!
Take care of it
prior to birth
Hand Pump included (Z2)
Ships free in a timely manner.
Completely hassle free
We call your Doctor for you!
Zomee Silver cups are
small cups crafted out of
pure 925 silver that help
protect and soothe sore
and cracked nipples
while breastfeeding.
Ask about our pre/ post-partum garments
20פרשת בשלח תשפ״ה—
—
נאטירליך
פ
מיר
האבן
וואך
ארגאנענער
אויסגעשמועסט וואס דער מעטאד
איז און וויאזוי עס ארבעט אויף
למעשה בס"ד, דורכדעם וואס עס
,'שיקט א מעסעדזש צום מח אז 'גענוג איז גענוג
און ער לאזט נאך. די וואך וועלן מיר זען וויאזוי
עס דארף געטון ווערן, אויף וואס עס ווערט
בעיקר גענוצט, און נאך אינטערעסאנטע ידיעות
.ארום דעם
פון דער אנדערער זייט
דארף ווערןTMS דר. סארנא האט געהאלטן אז
דיאגנאזירט און באהאנדלט דורך א דאקטאר מיט
לייסענס אין מעדיצין. למעשה אבער, פראקטיצירן
לייסענסד מעדיצינישע דאקטוירים-אויך נישט
.דעם סארנא מעטאד
גערופענע מומחים-אין פאקט, זענען די אזוי
,וואס באהאנדלען פאציענטן מיט דעם מעטאד
דערקלערטע עקספערטן, אן קיין שום-אייגן
פון קיינעם. עסcertification לייסענס אדער
איז נישט דא קיינער וואס פארהערט זייערע
קענטעניסן, אדער האלט סיי וועלכן קאנטראל
.איבער וואס זיי זאגן פאר זייערע קליענטן
עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס האט נישט
קיין ריזיקעס. עס קען חלילה זיין שטארק
שעדליך צו איגנארירן סימפטאמען וואס דארפן
באהאנדלונג און אויפזיכט. מען קען זיך נישט
אלעמאל ערלויבן זיך צו פארהוילן פון זיין
אויפמערקזאם און נאכקוקן צי די סימפטאמען
.ווערן ערגער אדער ווייזן באזארגנדע סימנים
דעריבער פאדערט עס א געניטע אפשאצונג צי
דער צושטאנד ערלויבט צו פרובירן דעם סארנא
מעטאד, אדער זיין אונטער כסדר'דיגן אויפזיכט
פון א דאקטאר, וואס דאס קען זיין א סתירה מיט
.דעם מעטאד און איז דעריבער שווער אויסצופירן
א
?אויף וואס ניצט מען עס
,TMS אריגינעל איז דער מעטאד געבויט פאר
וואס קומט דירעקט פונעם מח. דאס נעמט אריין
,, פוס ווייטאגlower
back
pain רוב
Fibromyolgia, Chronic Fatigue Syndrome,
, און נאך פילCarpal Tunnel Syndrome
ענליכע מעדיצינישע דיאגנאזן, בעיקר רוקן
ווייטאג. דאקטוירים גיבן יעדעס מאל אנדערע
,דיאגנאזן וואס עס איז און פון וואס עס קומט
.TMS אבער זיי קומען אלע פון
אזוי אויך קומען אויך כמעט אלע סארט
ווייטאגן וואס קומען פון דעם רוקן ביין און
ארומיגע ביינער און נערוון, אפילו דער דאקטאר
אז א ביין אדערMRI אדערX-ray זעט אויף אן
.נערוו איז פאררוקט, אפגעריבן, געשוואלן א.א.וו
.TMS פון-
אנדערע צושטאנדן וואס קענען בעז"ה געהיילט
טראצדעם- ווערן דורך דעם סארנא מעטאד
וואס זיי זענען פיזישע צושטאנדן וואס זענען
: זענען- אנטוויקלט געווארן
Reflux ■
(אפט אזעלכע וואס ווערטPeptic ulcer ■
) מעדיצינעןanti-inflammatory ערגער פון
Esophagospas ■
Hiatus hernia ■
IBS ■
Spastic colitis ■
Tension headache ■
Migraine headache ■
(ווען עס איז נישטFrequent urination ■
)diabetes פארבינדן מיט אנדערע צושטאנדן, ווי
(הערן קלינגען אין די אויערן) אדערTinnitus ■
שווינדלונג וואס איז נישט פארבינדן מיט אנדערע
צושטאנדן
רוב הויט פראבלעמען, ווי עקזעמע און ■
סארייסיס
און נאך אנדערע וואס זענען נישט שייך ■
אויסצורעכענען
די ליסטע נעמט נישט אריין אלע צושטאנדן
וואס קענען מעגליך געהיילט ווערן. עס קען זיך
.ווענדן אויף נאך פאקטארן
די וואס גיבן זיך אפ צו פראקטיצירן דעם
מעטאד מיט קליענטן, זענען געווענליך מער
,באקאנט פאר וועלכע צושטאנדן עס איז געאייגנט
און אין וועלכע פעלער. זיי האבן נישט קיין
מעדיצינישע וויסנשאפט, אבער זענען מערסטנס
ערפארן פון די פיל מענטשן וואס זיי האבן שוין
געהאלפן. זיי זענען אין אלגעמיין פארזיכטיג, און
שטופן נישט צו פרובירן דעם מעטאד ווען עס
.קען זיין שעדליך
עס זענען דא אזעלכע וואס ניצן דעם סארנא
.מעטאד אויף כמעט יעדן סימפטאם און ווייטאג
דאס נפש איז ענג פארבינדן מיט'ן קערפער און
דעם מענטש'ס מחשבות און געפילן האבן אפט א
,דירעקטע השפעה אויף זיין קערפערליכן געזונט
טראץ וואס די קרענק האט גארנישט צו טון מיט'ן
.מח
מען קען טאקע אפט זען כאטש א טיילווייזע
ד ע ר ס א ר נ א מ ע ט א ד