Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU
הרה"ח ר' נפתלי הערש
ציג שליט"א, גרינדער פון
״כפים״ ← כח היחיד
מיר וועלן זאפארט
אפהאקן דיין נומער!
← כאפצעם!
ריפיינענסן אדער
א ליין אף קרעדיט
← שטאטסמאן
אריינטאנצן איז נישט
קיין היתר צו בארגן
← אידיש געלט
ISSUE 30 — FEBRUARY 2 '25 — BP YINGERMAN • WEEKLY FREE PUBLICATION — בס״ד — פרשת בשלח תשפ״ה
וויאזוי לעזט -מען א מיינונגס
קאנפליקט?
Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
← מענטשליכע שטריכן
2פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
Don’t wait til
there’s nothing left
of your shades
February 2 '25
—
—
Beautiful
Italian
Selection
joy2media.com
98Styles
to choose from
FREE professional
acrylic setup with purchase
Kallahs!
E X C L U S I V E F O R
בס''ד
845.783.0675 \\ 7 Van Buren Dr. Monroe, NY \\ FREE DELIVERY!
To the tristate areas
Meet us. Scan here.
INTEREST-FREE SMALL BUSINESS LOANS FOR NY CITY, LONG ISLAND AND WESTCHESTER
The Hebrew Free Loan Society
provides interest-free business
loans to low-and
moderate-income residents of
New York City, Long Island, and
Westchester.
Get a loan up to
Startups • Expanding Businesses •
Storefronts • Home-Based •
Men/Women Owned
No Interest. No Fees. Ever.
$50,000
Restrictions apply. Two qualified guarantors required.
Find out what HFLS can do for you:
212.692.9023 • biz@hfls.org
WWW.HFLS.ORG
SOMETIMES ALL A
BUSINESS OWNER
NEEDS TO SUCCEED
IS A HELPING HAND.
LET US LEND
YOU A HAND.
An initiative of the
Hebrew Free Loan Society
in partnership with
Mishkan Yecheskel
February 2 '25
—
—
845.209.1480
THINWELLNESSCLUB.COM
FAST ACTION
WEIGHTLOSS INJECTIONS.
SEMAGLUTIDE (OZEMPIC - WEGOVY)
$350/ MONTHLY SUPPLY OF ANY DOSE.
TIRZEPATIDE (MOUNJARO - ZEPBOUND)
$450/ MONTHLY SUPPLY OF ANY DOSE.
Yom Tov's coming.
KOSHERSKINNYSHOT
TM
If you want to feel great in time for Yom Tov, now's the
time to get started. Choose our complete package, or
reach out to us for private consultations, guidance and
support to help you achieve lasting success.
What
happened to
me? I used to
be able to
dance all
Purim...
Why did I
agree to a
hike for our
Chol Hamoed
trip?!
Is this a
5 pound
bag or 50?!
Aaaah... I feel
great and can
really enjoy the
Yom Tov!
FISHGRILL.COM
FA
S
FO
R
R
FI
H
D
EV
HI
G
EL
E.
*NEW LOCATION COMING SOON
Los Angeles · Lakewood · Brooklyn · American Dream Mall* · Five Towns*
One bite
and you
are hooked.
ADS@THEYINGERMAN.COM
Introducing our Cheese Bar: the newest
melt-in-your-mouth delight. Chocolate meets cheese
for an irresistibly snackable treat, that's a premium
indulgence without a premium price tag. From the first
bite to the last, enjoy decadent chocolate perfection.
Have your
chocolate and
enjoy it, too.
Or three.
Kreative I 718.650.3200
חלב
ישראל
NEW
and flying off
the shelves
Find yours
in the fridge at
local groceries
everywhere
February 2 '25
—
—
Making Opportunities Happen™
718.840.3530 | THEFUNDINGNEXUS.COM
The Funding Nexus is client-centric, not product-based, offering a
wide range of funding options to best suit your business needs.
פרשת בשלח תשפ״ה
FEBRUARY 2 '25 — ISSUE 30אינהאַלט
פאר פידבעק און קאמענטארן
צו שרייבער אדער ארטיקלען:
1212
14
18
22
28
26
32
36
40
46
פאסטמאן
כח היחיד
גוטערמאן
שטאטסמאן
פינאנצן
א שיף מיט א רודער
אידיש געלט
באלבאטיש
מענטשליכע שטריכן
געזונטערמאן
כאפצעם
מיט׳ן קאפ אין וואנט
845.200.3313 #101
EDITOR@THEYINGERMAN.COM
44
52
© The Yingerman
Publication. Published
by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication may be
reproduced in print or
digital form without
prior written consent.
The publisher reserves
the right to edit all
submissions for clarity,
length, and editorial
standards. Submitted
materials will not be
returned. The Yingerman
Publication is not liable
for the kashrut of any
advertised product or
service featured in these
pages. Additionally, The
Yingerman Publication
assumes no
responsibility for the
content of articles,
advertisements, or
referenced books within
this publication.
THE YINGERMAN
FREE WEEKLY PUBLICATION
MAILING
210 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
OFFICE
845.666.0056
—
OFFICE EMAIL
INFO@THEYINGERMAN.COM
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
quote@blueshineinsurance.com
Chat with our automated system: 844.450.1070
WE SHOP EVERY
INSURANCE COMPANY
AT EACH RENEWAL!
L E T U S D O T H E WO R K !
Call or Text:
845.751.9299
11
February 2 '25
—
—
,, אנדערע נעמען צענדליגער אנליין קורסעסAI פילע האבן שוין פרובירט צו שרייבן קאוד מיט
אבער סוקסעספולע פראגרעמערס וואקסן אייגנטליך ארויס פון די וויופוינט אקעדעמיע, וואו מען
לערנט זיך אלעס וואס מען דארף קענען אין אכט חדשים, אין א היימישע און פראפעסיאנאלע
ביזנעס פראיעקטן, און אין באגלייטונג פון בארימטע טיטשערס.-ענווייערמענט, מיטלעבנדיג לייוו
||
/---------------------------
88888888888
88
88
88
88888888888
888
88
88
88
88
888
88
88
88
88
/קליינע<אותיות/פון<וועלכע<דו<וועסט
הנאה<האבן/און<פארדינען<הערליךשיין
SOFTWARE DEVELOPMENT COURSE
LAST CHANCE:
212.989.7177
VIEWPOINT.ME
לעצטע געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן
אויפן בריק פון סוקסעס!
SOFTWARE DEVELOPMENT COURSE
12פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
,פראגעס
ענטפערס, עצות
און חיזוק
#118
קודם א גרויסן יישר כח פאר דער אויסגאבע, כ'האב זייער שטארק
הנאה פון אלעם, בעיקר געזונטערמאן און דער נייער גוטערמאן קאלום.
עס זעט מיר אויס אז בקרוב וועל איך שוין נישט קענען האבן
מעדיקעיד, און איך דארף ערלעדיגן העלט אינשורענס. כ'האב פרובירט
מיך נאכצופרעגן ביי מענטשן וואס ס'איז די בעסטע, אבער רוב מענטשן
וואס כ'האב געפרעגט האבן מעדיקעיד און האבן נישט קיין עקספיריענס
מיט פריוואטע אינשורענס.
וויל איך פרעגן אויב איינער האט עקספיריענס זאל ביטע אריינשיקן,
וועלכע קאמפאני ס'איז די בעסטע, אא"וו.
א גרויסן יישר כח.
#119
א גוטן. אין אידיש געלט קאלום האט מען גערעדט וועגן אינוועסטירן
אין סטאקס, און ער האט ארויסגעברענגט די ריזיקע פון אינוועסטירן
אין אינדיווידואלע סטאקס און פארוואס מ'זאל דוקא אינוועסטירן אין
אינדעקס פאנדס, ווייל אזוי ווערט די געלט צוטיילט צווישן אסאך
קאמפאניס און אפילו ווען איין סטאק קראכט בלייבן די אנדערע.
קאמפאני AI די וואך האט מען טאקע געזען אזא זאך. א ריזיגע
האט ממש געטראסקעט, ווייל א נייע קאמפאני פון טשיינע איז Nvidia
וואס קאסטAI פלוצלינג ארויסגעקומען אז זיי האבן אסאך א בעסערע
זיי ממש פרוטות קעגן וויפיל די אמעריקאנע קאמפאניס צאלן, און די
האט אין איין טאג פארלוירן זעקס הונדערט ביליאןNvidia ווערד פון
דאלער!
פון דעם זעט מען זייער קלאר אז אפילו א גרויסע און זייער
סוקסעספולע קאמפאני קען פלוצלינג גיין קראכן, און ס'איז זייער
ריזיקאליש צו אינוועסטירן אין אינדיווידואלע סטאקס.
#120
וואו איינער האט גערעדט וועגן דער117 בנוגע דעם בריוו נומער
טרעפיק אין מאנסי, און געגעבן אן עצה וועגן דעם.
מ'דארף פארשטיין אז דאס איז עס, אזוי איז דאס מציאות ווען
מ'וואוינט אין א אידישער שטאט. ס'וועט אייביג זיין מענטשן וואס
האבן זיך ליב אפצורעדן. למעשה וואוינט מען אין א גרויסער שטאט,
מיט אסאך געשעפטן און אלעם גוטן, און צוזאמען מיט דעם באקומט
מען טרעפיק. ס'גייט צוזאמען. מ'קען נישט האבן נאר די מעלות אן די
חסרונות.
אין יעדער אידישער שטאט איז דא אסאך טרעפיק, און ווער עס וויל
וואוינען אין א אידישער שטאט מיט אלע גרויסע בתי מדרשים, מוסדות,
געשעפטן, און א אידישער סביבה, דארף פארשטיין אז ס'גייט זיין
טרעפיק. ס'גייט זיך נישט טוישן, און ס'גייט מסתם נאר ערגער ווערן.
אויב עס שטערט פאר איינעם זייער שטארק, קען ער גיין וואוינען
אין פלארידע אדער אריזאנע, וואו מ'קען וואוינען אין א שטילקייט און
רואיגקייט. אויב וויל מען וואוינען אין די היימישע געגענטער דארף מען
זיין גרייט אויף די חסרונות וואס עס האט.
פּאָסטמאַן
דעם אינגערמאנ'ס טיש
845.200.3313 #102
qa@theyingerman.com
13
February 2 '25
—
—
$2M DOLLARS
36 HOURS
MAKE A TEAM PAGE HERE WWW.CHARIDY.COM/TORAHANYTIME
IF YOU OR YOUR FAMILY BENEFIT FROM TORAHANYTIME
YOU SHOULD BE AN AMBASSADOR
TorahAnytime users are joining forces and giving back — and you can too!
Become an Ambassador and share the merit of spreading Torah worldwide.
PRESIDENTS DAY
TORAHANYTIME WEBSITE I TORAHANYTIME APP I TORAHANYTIME HOTLINE I TORAHANYTIME BOOKS
CHESEDANYTIME I REBBEANYTIME I DAILY DOSE APP I NEWSLETTER I STORYANYTIME I JEWISHANYTIME
ANYTIME ISNOW
ANYTIME ISNOW
1M+ USERS I 36 HOURS
2 MILLION DOLLARS
IWANTTOHELP@TORAHANYTIME.COM OR TEXT/WHATSAPP 917-681-0003
14פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
״
דער הימל איז אראפגעפאלן אויף זיי", וואלט געווען צו אן ארעמען
אויסדרוק צו באצייכענען וואס עס גייט דורך אויף א משפחה ווען זיי
ווערן אינפארמירט מיט דער ביטערער בשורה אז זייערס א קינד איז
ל"ע נישט געזונט. די שווערע געפילן, צאפלנדע הערצער און
פארטונקלטע טעג און נעכט וואס די משפחות אין אזעלכע מצבים גייען דורך,
איז עפעס וואס ערוועקט דאס הארץ פון יעדן איד, און עס זענען טאקע דא
אזויפיל ארגאניזאציעס פון אלע סארטן וואס יעדער אין זייער הינזיכט
שטרעקט זיך אויס דאס האלז פאר חולי ישראל.
די געוואלדיגע פעולות און אויסנאמליכע מעשים זענען
העכער ווי אונזערע השגות, און האבן שוין זיכער
געראטעוועט טויזנטער חולי ישראל און זייערע
משפחות. אבער ווי פארשטענדליך ווערט דער הויפט
געוויכט געלייגט אויף דעם וואוילזיין פונעם חולה
און צו ראטעווען אידישע לעבנס, און אפט מאל
מאכט זיך אז די ארומיגע משפחה און קינדער ווערן
פארזען און נאכגעלאזט; נישט ווייל מען וויל נישט
טון דאס בעסטע פאר זיי, נאר ווייל ס'איז פשוט נישט
מעגליך צו האלטן די שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן
ווען מ'דארף אפזיצן טעג און נעכט אין שפיטאל און זיין
פארנומען מיט דעם חולה.
ר' נפתלי הערש ציג האט געדינט אלס מגיד שיעור אין קראסנא
ישיבה, מיט ארום אכצן יאר צוריק, ווען זיינס א קינד איז ל"ע געווארן
דיאגניזירט מיט יענער מעשה ל"ע. ער איז געווען אנטשלאסן צו טון כל מה
שבידו צו אנהאלטן זיין שטוב און נישט צולאזן אז די אנדערע קינדער זאלן
צוגרינד גיין צוליב דער סיטואציע. ער האט זיך ממש צופליקט פאר דעם
צוועק, און ער האט גענומען אינגאנצן אויף זיך צו זיין אין שפיטאל מיטן קינד,
כדי די מאמע זאל קענען בלייבן אינדערהיים און פירן די שטוב ווי געהעריג.
ער האט דאן אויפגעגעבן זיין פאסטן, און איז אפגעזעסן אין שפיטאל רונדע
דעם זייגער. ער איז אבער געווען גרייט דערפאר און האט געהאלטן דעם
איינעם ציל פאר די אויגן: אז די שטוב זאל נישט צופאלן.
די כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט האבן טאקע געשלאגן ווארצלען. א
יאר דערויף ווען דאס קינד איז ב"ה אהיימגעקומען געזונטערהייט, איז די
שטוב געווען אין דעם זעלבן געזונטן מצב ווי בעפאר. אלעס האט געקלאפט,
די קינדער האבן געהאט עסן, וועש, א ליבליכן אויער, א פונקציאנירנדע שטוב,
און אלעס וואס א קינד דארף צו קענען אנגיין און בלייבן נארמאל.
עס איז אים אבער נישט מעגליך געווען דאס אויסצופירן אליינס. די
איינציגסטע זאך וואס האט אים ערמעגליכט זיך צו האלטן צו זיין החלטה עד
". Hands On" הסוף, איז געווען אן ארגאניזאציע מיטן נאמען
דער ציל פון דער ארגאניזאציע איז געווען צו ארויסהעלפן
קינדער וועלכע זענען נעבעך נישט געזונט און דארפן
פעלן פון חדר אדער שולע, אז זיי זאלן נישט זיין
שטארק צוריקגעבליבן מיט די לימודים ווען זיי ווערן
בעז"ה אויסגעהיילט און קומען צוריק. די וואלונטירן
פלעגן אביסל לערנען מיט די קינדער און זיכער
מאכן אז זיי האלטן עטוואס מיט די לימודים, אויף
וויפיל ס'איז שייך. און נאר אדאנק זיי האט ער
געקענט אנגיין און זיין מיטן קינד דורכאויס דער
גאנצער צייט. אזוי האט ער געקענט אראפציפן א שעה
דא און א שעה דארט צו כאפן א דרימל אדער עפעס
נעמען אין מויל, און קענען דערנאך צוריקגיין צום קינד.
אנדערש וואלט עס פשוט נישט מעגליך געווען, ווייל א בשר ודם
קען דאך נישט אזוי אנגיין אכצן שעה ברציפות, טאג איין טאג אויס, אן א
קורצן איבעררייס.
ווען דער אויבערשטער האט געהאלפן און ער איז אהיימגעקומען מיט א
געזונט קינד, האט ער געשפירט אז צו דאנקען דעם באשעפער אויף זיינע
גרויסע חסדים וויל ער זיך אריינלייגן און העלפן אנדערע אין אזעלכע מצבים.
ער האט זיך אריינגעלייגט און זיך גוט אומגעקוקט אויף אלע געברויכן פון די
משפחות און דער הילף וואס זיי האבן, און ער האט געזען אז אויף אלעם
זענען ב"ה דא חשוב'ע ארגאניזאציעס וואס באזארגן די וויכטיגע באדערפענישן.
אויף דער איין זאך, וואס ער האט געזען ביי זיך אינדערהיים ווי קריטיש ס'איז,
כח היחיד
הרה"ח ר' נפתלי
הערש ציג שליט"א
אן איינצלנער מענטש
ביז א - מיט א געדאנק
רעוואלוציע אין דער וועלט
15
February 2 '25
—
—
צו צוזאמהאלטן די שטוב אין אזעלכע
סיטואציעס, האט ער געשפירט אז ס'איז
גאר וויכטיג זיך צו אריינלייגן און דאס
ארויפברענגען אויף א פארנעם וואס זאל
פארזיכערן אז יעדע משפחה אין סיי וועלכן
מצב זאל קענען בלייבן שטאנדהאפטיג און
די שטוב זאל פונקציאנירן ווי געהעריג.
ער האט זיך דאן צוזאמגעשטעלט מיט
ר' אביגדור שפיצער, ר' יצחק שווייד, ר'
סענדר גרינהוט און ר' נחום קלאגסברוין,
און אינאיינעם האבן זיי געעפנט די "כפים"
צוויי הענט - ארגאניזאציע. כשמו כן הוא
וועלכע הייבן אויף די משפחה און פירן זיי
אריבער די בריק דורכאויס דער גאנצער
רייזע.
מיט די יארן איז דערפון געווארן א
באגלייט
וואס
אימפעריע,
ריזיגע
הונדערטער משפחות דורכאויס די שווערע
צייטן. זייער ציל איז איין זאך: די שטוב און
די קינדער זאלן פונקציאנירן גענוי ווי
בעפאר, און ס'זאל זיך גארנישט אנזען אז
עפעס איז דא אנדערש. צו צוזאמהאלטן די
שטוב אז ס'זאל חלילה נישט צופאלן צוליב
דער צרה.
אויב וויל מען עטוואס משיג זיין די
מהפיכה וואס כפים האט געברענגט, דארף
מען נישט מער ווי קוקן אויף אן
אינטערעסאנטן פאקטאר אויף וואס ר'
נפתלי הערש צייגט אפט אן. בעפאר כפים
האט זיך געגרינדעט איז נישט געווען אזא
מציאות אז א מענטש זאל בלייבן מיט זיין
פרנסה קוואל דורכגייענדיג אזעלכע
צוטאגס, זינט כפים -שווערע צייטן. היינט
איז אריינגעקומען אין בילד, איז נאכנישט
געווען אזא זאך אז א ראש המשפחה זאל
פארלירן זיין פרנסה צוליב אזא דורכגאנג.
דאס זאגט זייער אסאך אויף די הייליגע
פעולות, און ס'איז פיל ווייטער און טיפער
ווי דעם חלק הפרנסה. דאס צייגט אז כפים
האלט די גאנצע שטוב אין די ראמען, דער
ראש המשפחה קען אנגיין מיט זיין דזשאב,
ס'איז דא געלט, זאכן פונקציאנירן ווי
ס'דארף צו זיין, און מען ראטעוועט די
פשוטו כמשמעו.- שטוב פון אונטערגאנג
ר' נפתלי הערש פארציילט אן עפיזאד
וואס ער האט מיטגעהאלטן אין די בראשית
יארן פון דער ארגאניזאציע, וואס האט אים
ממש אויפגעשוידערט און האט אים
געברענגט זיך נאכמער אריינצולייגן דערין.
ער איז דאן געגאנגען מנחם אבל זיין א איד
וואס האט ליידער פארלוירן א קינד רח"ל,
און דער איד האט אים געזאגט, "די גאס
ווייסט אז כ'האב פארלוירן א קינד, אבער
קיינער ווייסט נישט אז אינאיינעם מיט
דעם האב איך פארלוירן נאך צוויי קינדער."
דאס האט אים ממש אויפגעשאקלט ביזן
גרונד, וויאזוי דער איד האט זיך
אויסגעדריקט אז דער שווערער דורכגאנג
האט אים ממש אוועקגערויבט זיינע
קינדער, ווייל ס'איז נישט געווען ווער
שלום ווייס
845.200.3313 #107
אבער געלט אבער געלט
....קען היילן....קען היילן
Our client, an elderly
man, was tragically
killed, ,ר"לwhen a
garbage truck struck
him while he was
crossing the street in
a marked pedestrian
crosswalk. The truck,
making a turn, failed
to see the man in
time, resulting in the
fatal collision. Despite
efforts from emergency
responders, the man
was pronounced dead at
the scene, .ר"ל
Our firm represented
the family in seeking
compensation after this
tragic accident. After
thorough investigation
and legal negotiations,
we secured a 7-figure
settlement on their
behalf.
This case highlights the
dangers pedestrians
face, particularly the
elderly, and emphasizes
the need for greater
caution on the roads.
The family hopes the
settlement will help
raise awareness and
improve safety for all
pedestrians.
718-564-6050
Braude Injury Lawyers
Attorney Advertising. Past results no guarantee of similar outcome. Details may be altered for privacy.
יעקב בראדי
רופט שוין
e
n
th
e
Esq.
16פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
.ס'זאל זיך אפגעבן מיט זיי, און די תוצאות זענען ליידער געווען זייער שווער
מ'רעדט נישט פון עפעס ספעציעלע אויפמערקזאמקייט אדער געבן פאר די
קינדער עפעס מער ווי געווענליך; דא רעדט מען פון פשוט ראטעווען אידישע
שטיבער און צושטעלן ממש די פשוט'ע זאכן וואס יעדעס קינד באקומט אין
געווענליכע אומשטענדן. דאס איז דער יסוד פון כפים.
אז מ'וויל אריינגיין אביסל טיפער און אויסשמועסן וואס כפים טוט
למעשה, ווערן זאכן זייער קאמפליצירט. נעמליך, ס'איז נישט געבינדן צו
עטליכע ספעציפישע פעולות וואס מ'קען אנצייגן אז דאס טוען זיי; עס גייט
פיל ווייטער ווי דעם. איר קלערט אז אין די ראמען פון איין ארטיקל איז
מעגליך צו אראפלייגן אלעס וואס א טאטע און מאמע טוען פאר זייערע
קינדער? אוודאי אז נישט. פונקט אזוי איז נישט מעגליך צו אראפלייגן וואס
כפים טוט אלץ. ווייל דאס איז ווייל כפים טוט: זיי נעמען ממש איבער די
עלטערן, און מאכן זיכער צו ערפילן אלעס וואס פעלט צוליב וואס די עלטערן
זענען פארנומען מיט דעם קינד אין שפיטאל. עס איז יעדן טאג עפעס אנדערש,
און אין יעדער היים עפעס אנדערש.
אז מען פרובירט נאר אריינצוטראכטן וואס א טאטע און מאמע טוען אלץ
פאר א שטוב, און וואספארא ארבעט עס גייט אריין אין א געווענליכן טאג זיך
אפצוגעבן מיט די קינדער, שטעלט זיך דער מח אפ. געווענליך טראכט מען
טאקע נישט אזוי טיף און מען כאפט נישט וואס עס נעמט אלץ אריין, ביז ווען
מען טרעפט זיך ליידער אין א מצב ווען עס פעלט די געווענליכע אנוועזנהייט
פון די עלטערן, און דאן אנערקענט מען פלוצלינג וואספארא כוחות עס ווערן
אריינגעלייגט רונדע דעם זייגער, יעדן איינציגן טאג פון יאר. די קינדער טרעפן
זיך ווי אליין אויפן וואסער, אן די ווארעמע הענט פון די עלטערן וועלכע זענען
דאס גאנצע לעבן פאר זיי, און זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אומקוקן אויף
זיי און זיי געבן וואס זיי דארפן. עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן וואס דאס
באדייט פאר א קינד, און ווי דאס קען ח"ו רואינירן זיין גאנצע לעבן מיט
ביטערע קאנסעקווענצן.
,און דאן קומען אריין די געטרייע און איבערגעגעבענע וואלונטירן פון כפים
וועלכע לייגן זיך אריין אין יעדן מצב און אין יעדן פאל באזונדער, און וואס
מען דארף דאן האבן צו ערזעצן די אפוועזנהייט פון די עלטערן, וועלן זיי זיך
איבערגעגעבן בלב ונפש דאס צו ערפילן מיט אן אויסטערלישער ווארעמקייט.
אויף טריט און שריט, אויף יעדן ריר, שפירן די טייערע קינדערלעך אז זיי
זענען נישט אליינס, זיי זענען נישט פארלאזט און פארגעסן, און מען טראכט
פון זיי און מען פארזארגט זיי מיט יעדער קלייניגקייט.
עס איז נישט באגרעניצט צו גארנישט. כפים טוט אלעס אין דער וועלט
וואס פעלט אויס צו פארזיכערן אז די שטוב בלייבט גאנץ און געזונט, די
קינדער ווערן נישט צוטיילט און פארוואגלט, אלעס פונקציאנירט געהעריג,
און די קינדער קענען אנגיין מיט זייער לעבנסשטייגער און פאלן נישט קיין
קרבן צום מצב.
פארצווייגטע ארגאניזאציע. עס ווערט -צוטאגס א ברייט-כפים איז היינט
געפירט דורך אן אחריות'דיגן ועד פון גרויסע עסקנים און פאראנטווארטליכע
ביזנעסלייט, אונטערן אויפזיכט פון חשוב'ע רבנים. זיי פארמאגן פיר באזונדערע
אפטיילונגען אונטער באזונדערע קאמיטעען, אין וויליאמסבורג, בארא פארק,
מאנסי, און לעיקוואוד, און א ריזיגע שטאב פון הונדערטער וואלונטירן. די
ארגאניזאציע פארמאגט היינט א יערליכן בודזשעט פון נאנט צו פיר מיליאן
דאלער! און דאס אלעס איז צושטאנד געקומען דורך א יחיד וועלכער האט
מיטגעהאלטן ווי שטיבער ווערן צושפליטערט, און האט באשלאסן צו טון
.וואס איז אין זיינע הענט דאס אפצושטעלן
אויב האט איר א געדאנק פון א פערזענליכקייט וועלכער איז פאסיג צו ווערן באשריבן
אדער 845.200.3313 #107 אין דעם קאלום, ביטע זיך פארבינדן מיט אונז דורכן רופן
sw@theyingerman.com שיקט אן אימעיל צו
כח היחיד
די גאס ווייסט אז כ'האב
פארלוירן א קינד, אבער
קיינער ווייסט נישט אז
אינאיינעם מיט דעם
האב איך פארלוירן נאך
צוויי קינדער
17
February 2 '25
—
—
בס"ד
'ע שטוב
ר
ש
כ
א
ר
א
פ
ט
ק
ע
ר
י
ד
קאושער
Lakewood: 732.931.2444
Brooklyn: 718.831.2211
Upstate: 845.293.3444
Canada: 514.360.1680
Call your local Kosher Direct number:
P h o n e s » C a m e r a s » M P 3 P l a y e r s » P h o t o P r i n t e r s » N a v i g a t i o n D e v i c e s
KOSHER TECHNOLOGY
DELIVERED TO YOUR DOOR
TA L K
ON LY
Phones
No Internet
No Camera
No Text
קויפט טאטע מיין
טעלעפאון א
קאושער' ביי בלויז
.'דירעקט
Phone
Buster!
3 Case
Options
Available
POM
CLASSIC
*When Activating Service
(reg. $290)
$239
Only
PLANS STARTING
AT $8 PER MONTH
18פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
גוטערמאן
דער תורה'דיגער מהלך
צו א גליקליך און צופרידן
לעבן אינדערהיים
.לכבוד ר' ישעי', א ייש"כ פאר די ארטיקלען
איך האב זאכן וואס באדערן מיר פון מיין ב"ב, און איך זוך א וועג אז עס
זאל מיר נישט אזוי באדערן. למשל, איר קאכן איז נישט עפעס מורא'דיג. זי
איז ב"ה זייער א געלונגענע און איר עסן איז גוט, אבער עס איז נישט עפעס
ספעציעל און ס'האט זייער א פשוט'ן טעם. זי איז נישט די אויסגערופענע
קעכערין וואס פאטשקעט און טוט און מאכט… איך קום פון א שטוב וואו
מען שטעלט אהער מעדני מלך, און איך וואלט געוואלט אז מיין ב"ב זאל אויך
זיין אזוי.
עס קוקט אפשר אויס אינטערעסאנט אבער דאס איז דאס מציאות, און
איך זוך אן עצה אז עס זאל מיר נישט אזוי שטערן. עס ברענגט אריין א
נעגאטיווע אטמאספער אין מיר און אין שטוב.
איך מיין אז נאך אסאך אידן וועלן הנאה האבן ווייל יעדער מוטשעט זיך
מיט עפעס וואס ער וואלט געוואלט אז זיין ב"ב זאל זיין אנדערש.
תשובה:
דאס איז זייער א כלליות'דיגע שאלה און עס זענען דא אסאך זאכן וואס
קומען ארויף אויפן געדאנק. איך וועל קודם שרייבן עטליכע געדאנקען און
נאכדעם וועל איך מאריך זיין אין עטליכע פון זיי.
כלליות'דיגע געדאנקען
■ מען קען נישט האבן פון אלעם דאס בעסטע. אלעס אינאיינעם איז נישטא
ביי קיינעם.
■ מען דארף זיין צופרידן מיט וואס מען האט.
■ דו פארלירסט מער פון דיין אומצופרידנהייט ווי דו פארדינסט דערפון.
■ מען קען נישט טוישן א צווייטן. מען קען נאר געבן חיזוק און בעטן אביסל
אויף א שיינעם אופן (ווי געשריבן פארגאנגענער וואך).
■ אסאך מאל לוינט זיך נישט צו טוישן יענעם… יצא שכרו בהפסידו. (עס
פאדערט אן אריכות ואכ"מ.)
איר זענט חתונה געהאט
■ חתונה האבן מיינט אז מען איז מקושר און מען העלפט איינער דעם
צווייטן.
■ איר נאטור, איז "דיין" פרוי'ס נאטור.
■ א ריכטיגער צוגאנג איז אז מען קוקט זיך אן ווי כאילו מען איז איינס.
דאס מיינט אז אירע נאטורן זענען - ■ טראכט כאילו ענק זענען ווי איינס
כאילו דיינע. ווען דו האסט ווען דעם שוואכקייט וואלסטו געטראפן א וועג
צו זיין צופרידן אפילו אזוי. אויב אזוי זיי צופרידן ווען זי האט די נאטור אדער
חסרון.
■ חתונה האבן איז א חיבור. חיבור מיינט אז מען איז זיך מתחבר מיט דעם
מענטש אזוי ווי יענער איז.
ערווארטונגען- באדערן
■ ווען יעדער וואלט געהאט ווייניגער ווי דיר וואלסטו געווען צופרידן.
■ א זאך באדערט נאר ווען מען האט ערווארטונגען בעפאר.
■ באדערן איז עפעס וואס מען טוט, עס געשעט נישט פון זיך אליינס.
■ מען טוט עס ווייל מען האפט אז עס וועט צוהעלפן צו טוישן דאס מציאות.
■ מען קען טוישן דאס מציאות אן דעם אנגעווייטאגטן צוגאנג.
איך וועל אנהייבן וואו דו האסט געענדיגט. שאלת חכם חצי תשובה. די
וועלט זאגט: אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם.
אזויווי דו שרייבסט, אין יעדער שטוב זענען דא זאכן וואס מען וויל אז עס
זאל זיין בעסער. גוט האט נישט קיין שיעור. מען דארף זיך אויסלערנען צו זיין
צופרידן מיט עפעס שוואכער און נישט דארפן אלץ האבן נאר דאס בעסטע
און שענסטע, פשוט ווייל עס איז נישט מעגליך צו האבן שטענדיג דאס
בעסטע.
פארוואס מען טוט - "אבער פאר איך גיי אריין אין דעם נושא פון "באדערן
דאס און וואס מען קען טון דערצו, וועל איך דיר בעטן זאלסט זיך אויס'משל'ן
דאס פאלגנדע מציאות, און טראכט אריין וויאזוי דו וואלסט דאן געפילט.
שטעל זיך פאר אז דו קומסט פון א פלאץ וואו קיינער טויג נישט צו קאכן.
די פרויען פון אלע דיינע חברים, משפחה און באקאנטע קאכן אסאך שוואכער
ווי דיינס. דאס עסן ביי זיי איז נישט אלעמאל אין מויל צו נעמען. און נאר אין
אויף דער זעלבער מדריגה ווי דיין ב"ב - דיין שטוב קאכט מען צו דער זאך
קאכט היינט. דיינע מאלצייטן קעגן זייערס זענען ממש מלכות'דיג. עס איז
בא'טעמ'ט, מ'קען עס עסן, ס'איז ממש א מחי'. ווען זיי קומען אמאל עסן ביי
דיר, טוען זיי ממש משבח זיין ווי גוט און געוואלדיג דיינע עסן זענען, און
שטילערהייט לייגן זיי צו, "הלואי וואלט מיין ב"ב געקאכט האלב אזוי גוט."
וואלסטו דעמאלט נאכאלץ געפילט אז עס טויג נישט? וואלט דיר נאך אלס
געבאדערט וויאזוי זי קאכט? אדער דו וואלסט געזאגט: געלויבט דער הייליגער
באשעפער וואס ער האט מיר געגעבן אזא גוטע ב"ב וועלכע שטעלט צו אזוינע
גוטע עסן, נאך בעסער ווי ביי מיינע עלטערן, שוויגער עלטערן און אלע
באקאנטע; און דו וואלסט שטענדיג משבח געווען דיין ב"ב ווי גוט זי איז, און
ווי גוט אירע עסן זענען?
איך גלייב אז דאן וואלסטו געפילט אז דיין ב"ב איז די בעסטע קעכערין
אויף דער וועלט, און דו וואלסט געווען העכסט צופרידן.
?וויאזוי קען איך פארקוקן פון די חסרונות
19
February 2 '25
—
—
?וואס וויל איך ארויסברענגען מיט דעם
יעדעס מאל וואס עפעס באדערט פאר א מענטש, איז חוץ וואס עס
באדערט אים די עצם זאך, דעם עצם 'פראבלעם', באדערט אים נאך מער דער
פאקט אז ער איז ווייניגער ווי אנדערע און אז ער איז נישט אזוי געלונגען.
דאס קומט ווייל ער האט א געוויסע ערווארטונג, און ווען עס ווערט נישט
ערפילט באדערט עס אים. מען שטעלט די ערווארטונגען לויט וואס מען זעט
ארום זיך, און דאס ברענגט אן דעם ווייטאג. אויב מען וועט אבער נאכלאזן
פון די ערווארטונגען, וועט מען נישט האבן אזויפיל ווייטאג ווען עס געשעט
נישט.
מיט דעם וועט איר פארשטיין פארוואס אין ספרים שטייט אז אן עניו האט
נישט קיין ווייטאגן. עס באדערט אים נישט קיין זאכן. ער טוט טאקע וויפיל
ער קען, אבער ער ווערט נישט אנגעווייטאגט ווען עס געלונגט נישט. דאס איז
ווייל דער עניו האט נישט אזעלכע גרויסע השגות, ער זוכט נישט צו האבן
דאס בעסטע און גרעסטע. און אפילו ווען ער האט יא חשק דערצו, קומט עס
נישט ווייל ער וויל זיין מער פונעם צווייטן, נאר פשוט ווייל ער האט עס ליב
און ער גייט נישט צו מיט א מהלך אז "אזוי מוז זיין". עס איז מער אויף אן
אופן פון "אדער יא אדער נישט".
נאך א זאך וואס העלפט אסאך צו איז אמת'ע שטארקקייט, זיין צופרידן
מיט זיך, זיין צופרידן מיט דעם יעצטיגן מצב. דאס ברענגט אז מען איז נישט
פארנומען זיך צו מעסטן קעגן אנדערע.
א
איך וויל דא אויסשמועסן נאך א טיפע נקודה.
די גאנצע זאך אז "עס באדערט מיך" איז נישט קיין מוכרח'דיגע רעאקציע
אויף וואס דער מענטש האט נישט קיין קאנטראל, נאר עס איז א מחשבה וואס
דער מענטש איז בוחר צו טראכטן! ער וויל אז עס זאל אים באדערן. ער
פארדינט עפעס דערפון.
וואס פארדינט ער?
ווען זאכן גייען נישט פאר א מענטש אזויווי ער וויל, וויל דאך דער מענטש
טוישן דעם מצב עס זאל יא גיין ווי ער האט ליב.
און וואס איז דער סדר וויאזוי מען טוישט א מצב? דער ערשטער טריט איז
אז מען טראכט אריין אז דער יעצטיגער מצב איז נישט גוט און אז מען וויל
עס טוישן, און נאר נאכדעם וועט מען זיך נעמען צו טון עפעס דערוועגן. ווייל
א מענטש ריקט זיך נישט אריבער צו אן אנדערן פלאץ נאר ווען ער פארשטייט
אז וואו ער איז יעצט טויג נישט.
דאס הייסט אז ער וויל ס'זאל אים באדערן, ווייל ער מיינט אז נאר אזוי
וועט ער קענען פאררעכטן דעם מצב. ווייל טראכטן אז דער יעצטיגער מצב
איז נישט גוט און מ'דארף עס טוישן, איז זייער נאנט צום געפיל פון "באדערן".
באדערן מיינט דאך אז עס שטערט אים. דער מענטש וויל נישט אז עס זאל
אים אויפהערן צו באדערן, ווייל ער האט מורא אז דורך דעם וועט ער אלעמאל
בלייבן אין דעם מצב. וועגן דעם מאכט ער זיכער אנצוהאלטן די מחשבה פון
"באדערן"!
אבער דער אמת איז אז מען דארף זיך נישט ארומדרייען מיט אזא שווער
הארץ כדי קענען טוישן א מצב. מען קען טראכטן רואיגערהייט און
פרייליכערהייט אז מען וויל טוישן לויט וויפיל מען קען. ווען מען איז רואיג
און בשמחה קען מען אויך ארבעטן צו פארבעסערן דעם מצב, און אין רוב
פעלער וועט מען נאך מער אויפטון ווי ווען מען גייט צו מיט דעם "באדערן"
צוגאנג.
א
יעצט צוריק דא אין דיין מצב. דא זעסטו דאך שוין ווי דאס באדערן ברענגט
דיר נישט קיין גוטס. אויב אזוי איז שוין נישטא קיין סיבה אנצוהאלטן דאס
געפיל.
נאר וואס יא, דו ווילסט דאך פארט פארבעסערן דעם מצב. פאר דעם
וועסטו זיך דארפן אויסלערנען די ריכטיגע כללים וויאזוי מען בעט זאכן, און
טון וואס דו קענסט אויף א פאזיטיוון אופן וואס ברענגט נאר גוטס און שמחה
בס"ד. אבער געדענק, עס וועט אלעמאל בלייבן עפעס וואס איז נישט הונדערט
פראצענט וויאזוי דו ווילסט, אזוי ווי מיר האבן אנגעפאנגען: די וועלט איז אזוי
אויסגעשטעלט אז אלעס ביי איינעם איז נישטא ביי קיינעם…
לאמיר מאכן א סך הכל:
■ מען קען נישט האבן פון אלעם דאס בעסטע.
■ ווען אלע באקאנטע וואלטן געקאכט שוואכער ווי דיין ב"ב וואלט דיר
גארנישט געבאדערט.
■ "באדערן" קומט ווייל מען וויל טוישן דעם מצב.
■ מען קען נישט טוישן א מענטש.
■ אסאך מאל לוינט זיך נישט צו טוישן יענעם.
■ מיט ענוה און שטארקקייט טוען זאכן ווייניגער שטערן.
.הצלחה רבה
די ארטיקלען ברענגען כלליות'דיגע יסודות וואס איז נוגע פאר יעדן, און קען פארשטייט
זיך נישט געשריבן ווערן אויף א פערזענליכן פארנעם. אין פאל מען געפינט זיך שוין אין
א פראבלעמאטישן מצב איז גאר וויכטיג צו גיין פאר הילף ביי א מומחה און זיך נישט
פארלאזן בלויז אויף וואס מיר שרייבן דא.
די ארטיקלען זענען געבויט אויף פראגעס וואס קומען אריין. אויב האט איר סיי וועלכע
שאלה בעניני שלום בית אדער פערזענליכן לעבן שיקט עס אריין און מיר וועלן עס אי"ה
אדער שיקן #114 845.200.3313 פרובירן צו ענטפערן ווי אמשנעלסטן. מען קען רופן
Giterman@theyingerman.com אן אימעיל צו
ישעי' שרייבער
845.200.3313 #114
Giterman@theyingerman.com
ער וויל ס'זאל אים
באדערן, ווייל ער מיינט אז
נאר אזוי וועט ער קענען
פאררעכטן דעם מצב
"?ווען עפעס שטערט דיר, טראכט: "וויפיל וואלט דאס מיר געשטערט אויב אלע מיינע נאנטע וואלטן געהאט נאך ווייניגער פון מיר
:טיפ פאר דער וואך
20פרשת בשלח תשפ״ה
—
—
For your mortgage, it’s a good sign.
Ark Mortgage Inc. • NMLS ID 103915 • 400 Rella Blvd Montebello, NY 10901
Licensed Mortgage Banker NYS Department of Financial Services; also licensed in AZ, CA, CT, CO, FL, NJ, PA & TX
(888) 275-8575 | ArkMortgage.com
ArkMortgage
21
February 2 '25
—
—
Product
of France