ISSUE 19 — Feb. 9 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת יתרו תשפ״ה
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
:נאטירליך. נייע סעריע
קרעניעל סעקרעל טעראפי
צירקל. האט איר געוואוסט אז
איר קענט פארלירן וואג דורכ'ן
רייניגן אייער הויז?
אין אפיס. ווי אזוי צו באדינען
קאסטומערס מיט ריכטיגע און
פראפעסיאנאלע סערוויס
!ספעציעלע חמשה עשר פראיעקט
A Cut
Above
C A R E A T H O M E
QUALITY CARE THAT
COMES TO YOU
— AT NO EXTRA COST!
בס"ד
Triple the
Power, Triple
the Relief!
Triple C delivers rapid action relief,
powered by centuries-old herbal
wisdom. Trusted by herbalists, it’s
your natural ally for antiviral and
antibacterial defense.
• Cold Relief: Clears symptoms fast • Cough Soothing: Eases stubborn
coughs • Congestion Relief: Unblocks airways • Antiviral Support: Fights
colds & flu • Immune Boosting: Strengthens defenses • Comforting
Rub: Instant soothing relief • Rapid Action: Feel better, faster
HPA products are
available at your
local health food
store and pharmacy.
HPA TRIPLE C
Your Ultimate Cold And Flu Solution
Don't be left out in the cold this winter:
The Immufend Immune Booster, taken
internally, paired with our topical Triple C
rub, delivers unparalleled relief and support
Info.hpalternative@gmail.com
845.690.0202
www.HPAlternative.com
February 9 '25
—
—
Brooklyn:
162 Wallabout Strret
Brooklyn, NY 11206
718.387.8660
brooklyn@swappliances.com
Monroe:
101 Carpenter Pl. (Off Lake St.)
Monroe, NY 10950
845.777.8660
upstate@swappliances.com
Receive a
$200 REBATE
TOWARDS INSTALLATION
with the purchase
of a Miele dishwasher.
4פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
February 9 '25
—
—
You don't wonder, you know. Because with
Wondermills, perfection is achieved, from
heavenly cakes to the crispiest sourdoughs.
The Wonders
of Wondermills
קיינער וואונדערט
קיינער וואונדערט
יך נישט
זיך נישט
6פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
Put Your OBGYN Care
In Trusted Hands
Dr. Andrew Scheinfeld
Dr. Ira Jaffe
Schedule Your Appointment Today:
Phone Number: 718.963.0800 x645
Email: info@parcarecenter.com
Address: 445 Park Avenue, Brooklyn, NY 11205
Delivery at
NYU Manhattan
or
Maimonides
Hospital
Scan Me!
Tziporah (Carol) Clapman FNP
ParCare Women’s Health Group provides expectant mothers with comprehensive obstetric care,
guiding them through every stage of pregnancy with expert support and personalized attention.
Miriam Zafarmehr PA
February 9 '25
—
—
EXPLORE OUR
EXTENSIVE
SELECTION OF
COOKED FISH
SALMON FISH
WHITE FISH
CARP FISH
PIKE FISH
FREE DELIVERY | CALL OR TEXT 718.875.7775 718.963.1390 | 340 FLUSHING AVE. (BET TAAFFE PL & CLASSON AVE)
ל כ ב ו ד ש ב ת ק ו ד ש
”LIVYUSON COOKED FISH
IS SERIOUSLY 5-STAR!
TRY IT TODAY!”
- THE 802 DIFFERENT TASTERS’ ONE POPULAR OPINION
8פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
Velvet Bedroom Set
Price:
1 39" Bed - $199
Nightstand - $99
Design #1
Available in Gray, Navy Blue, or Light Pink
Design #2
Available in Gray, Navy Blue, or Light Pink
מטרתו: להמציא צורכי הבית במחירי האלסעילCustom
Closet
Only this Design. Any size.
Included Delivery and Installation
$799
Showroom hours 8pm 10pm • 14 Catherine Ct. Chester, NY 10918
845.537.1300 ביטע רופן פארן קומען
Delivery & Setup Fee - $195
Delivery and setup fees are charged as a single flat rate per delivery, regardless of the number of items included.
Available
in Gray,
Navy Blue,
or Light
Pink
Velvet
Day
Bed
Price: $399
White
Brick
Bedroom
set
Each
piece sold
separately
Price:
39" Bed - $269
Nightstand - $149
Dresser - $389
Chest - $299
Mirror - $79
Condo Rentals
West Palm
Beach FL
$99 /night
$129 /night
1 Bedroom - 2 Bathrooms
2 Bedrooms - 1 Bathroom
5 min walk to Shul/Mikvah
)פאלם ביעטש קענען מיר אייך העלפן-(אויך אויב איר ווילט קויפן א דירה אין וועסט
Mattress
$149
February 9 '25
—
—
כולל שומרי החומות שטיצט טויזענטער משפחות
הנצרכות מיט די נויטיגע לעבנסוויכטיגע עסן
פראדוקטן, סיי שבתים און ימים טובים און אויך א
גאנצע וואך, בהרחבה, און מיט א סבר פנים יפות.
א אינגעלע מיט א טעלער פריש געקאכטע
ווארעמע פלייש. א ווארעמער מאמענט
אין א קאלטע ירושלימ’ער נאכט. א
קליינע פעולה וואס מאכט אויס אזויפיל.
GET YOUR AUCTION TICKETS TODAY. REBMEIR.ORG | 718.215.1399
ס'איז
נאר א
ק++לייניגקייט
pivotgroup.nyc
פאר אונז איז עס
טאקע א קלייניגקייט,
אבער פאר זיי
מיינט עס די וועלט.
פרשת יתרו תשפ״ה
FEB. 9 ‘25 — ISSUE 19
12
14
18
22
24
30
28
פרשה פונקען
חכמת נשים
פענסטערל
נאטירליך
אין אפיס
פארזעצונג
רעסעפיס
צירקל
©The Yidene Publication.
Published by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication
may
be
reproduced in print or digital
form without prior written
consent.
The
publisher
reserves the right to edit all
submissions for clarity, length,
and
editorial
standards.
Submitted materials will not
be returned. The Yingerman
Publication is not liable for
the kashrut of any advertised
product or service featured in
these pages. Additionally, The
Yingerman
Publication
assumes no responsibility for
the
content
of
articles,
advertisements, or referenced
books within this publication.
THE YIDENE
WEEKLY FREE PUBLICATION
MAILING
210 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
EDITOR’S DESK
EDITOR@THEYIDENE.COM
845.666.0056 EXT. 108
—
COMMENTS AND
SUGGESTIONS
FEEDBACK@THEYIDENE.COM
845-377-0057
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
845.666.0056 EXT. 1
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
Build your non-profit website
for only $79/month
SIMPLEFUNDRAISING.ORG
Drive funds.
Without breaking the bank.
Your Branding
Your Mission
Dynamic Images
Enhanced Donation Options
ATTENTION NON-PROFITS
INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM
33
42
TOMORROW’S TRENDS
TOMORROW’S TRENDS
Get ready for Jasper!
Loved Emerald collection?
Adored Cristallo?
LAUNCHING IN OUR SHOWROOMS
ON FEBRUARY 16
Today at Apstone
dartmedia.us
12פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
צום שלוס פון די סארנא סעריע
נאטירליך
איך וויל זיך באדאנקען פאר די סעריע וואס איז געלאפן אין די
לעצטע פאר וואכן איבער די סארנא מעטאד. עס איז געווען זייער
אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט, און איך האב ארויסגענומען פיל
נוצליכע אינפארמאציע דערפון.
יישר כח,
ש. גרינהוט-
עלטערן מעגן יא אמאל מוסר'ן
חכמת נשים
,א גוטן
איך וויל זיך באציען צו די חכמת נשים אינטערוויו פון פארגאנענע
וואך מיט מרת. וויינטרויב. מען האט ארויסגעברענגט דארט די ענין
געהאטע -פון וויפיל מען מעג זאגן א ווארט אדער מוסר'ן חתונה
קינדער.
מרת. וויינטרויב האט זייער שיין ארויסגעברענגט די חלק אז
עלטערן דארפן זען און שווייגן, און ח"ו קיינמאל נישט זאגן קיין
געהאט און זיי -שלעכט ווארט פאר די קינדער. זיי זענען שוין חתונה
קענען שוין פירן זייער אייגענע לעבן.
איך וויל אבער ארויסברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע אויך.
עלטערן בלייבן עלטערן, און עס פאסירט גארנישט אויב א מאמע
אויף א שיינע אופן פארשטייט זיך - זאגט אמאל פאר איר טאכטער
אז עפעס וואס זי טוט איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן. -
אונזערע קינדער לעבן אין א שווערע דור, און צו וועמען זאלן זיי
ארויפקוקן אויב נישט צו אונז אלס זייער ביישפיל? אויב מיר וועלן זיך
קיינמאל נישט וויסנדיג מאכן וועלן זיי עס אננעמען ווי אן הסכמה אז
.זיי טוען ריכטיג
פארשטייט זיך אז עס מוז צוגיין מיט זיידענע הענטשיך, און אויף
זייער א שיינע אופן. ווען מען קומט מיט קריטיק אדער אויפרעגעניש
וועט עס דאס קינד קיינמאל נישט אננעמען און זיך שפירן ווי א קליין
קינד וועמען מען דארף נאך מוסר'ן. אבער אויף א שיינע וועג, און פון
אן אמת'ע פלאץ אין הארץ מיינענדיג דאס קינד'ס טובה און נישט די
אייגענע עגא, זע איך נישט קיין פראבלעם דערין.
איך מאך נישט אוועק די חלק פון מתפלל זיין, און עס איז זיכער אז
דאס טוט אסאך אויף, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז מען
מעג אמאל ארויסהעלפן א קינד דורכ'ן זיי אנווייזן וואס עס איז דער
ריכטיגער וועג זיך צו פירן.
זאל השי"ת העלפן אז אלע עלטערן זאלן נאר זען נחת פון אלע
זייער קינדער.
ג. ר. וו.
A New Look
Seasoned and Savored
Thanks for updating the recipes section! I love the new
look, it’s so exciting and interesting to read.
Recipes are something that every yiddishe mother can
always use more of. When it is presented nicely, it adds
so much!
The Quick Hacks are awesome! Looking forward to
more tips and inspiration!
Keep’em coming!!
-A thankful reader
,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק
feedback@theyidene.com
845-377-0057
13
February 9 '25
—
—
SOFA
THE
RAFFLE
Up to $3,499. Purchases can not be held in Sander’s warehouse.
Place your order
between February
1st and March 13th
and be automatically
entered into the
Sanders Sofa Raffle!
Winner gets
their entire
order FREE!
D I N E T T E S | S O F A S | M A T T R E S S E S | R E C L I N E R S | B E D S
Order now to receive
your furniture in time
for Pesach!
Orders can take up to
3 months to arrive.
WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718 624.3400
MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500
14פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
א
האט
מעדיצינען
פון
גערוך
-אריינגעשוועבט אין דעם ווארט
זאל. נחמי' האט אן אנגעצויגענער
-געפויקט אויף זיין בענקל, די העל
זאל האבן אים נישט -גרינע ווענט פון דעם ווארט
באוויזן צו בארואיגן. ווער האט באשלאסן אז
שפיטאל ווענט דארפן זיין גרין? גרינע ווענט
וועלן נישט מצליח זיין איינצושטילן די נערוון פון
סיי ווער עס זיצט אין דער אפטיילונג. די ווענט
וואלטן געדארפט זיין שווארץ, האט נחמי'
שווארץ. אזוי וואלטן זיי -באשלאסן צו זיך. קויל
געווען א גענויע אפשפיגלונג פון זיין שטימונג.
"אייזען, נחמי'," האט א הויכע, מונטערע
שטימע אויסגערופן, און נחמי'ס הארץ האט
געטראסקעט ערגעצוואו צווישן זיינע פיס. אט
קומט עס, זיין פערזענליכער יום הדין. וואס וועט
זיין דער גזר דין?
פראפעסאר קאנער האט אריינשפאצירט אין
זיין צימערל מיט געמאסטענע טריט. ער האט זיך
פארזיכטיג אוועקגעזעצט און אויסגעגליכן זיין
בליק צום פארפאלק וועלכע איז געזעסן אויף
דער אנדערער זייט.
"איר ווילט אפשר א גלאז וואסער?" האט ער
פארגעשלאגן מיט א פוטערדיגע שטימע.
נחמי' איז געבליבן זיצן פארפרוירן. אויב דער
דאקטאר באהאנדלט זיי מיט אזעלכע זיידענע
הענטשיך, איז א סימן אז דער מצב איז גאר ווייט
פון גוט.
דער פראפעסאר האט זיך עטוואס צוהוסט.
"איך וועל צוגיין גלייך צו די רעזולטאטן פון די
אונטערזוכונגען וואס מיר האבן דורכגעפירט,"
האט ער שווערליך אנגעהויבן. זיינע פינגערס
האבן געפויקט אויפ'ן טיש, "מיר האבן שוין
אויסגעשמועסט אז ווארשיינליך געפינט זיך אין
אייך עפעס א שעדליך געוויקס." ער האט גענומען
א טיפן אטעם, "מיר האבן אבער נישט געוואוסט
ווי ווייט אגרעסיוו דאס איז, מר. אייזען. עס טוט
מיר זייער לייד, אבער ליידער... איז נישטא צופיל
וואס מיר קענען טון."
דעם דאקטאר'ס ווערטער זענען געווען
שווערע באמבעס וואס זענען געפאלן אויף זיין
קאפ אן רחמנות, פארוואנדלנדיג זיין לעבן אין
הויפנס פון ברוכווארג. "איז נישטא עפעס וואס
מיר קענען פרובירן?" נחמי'ס אנגסט האט
צוגערויבט זיין פנים פון יעדן ברעקל קאליר.
"איך וועל זיין זייער קלאר מיט אייך, מר.
אייזען. מיר קענען אפשר פרובירן פארשידענע
באהאנדלונגען, אבער די שאנסן אז זיי זאלן
מצליח זיין זענען נאנט צו נול; איר וועט זיך חרוב
מאכן דעם קערפער, גורם זיין ביטערע יסורים –
און דאס אלעס, צוליב וואס? סך הכל וועט איר
אפשר פארלענגערן אייער לעבן מיט נאך א יאר.
אבער איר וועט נישט לעבן לענגער דערפון." דער
דאקטאר האט באטראכט די גרויע געזיכטער
יעריגן פארפאלק. "אדרבה, גייט -פונעם מיטל
פרעגט אייך נאך און זעט אויב איר קענט באקומען
בעסערע אויסזיכטן פון א צווייטן דאקטאר. איך
וואלט זיך זייער געפריידט צו הערן אז מיינער א
קאלעגע קען אייך ארויסהעלפן. אבער ווי ווייט
איך בין באוואוסט אין דעם פעלד, איז אזאנס
דערווייל נישט מעגליך." ער האט געבויגן דעם
קאפ קעגן דעם שאק און אומעט וואס האט
פארפלייצט דעם צימער. "פיל הצלחה."
מיט
אויפגעשטעלט
זיך
האט
נחמי'
שוועריקייטן, ווי ער וואלט אין די געציילטע
-מינוטן פארוואנדלט געווארן אין א הונדערט
יעריגער איד. זייענדיג אינדרויסן פון דעם
דאקטאר'ס אפיס האט ער זיך אנגעלאנט אויף
דער וואנט און זיך אויסגעדרייט צו זיין פרוי. דער
ווייטאג אין אירע אויגן האט אפגעשפיגלט זיין
אייגענעם.
"לאמיר אהיימגיין," האט זי זיך שטיל אנגערופן,
"און מיר וועלן זיך פארבינדן מיט די עסקנים
וועלכע האבן אונז אהערגעשיקט. זיי האבן טאקע
געזאגט אז פראפעסאר קאנער איז דער גרעסטער
מומחה אין דעם הינזיכט, אבער עס זענען
פארהאנען נאך דאקטוירים אויסער אים. מיר
וועלן זיך נישט אזוי שנעל מייאש זיין פון דיין
לעבן."
נחמי'ס הענט האבן זיך אזוי געטרייסלט, אז ער
איז נישט אומשטאנד געווען אהיימצופירן זיין
קאר. צום סוף האבן זיי זיך אריינגעזעצט אין א
טעקסי, און מרת. אייזען האט אנגערופן איר זון
אים בעטן ער זאל קומען אפנעמען זיין טאטנ'ס
קאר.
יענע נאכט האבן זיי נישט פארמאכט קיין אויג,
זיי זענען געווען אויפ'ן טעלעפאן לאנגע שעות
אין א צי. כלל ישראל האט זיי נישט אנטוישט. די
עסקנים האבן זיך אריינגעווארפן אין דעם פאל
מיט לייב און לעבן. ביז עטליכע שעות, האבן זיי
ערלעדיגט אז מען זאל זיין פייל אריבערפירן צו די
פראמינענטסטע דאקטוירים פון איבער דער
גארער וועלט.
"איינער פון זיי וועט זיכער זיין דער ריכטיגער
שליח," האבן זיי פרובירט צו טרייסטן דעם
צאמגעבראכענעם איד.
די ענטפערס האבן אנגעהויבן שטראמען ביז
אפאר טעג. זיי זענען געקומען פון אנדערע
יתרו
די גמרא זאגט: אויב עס טוט וויי פאר א מענטש זיין קאפ, זאל ער עוסק
זיין בתורה; אויב עס טוט אים וויי זיין האלז, זאל ער עוסק זיין בתורה;
אויב עס טוט אים וויי זיינע געדערים, זאל ער עוסק זיין בתורה; אויב עס
טוט אים וויי זיינע ביינער, זאל ער עוסק זיין בתורה; אויב עס טוט אים וויי
זיין גאנצער גוף, זאל ער עוסק זיין בתורה.
15
February 9 '25
—
—
ווינקלען אין דעם וועלט, אבער אלע זענען זיי
.געווען דאס זעלבע
"עס זעט מיר נישט אויס ווי עס לוינט זיך
אפילו דאס צו באהאנדלען," האט דער דאקטאר
פון ניו יארק גע'פסק'נט.
"מען קען פרובירן א געוויסן פראטאקאל פון
כימא, אבער דאס געוויקס איז אזוי זעלטן און
אגרעסיוו, אז איך האב מורא אז עס וועט
גארנישט אויפטון," איז געווען די מיינונג פון דעם
ענגלישן פראפעסאר.
די עסקנים האבן אפגעהאלטן א דרינגענדע
זיצונג. "מען ווארפט נישט אזוי אוועק דאס לעבן
פון א מענטש," האבן זיי איינשטימיג באשלאסן.
"דער באשעפער איז דער רופא חולים. פרובירן
מוז מען."
נאכ'ן באקומען דרוק פון אלע זייטן, האט
פראפעסאר קאנער ענדגילטיג איינגעשטימט
אנצוהייבן א רונדע באהאנדלונגען. "און טוט מיר
א טובה," האט אים איינער פון די עסקנים
באפוילן, "לאז דיין פעסימיסטישע פארשאצונגען
אינדרויסן פון דעם באהאנדלונגס צימער. עס
פעלט נישט אויס אז דער פאציענט זאל באקומען
אן אינפוזיע פון יאוש אינאיינעם מיט דעם כימא."
זיי האבן געענדיגט אויסארבעטן די טעכנישע
איינצלהייטן ביז'ן לעצטן פרט, און דאן האט מען
זיך פארבונדן מיט'ן חולה. נחמי' האט זיי
אויפמערקזאם צוגעהערט. "איך בין אייך באמת
דאנקבאר," האט ער זיך שטילערהייט אנגערופן,
"און איך ווייס אז איך בין מחויב אנצוהייבן די
באהאנדלונגען; איך האב דאך א חוב פון
השתדלות. אבער דער אמת איז אז איך לייג נישט
אן צופיל האפענונגען דערויף. די דאקטוירים
האבן דאך אלע איינשטימיג גע'פסק'נט אז עס
וועט ממילא גארנישט אויפטון."
איינער פון די עסקנים האט געעפנט זיין מויל,
ווערטער. -גרייט אריינצואווארפן עטליכע חיזוק
.נחמי' האט לייכט געשמייכלט
"איר דארפט זיך נישט זארגן וועגן מיר. איך
וועל זיך פולשטענדיג צושטעלן. אבער מיין עיקר
השתדלות וועל איך אריינלייגן אין רוחניות'דיגע
פעולות." ער האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט און
זיי ארויסבאגלייט צו דער טיר. דאן האט ער זיך
געוואנדן צו זיין פרוי, "איך גיי."
וואו אהין?
אין א געגנט אפאר מינוט צו פארן פון זיין הויז,
איז געשטאנען א קליין שולכל. נחמי' האט עס
אנגעטראפן אין א טאג ווען זיין פארנעפלטער מח
האט אים גורם געווען ארומצופארן מיט זיין קאר,
אָ ן האבן א דעסטינאציע פון פאראויס. ווען ער
האט זיך אנגעשטויסן מיט דעם קליינעם בית
המדרש, האט אים עפעס דארט אריינגעצויגן
אינעווייניג.
נחמי' האט דארט אנגעטראפן א מנין פון
עלטערע אידן, וועלכע זענען געווען שומרי תורה
ומצוות, אבער בלויז אין טעכנישן זין פון ווארט;
עס האט געפעלט די ווארעמקייט און פלאם צו
זייער אידישקייט. פאר קיינעם פון זיי איז נישט
בייגעפאלן ארויסצונעמען א ספר און לערנען
עפעס. נחמי' האט דארט דערזען א חלל, און עס
האט זיך ערוועקט אין אים א טיפן רצון עס
אנצופילן.
"רבונו של עולם," האט ער געשעפשעט, "איך
וועל אנהייבן דורכלערנען ש"ס. איך וועל נישט
נאר לערנען פאר זיך, נאר איך וועל עס אויסלערנען
פאר די אידן דא. און אין דעם זכות, טאטע זיסער,
אין זכות פון דיין תורה, שענק מיר א גאנצע
רפואה."
נחמי' האט נישט געוואוסט אין וואספארא
פראיעקט ער לאזט זיך אריין. אין אנהייב זענען די
אלטע לייט בכלל נישט אנטציקט געווען פון דעם
פלאן. זיי האבן זיך געבייזערט אויפ'ן
יונגערמאנטשיק וואס צעשטערט זייער רואיגן
סדר היום מיט אומלאגישע פאדערונגען
דורכצולערנען ש"ס.
"דו קענסט זיך גיין זוכן בעסערע חברותות?!"
האט איינער פון זיי געשריגן, און אזש אויפגעהויבן
זיין שטעקן מיט א דראענדער מינע.
נחמי' האט אנגענעם געשמייכלט, ער האט זיך
געזעצט ביים טיש און אנגעהויבן פארלערנען
הויך אויפ'ן קול. דאס זיסע קול התורה האט
איינס זענען די -ביי-געהילכט, און איינס
מתפללימ'ס קעגנערשאפט צעלאזט געווארן ווי א
שטיקל צוקער אין א הייסער טיי.
"העכער," האט איינער פון זיי געפאדערט,
טאפנדיג זיין אויער, "איך הער נישט." נחמי' האט
געהויבן זיין קול מיט א שמייכל.
טאג נאך טאג זענען פארבייגעגאנגען, און די
אלטע אידן האבן זיך דערקוויקט מיט'ן רייכן
קוואל וואס האט געשטילט א דארשט וואס זיי
האבן ניטאמאל געוואוסט אז זיי פארמאגן.
אינאיינעם זענען זיי געוואקסן און געשטיגן.
א יאר איז נישט א לאנגע תקופה. וואכן און
חדשים האבן זיך דורכגעגליטשט אויפ'ן לוח, און
א גאנץ יאר איז פארביי זייט דער דאקטאר האט
מיט א פעסטקייט געמאלדן אז אויב ער וועט
דורכלעבן דאס יאר, וועט עס זיין נסים.
און א נס איז ווירקליך געשען, ווייל נחמי' האט
נישט בלויז אויסגעלעבט דעם יאר, נאר לאנגע
יארן זענען פארבייגעגאנגען נאך דעם דאקטאר'ס
באהויפטונג, און זיין קערפער האט פארגעזעצט
אים צו דינען. זיין טעגליכן שיעור האט ער
קיינמאל נישט מבטל געווען, און ווען זיינע אלטע
תלמידים האבן אנגעהויבן אריבערשפרייזן דעם
גרעניץ צו אן אנדערע וועלט, האט ער געטראפן
פרישע מענטשן מיט וועמען צו לערנען.
ווילאנג דער באשעפער וועט אים שענקען
דאס לעבן, וועט זיך נחמי' קלאמערן אין דער
.תורה. ווייל די תורה איז דער מקור החיים
א. סאלאמאן
16פרשת יתרו תשפ״ה
—
—Ca l l o r e m a i l u s t o s c h e d u l e a v i s i t - P a r k i n g a v a i l a b l e a t 1 3 1 7 3 6 S t r e e t
718-795-4455
123 Louisa St Brooklyn NY
Info@amberstonetile
@amberstonetile
Elevate your
tile experiece
718-795-4455
123 Louisa St Brooklyn NY
Info@amberstonetile.com
@amberstonetile
17
February 9 '25
—
—
...
18פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
חכמת נשים
אינטערוויוס און שמועסן מיט
אידענעס פון איבער דער וועלט
איבער אונזער לעבנסשטייגער
■ וואו זענט איר אויפגעוואקסן? וואס געדענקט
איר פון אייער יוגנט?
איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג.
וויליאמסבורג האט אויסגעזען זייער אנדערש פון
וויאזוי עס זעט אויס היינט. היינט בויט מען
געביידעס ווייט ארויס פון די 'היימישע' געגנטער
ווייל מ'ווייסט פון ערפארונג אז ביז אפאר יאר
וועט שוין יענע גאנצע געגנט ווערן פאררעכנט
אלס היימיש. ווען איך בין אויפגעוואקסן, האט
מען זיך הערשט דעמאלטס אנגעהויבן ארויסציען
פון געגנט – וואס דאס איז געווען וואס איז היינט
'אלט וויליאמסבורג'.
ווי געזאגט, בין איך אויפגעוואקסן אין
וויליאמסבורג, אבער אינגאנצן ארויס פון וואו
דער היימישער עולם האט זיך געדרייט. איך
געדענק ווי מיר האבן געוואוינט ארומגענומען
מיט גוי'אישע שכנים פון אלע זייטן. פאר מיינע
עלטערן האט זייער געבאדערט ווען זיי האבן מיך
געזען שמועסן מיט איינער פון די גוי'אישע
מיידלעך אויף אונזער גאס, אבער ווייל כ'האב
נישט געהאט קיין שוועסטערס אין מיין עלטער,
איז מיר געווען זייער שווער צו בלייבן שפילן מיט
מיינע ברידער אינדערהיים א גאנצן טאג. מיינע
עלטערן האבן זיך מן הסתם אסאך גע'ישוב'ט צי
זיי זאלן זיך אהינציען – טאקע פאר דער סיבה –
אבער זיי האבן אלץ געהאפט אז עס וועלן זיך
צום סוף אריינציען נאך אידן אז איך זאל האבן
מיט וועמען צו שפילן.
שפעטער זענען אודאי צוגעקומען אסאך אידן
און די צורה פון אונזער גאס האט זיך אינגאנצן
געטוישט.
■ וויאזוי זענען שידוכים געווען אנדערש אמאל
ווי היינט?
אמאל פלעגט מען האבן פיל א קלענערע
'נעטווארק' פון מענטשן וואס מ'קען; די שולעס
זענען נישט געווען אזוי גרויס, און אין די יארן
פריער איז מען בכלל נישט געגאנגען אין שולע;
באבעס, -מ'האט נישט געהאט אזויפיל זיידעס
יעדער האט נאר געקענט זייערע אייגענע ּפאָ ר
שכנים און גארנישט איז נישט געווען אזוי
'פאבליק' ווי היינט.
מ'זאגט אז היינט איז דער דרוק צו געפעלן
שרייענד, ספעציעל ביי שידוכים. -אנדערע הימל
איך האלט נישט דווקא אזוי. איך האלט נאר אז
ס'זענען צוגעקומען זייער אסאך מענטשן וועמען
מ'קען. מ'האט אלעמאל געוואלט געפעלן די
באקאנטע – נאר יעצט זענען צוגעקומען נאך
אסאך באקאנטע. אז מיין טאכטער האט
הונדערטער מיידלעך אין שולע וואס קענען איר,
מיין מאן ארבעט אין א פלאץ פון נאך צענדליגער
ארבעטער, מיינע עלטערן האבן אויך אסאך
באקאנטע ווייל די בתי מדרשים זענען גרעסער
און מענטשן קענען זיך בכלל מער... און למעשה
וועלן מער מענטשן הערן איבער וועלכן שידוך
איך טו און האבן א דעה דערויף. איך זאג בכלל
נישט אז ס'איז ריכטיג נאכצוטאנצן די דעות פון
מענטשן, איך ערקלער נאר ווי אנדערש שידוכים
זענען היינט ווי ס'איז געווען אמאל.
נאך א זאך: נישט אזא לאנג צוריק איז א שידוך
געווען אסאך מער פאקוסירט אויף דעם קרן ווי
אויף זייטיגע, ארומיגע זאכן. ס'איז געווען נאכ'ן
קריג און מ'האט נישט געקוקט אזויפיל אויף דער
ארומיגער משפחה, נאר אויפ'ן מיידל אדער בחור.
היינט, ווען די באבעס און זיידעס האבן אויך
אזויפיל מענטשן וואס זיי קענען, רעדן זיי אריין
אין די שידוכים לויט וויאזוי זיי קענען די זיידעס
און באבעס פונעם אנדערן צד. דער ריכטיגער
אופן צוצוגיין צו א שידוך איז נישט צו מאכן
זיכער אז פיר דורות ארויף איז גאלד... אויך נישט
אז יעדער חלק פונעם מיידל איז גאלד. אבער דאס
איז שוין נאך א נקודה...
אויך איז היינט זייער א קליינע וועלט. יעדער
שדכן האט ליסטעס פון יעדער שולע, וואו ס'איז
רופן, אז כ'האב שיר-אנצוקומען צו מרת. מיללער האט געקאסט אזויפיל טעלעפאן
פארנומענע מחנכת און-אויפגעגעבן אינצווישן... מיט איר אנגעפילטן סדר היום אלס אן איבער
פארנומענע מאמע אינדערהיים, איז טאקע געווען א גרויסע הקרבה פון איר זייט אז -אן איבער
זי האט אראפגענומען פון איר צייט אונז מיטצוטיילן פון איר חכמת נשים... אבער אה, ווי ס'האט
געלוינט יעדע מינוט! זי האט מיר געעפנט א וועלט פון חכמת החיים און אויסערגעווענליכע
קלארקייט איבער אזויפיל חלקים פון לעבן, אז יעדער ענטפער פאר זיך וואלט געקענט זיין א
באזונדערן שמועס.
מרת. מיללער'ס לאגישער מהלך המחשבה איז מן הסתם די סיבה פארוואס אזויפיל תלמידות
רעדן פון אירע שיעורים לאנג נאכדעם וואס זיי פארלאזן די ווענט פון שולע... אבער פאר אונז
ליינער איז געבליבן הנאה צו האבן פון אירע רייכע ענטפערס און דערקענען די אומגעזאגטע
צווישן די שורות.
ליינט און האט הנאה.
אריינפיר
19
February 9 '25
—
—
פונקטליך אנגעצייכנט און אויסגעפויקט און
אויסגעקנאקט ווי בעל הבית'יש, תורה'דיג א.ד.ג.
צודעק זי פלאנט צו -די משפחה איז, וועלכן קאפ
טראגן נאך דער חתונה... גארנישט איז באהאלטן.
ס'איז נישט אזויווי מ'קען אנקומען צו עפעס א
פארשטופט דערפל און ארויסדערווישן דאס גוטע
מיידל; אז זי איז א גוטע מיידל ווייסן שוין אלע
שדכנים איבער איר, זי שטייט שוין די העכסטע
אויף יעדנ'ס ליסטע, און זי איז שוין געווארן
אנגעטראגן צו אלע בחורים וואס זענען די
העכסטע אויף דער ליסטע. און אז א מחותן קומט
צום שדכן און זאגט אז איך בין גרייט צו געבן א
הויז, ווייסט דער שדכן איבער נאך צענדליגער
מענטשן וואס זענען אויך גרייט צו געבן א הויז
און ער זעט אויך קלאר אויף איר ליסטע אז
מאל אזויפיל הייזער ווי בחורים 25 ס'זענען דא
ס'איז דא פאר די מענטשן וואס ווילן געבן דעם
הויז...
■ אז איר קענט איינעם עצה'ן וואס דער
ריכטיגער צוגאנג צו שידוכים איז, וואס וואלט
איר געזאגט?
איך וואלט געזאגט: פרעג זיך נאך אויף דיין קינד
ווי מער דו קענסט.
רופן איבער -אזויווי איך באקום אסאך שידוך
עלטערן וואס פרעגן זיך נאך אויף מיידלעך, וואלט
איך געוואלט זאגן מיין מיינונג איבער דער נושא.
עס זענען דא דריי שטאפלען אין א מענטש'ס
לעבן ווען ער קען זיך מחנך זיין. דער ערשטער
שטאפל איז ביז דער חתונה. אויב ס'איז נישט
געשען ביז דעמאלטס, גייט עס געשען ביים
צווייטן שטאפל, נאך דער חתונה, אויף א שווערן
אופן. און אויב ס'איז נישט געשען נאך דער
חתונה, וועט עס געשען אויף נאך א שווערערן
וועג: ביים דריטן שטאפל – ווען מ'גייט אריין אין
דער וועלט פון שידוכים פאר די קינדער.
פארוואס? ווייל רוב מאל, אז מ'דארף
אויסארבעטן א שלעכטע מדה, ווייסט מען איבער
דעם פון ווען מ'באקומט שכל. מ'האט גענוג
שאנסן צו כאפן אז מ'ליידט אויף א שווערע מדה
יונגערהייט. און אז מ'ארבעט נישט אויף זיך, איז
פארשטענדליך אז נאך דער חתונה שפילט זיך די
שלעכטע מדה דאס שלעכסטע אויס. אז דו
ליידסט אויף כעס, פערפעקציאניזם א.ד.ג., וועט
דיר די שווערע מדה די מערסטע באדערן נאך דער
חתונה. אויב ביז דעמאלטס האסטו זיך געקענט
פארענטפערן אויף דיינע מידות אדער אנלייגן
דעם שולד דערפון אויף אנדערע, וועט דער
פארשפעטיגטער חינוך קומען ווען מ'הייבט זיך אן
נאכפרעגן אויף שידוכים פאר די אייגענע קינדער.
פלוצלונג וועסטו צוריקהערן אז דאס וואס דו
האסט פארהוילן א גאנץ לעבן שפיגלט זיך אפ אין
שול טאכטער; פלוצלונג וועסטו -דיין הויך
צוריקהערן אז דאס וואס דו האסט געמיינט אז דו
האסט זיך פארענטפערט א גאנץ לעבן קומט דיר
צוריק ווייל דיינע קינדער ליידן אויף דער זעלבער
זאך...
א מענטש האט אסאך נגיעות, און קיינער האט
נישט ליב צו אנערקענען אז ער טוט עפעס
אומריכטיג. אבער ווען די זעלבע פראבלעם
טרעפט זיך ביי זיינס א קינד, קומט עס פלוצלונג
ארויף אויפ'ן אויבערפלאך. מענטשן האבן נישט
אזא פראבלעם אז זייער קינד איז נישט פערפעקט,
אבער מענטשן האבן א ריזיגע פראבלעם אויב די
אומפערפעקטע נקודה איז עפעס וואס זיי ליידן
אויך אויף דעם – אדער איז א דירעקטע תוצאה
פון זייער שוואכקייט. ביז יעצט האט מען עס
געקענט פארפאקן אויף א הויכער פאליצע אין
שאפע, אבער יעצט אז מען הערט דאס אויף זיין
קינד, איז עס אים אזוי שווער צו דערהייבן.
עבודת המידות איז אודאי נישט בלויז אן
אינוועסטירונג כדי צו קענען טון גוטע שידוכים,
אבער אז מ'קען קוקן דעם אמת אין פנים, האט
מען צום סוף א גרינגער לעבן.
■ איר זעט אז שלום בית בדרך כלל זאל זיך האבן
געטוישט מיט די יארן?
אודאי – צום גוטן און פארקערט. ס'איז נישט
קיין נייעס אז די נפשות זענען היינט אסאך
שוואכער ווי אמאל. קיינער כאפט אבער נישט
וואספארא טובה ס'איז אין א געוויסן זין. יעדער
איז מער געפיליש, מיידלעך זענען סאך ווייכער ווי
אמאל און מ'זאגט אז היינטיגע בחורים זענען
אויך געפילישער. אויך איז די אויפוואכונג איבער
וויאזוי מ'זאל רעדן איינער צום צווייטן סאך מער
היינט ווי אמאל. מענטשן ווערן שנעלער
דערשראקן און גייען נאך הילף אסאך שנעלער ווי
אמאל.
פון דער אנדערער זייט, ווייל קינדער האבן
היינט חתונה נאכדעם וואס אלעס איז ניינציג
פריי, -ווייניגער שטרויכלונג-פראצענט געווען מער
ווערט מען צעקראכט פון יעדן שטיינדל אין וועג.
מ'קען מער נישט דערהייבן דאס וואס מ'האט
דערהויבן אמאל און מ'איז סאך מער אנגעוויזן
אויף די עלטערן. אמאל, ביז מ'איז אנגעקומען צו
דער חתונה, איז מען שוין דורך געוויסע מצבים
וואס האבן אויסגעלערנט וויאזוי צו דערהייבן
שוועריקייטן. דערפאר, ווען עפעס שווער איז
אונטערגעקומען, האט מען געמאכט א שווייג און
זיך אליין אפגעגעבן דערמיט.
■ וואס פילט איר איז א וויכטיגער מושג וואס
עלטערן זאלן פאקוסירן אריינצולייגן אין די
קינדער?
איך פארשטיי נישט די שאלה. ס'איז נישט שייך
צו האלטן אדער נישט האלטן פון א געוויסע זאך
און ערווארטן אז ס'זאל אריינגיין אין די קינדער
ווייל איך 'לייג עס אריין אין זיי'. מ'לייגט גארנישט
ח. גראס אמאל פלעגט מען האבן
'פיל א קלענערע 'נעטווארק
פון מענטשן וואס מ'קען; די
שולעס זענען נישט געווען
אזוי גרויס, און אין די יארן
פריער איז מען בכלל נישט
געגאנגען אין שולע;
20פרשת יתרו תשפ״ה
—
—
אריין. וואס א מענטש איז, דאס לערנען זיך זיינע
קינדער אויס פון אים. למשל, אז א מאמע פארט
יעדע דריי וואכן אויף וואקאציע, קען זי נישט
ערווארטן אז אירע קינדער זאלן דאס נישט
נאכטון אפילו זי וועט פרעדיגן אז עס איז נישט
ריכטיג אזוי צו טון. די מאמע איז וואס זי איז.
ווילסט זאגן פאר דיינע קינדער אנדערש ווי וואס
דו טוסט? ס'ארבעט נישט אזוי. די שאלה איז
אפשר 'וויאזוי' צו זאגן און 'וויאזוי' צו מחנך זיין,
אבער אויף וואס מען זאל לייגן א דגוש. וויאזוי דו
ביסט, דאס זענען דיינע קינדער.
■ וואס הייסט? א קינד וועט אלעמאל איבערטון
די טעותים פון די עלטערן און מ'קען דאס נישט
טוישן?
ניין, דאס איז נישט אמת, ווייל אז די עלטערן
ארבעטן אויף זיך – אפילו זיי האלטן נאכנישט
דארט וואו זיי ווילן אנקומען – וועט דאס קינד
אויך ארבעטן אויף זיך. אונטער עלטערן וואס
פאקוסירן אויף ארבעטן אויף זיך, וואקסן אויף
קינדער וואס פאקוסירן אויך זיך אויסצוארבעטן;
אונטער עלטערן וואס טוען געוויסע זאכן, אבער
בשיטה האלטן זיי אנדערש און האלטן דאס אין
איין זאגן פאר'ן קינד אבער ווייזן א פארקערטן
ביישפיל – אנטשולדיגט, אבער לויט מיין מיינונג
זענען כמעט נישט דא קיין אויסזיכטן פאר אזא
קינד אויסצואוואקסן צופיל אנדערש ווי זיי...
נאך א זאך: כ'מיין אז מענטשן מישן אויס געפיל,
חינוך און הלכה אין איין טאפ. עלטערן האבן א
חיוב מחנך צו זיין די קינדער פונקט ווי ס'איז דא
א חיוב צו זיין צניעות'דיג און צו היטן שבת און
זיך אפצוהאלטן פון לשון הרע. דער חיוב איז
נישט עפעס וואס איז א געפיל פון די עלטערן צו
די קינדער, נאר ס'איז עפעס וואס די עלטערן
זענען מחויב דערין, און פון דער אנדערער זייט
איז דא א חיוב אויפ'ן קינד: כיבוד אב ואם.
ווען א טאכטער האט נישט קיין געדולד צו
דאווענען ווען ס'איז נישט דא קיין סקול, קומט
נישט אריין פאר א מאמע צו שרייען, "כיבוד אב
ואם! כ'האב געזאגט זאלסט דאווענען..." די מאמע
דארף וויסן אז זי איז דאס קינד'ס מאמע, און זי
האט א חיוב אויסצולערנען א קינד צו דאווענען;
ס'האט מיט דעם אייבערשטן – ס'האט נישט מיט
א מאמע און א קינד. זי דארף ערקלערן די
שיינקייט פון דאווענען און דעם חיוב דערביי,
אבער דארט האט זיך עס געענדיגט. ס'איז צווישן
דעם קינד און דעם רבוש"ע – און דער חיוב פון
חינוך איז אויך צווישן דער מאמען און דעם
רבוש"ע – אבער ס'איז נישט צווישן דער מאמען
און דעם קינד.
אויך, נאך דער חתונה האבן די קינדער אודאי
ווייטער א חיוב מכבד צו זיין די עלטערן, אבער די
עלטערן האבן מער נישט קיין חיוב מחנך צו זיין
דעם קינד. אויב איך האב געהייסן מיין טאכטער
טון אזוי און זי טוט אנדערש, קומט נישט אריין
פאר די עלטערן איר מחנך צו זיין אויף כיבוד אב
ואם. זי פאלגט נישט? ס'איז איר פראבלעם, נישט
דיינס. דער זון פירט נישט אויס די מצוה? נעבעך
פאר אים, אבער נישט פאר דיר – דיין מצוה האט
זיך שוין געענדיגט, און יעצט איז דאס קינד אליין
אחריות אויף זיינע מצוות: ברכות, חסד, און יא,
אויך כיבוד אב ואם. אבער נעם עס נישט
פערזענליך, דאס אלעס זענען מצוות צווישן דעם
אייבערשטן און דעם קינד.
?א גוטן רעצעפט וואס איר ווילט מיטטיילן מיט די ליינער ■
וואס איך קאך אסאךbroccoli soup איך וויל מיטטיילן א רעצעפט פון א גוטע מילכיגע
מאל. איך האב אבער נישט קיין פונקטליכע מאסן וויפיל פון יעדן באשטאנדטייל איך לייג
אריין, און ס'מאכט מן הסתם טאקע נישט קיין צו גרויסער חילוק...
■1 bag frozen broccoli
■ 2 frozen crushed garlic
■ Butter\oil for sautéing
■ Water
■ 2 c milk (or more, if you like)
■ 1 2 heaping tablespoons sour cream or cream cheese (optional)
■ Salt – to taste
■ Onion powder – to taste
■ Cheese
■ Onion and garlic croutons
In a 4-quart pot, sauté the frozen garlic and broccoli in butter\oil for a few
minutes. Once the broccoli is semi-defrosted, add enough water to fill about
¾ of the pot. Season with salt, and cook over med flame until the broccoli is
soft. Add about. 2 cups of milk and the sour cream\cream cheese (if using)
and let cook for a few more minutes. Add onion powder and blend until
smooth. Taste and adjust seasoning.
Serve with croutons and cheese.
Freezes very well.
חכמת נשים