Yingerman-Monroe-32

ISSUE 32 — FEBRUARY 16 '25 — KJ YINGERMAN • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת משפטים תשפ״ה

קאנסטרוקציע

לאון

Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלUK/EU

← שטאטסמאן

לאמיר נעמען א

ביישפיל פון א פאנד

← אידיש געלט

פראגעס אויף

פערזענליכע סיטואציעס

← באלבאטיש

קארבס און

סטארטש

← געזונטערמאן

דער סוד פון טוישן

געוואוינהייטן

← מענטשליכע שטריכן

2פרשת משפטים תשפ״ה

*Each additional member $50/month. United Refuah is a non profit healthsharing organization. It is not insurance and does not offer insurance. See Sharing Guidelines for full details. Application and annual renewal fees apply.

SINGLE: $199/MONTH COUPLE: $349/MONTH FAMILY (3-6*): $499/MONTH

(440) U-REFUAH | WWW.UNITEDREFUAH.ORG | INFO@UNITEDREFUAH.ORG

IS UNITED REFUAH RIGHT FOR YOU?

Find out how your family can benefit as members

of Klal Yisroel’s HealthShare.

Speak with a member advisor to explore your

options. No pressure, no obligations — just

answers. Schedule a personal consultation.

SKIP MEDICAL TREATMENT

DUE TO ITS COST

46%

of uninsured adults

25%

of insured adults

DON’T LET THAT BE YOU!

While others struggle with high medical

costs, United Refuah HealthShare offers a

simple and affordable healthcare option —

HELPING FAMILIES SAVE UP TO

$30,000 A YEAR.

ENROLL BY 1/31

AND RECEIVE A

$200 VISA

GIFT CARD

TERMS AND CONDITIONS APPLY

USE PROMO CODE:

YINGERMAN125

FLOOR

SAMPLES

Steal the show at

NEW ORDERS

Grab anything for

Shop early for the

largest selection!

70%

off

25%

off

SUN. FEB. 16 -

SUN. FEB. 23

THE MENDLOWITZ FAMILY

WILD

SALE

dartmedia.us

Brooklyn | 718-384-4490 | 343 Lorimer St. Brooklyn, NY 11206

Upstate | 845-783-0604 | 16 Lake St, Monroe, NY 10950

Up to

Up to

CHOOSE FROM OVER 200 OPTIONS!

Pick up your

Check the rest is

on us.

We will manage your short-term rental home

and maximize the profits of your property.

Indoor & Outdoor Maintenance & Repair

Guest communication & Support

Errands & Much more.

Linen supply & Restocking

Cleaning

Trash pickup & Disposal

Snow removal

Owning an investment home?

(Call Text Or Whatsapp) 845.537.8318

Info@Luxureestatemanagement.com

Luxureestatemanagement.com

M A N A G M E N T

LUXURE

ESTATE

February 16 '25

KAYGROUP.CO

Mindful

support

for peace

of mind

At Achieve Behavioral Health, we are mindful of

what you need to achieve peace of mind. With

so many thoughts and challenges to navigate,

our professional, היימישעand dedicated team is

here to ensure you feel heard, understood, and

empowered to find balance and strength.

Individual Therapy ● Couples Counseling ● Psychiatry

Case Management ● Psych Rehab ● Peer Support

845.425.5252 ext. 3600

845 Route 17M, Monroe, NY

For adults and kids - מענער און פרויען

היסטאריע פון קרעדיט קארדס

דאס ערשטע קרעדיט קארטל איז ערפונדן געווארן

דורך א מאן מיטן נאמען פרענק מעקנאמארא, נאכדעם

וואס ער האט נישט געקענט באצאלן פאר זיין עסן אין

א רעסטוראנט צוליב דעם וואס ער האט פארגעסן זיין

בערזל מיט געלט אינדערהיים. זייט דעמאלטס איז

קרעדיט קארדס געווארן א טייל פון די אמעריקאנע לעבנס

שטייגער, היינט צוטאגס ווערן קרעדיט קארדס באניצט

מיליאן אמעריקאנע בירגער. 214 דורך אריבער

די סכנה פון קרעדיט קארדס

קרעדיט קארד געבט דעם מענטש א געפיל אז מען קען

175 איינקויפן און מען דארף נישט באצאלן... איבער

מיליאן האבן קרעדיט קארד חובות נאכן נישט קענען

באצאלן וואס מען האט געסווייפט איבערן חודש און

צאלן דערויף ריזיגע פראצענטן אין ריבית. די סך הכל

אין אמעריקע אליין 2024 פון קרעדיט קארד חובות אין

1.115 האט שוין דערגרייכט דעם היסטארישן ציפער פון

טריליאן דאלער!!

די מעלות פון קרעדיט קארדס

לעומת זה, קרעדיט קארדס קאמפעניס פרובירן צו כאפן

קאסטומערס מיטן אריינשמירן פוינטס און אנדערע

רעווארדס. איינע פון די 'פערקס' וואס אסאך קאמפעניס

דאס הייסט די ערשטע יאר נעמען 0% APR געבן איז

זיי נישט קיין שום פראצענטן אויף די ספענדינגס. דאס

הייסט, איינער וואס דארף א גרעסערע סכום געלט און

חדשים 12-36 קען זיך אונטערנעמען צו באצאלן צווישן

קען הנאה האבן פון געלט ממש בחנם! 'די קארד מעסטער'

יאר טויזענטער 10 אליין האט שוין געהאלפן אין די לעצטע

היימישע אינגעלייט מיט קויפן הייזער, עפענען ביזנעסער,

.0% APR איינקויפן סחורה און נאך פון אט דעם פערק פון

אויב דארפט איר געלט פאר איזה סיבה רופט 'די קארד

מעסטער' און האט הנאה פון קעש בחנם!

און געדענקט: קיינמאל נישט ניצן קיין קרעדיט קארדס

אויב איר קענט דאס נישט באצאלן!

CALL OR TEXT:

718.488.7000

mendy@thecardmasterny.com

office@thecardmasterny.com

מסכת

קרעדיט

קארדס

845.606.6300

THINWELLNESSCLUB.COM

FAST ACTION

WEIGHTLOSS INJECTIONS.

SEMAGLUTIDE (OZEMPIC - WEGOVY)

$350/ MONTHLY SUPPLY OF ANY DOSE.

TIRZEPATIDE (MOUNJARO - ZEPBOUND)

$450/ MONTHLY SUPPLY OF ANY DOSE.

Stop the pain.

KOSHERSKINNYSHOT

TM

Your lifestyle can be the real cause behind your chronic

foot pain. Improve your health, lose weight and walk like

a mentsch again without pain. Choose our complete

package, or reach out for private consultations, guidance

and support to help you achieve lasting success.

Epsom salt

baths 3x a

day? Who

has time for

that?!

Even going

down the

stairs hurts!

Wow.

I can walk!

I can run!

And my feet

don't hurt

anymore!

Maybe a

new pair

of shoes

will help?

ADS@THEYINGERMAN.COM

דערמאנט

די

אינגערמאן

און באקומט

א

בדיקת קאמפיוטער

פאר פאר

אומזינסט

February 16 '25

Making Opportunities Happen™

718.840.3530 | THEFUNDINGNEXUS.COM

The Funding Nexus is client-centric, not product-based, offering a

wide range of funding options to best suit your business needs.

פרשת משפטים תשפ״ה

FEBRUARY 16 '25 — ISSUE 32אינהאַלט

פאר פידבעק און קאמענטארן

צו שרייבער אדער ארטיקלען:

1212

14

20

24

32

28

36

40

46

45

פאסטמאן

כח היחיד

גוטערמאן

שטאטסמאן

פינאנצן

אידיש געלט

באלבאטיש

מענטשליכע שטריכן

געזונטערמאן

כאפצעם

ויסעו

מיט׳ן קאפ אין וואנט

845.200.3313 #101

EDITOR@THEYINGERMAN.COM

50

52

© The Yingerman

Publication. Published

by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication may be

reproduced in print or

digital form without

prior written consent.

The publisher reserves

the right to edit all

submissions for clarity,

length, and editorial

standards. Submitted

materials will not be

returned. The Yingerman

Publication is not liable

for the kashrut of any

advertised product or

service featured in these

pages. Additionally, The

Yingerman Publication

assumes no

responsibility for the

content of articles,

advertisements, or

referenced books within

this publication.

THE YINGERMAN

FREE WEEKLY PUBLICATION

MAILING

210 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

OFFICE

845.666.0056

OFFICE EMAIL

INFO@THEYINGERMAN.COM

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

quote@blueshineinsurance.com

Chat with our automated system: 844.450.1070

WE SHOP EVERY

INSURANCE COMPANY

AT EACH RENEWAL!

L E T U S D O T H E WO R K !

Call or Text:

845.751.9299

11

February 16 '25

12פרשת משפטים תשפ״ה

,פראגעס

ענטפערס, עצות

און חיזוק

#124

א גוטן, איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט די חילוקים

צווישן די פירמעס וועלכע העלפן ארויס מיטן אינוועסטירן אין סטאק

, א.א.וו. אויב עס זענען דא Robinhood, Fidelity אזויווי- מארקעט

חילוקים צווישן די קאמפאניס, און די מעלות און חסרונות פון איינער

פון זיי.

אזוי אויך טשעיס האט א טשעיס אינוועסטאר דעפארטטמענט. איך

האב געוואלט וויסן פארוואס עס בכלל נישט פאפולער און באקאנט.

איך ווייס נישט צו זאגן אז דער עולם נוצט עס. אויב עס איז דא א

סיבה דערצו אדער עס איז סתם אזוי, אויב איינער ווייסט וואלט איך

הנאה געהאט צו הערן. יישר כח.

#125

וואו ער שרייבט119 א גוטן, איך וויל מיך באציען צו בריוו נומער

איבער דעם אידיש געלט קאלום אז מען זאל נישט אינוועסטירן אין

אינדיווידואלע סטאקס. ער איז גערעכט מיט דער נקודה אז מען זאל

נישט אינוועסטירן אין אינדיווידואלע סטאקס, אבער זיין משל איז

א קאמפאני - Nvidia נישט ריכטיג. ער האט געברענגט א משל פון

, און ס'איז AI וואס פראדוצירט טשיפס וואס מען דארף נוצן צו מאכן

געפאלן ווען ס'איז ארויסגעקומען א נייע קאמפאני פון טשיינע.

די קאמפאני פון טשיינע וועלכע איז יעצט ארויסגעקומען איז נישט

געווען בעסער ווי די אמעריקאנע קאמפאניס. נאר די סטאקס זענען

געפאלן וויבאלד דאס האט געמיינט אז מען גייט נישט דארפן

, אבער נישט ווייל די קאמפאני איזAI אינוועסטירן אזויפיל געלט אין

מער גארנישט ווערד.

ווען מען רעדט וועגן נישט אינוועסטירן אין א קאמפאני דארף מען

ברענגען א משל פון א קאמפאני וואס איז געגאנגען שלאפן און זיך

אינגאנצן צוגעמאכט, און דער סטאק איז מער גארנישט ווערד. נישט

וואס האט פארלוירן דרייסיג צי פערציג Nvidia פון א קאמפאני אזויווי

פראצענט און מערסטנס דערפון איז שוין צוריק ארויפגעגאנגען. עס

איז א ביישפיל וואס קען צומישן, ווייל אז א מענטש וועט קוקן אויף

דער קאמפאני וועט ער זען אז אפילו ווען עס איז אנגעקומען צום

נידריגסטן פלאץ איז עס נאכאלץ געווען דריי מאל מער ווערד ווי

אפאר יאר צוריק.

#126

א גוטן, איך האב אן עידזשענסי וואס שטעלט צו געהילפן פאר

מענטשן אינדערהיים, און איך וויל אויפמערקזאם מאכן וועגן גניבות

וואס קומען כסדר פאר.

מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מ'קען באהאלטן געלט אדער

צירונגען אין לעדלעך, אין שאפעס, אדער אפילו אונטער וועש. זיי

קומען אן איבעראל און מענטשן האבן גרויס עגמת נפש דערפון. עס

זענען ממש לעצטנס געווען דריי מעשיות ווען מ'האט ארעסטירט

געהילפן נאכן כאפן אז זיי האבן גע'גנב'עט טייערע צירונגען.

די עידזשענסי קען נישט נעמען קיין אחריות אויף דעם, און ס'איז

זייער וויכטיג יעדער זאל זיך קויפן א קליינעם סעיף וואו מ'זאל האלטן

אלע טייערע זאכן אז עס זאל נישט ווערן גע'גנב'עט.

פּאָסטמאַן

דעם אינגערמאנ'ס טיש

845.200.3313 #102

qa@theyingerman.com

13

February 16 '25

Product

of France

14פרשת משפטים תשפ״ה

מ

יר זענען אפט געוואוינט צו הערן פון פארשידענע וואוילטעטיגע

ארגאניזאציעס, א שטייגער ווי נחמת ישראל, אז אין קווינס איז

פארהאן א גרויסע אידישע בוכארישע געמיינדע וועלכע שיקט

אין גרויס טייל די קינדער אין פובליק סקול, און די ארגאניזאציעס

ארבעטן צו אריבערלייגן די קינדער אין ערליכע מוסדות התורה. וואס איר

האט אבער ווארשיינליך נאכנישט געהערט, איז דאס אז די וועלט בארימטע

"תורה עניטיים" פלאטפארמע איז אייגנטליך געווארן אויפגעבויט דורך א קינד

פון אט דער געמיינדע, וואס א דאנק זיין ברענענדיג הארץ פאר אידישקייט און

זיין שטארקן רצון צו משפיע זיין אויף זיינע ארומיגע, איז ער אנגעקומען ביז

אזוי ווייט.

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, נאר לאמיר אנהויבן פון

אנפאנג.

ר' שמעון קוליעקב איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן אין שטאט

טאשקענט אין אוזבעקיסטאן. דאס איז

געווען אין די יארן ווען דער

קאמוניסטישער רעזשים איז

און

בתוקפו,

געווען

אלס טייל - אוזבעקיסטאן

- פארבאנד-פונעם סאוויעטן

איז אויך געווען אונטער די

זעלבע שווערע גזירות. פונקט

ווי רוב אידן וועלכע זענען געווען

אונטער די קאמוניסטן, זענען ר'

שמעונ'ס עלטערן ליידער נישט

געווען קיין שומרי תורה ומצוות, און זענען געווען

גענצליך

אפגעפרעמדט פון אידישקייט.

ווען ר' שמעון איז געווען דריי יאר אלט האבן זיינע עלטערן אימיגרירט

קיין אמעריקע. אין יענע יארן איז דאס געווען א זעלטנהייט, און זיי זענען

געווען פון די גליקליכע וועלכע האבן זוכה געווען זיך צו ארויסדערזען פון

אונטערן אייזערנעם פארהאנג.

זיי האבן זיך באזעצט אין קווינס, און געשיקט זייערע קינדער אין פובליק

שולע, נישט וויסנדיג צופיל פון אידישקייט צו זאגן.

, וועלכע JEP אין יענע צייטן איז געווען אן ארגאניזאציע מיטן נאמען

פלעגט צושטעלן קלאסן איבער אידישקייט פאר אידישע קינדער וועלכע

האבן געלערנט אין פובליק סקול. פאר איין שעה א וואך פלעגט מען

.ארויסנעמען די קינדער און אביסל לערנען מיט זיי

ווען זיי זענען אנגעקומען צו ר' שמעונ'ס עלטערן און געפרעגט אויב זיי

קענען ארויסנעמען זייער קינד, האבן די עלטערן געפרעגט שמעון אויב ער איז

אינטערעסירט צו גיין. ר' שמעון, זייענדיג א קינד, האט זיך צוגעכאפט צו דער

געלעגנהייט צו קענען אביסל ארויסגיין פון שולע… ער איז געגאנגען יעדן

מיטוואך צו דעם קלאס, און ער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם

פראגראם.

געפרעגט JEP ווען ער איז געווען א ניין יעריג קינד האבן די עסקנים פון

זיינע עלטערן צי שמעון וואלט אפשר געוואלט גיין אין א ישיבה. ווען שמעון

האט געהערט דערוועגן האט ער געוואלט וויסן וואס איז דאס א ישיבה: "איז

דאס אזויווי דעם וועכנטליכן מיטוואך פראגראם, נאר אנשטאט פאר איין שעה

א וואך איז עס דורכאויס דער גאנצער וואך?"

ס'איז ווי דער מיטוואך פראגראם - ווען דער ענטפער איז געווען אז יא

אבער פאר א גאנצן טאג, האט ער זיך

תיכף צוגעכאפט דערצו. און אזוי

איז ר' שמעון אנגעקומען אין

"ישיבה פריימערי" אונטער דער

זלמן

הרב

פון

פירערשאפט

דויטשער שליט"א, וואס איז

געאייגנט פאר אזעלכע קינדער וואס

קומען ארויס פון פובליק סקול.

שמעון האט געשעפט מיט חשק יעדעס

ווארט וואס ער האט געהערט צווישן די

ישיבה ווענט, און ער האט זיך אנגעזאפט מיט

אוצרות פון תורה און אידישקייט.

פארשטייט זיך אז ס'איז נישט געבליבן ביי אים, נאר צוביסלעך האט ער

אויך אנגעהויבן אריינברענגען די געדאנקען אין שטוב. זיינע עלטערן האבן

דאס אויפגענומען מיט בייזע בליקן, און זיי האבן נישט געוואלט הערן פון

זיינע "פרומקייטן" אז מ'דארף היטן שבת און עסן כשר'ס.

פאר שמעון איז עס געווען זייער שווער, אבער ער האט נישט נאכגעלאזט.

ער האט פרובירט דאס בעסטע וואס מעגליך לויט די אומשטענדן זיך צו

דערנענטערן צו תורה ומצוות. גלייכצייטיג האט ער אנגעהויבן משפיע זיין

וועם די עלטערן האבן שוין נישט געוואלט - פאר זיין יונגערן ברודער ראובן

שיקן אין ישיבה זעענדיג וואספארא "עקסטרעמיסט" דאס האט זיי געברענגט

אין שטוב… זיין ברודער האט נאר געוואלט הערן נאך און נאך, און ער האט זיך

כח היחיד

ר' שמעון קוליעקב

אן איינצלנער מענטש

ביז א - מיט א געדאנק

רעוואלוציע אין דער וועלט

15

February 16 '25

געפריידט מיטצוטיילן דאס ביסל וואס ער

האט געוואוסט.

ווען ער האט דערגרייכט דעם עלטער

פון הויך שולע האבן זיינע עלטערן אים

צוריקגעלייגט אין פובליק סקול. דאס איז

געווען אין דער צייט ווען דער אייזערנער

פארהאנג איז געפאלן און טויזנטער אידן

פון די קאמוניסטישע לענדער האבן

ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקע. פונקט

ווי דער קוליעקב פאמיליע האבן א

מערהייט פון די משפחות זיך באזעצט אין

קווינס און געשיקט זייערע קינדער אין

פובליק סקול, וואו שמעון האט זיך

באקענט מיט אסאך נייע חברים.

צווישן די קינדער פון דער ארטיגער

בוכארישער געמיינדע איז שמעון געווען

היבש ארויפגעקוקט, וויבאלד ער איז שוין

דא געווען מיט א היבשע צאל יארן בעפאר

און איז שוין געווען מער היימיש אין

געקומענע קינדער -אמעריקע. די ניי

וועלכע האבן נאך גארנישט געוואוסט

האבן געקוקט מיט שעצונג אויף דעם

אלטגעזעסענעם וואס רעדט א פליסיגן

ענגליש…

פונקט ווי שמעון אין זיינע יונגע יארן

האבן די אלע קינדער אויך נישט געהאט

דאס מינדעסטע ידיעה איבער אידישקייט,

און שמעון האט אויסגענוצט זיין שטאנד

צווישן זיי צו משפיע זיין און מיטטיילן פון

זיינע מאגערע ידיעות. פון נאטור אויס

האט ער שטארק געגליכן צו העלפן

אנדערע, און ער האט דאס אויסגענוצט צו

אויסלערנען פאר זיינע חברים דאס ביסל

וואס ער האט געוואוסט איבער אידישקייט.

איין שיינעם טאג האט אים איינער

אפגעשטעלט אויפן גאס און געפרעגט צי

ער איז א איד. "אוודאי בין איך א איד,"

האט ער געענטפערט. יענער האט אים

פארגעשלאגן ער זאל אריינקומען צו א

שיעור וואס מען לערנט פאר איבער

אידישקייט, און ער איז טאקע מיטגעגאנגען

מיט יענעם און זיך אראפגעזעצט ביים

שיעור.

פון איין וואך איז געווארן צוויי, און

דריי, און אזוי האט ער זיך צוביסלעך

געטראפן גיין יעדע וואך צו א שיעור

איבער אידישקייט.

אין יענער צייט האבן אנגעהויבן

שפראצן די אלע קערנדלעך וואס זענען

געווארן איינגעזייט אין אים במשך די יארן.

ער איז געווארן מער און מער ווארעם צו

אידישקייט, און ער האט עס אנגעהויבן

נעמען מיט אן ערנסטקייט. פון זיין גאנצער

פאמיליע איז געווען בלויז איין פעטער

וואס האט געהיטן אידישקייט, און יענער

האט אים אסאך געהאלפן און שטארק

געשטופט אז ער זאל טאקע אנהייבן היטן

תורה ומצוות ווי ס'דארף צו זיין.

איינע פון די ערשטע זאכן איז

פארשטייט זיך געווען שמירת שבת. עס

זאגט זיך גרינג, אבער פאר איינעם וואס

האט געוואוינט אין א שטוב וואו שבת איז

ליידער געווען א טאג פונקט ווי דינסטאג

און דאנערשטאג, איז דאס געווען א

ביטערע מערכה.

זייענדיג בטבע איינער וואס גלייכט צו

ווי - משפיע זיין אויף אנדערע

האט ער נישט געוואלט - אויבנדערמאנט

האלטן דעם שבת ביי זיך, נאר ער האט

געוואלט ארייננעמען זיינע חברים אין דער

אונטערנעמונג. אזויווי אלע פון זיי האבן

דאס ליידער נישט געקענט אויספירן

אינדערהיים, וויבאלד זייערע עלטערן

האבן נישט געוואלט הערן דערפון, האבן

זיי זיך צוזאמגענומען יעדן איינציגסטן

שבת און פארברענגט אינאיינעם.

דאס איז אזוי אנגעגאנגען פאר גאנצע

צוויי יאר, ווען יונגע זעכצן יעריגע קינדער

שלום ווייס

845.200.3313 #107

אבער געלט אבער געלט

....קען היילן....קען היילן

Our client injured

his leg when he

slipped on ice at

a parking lot of

a national chain

store.

Initially, the

insurance company

declined payment

since the fall

happened during a

State of Emergency

and, therefore, the

client should’ve

known the ground

was icy and been

more careful.

Our legal team

proved that

the property

management

worsened the

ground conditions.

The case settled

for almost

$1,000,000 even

though the injuries

healed well.

718-564-6050

Braude Injury Lawyers

Attorney Advertising. Past results no guarantee of similar outcome. Details may be altered for privacy.

יעקב בראדי

רופט שוין

e

n

th

e

16פרשת משפטים תשפ״ה

נעמען זיך צוזאם פון זייער אייגענעם ווילן מדי שבת בשבתו און האלטן זיך

מיט א פעסטקייט צו אפהיטן דעם הייליגן שבת! זיי האבן נישט געהאט קיין

הילף, נישט קיין רבי אדער פירער, נאר יונגע קינדער אליינס מיט אן אמת'דיגער

ריינקייט לעשות נחת רוח!

ווען ר' שמעון איז עלטער געווארן און ס'איז געקומען די צייט צו זוכן א

שידוך, האט ער זיך געשטעלט אין דער לענג און אין דער ברייט אז ער וויל

דווקא האבן א כלה וואס וועט גיין אנגעטון בצניעות. פון אלע זייטן האט מען

אים פארשריגן אז ער איז פאנאטיש, און מ'קען נישט זיין פארנומען מיט דעם

ביים זוכן א שידוך. אבער טראץ די שוועריקייטן און פילע שטרויכלונגען האט

ער זיך געהאלטן ביי זיינס, און ער האט טאקע ב"ה זוכה געווען צו אויפשטעלן

א שטוב מיט אן ערליכער אידישער טאכטער וועלכע האט פונקט ווי אים

געפינען דעם וועג צו אידישקייט אויף איר אייגענער האנט.

ווען ס'איז געקומען צו דער חתונה האט ער פארלאנגט אז מ'זאל לייגן

מחיצות, אבער די משפחה האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון.

אבער גענוי ווי ביז אהין האט ער נישט נאכגעלאזט, און ער האט טאקע

באוויזן אויסצופירן, טראץ וואס ער האט זיך ממש געדארפט שלאגן דערוועגן

ביז אזוי ווייט אז אינמיטן דער חתונה איז איינער געגאנגען און פשוט

אוועקגעשלעפט די מחיצות…

און נישט נאר פאר זיך האט ער עס דורכגעבראכן, נאר מיט זיין

שטאנדהאפטיגן עקשנות זיך צו פירן בקדושה האט ער אויסגעפלאסטערט

דעם וועג פאר אנדערע וועלכע האבן אויך געוואלט האבן מחיצות אבער האבן

נישט געקענט בעפאר. פון דעמאלט און ווייטער איז עס געווארן פיל לייכטער

און מ'האט זיך שוין נישט געדארפט אזוי שלאגן צו קענען לייגן מחיצות.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ר' שמעונ'ס עלטערן זענען נישט אלץ

געבליבן פאר'עקש'נט. מיט די יארן זענען זיי געווארן ווייכער און גרייט צו

הערן, ביז זיי זענען געווארן גאר ערליכע אידן און פולשטענדיגע שומרי תורה

ומצוות. זיי זענען שפעטער געווארן פון די חשוב'סטע אידן אין דער געמיינדע,

און האבן זוכה געווען צו לעבן מיט אן אמת'דיגער נאנטקייט צום אויבערשטן.

א

ווי ערווענט אויבן איז ר' שמעון געווארן צוגעבינדן צו א וועכנטליכן שיעור

דורכאויס זיין רייזע צו אידישקייט. נאך א שטיק צייט האט ער אנגעהויבן

רעקארדירן אלע שיעורים ביי וועלכע ער האט זיך באטייליגט. מענטשן האבן

אים געפרעגט מיט וואונדער וואס עס איז פשט דערפון, און ער האט נישט

געהאט קיין ענטפער… ער האט פשוט געשפירט אז די שיעורים זענען אזוי

אינהאלטסרייך און אנגעפילט מיט אזויפיל אוצרות, אז ס'איז א שאד נישט צו

רעקארדירן.

אז מענטשן האבן געוואוסט אז ער רעקארדירט, האט מען אים אנגעהויבן

בעטן דא דארט. אז איינער האט אמאל פארפאסט א שיעור, אדער האט עס

געוואלט געבן צו הערן פאר א צווייטן, האט מען געוואוסט אז מ'קען בעטן א

קאפיע פון ר' שמעון. און אזוי איז דאס געווארן צוביסלעך מער פארשפרייט,

ביז ער האט אפיציעל אנגעהויבן ארויסגעבן טעיפס פון יעדן שיעור און

פארשפרייטן צווישן דער ארטיגער געמיינדע.

א קאמערע, און ער - דאן האט ער באקומען א מתנה פון זיינע עלטערן

האט אנגעהויבן אפכאפן די שיעורים לעבעדיג. פון דעם האבן אים אויך

מענטשן געבעטן קאפיעס, און ער האט עס אנגעהויבן פארשפרייטן.

אין יאר תשס"ו, אין די צייטן ווען דער קאמפיוטער באנוץ איז געווארן מער

פארשפרייט, האט אים איינער פארגעשלאגן אז ער זאל דאס אויסנוצן צו

פארשפרייטן די תורה שיעורים. ער האט געטראכט אז ס'איז א גוטער געדאנק,

אבער ער האט נישט געוואוסט וואו אנצוהייבן.

וועם מיר האבן שוין אויבן - איין טאג זאגט אים זיין ברודער ראובן

דערמאנט אז ר' שמעון האט געהאט א גרויס טייל אין אים ברענגען צו

אז היות ער קען זיך אביסל אויס מיט טעכנאלאגיע וועט ער עס - אידישקייט

מאכן ארבעטן.

ר' שמעון האט זיך פארשטייט זיך צוגעכאפט דערצו, און דאן האבן די צוויי

ברידער אינאיינעם געגרינדעט די "תורה עניטיים" פלאטפארמע. דאס איז א

כח היחיד

פאקטן און ציפערן

25 תורה עניטיים האט היינט צוטאגס

ארבעטער וועלכע באקומען א וועכנטליכן

וואלונטירן.90 געהאלט, אין צוגאב צו נאך

תורה עניטיים רעקארדירט היינט

שיעורים יעדע 1,000 צוטאגס ארום

איינציגע וואך.

אויף דער תורה עניטיים פלאטפארמע

400,000 איז דא א סך הכל פון איבער

שיעורים.

די פלאטפארמעס פון תורה עניטיים

באקומען יעדן איינציגסטן טאג נאנט צו

באזוכער! 50,000

מגידי1,000 די שיעורים פון איבער

שיעור און בעלי דרשנים קומען אן אויף

תורה עניטיים.

דער האטליין זעלבסט באקומט ארום

דריי מיליאן רופן א יאר!

מיליאן שעות תורה ווערט1.2 איבער

פארשפרייט יעדן חודש דורך תורה

עניטיים!

מיליאן דאלער א3 עס קאסט איבער

יאר צו אויפהאלטן די תורה עניטיים

ארגאניזאציע.

ער האט פשוט געשפירט

אז די שיעורים זענען

אזוי אינהאלטסרייך און

אנגעפילט מיט אזויפיל

אוצרות, אז ס'איז א שאד

נישט צו רעקארדירן

נאמען וואס איז שוין היינט ברייט באקאנט איבעראל, אבער אנגעהויבן האט

.זיך עס אויף גאר א באשיידענעם פארנעם

עס איז אנגעקומען זייער שווער אין דער ערשטער תקופה. ער האט

געדארפט רעקארדירן א שיינע צאל שיעורים יעדע וואך, און ער האט נישט

געהאט צופיל הילף דערפאר. אויך זענען געווען אסאך רעדנער וועלכע האבן

נישט געוואוסט וואס זיין ציל איז מיטן עס רעקארדירן, און ס'איז אפט מאל

נישט לייכט געווען צו באקומען ערלויבעניש צו אפכאפן דעם שיעור.

עס איז אויך נישט געווארן אויפגעכאפט אין איין מינוט, און אין אנפאנג

זענען די נומערן געווען היבש שוואך. אבער צוביסלעך האבן מענטשן

אנגעהויבן באזוכן דעם וועבזייטל. און אזוי איז עס געגאנגען פון מויל צו

אויער דורכאויס די קומענדיגע פאר יאר, ביז זיי האבן אנגעהויבן זען א פלייץ

פון באזוכער.

דאן האבן זיי אויך אנגעהויבן באקומען וואלונטירן וועלכע האבן

ארויסגעהאלפן מיט דער ארבעט. ר' יוסף דעיוויס, וועלכער האט געהאט א

גרויס טייל אין אויפבויען די אונטערנעמונג במשך די יארן, האט זיך דאן

אנגעשלאסן אין דעם פראיעקט. ווי אויך ר' מאיר סאָ מערס און ר' יחזקאל

קויפטייל, וועלכע זענען צווישן די פירער פון דער ארגאניזאציע, האבן אסאך

ארויסגעהאלפן. אזוי האבן זיי מיט די יארן צוזאמגעשטעלט א גרויסע

ארגאניזאציע מיט צענדליגע מיטארבעטער, טוענדיג אלעס וואס מעגליך צו

פארשפרייטן שיעורי תורה פאר ווי מער אידן.

צוביסלעך האבן זיי צוגעלייגט נאך פליגלען: א האטליין פאר אפגעהיטענע

אידן וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צום וועבזייטל, א וועכנטליכע

אויסגאבע, טעגליכע קורצע אויסצוגן פון וועלט בארימטע רעדנער, און נאך

פיל מער.

וואס תורה עניטיים איז היינט, כמעט צוואנציג יאר שפעטער, דארף מען

קיינעם נישט פארציילן. דער נאמען רעדט פאר זיך: תורה צו יעדער צייט, און

צו יעדער געלעגנהייט. אלעס גענצליך בחינם, פאר סיי ווער עס וויל הערן סיי

וועלכן שיעור.

און דאס אלעס איז צו פארדאנקען דעם כח היחיד פון א בחור'ל וואס האט

געזוכט דעם װעג צו זיין אן עבד ה', און אונטערוועגס האט ער זיך איינגעקויפט

די זכי' פון מזכה זיין אזויפיל טויזנטער אידן איבער דער וועלט מיט מיליאנען

.שעות תורה

אויב האט איר א געדאנק פון א פערזענליכקייט וועלכער איז פאסיג צו ווערן באשריבן

אדער 845.200.3313 #107 אין דעם קאלום, ביטע זיך פארבינדן מיט אונז דורכן רופן

sw@theyingerman.com שיקט אן אימעיל צו

1M+ USERS. 10 DA

PRESIDENTS DAY

TORAHANYTIME WEBSITE I TORAHANYTIME APP I TORAHANYTIME HOTLINE I TORAHANYTIME BOOKS

CHESEDANYTIME I REBBEANYTIME I DAILY DOSE APP I NEWSLETTER I STORYANYTIME I JEWISHANYTIME

$2M DOLLARS

36 HOURS

+1.2M USERS

1.2+ MILLION USERS

3MIL+ HOTLINE CALLS

15+ MILLION HOURS

400,000+ CLASSES

ALL THIS CAN BE YOURS FOR JUST $1-A-DAY

CHARIDY.COM/TORAHANYTIME

3 WAYS TO DONATE NOW

EMAIL : IwantToHelp@TorahAnytime.com

DONATE BY PHONE: 718-540-5722

Keep TorahAnytime

going strong

Tzedaka is a huge

Mitzvah full of Bracha

Zchus of 15 million hours

of Torah learning

Chance to win $20k Raffle

You have Hakaras Hatov

to TorahAnytime

5 REASONS TO

DONATE TO

All $1-A Day Donors will have five entries into a raffle

Win $20,000 in Cash

RABBI AVRUM

MORDCHE

MALACH

RABBI

JOEY

HABER

RABBI AVRUM

MORDCHE

MALACH

RABBI

JOEY

HABER

RABBI

YY

JACOBSON

CAMPAIGN KICKOFF EVENT!! MOTZEI SHABBOS, FEB 15TH 9PM EST

LIVE VIRTUAL BROADCAST 2025 TORAHANYTIME

SNAP A BAR AND

SAVOR THE MOMENT.

YOU DESERVE A BREAK!

Heart.Works

is back!

2025

Batch

Batch

IT’S BEEN

A LONG

BREAK

20פרשת משפטים תשפ״ה

גוטערמאן

דער תורה'דיגער מהלך

צו א גליקליך און צופרידן

לעבן אינדערהיים

בעיקר פון מיין ב"ב'ס- שאלה: ביי מיר אין שטוב איז ב"ה דא פיין פרנסה

ארבעט. איך ארבעט אויך אביסל, אבער איך ברענג אריין בערך האלב פון

וויפיל זי ברענגט. בערך צוויי דריי יאר נאך דער חתונה האט זי אנגעהויבן זאגן

איך זאל מער ארבעטן און איך זאל מער - אז די פרנסה דארף זיין מיין עול

פירן דעם בודזשעט אינדערהיים.

למעשה קומט מיר עס אן שווער. זי איז אסאך בעסער אין דעם. אבער זי

איז אומצופרידן צו טראגן דעם עול.

וויל איך פארשטיין, איז עס דוקא מיין חיוב? קען איך עס נישט לאזן אויף

איר? איך מיין צו פרעגן, למעשה איז דאך דא פרנסה און די בילס/בודזשעט

איז מסודר. בין איך מחויב עס צו טון? וואס איז א חילוק ווער עס טוט עס?

תשובה: כדי צו ענטפערן די שאלה וועלן מיר דורכטון דעם נושא פון ווער

ס'איז מער געאייגנט צו גיין ארבעטן און טראגן דעם עול פון פרנסה אין שטוב.

איך וועל נישט אריינגיין אינעם למעשה'דיגן חלק וואס דו האסט צו טון,

ווייל דאס ווענדט זיך אין אסאך פרטים און ביי יעדן איז אנדערש. איך וועל

בעיקר רעדן פון דעם בליק און צוגאנג, און דורכטון וואס עס איז דער

ריכטיגער צוגאנג צו פרנסה אין א אידישער שטוב און אויף וועם עס ליגט צו

טראגן דעם פינאנציעלן עול. וועמענ'ס דאגה דארף עס זיין? ווער דארף זיך

זארגן ווען עס איז נישטא צו באצאלן אין גראסערי, אדער ווען עס קומט א

ווארענונג אז ביז עטליכע טעג האקט מען אפ די לעקטער? א.א.וו.

דער חיוב פון צושטעלן פרנסה ליגט אויפן מאן. דאס גיין ארבעטן און

טראגן אן עול פון א בודזשעט איז א זאך וואס מענער קענען נאטורליך טון.

זיי האבן אפילו הנאה ווען זיי האבן א גוטן פאסטן מיט א גוטן געהאלט. דער

עס נעמט זיי נישט איבער.- עול פונעם בודזשעט שטערט נישט זייער נפש

משא"כ פרויען האבן נישט קיין ספעציעלע הנאה פון ארבעטן. עס מוטשעט

זיי אויס. און טראגן דעם עול פון געלט נעמט זיי איבער און שטערט זיי פון

אנגיין מיט א רואיגקייט. (פארשטייט זיך אז ווען זיי מוזן עס טון פרובירן זיי

עס צו אויספירן אויפן בעסטן אופן שייך אז עס זאל ווייניגער איבערנעמען

זייער נפש, אבער נאטורליך קומט זיי עס אן שווער.)

פארשטייט זיך אז פיזיש גערעדט איז עס פאר מענער אויך שווער, אבער

דער נפש האט הנאה און ער שעפט א סיפוק דערפון.

לאמיר עס מסביר זיין מיט א פארקערטן משל: פאר מענער איז געווענליך

שווער צו רייניגן א גאנצע הויז, אדער זיך אפגעבן מיט די קינדער א גאנצן

נאכמיטאג… משא"כ פאר פרויען קומט עס אן נאטורליך און זיי האבן א הנאה

און סיפוק פון דעם. עס איז זיי אפשר שווער פיזיש, אבער זייער נפש האט

הנאה דערפון. משא"כ מענער האבן נישט דעם סיפוק פון זיך אפגעבן אפאר

שעה מיט אבאכט געבן אויף די קינדער.

דאס הייסט אז ווען א זאך קומט אן שווער פארן גוף באדייט דאס נישט אז

.עס איז שווער פארן נפש

היות מענער זענען מער געאייגנט צו ארבעטן, צוליב דעם ליגט עס אויפן

מאן צוצושטעלן פרנסה אין שטוב. ווען מען האט חתונה איז עס מיטן חשבון

אז יעדער זאל ביישטייערן צו דער שטוב דעם חלק אויף וואס ער טויגט דאס

בעסטע. דער מאן דארף צושטעלן דאס וואס איז געאייגנט פאר מענער, און

פרנסה איז איינע פון די הויפט זאכן וואס מענער קענען בעסער. אמאליגע

צייטן איז כמעט נישט געווען מעגליך פאר פרויען צו ברענגען פרנסה, אבער

סיי פיזיש - אפילו היינט איז עס אויך לייכטער און געשמאקער פאר די מענער

און בעיקר נפשיות'דיג.

בנוגע וואס דו שרייבסט אז למעשה איז דא געלט, ממילא וואס איז א

חילוק ווער עס טוט עס? וויל איך עס מסביר זיין מיט א משל אויף פארקערט:

שטעלט אייך פאר א פרוי וואס קאכט נישט אין שטוב. איר מאן האט בלית

ברירה איבערגענומען די ארבעט און ער קאכט אלע מאכלים. קען די פרוי זאגן,

'איך דארף עס נישט טון, ווייל מיין מאן קאכט שוין'?

דארט פארשטייט מען אז וויבאלד קאכן איז אן ארבעט וואס איז געמאכט

פאר פרויען ליגט עס אויף איר, און דאס אז איר מאן טוט עס איז נאר בלית

ברירה און עס באדערט אים יעדן טאג וואס זי טוט נישט איר התחייבות.

דעריבער דארף זי זען וואס זי קען טון צו אנהייבן צושטעלן דאס עסן אין

שטוב.

(פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון א פאל ווען די פרוי קען נישט קאכן

מחמת א סיבה.)

דאס זעלבע איז מיט געלט ענינים: אויב איז עס דעם מאן'ס חיוב, דארף ער

זען עס צו טון און זיך נישט פטר'ן מיט דעם וואס זיין ב"ב האט עס למעשה

איבערגענומען.

ביז אהער האבן מיר גערעדט פון ווער עס איז מער געאייגנט צו טון פאר

פיזיש און גייסטיש. אבער דער ענין גייט באמת פיל טיפער פון דעם. - פרנסה

דאס אז א מאן ברענגט פרנסה אין שטוב איז נישט בלויז א טעכנישע זאך; עס

רירט אן דאס עצם מציאות פון זייער צוזאמארבעט, און עס גייט אריין זייער

טיף אינעם נפש פון דער פרוי.

דער באשעפער האט אזוי געמאכט אז א פרוי איז אומזיכער ווען עס קומט

צום ענין פון פרנסה; זי פילט זיך נישט געאייגנט פאר דעם און דער עול

הפרנסה מאכט איר פילן אומזיכער. זי דארף האבן א מאן וואס זאל איר עס

צושטעלן. ווען זי האט חתונה קוקט זי שטארק ארויס אויפן מאן אז ער זאל

עס נעמען אויף זיך. זי האפט אז ער וועט טראגן דעם עול הפרנסה ווייל נאר

אזוי ווערט זי רואיג. ווילאנג ער וועט עס נישט נעמען אויף זיך וועט זי פילן

ווי די ערד אונטער איר וואקלט זיך.

זי פילט נאטורליך אז פרנסה האט מיט דעם - דאס קומט צו איר נאטורליך

מאן און זי קוקט ארויס אויף דעם. זי טראכט נישט צופיל אריין אין דעם, דאס

איז פשוט און גראד ביי א פרוי.

די פרויען וואס זייער מענער ארבעטן און ברענגען פרנסה אין שטוב, שפירן

זיכער און אוועקגעשטעלט. און אפילו ווען עס איז דא פרנסה פון עלטערן

אדער פון דער פרוי, וויל זי נאך אלץ אז דער מאן זאל נעמען דעם "עול"

הפרנסה אויף זיך. דאס אז עס איז דא געלט מאכט איר נישט רואיג, נאר דאס

אויף וועמען ליגט

דער עול הפרנסה?