ISSUE 20 — Feb. 16 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת משפטים תשפ״ה
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
REFLECTIONS.
,נייע קאלום! שפאנענדע
פיקטיווע מעשיות וואס
פאסירן אינעם אמת'ן
לעבן
אינספירירנדע שמועס מיט מרת. ר.
פעפערקארן, א באקאנטע רעדנער,
וואס טיילט מיט א לעבנסגעשיכטע
פון ווייטאג, האפענונג, און
שטארקקייט
C A R E A T H O M E
QUALITY CARE THAT
COMES TO YOU
— AT NO EXTRA COST!
צירקל. איז אראנדזש
דשוס א פארגאנגענהייט?
ליינט איבער לעצטיגע
אויפפאסונגען ארום דעם
באקאנטן געטראנק
חכמת
נשים
ATTENTION
AMERICANS
MAKE YOUR PEISACH
ORDER NOW IF YOU
DON'T WANT TO PAY
AN EXTRA 25% ON
TARIFFS.*
Dinettes | Study-room | Living-room | Window shades
Store location
9 Lemberg Ct Unit 001
845.783.7273
Hours: Sun 12:00 - 6:30 Mon - Thu 1:30 - 6:30
FURNITURE & BLINDS
ORDERED. DELIVERED. ASSEMBLED. IT'S THAT EASY!
CALL ANY TIME: 845.783.7273 #4 FOR PRIVATE APPOINTMENTS OR FOR AFTER HOUR SERVICE.
50%
OFF
fl
Come into our
store immediately,
get your dream dinette set
ready for Peisach, and ensure
you get the old price.
*Deadline to avoid
tariffs is Feb. 28
February 16 '25
—
—
When you know, it's no wonder. Because with
Wondermills, everything is possible. Even the
recipes you thought were just for show.
The Wonders
of Wondermills
4פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
Helps In The Healing Of Bruises,Irritation,
Laceration, And Soreness In Sensitive Areas.
February 16 '25
—
—
FISHGRILL.COM
Los Angeles
Lakewood
Brooklyn
American Dream Mall*
Five Towns*
F
HI
*NEW LOCATION COMING SOON
6פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
dartmedia.us
NOW SERVING
Monsey/Monroe and
surrounding areas.
LET THE FESTIVITIES BEGIN
845.320.3366
orders@festiveplatters.com
festiveplatters.com
Enhance the atmosphere at your meetings with
fresh, delicious food delivered to your office,
Which will ensure your meetings
achieve positive outcomes.
Better
Food.
Better
Vibe.
Better
Outcome.
February 16 '25
—
—
OUR EXPERTLY
CURATED SELECTION
OF COOKED FISH.
Cooked Salmon fillet
TRADITIONAL TASTE / RICH TASTE
Head, steak, tail
Cooked White fish
head, slice, tail
Cooked Pike fish
Cooked Carp fish
EXPLORE OUR
EXTENSIVE
SELECTION OF
COOKED FISH
SALMON FISH
WHITE FISH
CARP FISH
PIKE FISH
FREE DELIVERY | CALL OR TEXT 718.875.7775 718.963.1390 | 340 FLUSHING AVE. (BET TAAFFE PL & CLASSON AVE)
ל כ ב ו ד ש ב ת ק ו ד ש
8פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
February 16 '25
—
—
mannsales.co x pivotgroup.nyc | ease that pain in your temple.
mannsales.co x pivotgroup.nyc | Put the hammer down.
mannsales.co x pivotgroup.nyc | Great bowls of fire.
פרשת משפטים תשפ״ה
FEB. 16 ‘25 — ISSUE 20
12
14
18
24
28
32
30
פרשה פונקען
חכמת נשים
נאטירליך
Reflections
אין אפיס
פארזעצונג
רעסעפיס
צירקל
©The Yidene Publication.
Published by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication
may
be
reproduced in print or digital
form without prior written
consent.
The
publisher
reserves the right to edit all
submissions for clarity, length,
and
editorial
standards.
Submitted materials will not
be returned. The Yingerman
Publication is not liable for
the kashrut of any advertised
product or service featured in
these pages. Additionally, The
Yingerman
Publication
assumes no responsibility for
the
content
of
articles,
advertisements, or referenced
books within this publication.
THE YIDENE
WEEKLY FREE PUBLICATION
MAILING
210 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
EDITOR’S DESK
EDITOR@THEYIDENE.COM
845.666.0056 EXT. 108
—
COMMENTS AND
SUGGESTIONS
FEEDBACK@THEYIDENE.COM
845-377-0057
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
845.666.0056 EXT. 1
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
Build your non-profit website
for only $79/month
SIMPLEFUNDRAISING.ORG
Drive funds.
Without breaking the bank.
Your Branding
Your Mission
Dynamic Images
Enhanced Donation Options
ATTENTION NON-PROFITS
INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM
35
42
ניייע קאלום
TOMORROW’S
TOMORROW’S
TRENDS
TRENDS
Today at Apstone
dartmedia.us
Get ready for Jasper!
LAUNCHING IN OUR
SHOWROOMS ON
SUNDAY FEB 16
12פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
האניג אלס רפואה
צירקל
אין דעם 'צירקל' פון פרשת בשלח איז געווען געשריבן איבער
דער ווירקזאמקייט פון האניג, אז עס קען העלפן פטור צו ווערן
ווייטאג, אד"ג. עס איז אבער נישט -פון פארקילעכץ, האלז
געשטאנען אז בדרך כלל רעדט מען פון רויע, נאטירליכע האניג
נישט דעם האניג וואס מען קויפט אין געשעפט.-
עס איז וויכטיג צו קויפן דעם האניג לאקאל, דאס מיינט פון
בינען וואס האבן זיך געדרייט אין דעם געגנט וואו מען וואוינט
און געגעסן פון די בלומען פונעם געגנט. דאס ארבעט געווענליך
קעגן די פראבלעמען און ווירוסן וואס דרייען זיך ארום אין יענעם
געגנט.
קריזיס-געשאפענער שידוכים-אייגן
חכמת נשים
א גרויסן יישר כח פאר דעם אינטערוויו מיט מרת. מיללער. עס
איז געווען זייער אינטערעסאנט און מיר האבן ארויסגענומען פיל
לעקציעס דערפון.
עס איז מיר געפאלן וואס זי האט געזאגט איבער דעם היינטיגן
אופן פון שידוכים. עס איז אזוי אמת. אמאל פלעגט מען
צאמשטעלן א בחור מיט א מיידל, און היינט שטעלט מען צאם
און איך בין זיכער אז - זיידעס און באבעס… איך קען א משפחה
וואס מען האט זיי - יעדער קען איינס אדער מער אזאנס
אנגעטראגן א חשוב'ן בחור פאר זייער מיידל וואס האט זיך
געעלטערט אין פריידן, און עס איז נישט געווען צו וועמען צו
רעדן ווייל עפעס א זיידע פונעם בחור'ס זייט האט נישט
פונקטליך געשטימט מיט זייער קריטעריע וואס זיי האבן זיך
אוועקגעשטעלט.
עס איז א שאד, אזויפיל פאטענציעלע שידוכים גייען אראפ פון
טיש נאך פאר'ן ארויפגיין, בלויז ווייל די משפחה איז נישט דאס
וואס מען האט זיך אויסגע'משל'ט. דאס לייגט בלויז צו צו דעם
עקזיסטירנדן קריזיס מיט וואס מען מוטשעט זיך.-שוין
עס איז באמת אן ענין אויף וואס אונזער עולם דארף א תיקון.
Sugar-free Recipes
רעצעפטן
איך בין זייער דאנקבאר אז איר האט אריינגעלייגט דעם
. אויסער דעם וואס עס איז oat muffins רעצעפט פון די
. איך בין אויף sugar free מורא'דיג געשמאק אין טעם, איז עס
יעדע help דיעטע און עס איז מיר עכט אsugar free א
רעסעפי וואס איך קען מאכן.
יישר כח, איך האף צו זען נאך געזונטע רעסעפיס אין דער
צוקונפט!
Keep up your great work!
זיך לערנען קרעניעל
נאטירליך
איך האב הנאה געהאט צו זען די נייע סעריע וואס רעדט זיך
באקאנטער קרעניעל טעראפי אינעם -איבער דער ברייט
'נאטירליך' קאלום.
איך בין אינטערעסירט זיך צו לערנען ווי אזוי מען טוט דעם
מעטאד. אויב איינער פון די ליינער האט סיי וועלכע אינפארמאציע
וואו מען קען זיך דאס לערנען, וואלט מיר געווען א הילף אויב
מען שיקט אריין א בריוו צו די רעדאקציע.
א דאנק.
,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק
feedback@theyidene.com
845-377-0057
13
February 16 '25
—
—
WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718.624.3400
MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500
GET
$600
OFF!
UP TO
14פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
פ
ון מענדל וואלפ'ס אויגן האבן
געשפראצט פונקן פון אנטוישטער
וואונדער. ער האט באטראכט די
הונדערטער פעסער האניג וועלכע
זענען געליגן מיט א רואיגקייט אין דעם
מאגאזין וואס ער האט געדונגען "בלויז אויף
ווי ער האט זיך געהאט - "עטליכע וואכן
אויסגענומען מיט'ן אייגנטימער. דעמאלט איז
ער זיכער געווען אז די פעסער וועלן זיך
פארקויפן גרינג און געשמירט.
א פיפיגער סוחר איז ער געווען מענדל
וואלף, און אלע זיינע געשעפטן ביז אהין האבן
זיך אויסגעארבעט גענוי אזוי ווי זיין
געריבענער מח האט אים פאראויסגעזאגט.
מיט דער צייט האט ער זיך ערווארבן א שיין
פארמעגן, און דעריבער, ווען עס איז אים
אונטערגעקומען דעם געשעפט פון פארקויפן
הונדערטער פעסער האניג אין בארדיטשוב,
האט ער זיך צוגעהערט צו זיינע געשליפענע
אינסטינקטן און אריינגעשפרונגען דערין.
מענדל וואלף האט געריבן זיין שטערן. וואס
האט נישט געטויגט מיט זיין חשבון? ער איז
געווען פולקאם איבערצייגט אז זיין סחורה
וועט זיך פארקויפן ביז געציילטע טעג און
אים ערלויבן זיך אומצוקערן אהיים מיט שיינע
רוחים. עפעס איז אבער נישט געגאנגען ווי ער
האט געפלאנט. דא שטייט ער עטליכע וואכן
נאכ'ן אנגעקומען דאהי, און פון די פעסער אין
זיין באזיץ פעלן נאר געציילטע. מער פון דעם
.האט ער נישט מצליח געווען צו פארקויפן
נו, וואס וועט ער האבן פון זיך ערגערן אויף
דעם מצב? אזוי גייט עס ווען מען האנדלט –
אמאל פארדינט מען, אמאל פארלירט מען.
געלויבט דעם פון אויבן אז זיינע פארדינסטן
שטייגן ווייט איבער זיינע פארלוסטן, און דאס
יעצטיגע געשעפט וואס האט זיך אזוי נישט
אויסגעארבעט וועט אים נישט נעגאטיוו
אפעקטירן.
עטוואס אויפגעהייטערט, האט מענדל
וואלף אנגעהויבן מאכן ערנסטע הכנות צו
מאכן דעם וועג צוריק אהיים. אבער וואס טוט
מען מיט די הונדערטער פעסער וואס ליגן
אים דא ווי צענדליגער אומנוצבארע קלעצער?
זיך אהיימשלעפן מיט די סחורה האט ער
נישט געהאט קיין חשק. ווידער דא לאזן?
וואו? דער מאגאזין איז דאך נישט בחנם.
מענדל וואלף איז ארויס אינדרויסן און
אריינגעאטעמט די קילע לופט, אויסקלארנדיג
זיין קאפ. עס האט אים געדאכט ווי די ווינט
שעפשעט אן ענטפער צו זיין שאלה, און ער
האט געוואנדן זיין טריט אין ריכטונג פון דער
גאס וואו עס האט זיך געפונען חיים ברוכ'ס
היים.
חיים ברוך איז אים געווען א נאנטער חבר,
אויך איינער וועלכער האט מצליח געווען מיט
זיינע געשעפטן. מעגליך אז ער וועט האבן
פלאץ ערגעצוואו פאר זיינע פעסער.
זיין חבר האט גאנץ גערן מסכים געווען צו
פלאצירן די פעסער צווישן זיינע חפצים.
"נישט קיין שום פראבלעם," האט ער אים
פארזיכערט. "דו קענסט זיין רואיג. האלט זיי
דא ווילאנג עס פעלט זיך דיר אויס."
א צופרידענער שמייכל האט זיך באוויזן
אויף מענדל וואלפ'ס ליפן. די צוויי חברים
האבן זיך פריינטליך געזעגנט, און מענדל
וואלף האט זיך ארויסגעלאזט אהיים.
א
מיט פארטרערטע געזיכטער האבן זיך די
אבלים געזעצט צום טיש עסן די ברויט און
אייער וואס גוטע שכנים האבן זיי אנגעגרייט.
א דערדרוקנדע שווייגעניש האט געשוועבט
איבער'ן צימער.
"ער איז געווען א גוטער מענטש, אייער
פאטער," האט אן אנוועזנדער געבראכן די
שטילקייט. "זאל ער זיין א מליץ יושר."
די קינדער האבן צוגעשאקלט מיט'ן קאפ
שטילערהייט. זיי זענען שוין אלע געווען
טאטעס פון אייגענע קינדער, אבער א טאטע
איז פארט א טאטע. פארלירן א טאטע איז א
דורכגאנג, אפגעזען ווי אלט מען איז.
די שבעה טעג זענען פארבייגעפלויגן, און
דערנאך האט זונדל, דער עלטסטער זון,
גענומען דעם ווארט. "איך מיין אז מיר זאלן
דורכגיין אלעס וואס ליגט אין די מאגאזינען
וואס דער טאטע האט געלאזט," האט ער זיך
אנגערופן. "איינמאל מיר ווייסן וואס עס ליגט
אין אונזער באזיץ, וועלן מיר זיך קענען
צעטיילן מיט דער ירושה."
אינאיינעם האבן די ברידער פארברענגט
לאנגע שעות דורכגייענדיג דעם אינהאלט פון
אלעם וואס זייער טאטע האט פארמאגט.
אינמיטן דער זוכעניש האבן זיי אין איין
מאגאזין זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער
פעסער האניג, עפעס וואס האט זיי אביסל
)א- ואלה המשפטים (משפטים כ"א
דער זוהר הק' זאגט, אז דא (אין דער פרשה) ליגט דער סוד פון גלגולים.
די ספרים הק' זענען מסביר אז ביי דיני ממונות, ווען עס מאכן זיך
דיני דברים צווישן מענטשן און דער דין תורה פסק'נט אויף איינעמ'ס
גערעכטיגקייט א פסק וואס קען אויסזען אומריכטיג, איז אבער דער אמת
אז דאס האט מעגליך שייכות מיט וואס עס האט פאסירט אין פריערדיגע
גלגולים. דאס איז א לימוד פאר אונז אז אויף יעדע זאך וואס איז צומאל
אומפארשטענדליך צו א מענטשליך אויג, קען מען נישט וויסן וואס נאך
עס ליגט אונטער דעם פארהוילן.
15
February 16 '25
—
—
איבערראשט, ווייל דער טאטע האט זיי
קיינמאל נישט מיטגעטיילט אז ער פלאנט צו
האנדלען מיט האניג, אבער זעט אויס אז נישט
אלעס האט ער זיי דערציילט.
א
אין
אנגעקומען
איז
וואלף
מענדל
בארדיטשוב אן ערשעפטער. יארן זענען
פארבייגעגאנגען זייט זיין אומגעלונגענעם
געשעפטליכן פרואוו אין דער שטאט, און
פארנומען מיט דעם גלאנץ און געווירבל פון
פארמעגליכן מסחר זענען אים די איינצלהייטן
פון דער געשיכטע ארויס פון זכרון. אבער
לעצטנס איז עס אים אפירגעקומען אין קאפ,
און מענדל וואלף האט באשלאסן אז עס איז
העכסט צייט אפצונעמען זיין פקדון.
אין בארדיטשוב איז ער באלד צוגעפארן
צום באקאנטן אדרעס, וואו חיים ברוכ'ס זון
האט אים געעפנט די טיר.
"א גוטן," האט מענדל וואלף אים באגריסט,
און זיך דערנאך אידענטיפיצירט. "איך וואלט
געקענט רעדן עטליכע ווערטער מיט דיין
טאטן?"
דער זון האט געעפנט גרויסע אויגן און
געשוויגן א לאנגע מינוט. דאן האט ער זיך
אנגערופן, "מיין טאטע לעבט מער נישט."
מענדל וואלף איז שאקירט געווארן. "די
מאמע?" האט ער פרובירט, קלערנדיג אז
אפשר ווייסט זי פון זיין האניג צו זאגן.
"זי לעבט שוין נישט אייניגע יאר."
מענדל וואלף האט זיך שווייגנדיג אנגעלאנט
אויף דער טיר. "עטליכע יאר צוריק האב איך
געלאזט ביי אייער פאטער הונדערטער פעסער
האניג," האט ער ענדליך געזאגט. "איך בין
אצינד געקומען אפנעמען מיין אייגנטום."
חיים ברוכ'ס זון האט צאמגעצויגן זיינע
ברעמען. "מיר האבן טאקע געטראפן פעסער
האניג אין מיין פאטער'ס באזיץ," האט ער
לאנגזאם געזאגט, "אבער עס איז נישט
פארהאן קיין שום אנדייטונג אז די האניג האט
באלאנגט צו א צווייטן. מיין טאטע האט
ווארט
קיין
דערמאנט
נישט
קיינמאל
דערוועגן."
"אוי וויי." מענדל וואלף האט זיך שנעל
איבערגעקלערט. "איך האב נישט קיין שום
וועג דיר איבערצוצייגן אין דער ווארהייט פון
מיינע רייד," האט ער מודה געווען. "עס האט
נישט קיין שום זין אז איך זאל דא נאכאמאל
איבער'חזר'ן מיינע טענות. מיר זענען דאך
ביידע ערליכע אידן, נישט אזוי? לאמיר גיין צו
א דין תורה."
"נישט קיין פראבלעם," האט דער זון מסכים
געווען, א לייכטער שמייכל שוועבט אויף זיין
פנים. "איך גלייב אז דער דין תורה וועט ציען
אסאך אויפמערקזאמקייט דא אין שטאט."
"טאקע?" האט מענדל וואלף געפרעגט מיט
אזא
נישט
בכלל
"ס'איז
וואונדער.
אויסטערלישע געשיכטע."
"גערעכט, אבער בארדיטשוב האט לעצטנס
אנטפאנגען א נייעם רב. דער הייליגער קדושת
לוי איז געקומען זיצן דא אויפ'ן כסא רבנות,
און דאס וועט זיין דער ערשטער דין תורה
וואס ער וועט פסק'נען."
א
דער טאג וואס דער דין תורה האט זיך
אנגעפאנגען, האבן די שטאטישע מענטשן
געצויגן צום בית דין שטיבל ווי בינען צו
האניג. קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן
אזא היסטארישע געשעעניש ווי דער ערשטער
דין תורה ביים הייליגן קדושת לוי.
עס האט נישט לאנג גענומען ביז די צוויי
צדדים זענען פארטיג געווארן מיט זייערע
רייד. א שטילקייט האט געהערשט, און אלע
האבן געקוקט מיט שפאנונג אויף די דיינים.
עס איז קענטיג געווען אז זיי שפירן זיך
צעריסן.
פון איין זייט, איז מענדל וואלף געווען א
באקאנטער איד ביי זיי אין שטאט. ער איז
געווען באוואוסט אלס אן ארנטליכער מאן;
מען האט אים ביי קיין ליגנט אדער שווינדל
קיינמאל נישט געכאפט. דעריבער, האט
יעדער אנערקענט, אז אויב זאגט ער אז די
האניג איז זיינס, איז עס ווארשיינליך טאקע
זיין אייגנטום. פון דער אנדערער זייט
פארמאגן מיר דאך א תורה, און די הלכה זאגט
קלאר אז אן קיין עדים אדער א קלארן שטר,
קען ער נישט מאנען די האניג פון די יתומים.
דער פסק איז באלד ארויסגעקומען לטובת
די יתומים, און מענדל וואלף האט געבויגן זיין
קאפ און אנגענומען דעם פארלוסט.
דער קדושת לוי איז זייער צעטראגן געווען
פון דעם עפיזאד. פונקט האט זיך געמאכט אז
זיין ערשטער דין תורה איז געווען אזאנס ווי
ער האט געוואלט פסק'ענען איין וועג, אבער
די הלכה האט געמאנט פון אים פארקערט. ער
האט זיך געפערליך געעגבערט דערויף.
דער הייליגער קדושת לוי האט פיל מתפלל
געווען אז פון הימל זאל מען אים אנטפלעקן
וואס דא האט זיך אפגעשפילט. פון הימל האט
מען רחמנות געהאט אויף אים, און חיים ברוך,
דער נפטר, האט זיך באוויזן צו אים.
"האט נישט קיין חלישת הדעת," האט ער
אנגעזאגט דעם צדיק. "אין דער געשיכטע
זענען געווען פארמישט הימלישע חשבונות.
מיין טאטע האט אמאל געהאט געשעפטן מיט
מענדל וואלפ'ס טאטע. מענדל וואלפ'ס
פאטער איז שולדיג געבליבן מיין טאטן א
גרויסן סכום. מיט דעם וואס זיין האניג איז
אריין אין מיין באזיץ, איז אפגעצאלט געווארן
".דער חוב ביז דער לעצטער פרוטה
א. סאלאמאן
16פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
WITH XYLITOL
17
February 16 '25
—
—
Ramen noodles aren’t just for soup.
Add a golden, crispy twist to your
favorite salads and soups.
Light. Crunchy. Game-changing.
18פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
חכמת נשים
א שמועס מיט
אינספיראציע
אומבאגרעניצטע
שטארקייט
געוויסע מעשיות - יעדנ'ס לעבן איז א מעשה
זענען
געוויסע
און
דראמאטיש,
זענען
אייגנארטיג. באגלייט אונז אין דעם קאלום וואו
מיר שמועסן מיט פשוט'ע אידענעס, וועלכע
ערפארונגען. -פשוט'ע לעבנס-האבן נישט
19
February 16 '25
—
—
עס מוז זיין אז ווען דער
אויבערשטער האט געוויזן פאר
מיין נשמה אלעס וואס זי וועט
אדורכגיין אין לעבן פאר זי איז
אראפגעקומען אויף דער וועלט,
און געפרעגט אויב זי איז מסכים
דאס אנצונעמען, בין איך געווען
שיכור. אנדערש וואלט איך זיך
אזא
אויסגעקליבן
נישט
דורכגאנג..."
מיט אט די ווערטער פירט אונז מרת. ר.
פעפערקארן אריין אין איר שטורמישער
לעבנסגעשיכטע.
"פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א וויץ, און
איך גלייב באמונה שלימה אז די דורכגאנג איז
געווען דאס בעסטע פאר מיין נשמה. אבער
פאר אונזערע פליישיגע אויגן איז עס זיכער
נישט עפעס וואס א מענטש וואלט זיך אליין
אויסגעקליבן."
מרת. פעפערקארן וואוינט היינט אין
סטעטן איילענד און איז א באקאנטע רעדנערין
פון וועמען עס שפרודלט א קוואל פון אמונה,
בטחון און שטענדיגן שמחת החיים. איר
געשיכטע איז דורכגעזאפט מיט צער, אבער
פעסטער שטארקייט.-גלייכצייטיג מיט פעלזן
שטיינער אין וועג
"איך האב חתונה געהאט גאנץ שפעט פאר
יאר. צען חדשים 23 אונזערע קרייזן, ביי די
נאך מיין חתונה האב איך ב"ה געהאט א
בעיבי, שלמה. ווי איר קענט זיך -אינגל
פארשטעלן איז עס געווען א גרויסע שמחה,
איך האב זיך געפריידט אז מיין לעבן פארט
גלאטיג; ער איז געווען זייער א וואויל בעיבי,
און איך בין געווען די פרייליכסטע מאמע
אויף דער וועלט. ווייניג האב איך דאן
געוואוסט וואס עס ערווארט מיר...
ביי די צוויי וואכן האט ער פלוצלונג
אנגעהויבן וויינען און פארפירן, ווי אן עכטע
בעיבי. דער עולם האט אנגעהויבן טיילן colic
דעות: האלט אים אזוי, שאקל אים אהין, גיב
אים די מעדיצין און פרוביר יענעם מעטאד...
איך בין געווען אן אפטע באזוכער ביים
דאקטאר, וואו איך האב זיך אפגערעדט אז עס
זעט מיר נישט אויס צו זיין סתם 'קאליק'. ער
האט זיך נישט אויפגעפירט ווי א געהעריגע
בעיבי, און אנשטאט מאכן פארשריט האט ער
זיך גערוקט אויף צוריקוועגס.
מיר האבן אנגעהויבן א גאנצע רונדע פון
טעראפיע וואס האבן נישט געברענגט צופיל
רעזולטאטן. שלמה האט נישט געשמייכלט ביז
די אכט חדשים. מען האט גע'טענה'ט אז עס
איז פשוט ווייל ער איז נישט א צופרידענע
בעיבי, אבער איך האב געפילט אין מיין הארץ
אז עפעס איז נישט בסדר.
מיר האבן אבער נישט באקומען קיין
געהעריגן דיאגנאז ביז גאנצע דריי יאר
סארט
אלע
מאכן
נאכ'ן
שפעטער.
דאקטוירים
די
האבן
אונטערזוכונגען,
אנגעהויבן חושד זיין אז מן הסתם רעדט זיך
עס פון עפעס גענעטיש, און שלמה איז
– א גענעטישע AGS דיאגנאזירט געווארן מיט
דיסארדער וואס איז שוין היינט א חלק פון די
טעסטס ביי 'דור ישרים'. ד.ה. אז ער וועט זיך
קיינמאל נישט קענען רירן, רעדן, קאמוניקירן
מיט אנדערע ל"ע...
איך בין געווען צעפיצלט, מיין לעבן איז
פשוט צעפאלן פאר מיינע אויגן. איך בין
אריינגעווארפן געווארן דערין דעם אן קיין
צוויי ברירות. אבער יעדער האט זיך אין זייער
אייגענעם לעבן זיין פערזענליכע ראולער
קאוסטער; אמאל גייט אלעס גוט און אמאל
פארט מען בארג אראפ...
עס איז באקאנט דער משל באזירט אויף
דעם ניגון מיט וואס מען באגלייט א חתן, וואס
גייט פון א נידריגן פאל, אלץ העכער און
העכער, און דאן צוריק אראפ. דאס איז ווי צו
פאָ רברייטן דעם חתן אז אזוי איז אויך דאס
אמאל שיינט און גלאנצט אלעס צו דיר - לעבן
מיט ליכטיגע קאלירן, און אמאל איז אלעס
שווארץ און פארכמורעט. אבער אבי מען
פארט! דער עיקר איז נישט גענצליך
אראפצוגיין פון די שינעס . גיב נישט אויף!
קיין איין שוועריקייט האלט נישט אן אויף
אייביג. צום סוף ענדיגט זיך עס, און דאן קוקט
מען צוריק מיט שטאלץ וויפיל מען האט
דורכגעמאכט."
■ א יונג ווייבל וואס איז פלוצלונג
אריינגעווארפן געווארן אין דעם שטורמישן ים
פון לעבן... ווי אזוי האט איר גענומען די
שטארקייט ווייטער אנצוגיין מיט אייער נייעם
מציאות פון לעבן?
מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר זיך
אנהויבן צוצוגעוואוינען צו א לעבן מיט א
ספעציעל קינד. אין אנהויב איז עס פארשטייט
זיך געווען אויסטערליש שווער פאר מיר.
אזויווי איר זאגט, בין איך געווען א יונג ווייבל,
און איך האב זיך געשעמט – כאטש ער האט
גראדע אויסגעזען זייער זיס אין אנהויב, אלס
קליינע בעיבי. אבער שפעטער האבן מענטשן
אנגעהויבן כאפן אז ער איז נישט דאס
געווענליכע קינד, און עס איז נישט געווען
בא'טעמ'ט – מילד גערעדט.
איך בין אסאך געוואקסן, אינאיינעם מיט
מיין מאן, און מיר האבן זיך געלערנט זיך
אויסצולאכן פון דער וועלט... מיר האבן
באשלאסן אז אונזער מצב גייט אונז נישט
אפעקטירן, ווי ווייט מעגליך. דער אויבערשטער
וויל פון אונז אז מיר זאלן זיך אפגעבן מיט
אזא סארט קינד, דאס איז אונזער תפקיד.
שלמה האט גארנישט געקענט טון אליין און
געדארפט אנקומען צו הילף אויף טריט און
תקופה פון וויינערייען האט colic שריט. די
נישט צו לאנג אנגעהאלטן, אבער ביי אפאר
חדשים האט ער שוין געדארפט ארויפגיין אויף
. מיר האבן כסדר געהאט feeding tube א
און געטון יעדע סארט טעראפיע וואס aids
.איז געווען מעגליך אים ארויסצוהעלפן
א צווייטער קלאפ
דריי יאר שפעטער, האב איך געבוירן מיין
צווייטע קינד – מענדל. אין מיין הארץ האב
איך גלייך געפילט אז עפעס טויג נישט, אבער
מען האט מיר קודם געזאגט אז ער איז אקעי,
.club foot ער האט נאר א
ווען מענדל איז געווען צוויי וואכן אלט,
בשעת איך האב פארברענגט אין קימפעטארן
היים, האב איך באקומען גאל שטיינער. נאך
עטליכע טעג פון יסורים האב איך אלארמירט
מיין מאן אז ער זאל שוין רופן הצלה, און מען
האט מיך אריינגעפירט אין שפיטאל צו
אפערירן. דעם נעקסטן צופרי הער איך ווי
ג. דאווידאוויטש
20פרשת משפטים תשפ״ה
—
—
מיין מאן איז פארנומען אויפ'ן טעלעפאן אז
מיין בעיבי האט פיבער, און מען דארף אים
אריינפירן אין שפיטאל צו אונטערזוכן פאר
... איך האב נישט געדארפט meningitis
מער פון דעם, מיין מאמישע הארץ האט שוין
פונקטליך געוואוסט וואס עס גייט פאָ ר מיט
.AGS מענדל – ער האט אויך
די תקופה איז געווען זייער א טונקעלע און
שווערע. דא האב איך געבוירן מיין צווייטע
געזונטע קינד, און ווער ווייסט צי איך -נישט
וועל נאך אמאל האבן א געזונט קינד?! צו אלע
צרות האב איך געמוזט באקומען גאל
שטיינער... איך האב ממש געפילט ווי איך
טאפ אין דער פינסטערניש און נישט געזען
קיין וועג ארויס. איך בין געווען צעפיצלט ווי
א שארבן.
עס איז באקאנט דער משל פון א מענטש
וואס גייט אין מדבר און זעט זיין טאטנ'ס
פוסטריט נעבן זיינע דורכאויס דעם גאנצן
וועג, אבער ווען ער קוקט צוריק זעט ער אז
פונקט ביי די שווערסטע צייטן איז נאר דא
איין ּפאָ ר פוסטריט! הייבט ער אויף זיינע
אויגן צום טאטן מיט ּפיין, 'ווי אזוי קען זיין אז
אין מיינע שווערסטע צייטן האסטו מיך
פארלאזט...?' זאגט אים דער טאטע, 'קינד
מיינס, דו זעסט נאר איין ּפאָ ר פון טריט ווייל
אין די שווערסטע צייטן האב איך דיך
געהאלטן אויף מיינע אקסלען...'
א מענטש זאל וויסן אז טאקע דאן ווען עס
זעט אויס ווי דער אויבערשטער האט אים
חלילה פארלאזט, עס איז פינסטער שווארץ
און ער שפירט אז ער קען נישט דורכמאכן די
שוועריקייטן, דאן האלט אים דער אויבערשטער
אין זיינע הענט. דיין טאטע פארלאזט דיך
נישט; ער האלט דיך און גלייבט אין דיר אז דו
קענסט דורכמאכן דאס וואס ער האט דיר
צוגעשיקט.
גם זה יעבור
■ איר רעדט מיט אזא מורא'דיגע שטארקייט,
מיט א קענטיגער איינגעבאקענער אמונה און
בטחון. עס איז אבער זיכער אז ווען עס
באפאלט א מענטש א נסיון פון אזא סארט, איז
נישט אזוי פשוט צו טראכטן אט די
דערהויבענע געדאנקען. צומאל ווילט זיך
בלויז וויינען אדער פארלייקענען דעם
מציאות... וואס טוט מען בשעת די שווערע
צייטן?
גערעכט, דאס פאסירט נישט אין איין
מינוט... אין אנהויב בין איך געווען אויסער
זיך. איך בין געווען צעבראכן און צעזעצט,
אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן אזא
צער...
אסאך מאל זענען דא שווערע מצבים אין
לעבן, און מען טראכט אז מען וואלט זיך
הונדערט מאל געוואלט טוישן מיט א צווייטן.
אבער מען דארף געדענקען בשעת צרה אז גם
זה יעבור, עס וועט אריבערגיין. דאס איז פון די
שטערקסטע זאכן וואס האבן מיר געהאלפן
דורכגיין דעם נסיון. עס איז נישטא קיין
בעסערער טרייסט בשעת נסיון ווי דאס אז
גארנישט איז אויף אייביג, יעדע צרה קומט
אמאל צו א סוף, און דעמאלטס וועסטו
צוריקקוקן און שמייכלען ווי ווייט דו האסט
דערגרייכט.
You develop ,אין ענגליש זאגט מען
מען געוואוינט זיך צו צו די - thick skin
שוועריקייטן. איך פלעג בכלל נישט זיין די
סארט מיידל וואס איז געשוואומען ווי א פיש
לעקציעס... biology אין וואסער בשעת די
פארקערט, איך פלעג האבן א געוויסע
ווידערווילן צו די סארט זאכן. מיינע קינדער
האבן מיך אבער אריינגעצוואונגען דערין.
היינט ווער איך איבערגענומען פון די אלע
מעדיצינישע זאכן, און איך ארבעט אפילו פאר
א מעדיצינישער ארגאניזאציע, זייענדיג גאנץ
באהאוונט אינעם פעלד.
עס איז בכלל נישט געווען גרינג, און איך
בעט אלעמאל דעם אויבערשטן ער זאל מיך
נישט אריינלייגן אין נאך א נסיון. אבער
למעשה, האב איך אסאך צוריקצוקוקן און זיך
אפלערנען פון יענע צייטן. אסאך מאל אין
מיין שפעטערדיגן לעבן, ביי סיי וועלכער
שוועריקייט וואס איך האב געהאט, האב איך
צוריקגעקוקט און געזאגט, "איך האב שוין
דורכגעמאכט שווערערס פון דעם…, וועל איך
דאס אויך קענען בייקומען בעז"ה!" גם זה
יעבור – אלעס גייט אריבער.
נאך פאר מיר האבן געהאט א דיאגנאז פאר
שלמה, האבן מיר באקומען פון איינעם א
Mt. נאמען פון עפעס א גרויסער דאקטאר אין
, און מיט גרויס שוועריקייט האט מען Sinai
ערלעדיגט אן אפוינטמענט מיט דעם
פראפעסאר.
מיר האבן זיך געשלעפט יענעם צופרי מיט
אונזער גרויסע מעדיצינישע פייל, צו א
אין שפיטאל. waiting room געפאקטע
מיין קאפ האט וויי געטון, מיר זענען
אויפגעשטאנען פרי און זיך אויסגעיאגט די
נשמה. פאר א נויט האט די סעקרעטארין
דארט געמוזט זיין אין א שלעכטע גוסטע און
געשריגן אויף מיר פאר יעדע קלייניקייט...
'שוין, א כפרה,' האב איך געטראכט צו זיך.
ענדליך האט אריינשפאצירט דער דאקטאר
אליין. איך האב געמיינט אז איך קען שוין
אפאטעמען און אנהויבן פארלייגן אונזער
גאנצע געשיכטע, ווען דער פראפעסאר, וואס
האט שוין געהאט אסאך סטודענטן אונטער
זיך, האט זיך אנגעהויבן אנטשולדיגן אז ער
האט זייער א וויכטיגן קלאס יעצט. ער האט
מיר איינגעמאלדן אז ער לאזט מיר איבער אין
זייער גוטע הענט, א געוויסער יונגער דאקטאר
וואס איז געווען זיין תלמיד. ביי יענעם פונקט
בין איך שוין געווען אזוי מיד און אפגעמוטשעט,
אז איך האב געזאגט 'אקעי, זאל זיין.'
דער יונגער דאקטאר איז אריינגעקומען.
איך גיב אים מיין דיקע פייל און הייב אן
ערקלערן אלעס וואס גייט פאָ ר, ווען ער גיבט
Oh, so your son is" ,זיך א רוף אן
!"… (היינט איז עס mentally retarded
).שוין גראדע אומלעגאל צו זאגן אזוי
וואס מיינט איר האב איך אים געענטפערט?
"אה, יא? יישר כח פאר'ן מיר זאגן! נאך א מזל
אז איך בין געקומען ביז דא, כדי דאס צו
קענען הערן..."
ער האט דורכגעקוקט אלע פאפירן פאר
צוויי מינוט און געזאגט, "מאכטס אייך נישט
משוגע, לייגטס אים אין אן אינסטיטוציע!
גיבטס נישט אויס קיין געלט אויף גארנישט...
עס איז נישטא וואס צו טון מיט אים, דאס
קינד וועט קיינמאל גארנישט קענען טון."
ער איז טאקע נישט געווען אזוי אומגערעכט,
חכמת נשים