Yingerman Williamsburg Issue 33

ISSUE 33 — FEBRUARY 23 '25 — WILLIAMSBURG/UK YINGERMAN • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת תרומה תשפ״ה

פיילן און

בויגנס

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלUK/EU

← אינהאלטסרייכער אינטערוויו מיט ר' אייזיק

בערקאוויטש פון ״מעסטערמיינד״ איבער אלעס

ארום אקאונטינג און שטייערן, מיט וויכטיגע

ידיעות און אינפארמאציע ארום דער נושא

Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU

?'דיווידענד' מהו

← אידיש געלט

הרב ישעי'

וועבער שליט"א

← כח היחיד

קאנסטראקשן לאון

← שטאטסמאן

פארשטיין די בני בית

← גוטערמאן

London 2.99£ ● Belgium 3.99€

2פרשת תרומה תשפ״ה

Mention the yingerman for a 5% discount needs to be in by ראש חודש אדר

פארשטייט

די טראפן און

ליינט די מגילה

פאר אייער

פאמיליע.

ן

י

י

ל

ן

פ

י

ו

א

׳

ר

ו

ע

י

ש

ה

ח

י

ת

פ

׳

ע

ט

ס

י

ז

מ

ו

א

ע

ל

ע

י

צ

ע

פ

ס

ליין

הרב גוטמאן׳ס מהלך וועט אייך אויסלערנען אויף א גאר גרינגען און אפעקטיוון

מהלך צו קענען אליינס ליינען די מגילה ווי א בעל קורא מומחה, דורכ׳ן פארשטיין

און ארויסהאבן די יסודות פון טראפן. שרייבט אייך היינט איין און האט א הערליכן יו״ט.

ביליגע פרייז

לויפט אויס

היינט!

רופט שוין!

הרב גוטמאן׳ס צוגאנג

מיט די אויסגעטראטענע צוגאנג פון טראפ, האבן

פילצאליגע אידן באוויזן דאס אומגלויבליכע, און זיך

געלערנט ליינען די מגילה הערליך שיין און גרינג, און אין

די זעלבע צייט מיט א געשמאק און פארשטאנד.

יאר פון אויסלערנען בארימטע בעלי קורא׳ס20 איבער

פרישע פארגעשריטענע טעלעפאן סיסטעם

געאייגנטע פאר בחורים און יונגערלייט

סיינט אייך

יעצט ארויף

פאר די ספעציעל

ביליגע פרייז929.822.9993

info@learntrop.com

COORDINATION

F I N D O U R P RE M I U M P LAST I C D I N N E RWA RE

I N YO U R LO CA L S U P E RM A RKET

For wholesale email: elegancepartys@gmail.com

February 23 '25

בס”ד

ישיבה גבוה תפארת צבי, איז שוין פינף יאר ברייט

באקאנט אלס אן אויסגעריפענער מקום תורה פאר

בחורים נאך די ישיבה גדולה יארן וועלכע זוכן אן

אמת'ן מקום תורה אין אמעריקע.

כלל ישראל וויל ארויסהעלפן דעם ראש הישיבה

הרה"ג ר' אלעזר מנחם האלפערט שליט"א, וועלכע

טראגט די עול מיט מסירת נפש, אז די מקום תורה

זאל קענען אנגיין ביתר שאת ועוז.

יום ד’ וה’ תרומה תשפ”ה

718.540.5739

C H A R I D Y . C O M / T T

כלל ישראל שעצט און שטיצט

עמילות

בתורה אין

אמעריקע

באוירא

דארץ

ישראל.

FISHGRILL.COM

*NEW LOCATION COMING SOON

FA

S

FO

R

R

FI

H

D

EV

HI

G

EL

E.

Los Angeles · Lakewood · Brooklyn · American Dream Mall* · Five Towns*

Simply

the freshest.

I used to feel like

I’m taking up everyone’s

breathing space.

KOSHERSKINNYSHOT

TM

FAST ACTION WEIGHTLOSS INJECTIONS.

STARTING AT $249/MONTH

845.610.0400

THINWELLNESSCLUB.COM

It took just 4 months

and I feel amazing!

You can feel amazing too! Choose our complete package or

reach out for private consultations, guidance, and support on

your way to lasting success.

ADS@THEYINGERMAN.COM

In South Blooming Grove, Monroe NY

Your Listings

Selling/Buying:

Private Homes

Multi-family

Vacant Land

New Construction

Offices, Sales & Rentals

and surroundings

עס בויעט זיך אין

בלומינג גראוו

שאר גאס-אויף די גראדע געשמאקע לעיק

אין צענטער פון געיגנט, הערליכע פאנאראמעס,

עטליכע ביהמ״ד, מקוואות, סופערמארקעטס, א.ד.ג

חדשים בס״ד8 וועט זיין פארטיג ביי

בס״ד

נייע איידיע

גאר בא׳טעמ׳טע רחבות׳דיגע

אויסשטעל

איר באצאלט פאר

ס״פ2400

$859,000

און באקומט אויך אין בעיסמענט

ס״פ1200 נאך

פאר סטארעדזש באנוץ א.ד.ג.

ס״פ3600 ס״ה

$850,000

ס״פ3600 ס״ה

845-587-5870

sales.cgluckrealty@gmail.com

CHAIM GLUCK

REALTY

Licensed Real Estate Salesperson

Canopy

Supermarket

Landaus

Supermarket

מיט א סטארעדזש בעיסמענט

דירותFlat פיר הערליכע4

ס׳איז יעצט דא עוועיליבעל

February 23 '25

Making Opportunities Happen™

718.840.3530 | THEFUNDINGNEXUS.COM

The Funding Nexus is client-centric, not product-based, offering a

wide range of funding options to best suit your business needs.

10פרשת תרומה תשפ״ה

S CA R E D T O O P E N T H O S E TA X F I L E S ?

W E ’ V E G O T YO U .

Tax season is here!

בס”ד

Isaac Berkowitz

845.941.1099

ib@mastermindfile.com

Let us take care of

your tax needs

Corporat i ons | LLCs

Fam ily Trusts

CRUTs and CLATs

Pr i vate Foundat i ons

11

February 23 '25

"מיר קענען נישט העלפן אייער קינד" זענען

געווען די ווערטער מיט וועלכן דער דאקטאר

האט אראפגעלייגט דעם טרייבל. יא, דער

מצב איז געווען ביטער שווער, און אלע

דאקטורים און עקספערטן האבן מיט יאוש

געהויבן הענט. ביז חיים מעדיקל אנגעקומען

אויפן סצענע, און איבערגענומען דעם קעיס

מיט א געניטע געטריישאפט און העכסט

ערפארענע ספעציאליסטן, וועלכע האבן ב"ה

באוויזן צו שאפן די נויטיגע לעזונגען פאר א

רפואה שלימה, אונטער די קוליסן.

אונטער

יעדע נס

שטייען

מלאכים

מיטוואך תרומה- דינסטאג

CHARIDY.COM/CHAIM

718.534.3553

pivotgroup.nyc

פרשת תרומה תשפ״ה

FEBRUARY 23 '25 — ISSUE 33אינהאַלט

פאר פידבעק און קאמענטארן

צו שרייבער אדער ארטיקלען:

1214

16

20

24

30

28

34

40

46

43

פאסטמאן

כח היחיד

גוטערמאן

שטאטסמאן

פינאנצן

אידיש געלט

פיילן און בויגנס

באלבאטיש

געזונטערמאן

כאפצעם

ויסעו

מיט׳ן קאפ אין וואנט

845.200.3313 #101

EDITOR@THEYINGERMAN.COM

50

52

© The Yingerman

Publication. Published

by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication may be

reproduced in print or

digital form without

prior written consent.

The publisher reserves

the right to edit all

submissions for clarity,

length, and editorial

standards. Submitted

materials will not be

returned. The Yingerman

Publication is not liable

for the kashrut of any

advertised product or

service featured in these

pages. Additionally, The

Yingerman Publication

assumes no

responsibility for the

content of articles,

advertisements, or

referenced books within

this publication.

THE YINGERMAN

FREE WEEKLY PUBLICATION

MAILING

210 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

OFFICE

845.666.0056

OFFICE EMAIL

INFO@THEYINGERMAN.COM

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

quote@blueshineinsurance.com

Chat with our automated system: 844.450.1070

WE SHOP EVERY

INSURANCE COMPANY

AT EACH RENEWAL!

L E T U S D O T H E WO R K !

Call or Text:

845.751.9299

13

February 23 '25

BETTER & BIGGER

718.314.2757 / info@staffo.com / staffo.com

S T A F F I N G O N A N E W L E V E L

IS NOW

WE’VE REBRANDED

Connecting

you with

remote talent

from around

the globe

14פרשת תרומה תשפ״ה

,פראגעס

ענטפערס, עצות

און חיזוק

#127

א גוטן, קודם א גרויסן יישר כח פאר דער אויסנאם אינטערעסאנטער

און רייכער אויסגאבע, כמעט יעדע וואך ליין איך עס דורך פון דעקל

צו דעקל.

עס קומט שוין כמעט פורים, און איך וויל זאגן א וויכטיגע זאך וועגן

משלוח מנות. עס איז געווארן זייער שטארק אין סטייל אז מען שיקט

הערליכע ריזיגע און זייער טייערע משלוח מנות מיט טייערע

טשאקאלאדן און באפוצונגען, וואס קען אנקומען צו שווערע

הונדערטער דאלארן.

עס איז ממש א שאד און ממש א ווייטאג, בפרט אז מען גיבט זאכן

וואס קיינער קוקט כמעט נישט אן, און נאכדעם קומט שוין פסח און

עס גייט אין מיסט אריין. אויב וויל איינער דוקא יא גיסן געלט אויף

משלוח מנות זאל מען שוין ענדערש געבן עפעס זאכן וואס וועלן זיך

האלטן, צי ס'זאל זיין זילבער שטיק אדער סיי וועלכע גוטע מתנות

וואס וועט זיך האלטן אויף לאנגע יארן.

#128

. ער פרעגט וואס124 א גוטן איך וויל זיך באציען צו בריוו נומער

עס איז דער חילוק צווישן די אלע בראוקערעדזש קאמפאניס וואס

זענען דא.

איך האב מיך יעצט אריינגעלייגט אין דעם א דאנק דעם אידיש

געלט קאלום, און איך וועל זאגן וויפיל איך ווייס און וואס זעט מיר

איז דער גרינגסטער און Robinhood :אויס אז די חילוקים זענען

געשמאקסטער סיסטעם. עס איז זייער געשמאק, זייער נישט

קאמפליצירט און זייער גרינג פאר איינער וואס הייבט יעצט אן

אינוועסטירן, און זיי זענען טאקע בעיקר אוועקגעשטעלט פאר

אזעלכע וואס הייבן אן.

עס האט אבער אויך א גרויסן חסרון, ספעציעל ווען איינער וויל

אוועקלייגן אויף צו חתונה מאכן, אז מען קען נאר עפענען איין

אקאונט. מען קען נישט עפענען אסאך אקאונטס זיכער נישט קיין

אקאונטס וואס איז לכאורה זייער געראטן פאר איינעם וואס UTMA

לייגט אוועק פאר די קינדער חתונה צו מאכן. זיי לאזן נאר איין אקאונט

פאר א מענטש, און דאס מאכט עס נישט בא'טעמ'ט.

. איך בין E-Trade אוןFidelity ,Charles Schwab, נאכדעם איז דא

נישט באקאנט מיט אלע פונקטליך, אבער איין זאך ווייס איך אז

ETF און קייןauto investment מאכט נישט קייןCharles Schwab

לויט ווי איך האב זיי געפרעגט, און לכאורה איז יא געראטן צו מאכן

יעדן חודש אזוי גייט עס לייכטערהייט ארויס און דו auto investment

איז יא דא סייE-Trade אוןFidelity דארפסט נישט אוועקלייגן. ביי

אקאונטס. custodial נארמאלע אקאונטס און סיי

יישר כח, הצלחה.

#129

איך האב מיך געוואלט זייער שטארק באדאנקען פאר די אידיש

געלט ארטיקלען. א דאנק דעם האב איך ב"ה געטוישט אזויפיל זאכן

און אנגעהויבן לעבן מיט א חשבון, און פארשטייט זיך פארמאכט אלע

מיינע קרעדיט קארטלעך.

איך האב אבער געוואלט צולייגן א נקודה וועגן דעביט קארטלעך.

מ'האט געשמועסט אז מ'זאל נאר נוצן קעש אדער דעביט קארטלעך,

און ס'איז אמת און פשוט אז א דעביט קארטל האט נישט די פראלעמען

פון א קרעדיט קארטל. אבער למעשה האב איך געזען ביי מיר אז די

זאך אז עס סווייפט זיך גרינגער ווי צו ארויסנעמען קעש פון טאש, איז

אויך שייך ביי א דעביט קארטל.

אוודאי איז עס נישט די זעלבע זאך, ווייל א דעביט קארטל קען מען

נישט סווייפן נאר אויב ס'איז דא געלט אין באנק… אבער דאס מציאות

איז אז ווען מ'דארף ארויסנעמען פאקטישע קעש געלט און אראפלייגן,

גייט עס שווערער און מען טראכט צוויי מאל פאר מען גיבט עס

אוועק. משא"כ ווען מען דארף נאר סווייפן א קארטל אן זען דאס געלט

פאר די אויגן גייט עס גרינגער און מען טראכט נישט אזוי סאך.

פּאָסטמאַן

דעם אינגערמאנ'ס טיש

845.200.3313 #102

qa@theyingerman.com

15

February 23 '25

Visit us in store or online at Therightcontact.nyc for more special deals!

Moist Dailies:

Reg. $63

Sale $55

Daily Total 1:

Reg. $96

Sale $88

Biofinity:

Reg. $39.50

Sale $34.50

Acuvue Oasys Dailies:

Reg. $93

Sale $85

Up to 15% OFF

all lenses.

Buy 4 boxes

and get a

$100 rebate.

BONUS

30 Years

Experience

All Items In

Stock

Fast

Delivery

Buy 2 boxes -

$75 each.

Includes a

$25 rebate.

BONUS

ONE MORE WEEK OF INSANE SAVINGS!

THERIGHTCONTACT@GMAIL.COM

CALL OR TEXT

With mention of this ad.

UNTIL FEB. 28TH

16פרשת תרומה תשפ״ה

ע

ר איז אן איינצלנער יחיד, אבער האט אדרעסירט א פראבלעם

וואס פלאגט דעם רבים. ער האט געברענגט צום טיש א

רעוואלוציע וואס האט געענדיגט די צייטן פון "פארשטאפטע

קעפ" און אז "דאס קינד פארשטייט נישט די גמרא".

הרה"ג ר' ישעי' וועבער שליט"א, א זון פון ר' אלימלך, איז א חשוב'ער

חב"ד'סקער חסיד וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ירושלים און געשעפט

אסאך תורה וחסידות פון זיין בארימטן פעטער הגה"צ רבי משה וועבער זצ"ל

ממשפיעי חב"ד.-

נאך דער חתונה האט ער עוסק געווען אין "חינוך מיוחד". ארבעטנדיג מיט

אסאך קינדער האט באמערקט אז פאר געוויסע קינדער קען מען מסביר זיין

א זאך איינמאל און נאכאמאל, אבער זיי פארשטייען עס נישט. ער האט

געוואוסט אז ער איז נישט דער איינציגסטער וואס טרעפט זיך אן מיט אזא

ערשיינונג. גענוי ווי אין חינוך מיוחד מאכט זיך אפט אזא פראבלעם, איז עס

אויך פארהאן ביי געווענליכע קינדער.

הרב וועבער האט אנערקענט אז די אנגענומענע מעטאדן צו דערגיין וואס

עס שטערט דעם קינד פון לערנען, ברענגט נישט דאס ריכטיגע בילד און

מאפע איבער וואס עס שטערט באמת דעם קינד צו דערגרייכן תורה.

אויך דער אויסרייד פון א "שוואכע קאפ" האט נישט גערעדט צו הרב

וועבער. ער האט געטראפן קינדער וואס זענען געווען גאר געריבן אין אנדערע

אלגעמיינע וועלטליכע ענינים, אבער ווען עס קומט צו תורה קענען זיי נישט

קיין ווארט. דאס איז דאך גאר א מאדנער פאראדאקס. אלא מאי? נישט אייביג

זענען די כשרונות קובע, נאר עפעס אנדערש שטערט.

אויך דאס זאגן אז דאס קינד "וויל נישט" לערנען האט נישט גערעדט צו

אים. יעדעס קינד וויל זיין גוט און חשוב אין די אויגן פון זיינע חברים און דער

געזעלשאפט, און היות אין חדר און אין דער געזעלשאפט צו וואס א קינד איז

אויסגעשטעלט קוקט מען שטארק ארויף א קינד וואס לערנט, דעריבער וויל

יעדעס קינד געווענליך קענען לערנען. אלא מאי? די סיבה פארוואס ער לערנט

נישט, איז ווייל עפעס שטערט אים!

הרב וועבער איז געווען אנטשלאסן צו דערגיין דעם פראבלעם און ברענגען

א טויש. אינאיינעם מיט נאך מחנכים און מרביצי תורה האט ער אנטוויקלט

אן אייגענעם געניאלן מהלך אין דיאגנאזירן קינדער מיט שוועריגקייטן.

פשוט און גראד, א - "זיין מהלך האט ער א נאמען געגעבן "די שיטה

ריכטיגער חב"ד'סקער מהלך אראפצוברענגען אפילו הויכע מושגים צו למטה

מעשרה טפחים… אן קיין גראנדיעזע נעמען און סטעמפלעך אדער פלאקאטן

מיט פאמפלעטן, נאר פשוט "די שיטה" צו העלפן אידישע קינדער.

"די שיטה", וואס איז בליץ שנעל באקאנט געווארן אלס "שיטת הרב

וועבער", ארבעט דורך דעם וואס מען זעצט זיך פשוט און גראד אראפ מיטן

קינד און מען לערנט מיט אים גמרא, און דורכאויס דאס לערנען, כאפט מען

אויף און מען באמערקט פארוואס ער טרעפט נישט דעם וועג אריין צום ים

התלמוד.

במשך לאנגע יארן איז ער געזעסן און זעלבסט באהאנדלט טויזנטער

קינדערלעך וועמען ער האט געהאלפן פארשטיין די גמרא. צוביסלעך האט זיין

שיטה באקומען פליגלען, איבערהויפט נאכן ערשיינונג פון זיין פאפולערן ספר

"אור בשבילי הגמרא", און פון דער גאנצער וועלט האט מען זיך געוואנדן פאר

הילף.

זעענדיג אז די ארבעט ווערט מער, האט הרב וועבער באשלאסן אויפצונעמען

נאך מחנכים וועלכע זאלן העלפן אידישע קינדער אלוועלטליך. זינט דאן

טרענירט ער כסדר פרישע גרופעס מחנכים. קודם טרענירט ער פרישע

"דיאגנאזירער" וועלכע זאלן קענען דיאגנאזירן די שטערונגען ביי קינדער ביים

לערנען. און אויך טרענירט ער מחנכים, צו קענען לערנען פריוואט מיט די

קינדער.

הרב וועבער'ס חידוש נעמט אריין א געוואלד, אבער מיר וועלן עס ערקלערן

אויפן שפיץ גאפל:

. 2 . הבנה1 :צו פארשטיין גמרא דארף מען אנטוויקלען פינף טאלאנטן

. הבעה.5 . הבנת הנקרא4 . חשיבה3 תפיסה

דער חידוש גייט נאך טיפער: די הייליגע "גמרא" וואס איז געבויעט אויף

הוה אמינא, מסקנא, קשיא, תירוץ, פירכא, רש"י, תוספות און אזוי ווייטער, איז

געבויעט אויף די פינף דרגות!

דער חילוק - הרב וועבער האלט אז יעדעס קינד האט אלע פינף טאלאנטן

איז נאר אין וועלכן טאלאנט ער איז שטערקער און אין וועלכן ער איז

שוואכער. הרב וועבער קאטעגאריזירט דאס אלס "צד החלש" – די שוואכע

זייט פון די קינדער, און דער "צד החזק" – די שטארקע זייט.

לאמיר ערקלערן אין קורצן די פינף טאלאנטן:

דער קליק און בליץ ווען - " הבנה: איז דער "כאפ- טאלאנט נומער איינס

דער מח כאפט אויף אסאך דעטאלן און שטעלט צוזאם א מסקנא.

צום ביישפיל: ווען א מענטש קומט אין א פרעמדער שטאט און שפאצירט

אריין אין א געביידע און זעט בענק מיט'ן פנים צו מזרח, אן ארון קודש, א

בימה און סידורים, כאפט זיין מח גלייך אויף אז דא איז א ביהמ"ד. דאס איז

הבנה. ער האט צוזאמגענומען אלע דעטאלן און "פארשטאנען" אז דאס איז א

שול.

א קינד ביי וועם די הבנה איז שוואך, קען זען איינעם פאר'חלש'ט אויף דער

ערד, אן אמבולאנס און העליקאפטער, אבער ווען מען פרעגט אים 'וואס גייט

כח היחיד

הרב ישעי' וועבער שליט"א

אן איינצלנער מענטש

ביז א - מיט א געדאנק

רעוואלוציע אין דער וועלט

17

February 23 '25

דא פאָ ר?' זאגט ער אז עס איז א

פראטעסט...

תפיסה: דאס - טאלאנט נומער צוויי

באדייט "אויפכאפן פרטים". ווען א מענטש

קומט אריין אין א שול און זעט אסאך

זאכן: בענק, טישן, ארון קודש, סידורים און

מודעות, דארף די "תפיסה" צוזאמנעמען

אלע דעטאלן און עס מסדר זיין אז עס זאל

קענען שפעטער גיין צום הבנה שטאפל.

אויב א קינד איז שוואך אין תפיסה קען

ער לערנען גמרא, אבער ער וועט נישט

קענען אלעס צוזאמנעמען. ווייל אין זיין

מח איז נישט מסודר די הוה אמינא,

מסקנא, משל און נמשל.

חשיבה: דאס - טאלאנט נומער דריי

הייסט "טראכטן אהין און צוריק". אויב

אזוי איז אזוי, און אויב אזוי איז אזוי, און

דעריבער איז יעצט אזוי.

אין גמרא טרעפט מען כסדר דעם

געצייג: אם כן לימא קרא זמן, מאי זמניהם,

אלא זמנים טובא משמע...

הבנת הנקרא: - טאלאנט נומער פיר

דאס באדייט אז דאס קינד קען גוט ליינען.

ער קען גוט זעצן די ווערטער, גוט טייטשן

די ווערטער, און דער עיקר פארשטיין דעם

"באדייט" פון די ווערטער.

הבעה: גוט - טאלאנט נומער פינף

ארויסגעבן א זאך מיטן מויל. א קינד וואס

האט דעם הבעה טאלאנט, קען זיך גוט

ארויסגעבן, ער קען גוט אראפלייגן א

מעשה.

א קינד וואס האט א פראבלעם אין

הבעה, טראץ וואס ער זיצט ביים שיעור

און פארשטייט אלעס, אבער וויבאלד ער

קען זיך נישט ריכטיג ארויסגעבן קען ער

נישט לערנען נארמאל.

ווי געזאגט האבן אלע קינדער אלע

טאלאנטן, נאר אמאל איז א געוויסער

טאלאנט שוואכער, און דעריבער שטערט

.עס פון לערנען

ווען א קינד קומט צום דיאגנאזירער,

צי דורך - גייט ער אריבער א טעסט

לערנען צי דורך שמועסן, און דער

דיאגנאזירער כאפט אויף אין וועלכע

טאלאנטן דאס קינד איז שטערקער און אין

וועלכע שוואכער. אויך באטראכט ער

- וועלכע סארט "פערזענליכקייט" ער איז

למשל אויב ער קען קונה זיין, אננעמען אן

אנדערע דעה, אדער נישט.

ביי שיטת הרב וועבער לייגט מען בכלל

אויפן קינד. מען זוכט ABC נישט קיין

נישט ארויפצוקלעבן א "דיסארדער" אויפן

קינד, נאר בלויז צו זען וואס זענען זיינע

כוחות ווען עס קומט צו לערנען תורה.

נאכן טעסט וועט דער דיאגנאזירער

אפשרייבן דעם מהלך וויאזוי מען קען

צוריקברענגען דאס קינד צו דער גמרא. דאן

וועט מען צושטעלן א פאסיגן פריוואטן

מלמד פארן קינד. דער מלמד טרעפט דאס

קינד עטליכע מאל א וואך, און שיקט ענדע

וואך א באריכט צום מכון אויב דאס קינד

שטייגט אדער פאלט.

דער ציל איז אז נאך א קורצער תקופה

לערנען מיט זיין פריוואטן מלמד זאל דאס

קינד באקומען אלע געצייגן צו קענען

אליינס לערנען גמרא, און זאל פון היינט

און ווייטער פארשטיין וואס זיין מלמד

אדער מגי"ש לערנט פאָ ר.

דער הויפט הצלחה פון דעם מהלך איז,

אז מען בינדט צו די תורה צו דעם קינד'ס

פערזענליכקייט.

צום ביישפיל: אויב א קינד איז א

"ספאנטאנע" פערזענליכקייט, וועט ער

אויטאמאטיש לערנען שוואך, ווייל ווען

מען פרעגט אים פשט אין דער משנה

ענטפערט ער שוין דעם מסקנא פון דער

גמרא. אזא קינד טראכט נישט ביינאכט

אויב זיין גיין שלאפן שפעט וועט אים

שלום ווייס

845.200.3313 #107

אבער געלט אבער געלט

....קען היילן....קען היילן

Our client suffered

an arm injury that

required surgery.

The surgery was

anticipated to be

routine, with a

standard recovery

period expected.

However, a tragic

medical error

occurred when the

anesthesiologist

miscalculated the

correct dosage of

anesthesia. This

medical mistake

resulted in an

irreversible traumatic

injury, .ר"ל

Despite the patient's

pre-existing

medical conditions

(that significantly

decreased his life

expectancy) which

were unrelated to the

malpractice, our legal

team fought tirelessly

and successfully

obtained a very

substantial settlement

of $5,900,000.

718-564-6050

Braude Injury Lawyers

Attorney Advertising. Past results no guarantee of similar outcome. Details may be altered for privacy.

יעקב בראדי

רופט שוין

e

n

th

e

Esq.

18פרשת תרומה תשפ״ה

.שטערן צו אויפשטיין פרי, נאר טראכט אלעס אויף דער יעצטיגער סעקונדע

זיין נאטור שטערט אים אין קאמוניקאציע און אויטאמאטיש פארשטייט ער

אויך נישט גוט זיינע ארומיגע. ער מיינט אז די גאנצע וועלט טראכט ווי אים.

אויך איז ער שוואך אין הבעה ריכטיג "ארויסצוגעבן" א פשט. אויך שטערט

אים זיין ספאנטאנישע נאטור ווען עס קומט צו תפיסה, ווייל אים איז שווער

צו מסדר זיין צופיל פרטים אויפאמאל.

דעריבער וועט דער דיאגנאזירער שרייבן פארן מלמד אז מיט אזא קינד זאל

מען לערנען יעדן פרט פון דער משנה באזונדער. נישט אז דער מלמד זאל

מסביר זיין פארן קינד די פרטים, נאר דער מלמד זאל לערנען די משנה, און

יעדן פרט וואס דאס קינד וויל פארשטיין זאל אים דער מלמד פארשטיין געבן.

נאכן ענדיגן איין פרט, קען מען גיין צום קומענדיגן פרט. הערשט נאך א שטיק

צייט שטעלט מען צוזאם אלע פרטים פאר א בילד.

אדער זענען דא קינדער וואס זענען "קאנקרעט". זיי קוקן אן די וועלט מיט

אז - "אן אייגנארטיגן בליק. ביי אזא קינד איז פשט אינעם דין פון "יחלוקו

מען דארף צוטיילן א דירה, אז מען צושניידט דאס הויז מיט א מעסער…

אין אזא פאל דארף דער מלמד מיטגיין מיטן קינד'ס קאפ און אויסשמועסן

די פלענער פון צושניידן דאס הויז... – נישט אים זאגן 'דו פארשטייסט נישט

גוט', נאר מיטארבעטן מיט אים.

איינמאל דאס קינד דארף אליינס באטראכטן די פלענער וויאזוי מען גייט

טעכניש צושניידן א הויז מיט א מעסער, כאפט ער אז עס איז א שווערע זאך,

און טראכט אליינס נאך עצות. ביז ער כאפט אז יחלוקו מיינט אינגאנצן עפעס

אנדערש...

אמאל זענען דא קינדער וואס קענען נישט אננעמען קיין אנדערע מיינונג,

אבער היות אין גמרא איז דאך אייביג דא אנדערע דעות, זוכט דער דיאגנאזירער

ביים קינד זיין "צד החזק". צום ביישפיל, אויב דאס קינד האט ליב אליין צו

באשליסן וואס צו טון, באקומט דאס קינד די אויפגאבע אליינס צו באשליסן

ווען און וואו צו לערנען. ווען דאס קינד זעט אז ער איז בעל הבית, זיין צד

החזק ווערט געשעצט, איז ער שוין ווייכער און גרייט צו לאזן דעם מלמד

ארבעטן אויף זיין צד החלש.

טראץ וואס לויט שיטת הרב וועבער זענען די מלמדים אינגאנצן נישט אויף

זיי בויען נישט אזא פערזענליכע - "דעם שניט ווי א "פריוואטער מלמד

דאך האבן די קינדער - נאנטשאפט מיטן קינד און גיבן נישט קיין צוקערלעך

ליב צו קומען לערנען, ווייל זיי שפירן אז די מלמדים פארשטייען זיי.

אין אן אומגעפלאנטער איבערראשונג האט שיטת הרב וועבער אויך באוויזן

צו העלפן אומצאליגע קינדער מיט גייסטישע שטערונגען צו ווערן

אויסגעהיילט. קאנטראלירער, מאניפולירער, אימפולסיווע קינדער, שטייפע

קינדער, קינדער מיט פחדים, צולאזטע קינדער, און נאך, האבן זיך געטוישט

דורך לערנען פריוואט מיט זייערע מלמדים. ווייל היות מען האט געארבעט

מיט זייערע אויבנדערמאנטע פראבלעמען, וועלכע האבן זיי אויך געשטערט

ביים לערנען, זענען זיי אין אלגעמיין אינגאנצן ארויסגעקראכן פון די

שוועריקייטן!

ווי זאגן די עקספערטן פון שיטת הרב וועבער: מען קען זיך נישט באנוצן

מיט דער תורה צו טוישן מענטשן, אבער דאס מציאות איז אז ווען א מענטש

איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה אויפן ריכטיגן אופן ווערט ער נשתנה

דורך דעם.

. יעדעס קינד וויל האבן הצלחה אין 1 :שיטת הרב וועבער שטעלט קלאר

. עס איז דא א 3 .. עס איז נישטא א מענטש וואס קען נישט לערנען2 .תורה

. די תורה קען טוישן די פערזענליכקייט פון 4 .וועג פאר יעדן צו לערנען תורה

יעדן מענטש.

כהיום איז די ארגאניזאציע אזוי גרויס, אז זיך צו לערנען די כללים פון דער

שיטה דארף מען אריבערגיין פיר און צוואנציג שיעורים, וואס פאלגט נאך מיט

נאך צוועלף שיעורים. דאס אלעס ווערט איבערגעגעבן סיי דורך ר' ישעי', און

סיי דורך נאך מחנכים וועלכע זענען מיט די יארן געוואקסן גאר גרויס אין דער

שיטה.

טראץ וואס די שיטה איז נישט אזוי קאמפליצירט, נעמט פארט צייט עס צו

לערנען און פארשטיין. הרב וועבער זעלבסט האט אוועקגעגעבן טעג און

נעכט דערפאר און אויסגעגעבן ריזיגע געלטער, און אפילו דערלייגט זיין

מיטן אויסגעבן כמעט אלעס וואס ער האט געהאט צו - אייגענעם פארמעגן

ברענגען א שלימות צו דער שיטה!

אין נומערן:

"שיטת הרב וועבער" האט עטליכע צענטערן אין א"י, ווי אויך אין אמעריקע

אין בארא פארק און וויליאמסבורג, און אזוי אויך אין לאנדאן און אין -

.קאנאדע

אין ארץ ישראל זעלבסט זענען אצינד פארהאן ארום טויזנט קינדער און

בחורים וועלכע לערנען מיט פריוואטע מלמדים אונטער שיטת הרב וועבער!

און קיינער ווערט נישט באהאנדלט דאס זעלבע, נאר יעדער באזונדער לויט

זיין פערזענליכקייט. "עס איז נישט א שיטה וואס ארבעט אויף יעדן, נאר א

שיטה וואס האט א וועג צו ארבעטן מיט יעדן."

זעט ווי ווייט עס גייט דער כח פון איין איינציגן מענטש!

מען דארף בלויז בעטן אויף סייעתא דשמיא.

מיר ווילן זיך באדאנקען פאר די צוויי מומחים אין שיטת הרב וועבער, הרב

אלי' הערצל שליט"א און הרב דוד שווארץ שליט"א, פארן אונז צושטעלן דעם

.מאטעריאל פארן ארטיקל

אויב האט איר א געדאנק פון א פערזענליכקייט וועלכער איז פאסיג צו ווערן באשריבן

אדער 845.200.3313 #107 אין דעם קאלום, ביטע זיך פארבינדן מיט אונז דורכן רופן

sw@theyingerman.com שיקט אן אימעיל צו

כח היחיד

Give tzedakah with ease: Pre-printed certificates all denominations, blank

certificates. Other option of recommending are: Online and Charity cards.

7 1 8 . 59 9.14 0 0 O J C F U N D.O R G

Take advantage

of our

FREE PLAN!

New account

deadline

MARCH 6

You can be the one

always asking for change

20פרשת תרומה תשפ״ה

גוטערמאן

דער תורה'דיגער מהלך

צו א גליקליך און צופרידן

לעבן אינדערהיים

איך האב א שאלה, וואס מיינט דאס "פארשטיין די ב"ב"? כמעט אלעמאל

נאכן שמועסן אפאר מינוט זאגט מיר מיין ב"ב: 'דו פארשטייסט מיך נישט!'

איין משל וואס מאכט זיך ביי מיר אפט: איך וויל אריינפארן אויף שבת צו

מיינע עלטערן. איך זאג עס שיינערהייט, און זי הייבט אן מסביר זיין פארוואס

מען זאל נישט פארן: עס איז איר אזוי שווער, פונקט דער וואך מאכט דער און

דער א שמחה, א.א.וו.

איך הער איר אויס, און איך זאג איר: 'הער מיר צו, איך פארשטיי זייער גוט

וואס דו זאגסט, אלעס פיין און וואויל, אבער מיר פארן! עס איז נישטא קיין

ברירה, מיר זענען שוין נישט געווען דארט פאר איבער א חודש, וכו'.'

און דא, וואס זאגט זי? דו פארשטייסט מיך נישט! זי טענה'ט אז זי זוכט

נישט דוקא צו אויספירן אז מען זאל נישט פארן, נאר זי וויל אז איך זאל איר

פארשטיין. און ווען איך זאג איר אז איך פארשטיי איר זייער גוט אבער מען

דארף פארן, טענה'ט זי אז ס'איז נישט אמת און איך פארשטיי איר נישט.

איך גיי ארויס אינגאנצן צומישט. זי זאגט אז זי וויל נישט פארן – אבער זי

מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט פארן… איך פארשטיי זייער גוט וואס

זי זאגט – אבער ניין, דו פארשטייסט מיך נישט, דו הערסט מיך נישט אויס...

אמת אז איך וויל איר נישט צופיל אויסהערן ווייל איך וויל טאקע יא פארן,

אבער פארשטיין? אוודאי פארשטיי איך איר! אפשר קענט איר מיר מסביר זיין

וואס מיינט דאס "פארשטיין"?

תשובה:

דער פשוט'ער ענטפער איז, אז דו רעדסט מענער שפראך און דיין ב"ב

רעדט פרויען שפראך. ווען דו וועסט בעסער פארשטיין וואס זי דארף און

וואס דיין וועג פון רעדן און זיך רעכענען מיט איר מיינט פאר איר, וועסטו איר

לאזן רעדן רואיגערהייט און איר נישט אפשטעלן. און דאן וועסטו איר טאקע

באמת פארשטיין.

דיין ב"ב וויל דיך נישט איינטיילן וואס צו טון; זי האט נישט קיין הנאה פון

דעם. זי וויל אז דו זאלסט איר גוט אויסהערן און זאלסט איר באמת פארשטיין,

און דערנאך טון וואס דו ווילסט, אבער נישט איידער'ן ווייזן אז דו פארשטייסט

איר און דו האסט איר אינזין, בו בזמן וואס דו טוסט לויט ווי דו זעסט פאר

ריכטיג.

לאמיר אנהייבן מיט א משל: א בעה"ב פון א קאמפאני וועלכער האט

אונטער זיך א מענעדזשער. דער בעה"ב מאכט החלטות ווי אזוי צו פירן די

ביזנעס, און דער מענעדזשער פילט אז עס איז אים זייער שווער.

קומט דער מענעדזשער צום בעה"ב און ער זאגט אים, "אדוני הבעה"ב, איך

וויל זיך דורכרעדן מיט דיר. איך וויל דיר מסביר זיין ווי אזוי דיינע החלטות

קלאפן אויס אויף מיר, און ווי שווער געוויסע נייע החלטות זענען."

זיי זעצן זיך אראפ צו א זיצונג, און דער בעה"ב הייבט אן און זאגט: "מיין

טייערער מענעדזשער, דא איז דא א בעה"ב! דו קומסט מיר דא איינטיילן ווי

אזוי צו פירן די ביזנעס. איך וועל אפשר הערן וואס דו זאגסט, אבער איך וועל

דיך בשום אופן נישט פאלגן."

וואס ענטפערט דער מענעדזשער פארן בעה"ב? ער זאגט אים, "אדוני

הבעה"ב, איך מיין אז דו פארשטייסט נישט מיין כוונה מיט'ן קומען דא.

"איך קום דיר נישט איינטיילן וואס צו טון. איך קום אפילו נישט זאגן מיין

"מיינונג". נאר וואס דען, איך קום דיר פארציילן וואס די החלטה מיינט פאר

"מיר". ווי אזוי עס מאכט מיר שווער, וואס איך טראכט וואלט בעסער געווען

פאר מיר, א.א.וו.

"און פארוואס זאג איך דיר דאס אלעס? ווייל איך ווייס דאך אז דו ווילסט

באמת מיין גוטס, נאר דו ווייסט פשוט נישט וואס איך טראכט. דו ווייסט

נישט וואס יעדע החלטה מיינט פאר מיר. ממילא קום איך אהער כדי דיר צו

פארציילן וואס איך טראכט. און איה"נ די החלטה, דאס זאלסטו מאכן; איך

פארלאז זיך הונדערט פראצענט אז דו וועסט מאכן די בעסטע החלטה פאר

מיר און פאר דער קאמפאני."

ווי נאר דער מענעדזשער איז זיך אזוי מסביר ווערט דער בעה"ב רואיג און

לאזט אים רעדן און זיך אויסשמועסן וויפיל ער וויל.

ווען דיין ב"ב בעט אז דו זאלסט איר פארשטיין, מיינט זי פונקט דאס וואס

זי האט געזאגט – "פארשטיי מיך". זי איז נאטורליך תלוי אויף דיר און זי וויל

דיך נישט איינטיילן וואס צו טון, אבער זי דארף אז דו זאלסט צולייגן קאפ און

געפיל צו אירע צרכים. זי בעט נישט אז דו זאלסט איר "פאלגן", זי בעט נאר

אז דו זאלסט איר פארשטיין און מיטפילן.

זי דארף עס פאר צוויי סיבות:

. ווייל זי וויל זיין זיכער אז דו האסט איר אינזין און דו רעכנסט זיך מיט 1

.איר

. ווען עפעס איז איר שווער וויל זי האבן דיין מיטגעפיל. זי דארף אז דו 2

.זאלסט איר ווייזן דיין הארץ און געפיל פאר אירע דאגות וואס דרוקן איר

פארשטיין

"פארשטיין" ביי מענער מיינט עפעס אנדערש ווי ביי פרויען.

ביי מענער מיינט אסאך מאל "פארשטיין יענעם" אז מען שטימט צו צו

פארשטיין די בני בית