ISSUE 35 — MARCH 9 '25 — KJ YINGERMAN • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת כי תשא תשפ״ה
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלUK/EU
Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU
משנכנס מרבין בשמחה
המשולש
אינהאלטסרייכע שמועסן מיט נוצבארע טיפס און געדאנקען וויאזוי
צו האבן א פרייליכן און רואיגן פורים: וואס צו טרינקען, וויאזוי צו
טרינקען, גיין נאך געלט, טיילן געלט, און אלעס ארום
פורים
2פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—KOSHERSKINNYSHOT
TM
FAST ACTION WEIGHTLOSS INJECTIONS.
STARTING AT $249/MONTH
845.606.6300
THINWELLNESSCLUB.COM
I thought I'd always
be drowning in pills.
It took just 4 months
and I’m pill free!
You can be free too! Choose our complete package, or reach
out for private consultations, guidance, and support on your
way to lasting success.
פיין געטאנצן
וואויל געטאנצן.
1 Lemberg Ct. 845-774-2433
We carry a huge variety of:
Keyboards, Speakers, Mics, Guitars
and Accessories, Cables, Inverters, and cases.
ביליגער צו קויפן ווי צו דינגען
Details:
Size:
5 Room apartment
Down payment:
Starting from $26,750
Monthly Payment:
$2,600*
Status:
Ready to Move!
65% SOLD OUT
Contact Eli Steiner
March 9 '25
—
—
845.637.1427
מאכן
פסחדיג
די קאר
עבודת איז
הפרך!
˜‡ר וו‡˘ ‡ן „י ‚‡ו וועט
‡ייער
ˆו
˜ומען
‡ריבער
ıל‡˜‡ˆיע, מיט ‡ונזער ‚‡נ
י‡ר'‚ן פר‡פעסי‡נ‡לע טיעם
וועלן מיר ‡ייך ‡ר‡פ נעמען
‰"„עם ˘ווערן י‡ך ‡י
20%
Min 4 ppl
15%
Book Before Mar. 21
Call - Text - WhatsApp
Advanced
Machinery
Deep
Clean
כ˘ר
לפסח
Call - Text
Meatboard
Small $99.00
Gefilta Fish platter
12" Platter $40.00
Cured Fish platter
12" Platter $179.00
Wraps Platter
12" Platter $65.00
Side of Salmon platter
$120.00
Tongue Pastrami
Platter
1 LB Tongue + Cold cuts
16" Platter $159.00
Chicken & Turky
Platter
14" Platter $75.00
16" Platter $85.00
Chicken , Turky
& Beef Platter
14" Platter $85.00
16" Platter $120.00
Assorted Chicken
14" Platter $99.00
Meatboard
Medium $169.00
Large + Wine $249.00
Meatboard
32x16 $599 | 48x24 for $1099
Two tier for $1599
Kreative I 718.650.3200
לכבוד פורים
און א גאנץ יאר
בעזהשי”ת
Williamsburg
718.963.1100
Boro Park
718.854.2100
Catskills
845.436.9400
Lakwood
732.443.3000
Kiryas Yoel
845.782.2900
דער העכסטער סטאנדארט אין כשרות הבשר
845.782.2900 #5
comments@satmarmeatkj.com
ADS@THEYINGERMAN.COM
March 9 '25
—
—
10פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—
11
March 9 '25
—
—
Ark Mortgage Inc. • NMLS ID 103915 • 400 Rella Blvd Montebello, NY 10901
Licensed Mortgage Banker NYS Department of Financial Services; also licensed in AZ, CA, CT, CO, FL, NJ, PA & TX
(888) 275-8575 | ArkMortgage.com
ArkMortgage
13
March 9 '25
—
—
משנכנס
מרבין בשמחה
פרשת כי תשא תשפ״ה
MARCH 9 '25 — ISSUE 35אינהאַלט
פאר פידבעק און קאמענטארן
צו שרייבער אדער ארטיקלען:
1218
22
26
30
49
34
52
58
64
61
פאסטמאן
כח היחיד
גוטערמאן
שטאטסמאן
פורים המשולש
פורים אויף מארס
פינאנצמאן
באלבאטיש
געזונטערמאן
כאפצעם
ויסעו
מיט׳ן קאפ אין וואנט
845.200.3313 #101
EDITOR@THEYINGERMAN.COM
68
70
© The Yingerman
Publication. Published
by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication may be
reproduced in print or
digital form without
prior written consent.
The publisher reserves
the right to edit all
submissions for clarity,
length, and editorial
standards. Submitted
materials will not be
returned. The Yingerman
Publication is not liable
for the kashrut of any
advertised product or
service featured in these
pages. Additionally, The
Yingerman Publication
assumes no
responsibility for the
content of articles,
advertisements, or
referenced books within
this publication.
THE YINGERMAN
FREE WEEKLY PUBLICATION
MAILING
215 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
OFFICE
845.666.0056
—
OFFICE EMAIL
INFO@THEYINGERMAN.COM
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
quote@blueshineinsurance.com
Chat with our automated system: 844.450.1070
WE SHOP EVERY
INSURANCE COMPANY
AT EACH RENEWAL!
L E T U S D O T H E WO R K !
Call or Text:
845.751.9299
מיר טוען זיך אנטשולדיגן אז
פארגאנגענע וואך איז
אריינגעגאנגען אין אונזער
אויסגאבע א זאך וואס קומט
נישט נאך אונזערע סטאנדארטן.
מיר האבן בעז״ה גענומען די
נויטיגע שריט אז עס זאל נישט
נאכאמאל פאסירן.
שגיאות מי יבין
דער קומענדיגער ״אינגערמאן״
אויסגאבע וועט בעז״ה ערשיינען
זונטאג פרשת פקודי
15
March 9 '25
—
—
פורים שחל להיות בשבת
ב ס " ד
שיק משלח מנות
מיט קאטשעניו
MANY OPTIONS
TO CHOOSE FROM
COMES IN NICE
GIFT BOX
PURIM
2025
WITH WINE
WITHOUT WINE
$95
$75
R E Q U E S T O U R
F U L L C ATA L O G
„יפס „יפס „יפס „יפסD E L I V E RY AVA I LA B LE A L L OV E R
10% DISCOUNT FOR ORDERS PLACED
BEFORE MARCH 3. MIN. 5 BOARDS
845.915.9920
16פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—
רעדאקציע טישל
א ווארט
פונעם
רעדאקטאר'ס
שרייב טישל
ד
ער הייליגער תולדות איז אמאל געפארן צו א דארף אפרעכטן א
ברית. ס'איז געווען א שווערער וועג, מיט רעגן און בלאטע.
אנקומענדיג אהין האט ער געזען אז ס'איז ניטאמאל דא קיין
מנין, און דער צדיק איז געווען צובראכן איבערן מצב.
נאך א וויילע האט מען געזען פונדערווייטנס אן אלטער איד שלעפט זיך,
איין טריט אויפאמאל, ביז ער אנגעקומען צום אכסניא, און מיט אים איז
געווען מנין. מען האט זיך געשטעלט דאווענען, און געמאכט דעם ברית.
דער עלטערער איד איז געזעסן דארט און מיטגעהאלטן. מען האט אים
געוואלט מכבד זיין זיך אנצואווארעמען אביסל פון דער קעלט, האט מען
געפרעגט צי ער דארף א טיי. "ס'איז גוט, זאל זיין אזוי," האט ער געענטפערט,
און ער האט געטרונקען די טיי.
דערנאך האט מען אים געפרעגט צי ער וויל עפעס עסן, האט ער געענפערט
מיטן זעלבן נוסח: "ס'איז גוט, זאל זיין אזוי!" אויף יעדער זאך וואס מען האט
אים געפרעגט האט ער געענטפערט דאס זעלבע: "ס'איז גוט, זאל זיין אזוי."
דער תולדות האט אים געפרעגט מיט וואונדער פארוואס ער ענטפערט אזוי
אויף יעדער פראגע, האט ער געזאגט: "דוד המלך זאגט שוין אזוי: "אשרי
העם, שככה לו" – וואויל איז צו דעם פאלק, וואס אויף יעדער זאך וואס
פאסירט זאגט מען, שככה לו – ס'איז גוט, זאל זיין אזוי."
דער תולדות איז נתפעל געווארן פון דעם ווארט און האט געוואלט ווייטער
פארברענגען מיט דעם איד, אבער דאן איז ער פארשוואונדן געווארן. האט
דער הייליגער תולדות געזאגט אז דער אלטער איד איז געווען אליהו הנביא,
וועם מ'האט אראפגעשיקט פון הימל אים צו דערמאנען אז מ'דארף שטענדיג
זיין צופרידן, ווייל יעדע זאך וואס דער באשעפער טוט, און אין יעדן מצב
וואס א מענטש געפינט זיך – אלעס איז גוט.
אז מען קוקט אין די חסיד'ישע ספרים אויף פורים זעט מען אז דאס איז דער
יסוד פון פורים. דער נס פון פורים איז געווען א צוזאמשטעל פון געשעענישן,
וואס יעדע פאר זיך האט אויסגעקוקט נישט גוט, אבער צוזאמען האט זיך עס
צוזאממגעשטעלט צו א נס וואס האט געראטעוועט כלל ישראל.
יעדן יאר פורים קומען אראפ די השפעות און חיזוק אין אמונה, צו לעבן
מיטן באשעפער אפילו ווען מען זעט נישט קלאר וויאזוי זאכן גיין זיך
אויסארבעטן. א איד לעבט שטענדיג מיטן יסוד אז אויב דער באשעפער האט
אים אריינגעשטעלט אין דעם מצב, דאן איז עס גוט און זאל זיין אזוי. ווייל
מיר זענען דעם באשעפער'ס קינדער, און א טאטע האט ליב זיינע קינדער און
טוט פאר זיי נאר וואס איז גוט.
אין די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם: "שהנביאים עם בית דין תיקנו וציוו
לקרות המגילה בעונתה כדי להזכיר שבחיו של הקדוש ברוך הוא ותשועות
שעשה לנו, והיה קרוב לשווענו כדי לברכו ולהללו, וכדי להודיע לדורות
הבאים שאמת מה שהבטיחנו בתורה, ומי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים
אליו."
אז מען רעדט שוין פון "ס'איז גוט, זאל זיין אזוי", איז פאסיג צו ברענגען א
גוט ווארט אויף דעם וואס מיר האבן געהערט נאכזאגן פון דעם באקאנטן
זאגער ר' יונתן שווארץ, אז די גרעסטע הוצאה ביים חתונה -עסקן און גוט
מאכן איז נישט צירונגען, נישט דאס שטריימל און נישט די חתונה נאכט, נאר
דער "זאל זיין אזוי".
מען גייט אריין אין צירונג געשעפט קויפן א זייגער, מען מאכט אפ א
בודזשעט פון פופצן הונדערט דאלער, אבער דער געשעפטסמאן וואס זוכט צו
-מאכן געלט, ברענגט ארויס עטליכע סארטן, דאס ביליגסטע פאר זיבעצן
דאלער. מען קוקט אהער 3,500 הונדערט דאלער און דאס טייערסטע פאר
און אהין ביז מען באשליסט אז איין זייגער געפעלט פאר יעדן, אבער עס
קאסט ניינצן הונדערט טאלער. מען טראכט ארויף און אראפ, דער יונגערמאן
מאכט שנעלע חשבונות אין זיין קאפ, און רופט זיך אן: "נו גוט, זאל זיין
אזוי…" און מען גייט ארויס מיט א פרישן לאך פון פיר הונדערט דאלער וואס
איז בכלל נישט געווען אין פלאן.
און אזוי גייט עס פון געשעפט צו געשעפט. מען וויל קויפן א טיש און
בענקלעך פאר צוועלף הונדערט דאלער, און מען קויפט פאר פופצן הונדערט
דאלער, ווייל "זאל זיין אזוי"...
און ווען מען קומט אן צום לעצטן שבע ברכות האט דער "זאל זיין אזוי"
אפגעקאסט אזא צוואנציג אדער דרייסיג טויזנט דאלער.
דארף מען געדענקען וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט, אז
יעדע מידה קען מען אויסנוצן סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן, און א
וועג.-מענטש דארף טרעפן דעם מיטל
ווען עס קומט צו שווערע מצבים און דער מענטש דארף זיך מחזק זיין, דארף
מען נוצן דעם "זאל זיין אזוי" צו גלייבן אז אלעס איז גוט אפילו מען זעט עס
נישט יעצט אויף דער מינוט, לעבן מיט הכרת הטוב צום אויבערשטן און חזר'ן
די אני מאמינ'ס, ביז ווען מען שפירט די רואיגקייט פון א קינד וואס ווייסט
אז אלעס וואס זיין טאטע טוט פאר אים איז גוט.
אבער ווען עס קומט צו אויסגעבן געלט, דארף מען לעבן מיט א בודזשעט
און זיך נישט לאזן פארפירן פון דעם "זאל זיין אזוי" יצר הרע, און זיך טרעפן
אין חובות וואס נעמט אוועק די מנוחה פון א מענטש.
!א פרייליכן פורים
אליהו הנביא, די מגילה
און ר' יונתן שווארץ
דער רעדאקטאר
845.200.3313 #101
17
March 9 '25
—
—
THE
CROWD
PLEASER
18פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—
,פראגעס
ענטפערס, עצות
און חיזוק
#133
א גוטן, איך האב שטארק הנאה פון דעם כאפצעם קאלום. עס
וואלט געווען ראטזאם פאר דעם וואס האט געהאט א שווינדל וואס
איז געווען אדווערטייזט אין א היימישער אויסגאבע, וואלט מען
לכאורה געדארפט ארויסשרייבן א נאמען, אויב מען קען ביטע מפרסם
זיין מער דעטאלן. אזוי וועלן אנדערע וויסן זיך צו קענען היטן דערפון,
און אזוי אויך אז די אנדערע אדווערטייזמענט קאמפאניס און
אויסגאבעס זאלן וויסן נישט אריינצולייגן יענעמ'ס עד.
ענטפער פון רעדאקציע:
דער ליינער האט נישט דערמאנט דעם נאמען פון דער פירמע,
דעריבער האבן מיר עס נישט אריינגעלייגט. אבער דער אמת איז אז צו
זיין פארנומען מיט ספעציפישע דעטאלן פונעם שווינדלער אדער פון
די פירמע נעמען וועלכע שווינדלער נוצן, קען צומאל דינען קעגן דעם
ציל פון ברענגען אן אויפוואכונג זיך צו היטן פון שווינדלערייען.
דער עיקר ציל מיטן נאכברענגען די אלע פערזענליכע געשיכטעס
און פרישע סקעמס חדשים לבקרים, איז אז עס זאל אריינגיין אין קאפ
אז די שווינדלער הויערן אויף יעדן איינעם און נוצן אלע ערליי
טאקטיקן אריינצונארן זייערע קרבנות, און מ'דארף שטענדיג שטיין
אויף דער וואך.
ווען מ'לייגט דאס גאנצע געוויכט אויף א ספעציפישן שווינדל, א
ספעציפישע קאמפאני, א ספעציפישן סארט אימעיל, וכדו', קען דאס
ברענגען אז דער מענטש זאל מיינען אז דאס איז דער עיקר פון וואס
ער דארף זיין געווארנט, און נאר אויב ער הערט דעם קאמפאני נאמען
אדער ער זעט אז מען נוצט די ספעציפישע שווינדל מעטאדן, בלויז
דאן דארף דאס אנצינדן א רויט לעמפל.
דער אמת איז אבער פונקט פארקערט: ווי יעדער ווייסט וואקסן די
שווינדלער און זייער מעטאדן ווי שוואמען נאך א רעגן. היינט נוצן זיי
טשעיס, מארגן נוצן זיי וואלמארט; היינט פרובירן זיי צו באקומען
אייער סאושעל סעקיוריטי, מארגן פרובירן זיי זיך צו אריינבאקומען
אין אייער קאמפיוטער. און אזוי גייט עס ווייטער זייער שנעל און
געפארפול.
אלזא, אזוי לאנג ווי מען אנערקענט נישט אז יעדער איינציגסטער
טעלעפאן רוף, אימעיל, טעקסט מעסעדזש, אדווערטייזמענט, און סיי
וואס, קען מעגליך זיין א שווינדל, האט מען כמעט גארנישט אויפגעטון.
מיטן זיין וואכזאם איבער יעדן פרישן שווינדל טוט מען נישט אויף
צופיל; דער עיקר איז ארויסצונעמען פון יעדן פרישן שווינדל אז
מ'דארף זיין וואכזאם אלעמאל און איבעראל.
#134
איך האב געזען אפאר וואכן צוריק האט איינער גערעדט וועגן דעם
שווערן טרעפיק אין מאנסי. ס'קומט יעצט פורים, און פורים איז עס
פארשטייט זיך ערגער ווי א גאנץ יאר, וויל איך זאגן וואס איך טו שוין
די לעצטע פאר יאר, און כ'מיין ס'איז זייער א גוטע עצה.
אנשטאט צו גיין טראגן משלוח מנות איינס אזייגער, ווען די גאסן
ווערן שוין אנגעלייגט, שטייט מען אויף אביסל פריער, און מען פארט
ארום ניין אזייגער צופרי. די גאסן זענען נאך ליידיג, און מ'קען ארומגיין
מיט א רואיגקייט.
און עס האט נאך א מעלה אז מ'קען זיין רואיג א גאנצן טאג און
מ'קען רואיג עסן די סעודה, ווייל מ'ווייסט אז משלוח מנות איז שוין
מסודר.
#135
א גוטן, פארגאנגענע וואך איז געווארן באשריבן אינעם כח היחיד
קאלום די תורה עניטיים ארגאניזאציע. איך וויל בעטן אויב מ'קען
אריינלייגן דעם נומער פון זייער האטליין וואו מ'קען אנקומען צו די
שיעורים.
יישר כח.
ענטפער פון רעדאקציע:
דער נומער פון דעם תורה עניטיים האטליין אין אמעריקע איז
. אין ענגלאנד: 647.797.0056 :. אין קאנאדע718.298.2077
.0330.1170305
פּאָסטמאַן
דעם אינגערמאנ'ס טיש
845.200.3313 #102
qa@theyingerman.com
19
March 9 '25
—
—
entire store
just
arrived!
Early Bird
A n y t h i n g & E v e r y t h i n g
ELEGANT
DESIGNS
OF MEN & BOYS
SUITS, TISH BAK-
ITCHES,
MADE FROM
HAND PICKED
FABRIC
20פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—
EUROPEAN MADE
רבני˘ע
בע˜יט˘ע׳ס
‚רויסע ‡ויסוו‡ל פון מלכו˙׳„י‚ע ˜‡לירטע
˜‡סטום „יעזיינט טי˘ בע˜יט˘עס
ספעˆיעלע סחורה מיט ‡ הערליכע פוט
TISH
BEKITSHE
2025
CO L L E C T I O N
MAJESTIC
NEW
21
March 9 '25
—
—
22פרשת כי תשא תשפ״ה
—
—
א
ין רוב פעלער ווען מען ברענגט ארויס דעם "כח היחיד" פון א
מענטש וועלכער האט געגרינדעט אן ארגאניזאציע וכדו' און
דערמיט געברענגט א רעוואלוציע, וועט געווענליך זיין דאס
מציאות אז בשעת מען רעדט פון אים איז ער נאכאלץ דער
איינציגסטער און אויסשליסליכער פארוואלטער איבער דער ארגאניזאציע.
אבער אין אונזער פאל וועלן מיר באשרייבן א איד וועלכער איז געשטאנען אין
שפיץ ביים גרינדן א היסטארישע רעוואלוציע אין כלל ישראל, און עס איז
זינט דאן געווארן גאר גרויס און פארשפרייט, וואס האט געברענגט צו דער
עפענונג פון מערערע פיליאלעס איבער פילע ערטער. אזוי ארום אז טראץ
וואס דער איד איז נאך שטארק אקטיוו אין דער ארגאניזאציע, זענען שוין
אבער דא א רייע מיטהעלפער פון אסאך ערטער, וואס באמת קען יעדער
איינער פון זיי ווערן באשריבן אין גאנצע בלעטער. פארט וועלן מיר זיך
קאנצענטרירן אויף דעם איינעם עסקן, נאך וואס ער האט פאקטיש געגרינדעט
די ארגאניזאציע, צוזאמען מיט נאך א גרופע העלדישע אידן וועלכע האבן
געטוישט די וועלט מיט זייער עסקנות.
דער קאנדידאט איז דער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה, הרב בנציון
אוירינג שליט"א, יושב ראש זק"א ירושלים, וואס אויסער זיין עסקנות און
איבערגעגעבנקייט אין זק"א איז ער אויך אן אקטיווער הצלה מיטגליד און אן
עסקן פאר אידן וועלכע שמאכטן אין טורמע, און וואו אימער עס איז דא
עפעס וואס קען נוצן הארץ און עסקנות איז ער דערין בכל לבו ונפשו.
זיין ראלע אין הצלה האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען א מלמד אין
"ת"ת שומרי אמונים". אמאל האט פאסירט אז א קינד איז אראפגעפאלן
אינמיטן שפילן, און עס האט זיך אים צעבראכן צוויי ציינער. א מלמד האט
זאפארט געכאפט א שטיקל וואטע און עס אריינגעלייגט ביי די ציינער
אפצושטעלן דעם בלוט פלוס. און ר' בנציון האט געכאפט זיין אויטא און
אפגעפלויגן מיטן קינד צו א לאקאלן שפיטאל.
שוין טיף אינמיטן וועג האט ער פלוצים געהערט א קוויטש אינעם אויטא.
דאס קינד האט זיך אנגעהויבן צו שטיקן, און ר' בנציון איז געווארן דערשראקן
און אנגעהויבן פליען צום עמערדזשענסי רום, ווען דאס קינד פארלירט דעם
קאליר אויפן פנים און ווערט בלוי. אין עמערדזשענסי רום האבן די דאקטורים
גלייך געכאפט אז דאס קינד שטיקט זיך פון דעם שטיקל וואטע. זיי האבן
גלייך ארויסגעצויגן די וואטע פונעם קינד און אים ב"ה געראטעוועט. די
איבערלעבניש, מיט נאך עטליכע עפיזאדן וועלכע האבן נאכגעפאלגט, האט
באוואויגן ר' בנציון זיך צו גיין לערנען און זיך אנשליסן אין הצלה.
אין דער זעלבער צייט האט ער אנגעהויבן מיט עסקנות, ארויסצוהעלפן
דעם גרויסן עסקן ר' שלמה אייזנבאך ז"ל, פארוואלטער פון דער "מוניות
אייזנבאך" טעקסי פירמע. אינאיינעם האבן זיי געהאלפן באפרייען אידן פון
טורמע, און אסאך עוסק געווען אין אפראטעווען נפטרים פון געשענדעט
ווערן, שטייענדיג אין א צייט ווען ניתוחי מתים איז געווען אן אנגייענדע
ערשיינונג רח"ל.
אבער דער גולת הכותרת פון זיין עסקנות איז זיכער געווען דאס גרינדן די
ארגאניזאציע "זק"א".
אנגעהויבן האט זיך עס ווען ר' בנציון איז געווען אקטיוו אין דער "חסד של
אמת" ארגאניזאציע, וועלכע פלעגן אנקומען צו דער סצענע פון יעדן אומגליק
ארויסצוהעלפן מיט כבוד הנפטרים. אויסער די עסקנים פון חסד של אמת
פלעגן אויך קומען גוטע אידן און צוהעלפן מיט פארשידענע הילף ביי די
סיטואציעס. ארויסהעלפן האט באדייט צו צוזאמנעמען אברים אד"ג.
די עסקנים האבן געארבעט שווער, און עס האט נישט אויסגעזען אז עפעס
דארף זיך טוישן אין דעם הינזיכט. אבער אין חודש תמוז תשנ"ה האט פאסירט
אטאקע דורך א טעראריסט וועלכער -א שרעקליכע זעלבסטמארד טעראר
האט זיך אויפגעריסן און אומגעברענגט פינף אידן הי"ד. די עסקנים פון חסד
של אמת האבן דארט שווער געארבעט טראץ די שוידערליכע סצענעס, און ווי
אויך האבן נאך אידן ארויסגעהאלפן מיט דער ארבעט. אבער נאכן ענדיגן די
ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס פעלן געוויסע אברים. די עסקנים
האבן זיך דערשראקן און ווייטער געזוכט אין יעדן מעגליכן ווינקל, אבער
גארנישט געפינען.
הערשט שפעטער איבערן טאג, האט א איד אריינגערופן ר' בנציון און אים
דערציילט אז ער איז געקומען אלס וואלונטיר ארויסהעלפן אויף דער סצענע
און גענומען אלעס וואס ער האט געטראפן ביי זיך אין אויטא, אבער צוליב א
סיבה האט ער געמוזט אוועקפארן אינצווישן, און אצינד וויל ער אלעס
אריבערברענגען צו ר' בנציון.
דאס האט געגעבן א שטארקן שאקל פאר דער חסד של אמת ארגאניזאציע,
ווייל דאס באדייט אז צוליב פארנאכלעסיגונג דארפן די משפחות פון די
נפטרים אריבערגיין אזויפיל צער און עגמת נפש. ווען אזא געשיכטע האט זיך
איבערגעשפילט, זענען די עסקנים געקומען צו דער החלטה אז עס מוז קומען
א טויש אין דעם הינזיכט.
דאן איז באשלאסן געווארן אז פון דעמאלט און ווייטער וועט מען בלויז
צולאזן אזעלכע וואס זענען קוואליפיצירט זיך אפצוגעבן מיט דער ארבעט, און
מ'קען בלויז באשטעטיגט ווערן נאכן דורכגיין א קורס וואס וועט געבן די
ריכטיגע געצייגן וויאזוי צו זיך צו פירן.
כח היחיד
הרב בנציון אוירינג שליט"א
אן איינצלנער מענטש
ביז א - מיט א געדאנק
רעוואלוציע אין דער וועלט