ISSUE 24 — Mar. 23 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — פרשת פקודי תשפ״ה — בס״ד
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלCANADA\UK
ווען .אין אפיס
ארבעטער נעמען
פערזענליכע פאון
קאלס אין אפיס
C A R E A T H O M E
QUALITY CARE THAT
COMES TO YOU
— AT NO EXTRA COST!
וואו גייט מען חול
?המועד האלטן
28 ליינט זייט
!נייע סעריע
ליינט מיט
...שפאנונג
Mention the YIDENE to receive
an additional discount
ניי
געבוירן
.חכמת נשים
א שמועס צווישן די ווענט
פון קימעפטארן היים
די
דעסטינאציע
פאר אייער
קינד'ס
שלימות.
בס"ד
טורעם -"לנפש" איז דער לייכט
אויפצושיינען די אינערליכע וועלט פון
אייער קינד וואס גייט דורך שוועריקייטן
—— באגלייט דורך געניטע עקספערטן
וועלכע וועלן פארזיכערן אז אייער קינד
דערגרייכט זיין העכסטן פאטענציאל.
845.915.9965
office@lonefesh.com
:פ א ר מ ע ר א י נפ א ר מ א צ י ע
KAYGROUP.CO
March 23 '25
—
—
ווייז יעדעם
וואס דו קענסט
"גוטאג" איז די פלאץ
וואו קינדער קומען
אויסנוצן די פרייע
שעות מיטן ארויס געבן
זייערע אינערליכע
קריעטיווע טאלאנטן.845.666.8664
פלעצער זענען
באגרעניצט:
אנגעפירט דורכ'ן טאלאנטפולן
ר' דוד הערשקאוויטש הי"ו
ART
CLASSES
לייכטע
איבערבייס
צוגעשטעלט
T O O G
4פרשת פקודי תשפ״ה—
—
Monroe:
101 Carpenter Pl. (Off Lake St.)
Monroe, NY 10950
845.777.8660
upstate@swappliances.com
www.swappliances.com
Brooklyn:
162 Wallabout St.
Brooklyn, NY 11206
718.387.8660
brooklyn@swappliances.com
Visit us online
Your Pesach Kitchen
is still closed.
But it’s not too early to think of what’s missing or
needs to be replaced on the other side of the door.
Order your appliances now and get ready to stock your freezer.
March 23 '25
—
—
F O R I N Q U I R I E S R E A C H O U T T O 2 0 1 . 7 0 2 . 5 1 6 4
cfting your dream home
@ a l e x a n d r a x d e s i g n s
Alexand
6פרשת פקודי תשפ״ה—
—
WHEN A CALL IS ENOUGH
Telehealth
MOST
INSURANCES
ACCEPTED
CARE FOR
AGES 1-65
OUR PROVIDERS ARE STANDING BY, READY TO OFFER REAL ANSWERS, QUICK
DIAGNOSES, AND PRESCRIPTIONS FOR COMMON MEDICATIONS—ALL THROUGH
A SIMPLE PHONE CALL. WHENEVER YOU NEED US, WE’RE HERE.
SCHEDULE YOUR SAME DAY APPOINTMENT
845.208.2060
OUR AT HOME TESTING SERVICES WILL SOON BE
AVAILABLE TO ROCKLAND RESIDENTS
March 23 '25
—
—
65 ROUTE 59
IN THE GENUINE SHOP
SUN.–THURS. 12PM- 7PM
845.587.1214
MEGA
MOVING
SALE
8פרשת פקודי תשפ״ה—
—
March 23 '25
—
—
699
899
פרשת פקודי תשפ״ה
MAR. 23 ‘25 — ISSUE 24
12
12
16
20
26
32
30
פרשה פונקען
חכמת נשים
נאטירליך
Reflections
אין אפיס
פארזעצונג
רעסעפיס
צירקל© The Yidene Publication.
Published by The Yingerman
Publication Inc. All rights
reserved. No part of this
publication
may
be
reproduced in print or digital
form without prior written
consent.
The
publisher
reserves the right to edit all
submissions for clarity, length,
and
editorial
standards.
Submitted materials will not
be returned. The Yingerman
Publication is not liable for
the kashrut of any advertised
product or service featured in
these pages. Additionally, The
Yingerman
Publication
assumes no responsibility for
the
content
of
articles,
advertisements, or referenced
books within this publication.
THE YIDENE
WEEKLY FREE PUBLICATION
MAILING
215 MOUNTAIN VIEW DR.
MONROE, NY, 10950
—
EDITOR’S DESK
EDITOR@THEYIDENE.COM
845.666.0056 EXT. 108
—
COMMENTS AND
SUGGESTIONS
FEEDBACK@THEYIDENE.COM
845-377-0057
—
ADVERTISING
ADS@THEYINGERMAN.COM
845.666.0056 EXT. 1
—
WEBSITE
WWW.THEYINGERMAN.COM
Build your non-profit website
for only $79/month
SIMPLEFUNDRAISING.ORG
Drive funds.
Without breaking the bank.
Your Branding
Your Mission
Dynamic Images
Enhanced Donation Options
ATTENTION NON-PROFITS
INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM
35
42
,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק
feedback@theyidene.com
845-377-0057
משלוח מנות מיט א פשט
אינבאקס
איך וויל צולייגן מיין מיינונג צו דעם בריוו וואס איז
אריינגעקומען צו דער 'אידענע', פון דער משפחה וואס
.גיבט נישט קיין משלוח מנות
וועג, און מען קען-איך מיין אז עס איז דא א מיטל
אויפגעריסענע משלוח מנות ווי-געבן א פשוט’ע, נישט
מען פלעגט געבן אמאליגע צייטן, אנשטאט וואס מען
.זאל אינגאנצן באזייטיגן די הייליגע מצוה
עס איז שוין טאקע נאך פורים, אבער עס קען נוגע
.זיין אויך פאר די קומענדיגע יארן
א גרויסן יישר כח פאר דער 'אידענע', איך האב זייער
.שטארק הנאה דערפון
א ליינערין
אינטערוויוס מיט אינהאלט
חכמת נשים
איך האב זייער הנאה פון די אינטערוויוס. מען זעט
אז עס גייען אריין כוחות צו אפירזוכן פרויען וואס
.האבן אינטערעסאנטע זאכן מיטצוטיילן
ספעציעל האב איך זייער הנאה געהאט פון דעם
שמועס מיט מרת. גאלדשטיין לעצטע וואך, און אזוי
.אויך פון דעם אינטערוויו מיט מרת. קאצענשטיין
איך האב שוין געוואלט נעמען איר קורס א לאנגע
,video צייט צוריק, אבער אזוי ווי עס איז געווען א
איז עס נישט געווען שייך. יעצט נאך דעם ארטיקל
האט זי באקומען פיל פארלאנגען פון פרויען וואס
non-video האבן געבעטן אז זי זאל צושטעלן א
אזads אפציע, און איך בין צופרידן צו זען אין די
.מען האט עס טאקע צוגעלייגט
!א גרויסן יישר כח פאר אייער ארבעט
מרת. דייטש
אויסנאמע השקפה'דיגע ארטיקלען
, אבער איךsuggestion איך האב נישט קיין שום
וויל יא איבערגעבן ווי איבערגענומען איך בין פון די
הערליכע ארטיקלען. די פיל השקפה וואס מען לייגט
!אריין אין דער 'אידענע אויסגאבע' איז אויסנאם
food for אנגעהויבן פון די פרשה פונקען, די
וואו מען קען לייגט מען- , די פארזעצונגthought
!אריין נאך ריינע השקפה און יראת שמים
אין דער היינטיגער שווערער וועלט איז א מחי' צו
באקומען אומזיסט אזויפיל שיינע געדאנקען יעדע
.וואך
איך ווארט דערויף יעדע וואך, און איך ליין עס
…דורך פון דעקל צו דעקל
!א גרויסן יישר כח, דער זכות זאל אייך ביישטיין
)-(
אפקלאנגען פונעם אמת'ן לעבן
Reflections
Reflections איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר דער
קאלום. איך האב זיך זייער פיל געלערנט פון דער סעריע
וואס איז געלאפן אין די פארגאנגענע פאר וואכן. כאטש
איך בין נישט אויף אזא עקסטרעם, האט עס מיר געגעבן
.אסאך וויכטיגע אינפארמאציע און שטאף צו טראכטן
:איך וויל צולייגן א נקודה וואס מענטשן כאפן נישט
מען דארף געבן פאר א מאן זיין 'ספעיס', סיי פיגוראטיוו
און סיי אין ווירקליכקייט. מען דארף אים נישט נאכיאגן
.און שטיין אויפ'ן קאפ. עס ברענגט נישט קיין גוטס
אזוי אויך דארף מען געבן די 'ספעיס' אז ער מוז נישט
אייביג גיין און קומען מיט דער בני בית, און מען מוז
.נישט אייביג זיין אינדערהיים
.יישר כח
)-(
12פרשת פקודי תשפ״ה—
—
פרשה פונקען
א פונק וואס מיר
קענען ארויסנעמען
פון דער פרשה
ד
האט
וועלכע
פארפאלק
אס
געוואוינט ביים עק גאס האט נישט
געצויגן קיינעמ'ס אינטערעסע. זיי
האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין
וועזן ארום זיך, קיינמאל נישט געדארפט
ווייסערס פון-אנקומען צו די שכנים. די אלץ
שטעטל האבן געוואוסט צו זאגן אז זיי זענען
שוין פארהייראט לאנגע יארן, אבער דערווייל
האט זיך נאכנישט געהערט דאס קול פון א
.קינדיש געלעכטער אין זייער שטילע דירה
און מיטאמאל זענען זיי פארוואנדלט
געווארן אין א זאפטיגן צובייס פאר נייגעריגע
,צונגען. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמועה
און מיט א בליץ שנעלקייט האט עס
.געשפרייזט פון מויל צו אויער
"איך האב עס אליין געהערט פון דעם
דאקטאר'ס שכן," האט א געוויסער איד, דער
עמטליכער פארקויפער פון פרישע נייעס אין
שטעטל, באהויפטעט. "ר’ ליפא'ס פרוי איז
חרוב קראנק. דער דאקטאר זאגט אז אירע
".טעג זענען געציילטע
."אזוי?" האט דער עולם געהויבן ברעמען
"דארף מען זען וואס מען קען טון
".ארויסצוהעלפן דעם מצב
נאך אזויפיל רעדן האבן זיי טאקע געטון
עפעס למעשה. עטליכע אידענעס פון שטעטל
זענען געגאנגען צו דעם שטילן הויז און
.פרובירט צו לינדערן די ליידן פון די קראנקע
.עס איז אבער נישט געווען צופיל וואס צו טון
עטליכע טעג שפעטער האבן די איינוואוינער
פון שטעטל באגלייט ר’ ליפא'ס רביצין צו איר
אייביגן רו, און דאן איז דער פרישער אלמן
פארוואנדלט געווארן אין דעם עמטליכן
.רחמנות פון דעם שטעטל
אויב ביז דאן האט זיין געשטאלט ערוועקט
א שטריך פון סימפאטיע אין הארצן – פארט
א קינדערלאזער איד – האט זיין יעצטיגער
מצב אים אריינגעשטעלט אין גאנץ אן אנדערע
סעקטע פון דער מענטשהייט. אצינד איז ער
געווען אן עלנדער אלמן, איינזאם אליין, אן
קיין קרוב, און די אידן פון שטעטל זענען
.געווען אנטשלאסן אים ארויסצוהעלפן
מיט פארפרעסטע ליפן האבן זיי דן געווען
איבער זיין מצב. "מען מוז אים טרעפן א
שידוך," זענען זיי געקומען צו אן איינשטימיגע
החלטה. "שטעל זיך נאר פאָ ר, אויב האט ער
פון פריש חתונה, קען ער נאך זוכה זיין
"!איבערצולאזן דורות
דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אויף דער
יארכע אפירצוזוכן עפעס א פאסיגן שידוך. און
,אז מען נישטערט אין אלע עקן און ווינקלען
טרעפט מען צום סוף. ערגעצוואו אין א צווייט
יונגע-שטעטל האט געוואוינט א רעלאטיוו
אלמנה אן קינדער, וועלכע האט מסכים געווען
צום פארשלאג און זיך אריבערצוציען צו זייער
.שטעטל
באקרוינטע שדכנים האבן זיך-די זעלבסט
!געריבן די הענט מיט גליק. מזל טוב
דאס פרישע פארפאלק'ס מזל איז טאקע
געווען דורכגעוועבט מיט שטריקן פון גליק. א
יאר נאך דער חתונה איז ר’ ליפא געווארן
באקרוינט מיט'ן צויבערפולסטן טיטל אין דער
וועלט: טאטע. ניטאמאל האט ער געוואוסט
ווי אזוי מען האלט אזא קליינע קוויטשעדיגע
באשעפעניש, אבער ער האט זיך זייער שנעל
.צוגעלערנט
זיין בן יחיד איז אונטערגעוואקסן, צו דער
פרייד פון זיינע עלטערן און דעם שטאלץ פון
דעם גאנצן שטעטל. ער איז געווען א געראטן
האט
קאפ
שארפער
וועמענ'ס
קינד,
אויסגעברייטערט זיין טאטנ'ס הארץ מיט
נחת. ר’ ליפא איז שוין געווען אן עלטערער
איד, און כסדר האבן זיך געגאסן תפילות פון
זיינע ליפן, געבעטן אז ער זאל דערלעבן
חתונה צו מאכן דעם קינד און זוכה זיין צו
.שעפן נחת פון נאך א דור
ער האט שוין אנגעהויבן אויסהערן שידוכים
פאר זיין בן זקונים, טראצדעם וואס ער איז
נאך געווען היבש יונג, ווען ווי א דונער
אינמיטן העלן טאג איז דער זארגלאזער גליק
.האסטיג איבערגעריסן געווארן
ר’ ליפא איז אהיימגעקומען איין טאג צו א
פרוי מיט רויטע, פארוויינטע אויגן און א זון
.וועלכער איז געליגן פארשמאכט אין בעט
"וואס איז געשען?" האט ער דערשראקן
.געפרעגט
"יהודה פילט זיך נישט גוט," איז געקומען
דער שטילער, טרויעריגער ענטפער. "דער
דאקטאר איז שוין דא געווען. ער זאגט אז ער
האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען אזא
געפערליכע, אגרעסיווע מחלה, און..." זי האט
נישט געענדיגט אירע ווערטער; עס האט
.נישט אויסגעפעלט
ר’ ליפא'ס פנים האט פארלוירן יעדעס
ברעקל פארב. פלוצלינג האבן אלע זיינע
ביינער געפילט זייער עלטער. ער האט זיך
דערנענטערט צו זיין זונ'ס בעט און מיט
שוידער באמערקט אז טראצדעם וואס זיינע
.אויגן זענען טאקע אפן, זענען זיי אומזעבאר
יהודה האט דורכגעקוקט זיין טאטן ווי ער
וואלט געווען געמאכט פון א שטיקל
דורכזיכטיגע גלאז, און אנגעהאנגען א
.פארשטארטן בליק אויף דער וואנט
ווער איז דער פרעמדער וועלכער ליגט דא
,אויף יהודה'ס בעט? איז דאס זיין בא'חנ'טער
?באליבטער זון
.ר’ ליפא'ס הארץ איז פארקראמפט געווארן
ער האט פארמאכט זיינע אויגן, און דאן זיי
",געעפנט, אנטשלאסן. "איך פאר צום רבי'ן
האט ער געמאלדן. ער האט זיך געשווינד
צאמגעפאקט און געשפאנט צו דער טיר זוכן
,א וואגן. ביים שוועל האט ער זיך צוריקגעדרייט
און געווארפן א פאר'צער'טן בליק אויף זיין
זון. זיין הארץ האט געפלאטערט מיט א
שרעקליך פארגעפיל. ווער ווייסט אויב דאס
איז נישט דאס לעצטע מאל וואס ער וועט זען
זיין זון ביים לעבן? וועט ער דורכלעבן די טעג
– לא תבערו אש וגו' ביום השבת
.)איר זאלט נישט אנצינדן קיין פייער אין טאג פון שבת (שמות
די ספרים הק' ברענגען פון זוהר הק', אז דער פסוק קומט אונז זאגן אז
.שבת דארף מען דערווייטערן פון הארץ יעדן סארט כעס אדער עצבות
13
March 23 '25
—
—
ווען ער וועט זיין אפוועזנד פונדערהיים, און
אויפנעמען זיין טאטן א לעבעדיגער ווען ער
?קערט זיך צוריק פון רבי'ן
ר’ ליפא האט באפוילן דעם בעל עגלה צו
טרייבן די פערד אן רחמנות. דעם וועג האט
ער פארברענגט מיט תפילות וואס זענען
געקומען גלייך פון דעם טיפסטן פינטל פון א
.טאטנ'ס צעבראכן הארץ
דער וואגן איז געקומען צו אן אפשטעל
אינדרויסן פון דעם הויז וואו עס האט
.געוואוינט הגה"ק רבי איציק'ל נעשכיזער זי"ע
ר’ ליפא איז אראפגעשפרונגען פון וואגן ווי א
קינד, און איז אריינגעלאפן אינעווייניג מיט א
,בהלה. "רבי," האט ער דרינגענד געשריגן
"!"רבי
דער הייליגער נעשכיזער איז געווען
פארנומען ווען ר’ ליפא איז אנגעקומען, זיינע
הייליגע הענט האבן געהאלטן אינמיטן
אנגעגרייטן די ליכט אויף שבת, און ער האט
זיך אויסגעדרייט צו ר’ ליפא'ן און געגעבן א
"!געשריי, "שבת! שבת
.ר’ ליפא איז געבליבן שטיין פארפרוירן
פארוואס וויל אים דער רבי נישט לאזן
אויסרעדן? מיינט ער אים צו זאגן אז עס איז
שוין באלד שבת, און עס איז נישט קיין זמן צו
רעדן פון צרות? אבער זיין קינד שוועבט דאך
צווישן לעבן און טויט; ווער קען אים דען
גאראנטירן אז נאך שבת וועט נאך זיין וועמען
?צו מזכיר זיין
ר’ ליפא האט איינגעזען אז זיינע הענט
זענען געבינדן; אצינד קען ער נישט
ארויפווארפן זיין פעקל צרות אויפ'ן רבי'נס
.אקסל
די ביטערע בשורה האט זיך פארשפרייט
אין נעשכיז ווי א פייער אויף אויסגעטרוקנטע
ביימער. ווען ר’ ליפא איז אריינגעקומען-דארן
צום טיש, האט אים דער פארזאמלטער עולם
.געשאנקען ווארעמע, רחמנות'דיגע בליקן
וועמענ'ס הארץ איז דען נישט אויסגעגאנגען
פאר דעם איד וועלכער האט ענדליך דערלעבט
א בן זכר נאך אזויפיל יארן, און אצינד, אויף
?דער עלטער, האלט ער אים ביים פארלירן
מען האט אנגעהויבן זינגען זמירות, און
כוואליע דורכגעפארן-מיטאמאל איז א שאק
דעם גאנצן צימער. ר’ ליפא, דער איד וועמענ'ס
מצב האט גערירט דעם עולם ביז טרערן, האט
גאר געהויבן זיינע פיס אין דער לופטן און
!האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ
שטוינונג און וואונדער האבן פארפלייצט
דעם עולם. וואס פריידט ער זיך אזוי? ס'איז
דאך שבת; עס איז נישט מעגליך אז ער האט
באקומען א ידיעה פונדערהיים אז דער מצב
האט זיך פארבעסערט. אויף ר’ ליפא'ס פנים
איז קענטיג געווען אז דער ריקוד איז נישט אן
אנשטעל, זיין גאנצער מהות האט געפלאקערט
מיט א טיפער, אינערליכער שמחה. ווי קען זיך
א טאטע פרייען ווען זיין זון ראנגלט זיך מיט
?דעם מלאך המוות
’לאנגע שעות זענען פארבייגעגאנגען און ר
ליפא האט געטאנצט מיט כוחות וואס האבן
.ממש נישט געהערט צו א איד אין זיין עלטער
ווען דער טיש האט זיך געענדיגט און ר’ ליפא
,האט זיך אראפגעזעצט כאפן דעם אטעם
האט זיך א נייגעריגער איד צוגעשלייכט צו
.אים
"וואס האט דיך אזוי ארויסגעברענגט פון די
.גלייזן?" האט ער געפרעגט מיט וואונדער
ר’ ליפא האט זיך צעשמייכלט. "ווען דער
רבי האט געשריגן אויף מיר 'שבת! שבת!' האב
איך זיך דערמאנט א תורה וואס איך האב
אמאל געהערט פונעם רבי'ן. פופצן יאר צוריק
בין איך דא געווען שבת בראשית, און דער
שפיץ פון דער תורה וואס דער רבי האט דאן
משמיע געווען, איז געווען אז דער שבת איז
אן ערזאץ פאר אלעס. אפילו א מענטש האט
שוועריקייטן ברוחניות אדער בגשמיות, איז
".דער שבת פאר אים א ישועה
מוצאי שבת האט א קלאפ אין טיר
געברענגט א טעלעגראם פאר ר’ ליפא'ן. "דער
קריזיס איז פארביי," האט עס געלויטעט אין
קורצע ווערטער. "ער איז אויפ'ן וועג צו א
".גענצליכער רפואה
איז
טאטע
גליקליכער
דער
ווען
מקורבים
די
האבן
אהיימגעפארן,
איבערגעשמועסט די מעשה. דער נעשכיזער
האט אויפגעכאפט זייער שמועס. "וויסן זאלט
איר," האט ער זיי אנטפלעקט, "אז ווען דער
איד איז אריינגעקומען צו מיר, האב איך געזען
ווי דער מדת הדין הענגט העכער אים. עס איז
נישט געווען קיין זאך וואס איך האב געקענט
טון מבטל צו זיין די ביטערע גזירה. איך האב
זיך דעריבער באנוצט מיט'ן כח פון דעם שבת
,אריינצוברענגען אין דעם איד קדושת שבת
און מיט דעם וואס ער האט זיך אנגעכאפט
אין דער קדושה פון שבת, איז ער
".ארויסגעגאנגען פון אלע זיינע פראבלעמען
א. סאלאמאן
14פרשת פקודי תשפ״ה—
—
l x u r e . c o m | 7 1 8 - 5 0 1 - 3 9 1 1 | i n f o @ l x u r e . c o m
M i a m i | T o m s R i v e r | B r o o k l y n
Tight budget
High standards
Kosher environment
Limited exibility
Kollel Couples- we get you
Take this opportunity to cash in on our
Bein Hazmanim special, designed to
make your vacation dreams come true!
Choose between, Miami, Toms River
and Brooklyn, wherever your heart calls,
and get ready for some well priced
peace of mind.
15
March 23 '25
—
—
Keep drawers neat with stylish,
adjustable dividers.
1. Divide &
Delight
Once you’ve decluttered your drawers and kept only your true treasures, it's time to take it up
a notch! Drawer dividers are the ultimate game-changer, keeping everything in its place while
adding a sleek, stylish touch. They’re practical, adjustable, and can be used anywhere—kitchen,
bedroom, laundry room, or beyond. Choose colors and sizes that match your space for the best
results. Once you try them, you’ll wonder how you ever lived without them!
Tidiness,
Unfolded
Pesach cleaning is in the air, and while you're already
deep in scrubbing mode, why not add a little organizing
magic?
But let’s be real—this isn’t the time for a full-blown
makeover. Don’t stress yourself out! Save the detailed
organizing for spring when you have more time. Instead, focus on simple
upgrades that make your home effortlessly functional, stylish, and easy to
maintain all year round.
Ready to transform your space? Let’s go!
Smart storage for craft supplies
and card games.
2. Crafted to
Perfection
Reach out to Unfold for all
your organizing essentials,
and to book an appointment
with an in-house organizer.
Phone: 845.325.9462
Email: orders@unfoldorganizing.com
Address: 8 Lemberg ct. #006a
Monroe, NY 10950
Pesach
cleaning
Messy craft supplies? Scattered card games? Not anymore! These genius
storage cases make it easy to separate and categorize everything while keeping
your space neat and clutter-free. Simply line them up in a multi-purpose bin for
instant access and effortless maintenance. Want a perfectly uniform closet? Use
these containers for everything! Now, you can treat your kids to their favorite
crafts—one at a time—in an organized way. They’ll be forever grateful. Try it—you
won’t believe the results!
Say goodbye to clutter with
sleek shelf dividers.
3. Shelf It Right
Tired of washing endless storage containers? Make space (and your life) easier with sleek shelf
dividers! They give your closet a polished, high-end look while making sure every item has its
place. Plus, you’ll have a clear view of your wardrobe, making outfit-picking a breeze. Just be sure
to keep your clothing neatly folded for that flawless, showroom look.
Pro tip: Keep only the current season’s clothes in your prime closet space. When a new season
rolls around, “shop” from your storage bins or top-shelf containers—you’ll be amazed at the beau
tiful pieces you already own!
Time to
Clean,
Time to
Organize!
Week 1 of 3
16פרשת פקודי תשפ״ה—
—
געבוירן-ניי
חכמת נשים
א שמועס מיט
אינספיראציע
17
March 23 '25
—
—
א
!גוטן
ווי מיר הערן, פארמאגט איר
א פאסטן וואס איז נישט אזא
געווענליכע. וואס האט אייך
געמאכט אויסוועלן דווקא אזא
?סארט ארבעט
גערעכט, עס איז היבש אומגעווענליך און
נישט די טיפישע אפיס אדער געשעפט
פאזיציע. אבער דער אמת איז אז איך האב עס
קיינמאל נישט ממש אויסגעוועלט; מיט א
צייט צוריק האט מען מיך אנגערופן אנטראגן
די דזשאב, און אזוי ווי איך האב זייער א
, האט עסnewborns שטארקע געפיל צו
זייער גערעדט צו מיר. נאכ'ן זיך איבערטראכטן
האב איך געמאכט דעם באשלוס און עס
אנגענומען, און איך האב נאכנישט חרטה
.געהאט ב"ה
הייסט אז איר האט עס נישט אליין ■
אויסגעקליבן, נאר עס איז צוגעשיקט געווארן
צו אייך פון הימל. צי קענט איר טראכטן א
סיבה פארוואס מען האט פונקט אייך
?אנגערופן
ווער עס קען מיך ווייסט אז איך האב א
. נאך פון אלסnewborns שטארקע געפיל צו
קינד געדענק איך זיך ווערן צוגעצויגן צו די
געבוירענע פיצלעך, ווען די לויטערקייט-פריש
און הימלישקייט בארירט מיין הארץ. די וואס
האט מיך דעמאלטס גערופן האט מיך גוט
געקענט, און אזוי ווי מען האט דעמאלטס
געזוכט ארבעטערס, איז איר זעט אויס
בייגעפאלן אז איך וואלט געקענט זיין א גוטע
.קאנדידאט
?ווילאנג האלט איר שוין אָ ן דעם פאסטן ■
איך בין אריין דארט א יאר נאכדעם וואס
אשת חיל האט זיך געעפנט. דאס מיינט, אז
.איך ארבעט שוין יעצט פאר ארום זעכצן יאר
, דאס איז א לאנגע צייט! ווייזט אויסWow ■
…אז איר האט טאקע הנאה דערפון
איז לאמיר הערן אביסל מער איבער די
האט אירshift טעכנישע פרטים. וועלכע
?געווענליך
איך בין דארט פון זיבן אזייגער צופרי ביז
דריי אזייגער נאכמיטאג, פיר מאל א וואך. עס
.טיים פאזיציע-איז א כמעט ווי א פול
פיר מאל א וואך, אכט שעה א טאג, און ■
שווערע, אויסמוטשענדע-דערצו א פיזיש
ארבעט – צי פילט איר נישט אמאל אז עס איז
?צו סאך פאר אייך
עס איז אפשר שווער, אבער פאר מיר איז
עס נאכמער געשמאק און פול מיט
באפרידיגונג. זיך מטפל זיין מיט די לויטערע
נשמות גלייך פון גן עדן ארויס, ברענגט מיר
אזויפיל סיפוק! נאכ'ן אהיימקומען פון א טאג
ארבעט שפיר איך אזוי אויפגעטון; איך פיל אז
מיין טאג איז געווארן אנגעפולט אויף דעם
בעסטן אופן שייך. וואס קען זיין מער
אויפגעטון ווי ארויסהעלפן אויסגעמוטשעטע
אידישע מאמעס זיך אויסרוען און קומען צו די
כוחות, און נאך אין דער זעלבער צייט זיך
געבוירענע-ניי
הארציגע
מיט
אפגעבן
…בעיביס
הארציג און געשיקט
!איך מוז זאגן, עס הערט זיך מורא'דיג ■
וועלכע עלטער און וועלכע סארט מענטש
וואלט איר געזאגט איז געאייגנט פאר אזא
?סארט פאזיציע
באמת זענען דא דאס נוירסעס פון אלע
עלטערס, אבער בדרך כלל איז עס מער פאסיג
פאר פרויען וואס האבן שוין נישט אזעלכע
קליינע קינדער, וויבאלד די צייטן פון אלע
פאדערן איבערצולאזן די קינדערshifts
. צופרי אדער ביינאכט- אביסל
ווייטער צו וועלכן סארט מענטש? איז קודם
כל דארף מען קענען האבן פארשטענדעניש
צו די מאמעס. מיר האנדלען מיט שוואכע
קימפעטארינס, און ס'איז זייער וויכטיג צו
קענען ריכטיג האנדלען מיט זיי. נאכמער, עס
מאכט זיך גענוג מאל איך זאל דארפן דינען
אלס ערזאץ פאר א מאמע צו זיי. פרויען
,קומען צומאל אן נאך שווערע איבערלעבענישן
,אסאך האבן נעבעך נישט קיין אייגענע מאמע
אפילו פאר גוטע סיבות – זייער מאמע מאכט
חתונה א קינד אדער איז גאר אליין א
קימפעטארין! די אלע פרויען דארפן איינע
וואס זאל זיי אויסהערן, געבן א גוט ווארט, אן
עצה, אביסל הילף, אדער סתם די פארזיכערונג
.אז זיי טוען גוט
פארשטייט זיך אז מען דארף אויך האבן א
, און מעןnewborns געפיל צו האנדלען מיט
.'ןmulti-task דארף קענען
,איינע וואס איז טאקע געמאכט דערפאר
וועט באמת הנאה האבן פון די ארבעט. מען
,זאגט אז איינער וואס האט ליב זיין ארבעט
האט נאכנישט געארבעט שווער קיין טאג אין
!זיין לעבן. איך קען עס זאגן מיט א פולן מויל
יעדן צופרי ווען איך גיי צו די ארבעט בין איך
פשוט גליקליך. און נאכמיטאג, ווען איך קום
ג. דאווידאוויטש
. די הימלישע סצענע פון צענדליגער פיצעלע נשמות וואס ליגן אויסגעלייגט איינע נעבן אנדערן, גענצליך אומבאהאלפן און…אהה
…אנגעוויזן אין זייער מאמעס... א ריח פון גן עדן שפירט זיך אין דער לופט
א קימפעטארן היים איז א פלאץ פון רואיגקייט און אנגענעמליכקייט, אויסגעשטעלט באקוועם פאר די פרישע מאמעס צו קומען צו
…זיך, אזש עס לאזט זיך זאגן אז עס איז דער בעסטער פלאץ וואו א פרוי קען זיין אנגעשטעלט
אט איז א שמועס מיט איינער פון די אויסדערוועלטע פרויען וואס פארמאגן א פאסטן אין דער בארימטער "אשת חיל קימפעטארן
.היים", באדינענדיג די פיצלעך און זייערע מאמעס מיט אויסנאמע געטריישאפט
18פרשת פקודי תשפ״ה—
—
!אהיים, בין איך זאט און באפרידיגט
,'ןmulti- task איר האט גערעדט וועגן ■
?וואס מיינט איר דערמיט
לאמיר נעמען א ביישפיל וואס קען זיך
כסדר מאכן: צוויי בעיביס הייבן אן צו וויינען
אויפאמאל. יעצט דארף מען קענען געבן פאר
,איינעם א צומי, רופן דעם צווייטנ'ס מאמע
און ביזדערווייל בארואיגן א בעיבי וואס האט
זיך צוקרעכצט; צוויי מאמעס שטייען ביי דער
טיר און ווארטן, דער טעלעפאן קלינגט און
קלינגט, און אינצווישן דארף א בעיבי ווערן
געטוישט. בקיצור, מען דארף קענען האלטן
.קאפ אויף אלעס אויפאמאל
מיט אזויפיל קימפעטארנס און פיצלעך ■
ארבעטן געווענליך איןnurses קע"ה, וויפיל
?shift א
דרייצן אויפאמאל. עס איז-בערך צוועלף
,טאקע גענוג, אבער ווי פריער דערמאנט
פעלט זיך טאקע אויס צו קענען טון עטליכע
.זאכן אויפאמאל אז אלעס זאל פארן געשמירט
אידישע מאמעס, היט אויף
!אייערע כוחות
בעיקר- מען הערט היינט פון אסאך פרויען ■
וואס גייען זיך אפרוען אין- יונגע ווייבלעך
קימפעטארן היים נאך א געבורט, אבער זיי
שלעפן מיט אהין זייער ארבעט. אלס איינע
וואס זעט דאס פון דער צווייטער זייט, ווי אזוי
?קוקט איר אן אזא ערשיינונג
יא, עס איז עפעס וואס מען זעט מער און
,מער. פרויען ווילן זיין געטריי צו זייער ארבעט
אדער האבן זיי סתם אזוי מורא אפצולאזן די
לייצעס און איבערגעבן קאנטראל פאר איינעם
.אנדערש
וואס געשעט איז, אז מען קומט אן אין
אשת חיל, מען רוט זיך אפ אביסל, מען ווערט
סערווירט געשמאקע מאלצייטן, מען גיבט זיך
,דא אפ מיט דעם בעיבי דורכאויס דעם טאג
און נאך צוויי טעג- מען קען שלאפן ביינאכט
הייבט מען אן פילן אז מען איז שוין ממש ביי
די כוחות און מען קען שוין צוריקגיין צו דער
ביזנעס וועלט. מען כאפט אבער נישט אז
נעקסטע וואך, ווען מען גייט אנקומען צוריק
אהיים מיט אלע קינדער און די גאנצע
ווירטשאפט, קען עס חס ושלום קראכן און
.מען קען דעמאלטס צוריקפאלן
,מילא א פרוי וואס פירט אליין א ביזנעס
האט אפשר נישט קיין ברירה. אבער סתם אן
ארבעטער, האלט איך, האט נישט קיין שום
סיבה צו זיין פארנומען מיט די ארבעט. אפילו
אויב מען טוט די וויכטיגסטע זאך און מען
מיינט באמת אז אויב לאזט מען איבער די
ארבעט וועט דער אפיס צאמפאלן, איז עס
,זייער נישט געוואונטשן. זארגט זיך נישט
אלעס וועט בלייבן שטיין און מען וועט זיך אן
.עצה געבן
דאס זעלבע איז ווען א מאמע זאגט מיר
אמאל אז זי קען אליין טוישן איר בעיבי, אדער
זי קען אליין צוריקברענגען דאס בעיבי פון
איר צימער, און אזוי ווייטער. זאג איך זיי
אלעמאל: יעצט ביסטו דא? ניץ אויס די
סערוויס וואס מען שטעלט דיר צו. נעקסטע
וואך וועט דיר קיינער נישט אנבאטן עס צו
, ווילאנג דו האסט די הילף…טון אנשטאט דיר
.נעם עס אן
אבער די מציאות איז אז מענטשן כאפן עס
נישט, און איך זע עס כסדר. פרויען זענען
,פארנומען מיט די ארבעט אין אפיס
,פרינציפלס זענען פארנומען מיט פאון קאלס
,טיטשערס מיט זייערע שיעורים און פארהערן
אזוי גייט עס. איך געדענק אפילו איין פרוי
וואס האט געמופט ווען איר בעיבי איז געווען
צוויי וואכן אלט, און זי האט געפירט די גאנצע
פראצעדור פונדערווייטנס, זיצנדיג אויפ'ן
!פאטעל
פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך אמאל אן
אויסנאם, און עס זענען דא פרויען וואס האבן
אזעלכע פאזיציעס וואס מען קען טאקע נישט
אן זיי, אדער פרויען וואס פארמאגן אליין א
זיי- ביזנעס און זיי האבן נישט קיין ברירה
מוזן ארבעטן און זיין פארנומען אפילו אין
דער צייט וואס עס איז אזוי קריטיש זיך
אפצורוען. אבער עס איז זיכער נישט עפעס
וואס מען זאל זיך זוכן צו טון, און ווען מען
טוט עס יא, זאל עס זיין דאס ווייניגסטע און
גרינגסטע וואס שייך. א אידישע מאמע דארף
!היטן אויף אירע כוחות
זייער ריכטיג. צום שלוס, צי געדענקט איר ■
סיי וועלכע אינטערעסאנטע איבערלעבעניש
?וואס איר האט אמאל מיטגעהאלטן
כסדר
פאסירן
פלאץ
דעם
אין
איך דערמאן…אינטערעסאנטע געשעענישן
,זיך נישט אויף דער מינוט עפעס ספעציפיש
אבער כמעט א טעגליכע ערשיינונג היינטיגע
צייטן איז צו זען באבעס אין אשת חיל: די
מאמע און טאכטער זיצן צוזאמען אויפ'ן
קאוטש, אדער גאר די שוויגער און שנור
!קימפעטן צוזאמען
…זאלן זיך מערן שמחות ביי כלל ישראל
א גרויסן יישר כח פאר'ן אראפגעבן פון ■
אייער צייט פאר אונזערע ליינער! דער
אויבערשטער זאל אייך געבן די כוחות צו
קענען ווייטער אנגיין מיט אייער וויכטיגע און
הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע
!מאמעס. פיל הצלחה
חכמת נשים
19
March 23 '25
—
—
WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718.624.3400
MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500
WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718 624.3400 | MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500
Order by March 30 for
delivery for Pesach
10
YEAR
Think you need 8 hours of sleep?
You’ve never had a Beautyrest
mattress at a price you can afford.
Sleep deeper. Spend smarter.
THE NEW
MATTRESS OF 2025
INTRODUCING
Available in 39” 44” 48” 54”
SPECIAL DEALS NOW!
20פרשת פקודי תשפ״ה—
—
נאטירליך
פנאך נוצן פון הייפערבעריק אקסיגען
ארגאנגענער וואך האבן מיר ערקלערט ווי אזוי
,הייפערבעריק אקסיגען קען אויסהיילן געשעדיגטע צעלן
.ביינער און טישו
.אויך אין מח האט דאס באוויזן צו האבן ענליכע אפעקטן
שטודיעס האבן געוויזן אז "הייפערבעריק אקסיזשען" האט
.שוין באוויזן צו העלפן מענטשן מיט שווערע ניוראלאגישע פראבלעמען
א ניוראלאגישע פראבלעם פאסירט ווען צוליב א קרענק, שטארבן אפ
צעלן, לאזנדיג דעם מח אומפעאיג אדורכצופירן אירע געווענליכע-מח
צעלן-פונקציעס רח"ל. שטודיעס האבן געוויזן אז אפגעשטארבענע מח
קענען נאך האבן עפעס לעבן אין זיך, יארן לאנג נאכדעם וואס זיי האבן
אויפגעהערט צו פונקציאנירן; דורכ'ן זיי אנפילן מיט אקסיגען קען מען
.זיי צוריק אויפלעבן און מאכן ווידער ארבעטן
דאס קען זיין א געוואלדיגער דורכברוך, וויבאלד עס איז דא ווייניג צו טון
פאר אזעלכע צושטאנדן. די פארשונגען אויף דעם זענען אבער נאך
אינמיטן, און עס זענען נאכנישט דא גענוג קלארע אויפווייזונגען אויף
דעם. ווען מען וועט וויסן אביסל מער, וועט עס מעגליך זיין א ווירקזאמער
מעטאד פאר סטראוק פאציענטן, אלצהיימערס, און פיל אנדערע
.צושטאנדן
נאך א פאפולערער באנוץ פון הייפערבעריק אקסיגען, איז פאר קארבאן
מאנאקסייד פאר'סמ'ונג. דאס איז דער פשוט'סטער וועג: א מענטש וואס
האט אריינגעאטעמט צופיל שעדליכע גאזן אנשטאט ריינע לופט, גיבט
.מען אים צוריק אריין אקסיגען, אים צוריק אויפצולעבן בס"ד
עס ווערט אויך באנוצט פאר פראבלעמען וואס קומען, ווען עס קומט
חלילה נישט צו גענוג בלוט צו די גלידער, ווי צום ביישפיל ווען א מענטש
פארלירט גאר אסאך בלוט רח"ל. אזוי אויך ניצט מען הייפערבעריק
.אקסיזשען פאר שטארקע בריען
FDA פאלגנד איז א קלארע ליסטע פון דרייצן צושטאנדן אויף וואס די
:האט שוין באשטעטיגט צו ניצן הייפערבעריק אקסיגען
•
לופט און גאז בלעזלען אין די אדערן
•
זענעןtransfusions אנעמיע (בעיקר אלס צווייטע אפציע ווען
)נישט שייך
•
שווערע בריען
•
קארבאן מאנאקסייד פאר'סמ'ונג
•
פעלער וואו גלידער זענען רח"ל צעקוועטשט געווארן
•
Decompression sickness
•
) (א זעלטענע סארט אינפעקציעGas gangrene
•
קראפט פארלוסט-פלוצלינגדיגע אומערקלערבארע הער
•
שווערע הויט און/אדער ביינער אנטצינדונגען
•
שאדן פון ראדיאציע
•
Skin graft flap
•
קראפט פארלוסט-א געוויסע סארט זע
•
וואונדן וואס היילן זיך שווער אדער בכלל נישט
האט שוין באשטעטיגט, דאסFDA דאס זענען די צושטאנדן וואס די
מיינט אז עס איז שוין דורכגעגאנגען די פולע פראצעדור, וואס נעמט
אריין פיל טעסטן און שטודיעס אויפצואווייזן די ווירקזאמקייט און
'ס פראטאקאל וואס א מעדיצין דארףFDA זיכערהייט דערפון. דער
.דורכגיין כדי צו באשטעטיגט ווערן איז לאנג, קאמפליצירט און קאסטבאר
דעריבער זענען נאך צושטאנדן אויף וואס הייפערבעריק אקסיגען איז
סוקסעספול באנוצט געווארן, דערווייל נישט באשטעטיגט געווארן
.אפיציעל
די פאלגנדע צושטאנדן זענען נאכנישט באשטעטיגט, אבער זענען
אינמיטן דער פראצעדור, און זיי וועלן ווארשיינליך באשטעטיגט ווערן
:אין דער נאנטער צוקונפט
•
דאס מיינט, צושטאנדן וואסNeuro-degenerative diseases
צעלן זאלן אפשטארבן רח"ל. דאס נעמט אריין-ברענגען צו אז מח
., און נאךMultiple Sclerosis ,אלצהיימערס, פארקינסאנס
•
עס ווערט געפארשט צי הייפערבעריק– די ביטערע מחלה ה"י
אקסיגען קען ארויסהעלפן אין די באהאנדלונג פון דער ביטערער
מחלה, דורכ'ן אריינגעבן אקסיגען אין די שעדליכע געוויקסן וואס
זאל זיי צענעמען, וויבאלד די סובסטאנצן קענען נישט לעבן אין אן
.רייכער אטמאספער-אקסיגען
הייפערבעריק אקסידשען טעראפי