Yidene-41

ISSUE 29 — MAY 11 '25 — YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — פרשת אמור תשפ״ה — בס״ד

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלCANADA\UK

C A R E A T H O M E

QUALITY CARE THAT

COMES TO YOU

— AT NO EXTRA COST!

Silt steady trips 845.500.1378

Remember: time is money :היימישע דרייווערס

Sunday - Sunday

May 11 -May 18

60%

May 11 '25

איבערגלאזט די טעגליכע טאראראם און אריבערגעשפרייזט צו א

הערליכע ריינע רואיגע פלאץ וואו מ'אָטעמט מנוחה. די געזונטע

לופט פון נאטור וואס בארואיגט און קלארט אויס די מוח און די

גוף מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין על מי מנוחות.

האַ!-ארויס פון די הו

אריין אין מי מנוחות...

Call to book: 845.782.9628

Mei Menichos | Monroe New York

א הערליכע

אפגעשיידטע

געגנט נאענט

צו קרית יואל.

ווארעמע און רואיגע אטמאספער.

לופטיגע בית המדרש און געשמאקע מקוה.

פריוואטע געשמאקע שטובער.

הערליכע אפגרעידעד אינדאר פול.

נארהאפטיגע פרישטאג, און נאכטמאל.

עסן פריוואט אין שטוב.

שעה קאווע, טיי און לייכטע צובייס.24

.העכסטע סטאנדארט אין כשרות

אפן שבת און

א גאנצע וואך

4פרשת אמור תשפ״ה—

100 NY-59 (Formerly Ushi 59) * Call/Text/Whatsapp:

845.250.9000 * Email: orders@zeidyspizza.com

Motzei Shabbos: One Hour after the Zman - 1am

Hours: Sun-Mon-Tues: 10am-8pm

Wed-Thurs : 10am-9pm

Free

Delivery!

*With $50 purchase

Hot

Hot

Deal!

Deal!

Get a Free

Portion of

GARLIC KNOTS

Wth purchase of a Pizza

Pie. Expires May 13

Ware-

house

sale

OFF

UP TO

60%

Curios · 1 Door,

2 Door, 3 Door ·

Tables , Regular &

Long · Dinette Table

& Chairs · Dining

Room Chairs ·

Full Bedroom Sets ·

Armoires · Buffets ·

Sofas · Night Tables

SUMMER

HOME

IDEAL

FOR YOUR

W a r e h o u s e : 3 9 E d m u n d s L n . W a l d e n N Y 1 2 5 8 6 · 8 4 5 . 2 8 8 . 9 3 9 3 X 2 0 8

TWO

DAYS

ONLY

Sun. May 18

Sun. May 25

10:00-4:00

· All sales are final · Cash & Carry

only · must be picked up or

delivered within 30 days of sale.

פרשת אמור תשפ״ה

MAY 11 ‘25 — ISSUE 29

12

14

12

18

28

24

INBOX

פרשה פונקען

בילדער פראיעקט

לסמוך עליו בשעת הדחק

Reflections

ר׳ שמעונ׳ס ארכיטעקטן

רעסעפיס

© The Yidene Publication.

Published by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication

may

be

reproduced in print or digital

form without prior written

consent.

The

publisher

reserves the right to edit all

submissions for clarity, length,

and

editorial

standards.

Submitted materials will not

be returned. The Yingerman

Publication is not liable for

the kashrut of any advertised

product or service featured in

these pages. Additionally, The

Yingerman

Publication

assumes no responsibility for

the

content

of

articles,

advertisements, or referenced

books within this publication.

THE YIDENE

WEEKLY FREE PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

EDITOR’S DESK

EDITOR@THEYIDENE.COM

845.666.0056 EXT. 108

COMMENTS AND

SUGGESTIONS

FEEDBACK@THEYIDENE.COM

845-377-0057

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

845.666.0056 EXT. 1

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

37

Build your non-profit website

for only $79/month

SIMPLEFUNDRAISING.ORG

Drive funds.

Without breaking the bank.

Your Branding

Your Mission

Dynamic Images

Enhanced Donation Options

ATTENTION NON-PROFITS

INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM

חסד אין ביזנעס

אין אפיס

איז געווען א בריוו איבער דער נושא פון צאלן בעיביסיטינג פאר ארבעטער. דער בריוו האט זייער שיין37# א גוטן, אין אויסגאבע

ארויסגעברענגט אז רוב פרויען וואס ארבעטן טוען עס מיט'ן ציל אז דער מאן זאל קענען לערנען, און ווען זיי דארפן נאך אליין צאלן

בעיביסיטינג בלייבן זיי איבער מיט זייער ווייניג געלט. אויך האט זי געשריבן אז ווען מען זאגט אפ א פרוי און מען נעמט א מיידל אנשטאט

.ווייל מען וויל נישט געבן קיין בעיביסיטינג, איז עס נישט אידישליך און נישט מענטשליך

אין 'אינגערמאן' איז געווען אן ארטיקל אפאר וואכן צוריק אין דעם 'פינאנצמאן' קאלום, וואס האט ארויסגעברענגט ווי אזוי מען דארף

צוגיין ווען ס'קומט צו טון חסד אין ביזנעס. ער האט זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט אז די הויפט פריאריטעט אין א ביזנעס איז, און

.מוז זיין, צו מאכן געלט, און אויב הייבט מען אן האנדלען מיט רחמנות און חסד קען מען זייער שנעל פארמאכן די ביזנעס

דאס מיינט נישט אז מען דארף זיך אויפפירן שלעכט און נישט טון חסד ווען מ'קען, אבער אויסשטעלן די ביזנעס אויף א וועג אז דאס

,געהאלט פאר אן ארבעטער זאל גיין אויף א וועג פון רחמנות און געפיל פאר די ארבעטער אנשטאט וואס מ'זאל קוקן אויף זייער ארבעט

.'הרג'עט א ביזנעס. עס איז נישט מעגליך צו פירן א ביזנעס אויף אזא וועג, און טאקע דאס איז 'נישט אידישליך און נישט מענטשליך

אן ענטפער צום אפנהארציגן בריוו

,איך האב געליינט דעם בריוו פון פארגאנגענער וואך

וואו איינער האט ארויסגעברענגט זיין ווייטאג אויף דעם

וואס עס זענען ליידער דא אזויפיל גיטין ביי אידישע

.שטיבער. איך וויל צולייגן די צווייטע זייט פונעם מטבע

הלכות גיטין איז א מצוה – נישט אומזיסט

עקזיסטירט אזא נושא ביי אונז אידן בכלל. אויב א שידוך

,ארבעט זיך חלילה נישט אויס צוליב סיי וועלכער סיבה

דאן פארוואס זאלן צוויי מענטשן זיך מוטשענען פאר

יארן און האבן אן אומגעזונטע פארהייראטן לעבן בלויז

ווייל "עס איז נישט כדאי זיך צו גט'ן"?? פארוואס זאל

,מען אויפציען קינדער אין אן אומגעזונטער אטמאספער

אפ'הרג'ענען זייער חינוך און זיך גט'ן נאכדעם וואס

מען מאכט זיי חתונה ווייל "עס וועט שאדן פאר די

קינדער"?? כאילו עס שאדט זיי נישט צו וואוינען אין א

…פארפעסטיגטער אטמאספער

עס איז זיכער אמת אז מענטשן זענען צו לייכטזיניג

.דערוועגן און אמאל וואלט מען עס געקענט פארמיידן

אבער אויב מען האט פרובירט, און זיך דורכגערעדט

מיט דעת תורה, דאן איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו

חרוב מאכן דאס לעבן און בלייבן שטעקן אין א טויטע

.marriage

?CBD וואס איז דער פראבלעם מיט

נאטירליך

.א גרויסן יישר כח פאר אייער הערליכער אויסגאבע

איך באצי זיך צו א בריוו וואס איז געווען פובליצירט

די פארגאנגענע וואך אין דער אידענע. דער ליינער

קען זיין פראבלעמאטיש אין הלכה, אוןCBD טענה'ט אז

מען זאל פרעגן א רב דערוועגן. איך וואלט געוואלט וויסן

און פארוואס עס איזCBD וואס עס איז שלעכט מיט

.אנדערש ווי סיי וועלכן אנדערן וויטאמין

Kitchen אזוי אויך וויל איך אויפמערקן איבער די

וואס איז געשטאנען ביי די רעצעפטן לעצטעHack

brown וואך, אז מען קען אויפלאזן פארהארטעוועטע

מיט ברויט. לויט דער הלכה איז נישט ערלויבט צוsugar

,נוצן ברויט פאר סיי וועלכן אנדערן צוועק אויסער עסן

.צוליב דעם חשיבות דערפון

:עס איז דא נאך א וועג וויאזוי מען קען עס אויפלאזן

לייגט אריין דעם צוקער אין מייקראוועיוו און דערנעבן

א קאנטעינער וואסער, און צינדט עס אן. די פייכטקייט

אין דער לופט וועט אויפלאזן דעם צוקער און עס מאכן

.גרייט צום נוצן

,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק

feedback@theyidene.com

845-377-0057

8פרשת אמור תשפ״ה—

פרשה פונקען

א פונק וואס מיר

קענען ארויסנעמען

פון דער פרשה

ה

ערשל האט איבערגעליינט די ווערטער פון דער אפיציעלער

מעלדונג. דאס אינהאלט איז געווען קורץ און טרוקן, מיט

קלארע לשונות וואס האבן אויסגעמעקט פון פאראויס יעדע

.מעגליכקייט פאר א מיספארשטענדעניש

ער האט אראפגעווארפן דאס פאפיר אויף זיין טישל און זיך

אראפגעזעצט אויף זיין בענקל מיט אן איינגעהאלטענעם זיפץ. אפשר זאל

ער פארט פרובירן צו רעדן צו אן איינגעשטעלטן און אויסקלארן וואס דא

?קומט פאר

זיינע פינגערס האבן צוגעהאלטן דעם טעלעפאן ביי זיין אויער, בשעת

זיין מח האט אים צוריקגעפירט צו אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט

.דריי יאר בעפאר

אלס אן ערפארענער לייף אינשורענס בראוקער, האט הערשל

אויסגעשפיצטע חושים וואס פירן אים זיך צו דערגרינטעווען וואו ער קען

אפשר שליסן א געשעפט. פילצאליגע פון זיינע קליענטן זענען אנגעקומען

צו אים א דאנק זיין געריבענעם שמעק וואס האט אים צוגעפירט צו אזעלכע

וועמען אנדערע וואלט נישט בייגעפאלן אז עס לוינט זיך אפילו די צייט און

,מי אנצוקלאפן אויף זייערע טירן. די הצלחות וואס הערשל האט צוגעזען

און די פאליסיס וואס ער האט פארקויפט, האבן אבער עדות געזאגט אויף

.דער ווירקזאמקייט פון זיין מעטאד

נישט אלעמאל איז עס אבער געגאנגען אזוי געשמירט ווי ער וואלט

.ווען געוואלט

הערשל האט פארקויפט א האול לייף פאליסי פאר א יונגערמאן

מיט וועמען ער איז עטוואס באקאנט. יענער האט איבערגעמאכט זיינע

חשבונות צענדליגער מאל, און ער איז געווען גאנץ זיכער מיט זיך אז ער

וועט עס קענען באווייזן. עפעס האט ער זיך אבער פאררעכנט, אדער זענען

אים אונטערגעוואקסן אומגערישטע הוצאות, ווייל נאך א יאר צייט האבן

.זיינע צאלונגען אויסגעוועפט

,הערשל האט געריבן זיינע אויגן מיט שאק ווען ער איז, ווי זיין שטייגער

איבערגעגאנגען די ציפערן וואס זיין פירמע האט אריינגעלייגט אין זיין

– באנק קאנטע. אלעס האט געשטימט מיט א גענויער פינקטליכקייט

וואס איז פלוצלונג ארויסגעוואקסן אין זיין$49,500 אויסער אן איבריגע

קאנטע. הערשל האט זיך זאפארט פארבונדן מיט דעם אפיס, און געפרעגט

.מיט וואונדער וואס די ברייטהארציגקייט דארף צו באדייטן

","דאס איז פאר דעם פאליסי וואס דו האסט פארקויפט פאר קליינמאן

.האט אים יענער העפליך מסביר געווען

הערשל האט געבלינקט אומגלויבליך. "אבער פון דעם פאליסי איז

גארנישט געווארן! דאס געלט קומט זיך מיר בכלל נישט. איינער האט דא

".געמאכט א טעות

דער סעקרעטאר האט איבערגעקוקט די חשבונות און געצויגן מיט

די פלייצעס. "איך ווייס נישט, סיר. דא שטייט אז אזויפיל דארף מען אייך

".צאלן. אז מען האט אייך עס געגעבן, קענט איר הנאה האבן דערפון

"אבער – " האט הערשל נאכאמאל פרובירט, אבער זיין שטימע

איז געווארן איינגעשלונגען דורך דעם סעקרעטאר'ס שמייכלענדיגע

"!געזעגענונג, "אנטשולדיגט, איך האב נאך א טעלעפאון רוף. גודביי

.הערשל האט אראפגעלייגט דאס טרייבל און פארקניישט זיין שטערן

?וואס זאל ער יעצט טון מיט דעם געלט וואס קומט זיך אים באמת נישט

האט ער דען א ברירה? זיי האלטן עס דאך נישט ביים צוריקנעמען פון

אים – איז נישט. ער האט וואס צו טון דערמיט, און ער איז אויך באקאנט

מיט עטליכע וואוילטעטיגע צוועקן וועלכע וועלן זיך זייער פרייען צו דעם

.מעשר דערפון

טעג זענען געקומען און געגאנגען; פרישע סעזאנען זענען געבוירן

געווארן, אונטערגעוואקסן, האבן זיך פארעלטערט און זיך גערוקט אין א

זייט פאר א נייעם דור, ביז א גאנצע יאר איז פארביי זייט זיין פירמע האט

אים געשאנקען דעם אומגערישטן סכום אלס מתנה. ווידער איז הערשל

דורכגעגאנגען זיינע פינאנציעלע אקטיוויטעטן, און נאכאמאל האט ער

אויפגעפאסט אז די זעלבע סומע איז אומגערישט אפירגעקומען אין זיין

.קאנטע

.דאסמאל האט ער שוין פארלאנגט צו רעדן צו אן אויפזעער

"איך פארשטיי ממש נישט וואס דא גייט פאר," האט ער זיך

אויסגעדרוקט מיט וואונדער. "איר האט אזויפיל איבריג אז איר שענקט

"? במתנה$99,000 מיר

"אבער עס איז בכלל נישט אומזיסט," האט דער אויפזעער זיך געהאלטן

ביי זיינס. "אין אונזער רעקארד שטייט קלאר אז דאס געלט קומט זיך דיר

פאר דעם פאליסי וואס דו האסט פארקויפט פאר קליינמאן. מיר מאכן

די אינשורענס פירמע שענקט הונדערט טויזנט דאלאר

)ונקדשתי בתוך בני ישראל (אמור כ"ב ל"ב

דער פסוק איז א מצוות עשה צו הייליגן און מפרסם זיין דעם אויבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט, ווי אויך זיך

".צו פירן מיט אזעלכע מעשים וואס וועלן צוברענגען אז אנדערע זאלן אויסרופן, "מי כעמך ישראל

May 11 '25

".געווענליך נישט קיין טעותים. דאס געלט קומט זיך דיר ערליך

הערשל האט נאך פרובירט אריינצוהאקן אין דעם שטיינערנעם קאפ

דעם אויפריכטיגן אמת, אבער יענער האט ווארשיינליך נישט דערגרייכט

זיין פאסטן אלס אויפזעער צוליב אן איבערפלוס פון לאגיק. קיין שום

.ערקלערונגען האבן אים נישט געוואלט רירן פון זיין שטייפער מיינונג

הערשל האט ענדליך אויפגעגעבן און אראפגעלייגט דעם טעלעפאן אן

.ערשעפטער

און אצינד איז דריי יאר שפעטער, און עפעס האט זיך ענדליך גערוקט

אין די מוחות פון די פארהארטעוועטע איינגעשטעלטע. זיי האבן אים

אפגעשיקט א בריוו אז זיי האבן איינגעזען אז זיי האבן זיך פאררעכנט, זיי

אנערקענען אז דער טעות איז געווען זייערער, און זיי בעטן אז ער זאל

וואס$99,000 ביטע נאכגעבן זייער איידעלע בקשה און צוריקשיקן די

.עקזיסטירט שוין לאנג נישט

הערשל האט אויפגעהויבן א טעלעפאן. דאס מאל איז ער אנגעקומען

צו גאנץ א לייטישן פערזאן. "איך האב אייך דאך אזויפיל מאל געזאגט אז

דא איז געשען א טעות, און מען האט מיר געהאלטן אינאיין זאגן אז איך

זאל נוצן דאס געלט," האט הערשל אויפריכטיג מסביר געווען. "וואס איז

"?יעצט געשען

יענער האט זיך סימפאטיש צוגעהערט. "איר זענט גערעכט," האט ער

געזאגט. "ווייסט איר וואס? לאמיר מאכן א פשרה. דו גיב אונז נאר צוריק

"., און דאס איבריגע קענסטו האלטן$49,500 - האלב פון דער סומע

ווען הערשל האט פארענדיגט דעם געשפרעך, איז אים נישט געווען

גענצליך קלאר וואס זיין קומענדיגער שריט וועט זיין. אט האט מען אים

דערלאנגט אן אויסוועג צו דעם פלאנטער אויף א גאלדענער טאץ – און ער

קען מיט רעכט האלטן האלב פון דער סומע וואס זיי האבן אים געשיקט

.דריי יאר פריער

ער האט געביסן זיינע ליפן. זיין מח – דער לאגישער, שכל'דיגער חלק

אין אים – האט אים אומצוויידייטיג געמאלדן אז ער דארף אפילו נישט פאסן

!א באשלוס אין דעם מצב. דער גאנצער ענין איז דאך קלארער ווי קריסטאל

וואס איז דען דא צו שפעקולירן? אויב זענען זיי פולשטענדיג מסכים אים צו

?שענקען האלב פון דעם סכום, וואס דארף ער אזוי קווענקלען

אבער עפעס אין זיין הארץ – אן איידעלע, לויטערע שטימע – האט

,געהאלטן אנדערש. וויפיל מענטשן, האט ער זיך אויפריכטיג געפרעגט

באקומען אזא געלעגנהייט פון הימל, די זכי' מקדש שם שמים צו זיין מיט

?באלד הונדערט טויזנט דאלאר

וויפיל איז ביי מיר כבוד שמים ווערד? האט ער געקלערט. קען מען דען

?לייגן א פרייז אויף א קידוש השם

און דאן איז נאך א געדאנק ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך פון די

רוישיגע מחשבות. קוים געציילטע טעג צוריק האט ער געענדיגט זאגן

קדיש נאך זיין טאטן ז"ל. וויפיל מאל אין די לעצטע עלף חדשים האט ער

אויסגערופן מיט א פלאם, "יתגדל ויתקדש שמיה רבא"? צי פארמאגן די

ווערטער עפעס א ממשות'דיגע שטאנדהאפטיגקייט טיף אינעווייניג אין

אים, אדער זענען זיי בלויז קלאנגען וואס זיינע ליפן האבן פארמירט און

ארויסגעגעבן, אן דעם וואס ער זאל זיין גרייט מקריב צו זיין עפעס כדי

?אויסצופירן די ווירקליכקייט פון די ווערטער

איז דען פארהאן א גרעסערן זכות פאר זיין טאטנ'ס נשמה ווי דאס אז

זיין זון וועט זיין גרייט אויפצוגעבן אזויפיל געלט מיט'ן ציל צו מקדש שם

?שמים זיין

הערשל האט זיך אויפגעשטעלט, אנטשלאסן, ווען אן אגרעסיווע

מחשבה האט אים צוריק אריינגעווארפן אין בענקל. דאס מאל האט ער

.נישט געקענט אידענטיפיצירן פון וועלכן מקור עס שטאמט

און ווער זאגט אז דאס איז טאקע רצון השם? אפשר איז מער ראטזאם

ער זאל נעמען דאס געלט און עס אויסטיילן פאר צדקה?! וויפיל מענטשן

וועט ער קענען אויפרעכטן דערמיט, און ווי הויך וועט זיין טאטנ'ס נשמה

!?דערגרייכן אין גן עדן אין דעם זכות

ער איז געבליבן זיצן אויף זיין בענקל, אויסגעשעפט פון יעדן ברעקל

כח. די ספיקות האבן אים גענאגט און געמוטשעט, און ער האט בשום אופן

נישט געקענט פאסן א באשלוס. און דאן איז ער געקומען צו דעם איינציגן

לאגישע מסקנא וואס עס איז נאר מעגליך געווען – אזא פאל פאדערט דעת

.תורה

הערשל, וועלכער איז געווען א תלמיד פון דעם פוסק הדור הרב

וואזנער זצ"ל, האט זיך פארבינדן קיין בני ברק. די תשובה איז געווען א

זאפארטיגע און קלארע, האט צונישט געלייגט אלע פראגע צייכנס, און

האט ערמעגליכט א לויטערן שטראם פון שמחה של מצוה דורכצופליסן

זיינע אדערן: "אין חושן משפט ווערט געברענגט אז ווען א גוי מאכט א

טעות מיט א גרויסן סכום וואס מען איז נישט מחויב צוריקצוגעבן, אבער

מען גיבט עס פארט צוריק כדי צו מאכן א קידוש השם, איז מען זוכה צו

".גרויסע עשירות און נאך איבערצולאזן גרויסע ירושות פאר די קינדער

עטליכע טעג נאכדעם וואס הערשל האט אומגעקערט דעם גאנצן סכום

צו דער פירמע, האט ער ערהאלטן פון זיי נאך אן אפיצילער בריוו. דאס

מאל איז עס געווען אונטערגעשריבן פון דעם פרעזידענט פון דער פירמע

אליין. "איך בין ערשטוינט," האט יענער געשריבן, "און איך וואלט קיינמאל

.נישט געגלייבט אז איך וועל אמאל האבן די געלעגנהייט צו שיקן אזא בריוו

אזוינס מאכט זיך נישט מער ווי איינמאל אין לעבן. מיר באוואונדערן באמת

".אייער ערליכקייט און פעסטע פרינציפן

...מי כעמך ישראל אין פולן זין פון ווארט

א. סאלאמאן

10פרשת אמור תשפ״ה—

11

May 11 '25

The path to a

dream birth

בס"ד

Gain clarity and calm.

There is hope for your

specific situation.

Call: T. Deutsch 845-587-4433

New and experienced mothers.

References

are

available.

12פרשת אמור תשפ״ה—

ל"ג בעומר א נאכט-

פון פייער

און אמונה

טויזנטער אידן, פון אלע שיכטן און קרייזן, מאכן זייער

,וועג ארויף דעם הייליגן בארג. שטראמען פון מענער

פרויען און קינדער, מיט אנגעלאדנטע פעק און זעק

פון תפילות און בקשות, שפאנען מיט האפענונג צום

הייליגן מקום, דאס ארט וואו אזויפיל אידישע טרערן

.גיסן זיך יאר יערליך

!אה… רבי שמעון

פאר איינעם וואס האט דאס שוין מיטגעלעבט, דארף

מען נישט מער ווי דערמאנען דאס ווארט מירון

און דאס הארץ ציט שוין מיט געגועים, די נשמה

לעכצט נאך דער דערהויבענער אטמאספער, דאס

אויג פארלאזט א טרערעלע פון בענקשאפט, און די

פיס טאנצן זיך אונטער צום טאקט פון די לוסטיגע

!…ניגונים. רבי שמעון לכל

דער הר מירון איז גאר אן אייגנארטיגער, געהייליגט

דורך דורות פון צדיקים דורכאויס לאנגע יארן. אז

מיר האבן נישט די זכי' מיטצוהאלטן די געהויבענע

אטמאספער אין מירון אום ל"ג בעומר, לאמיר כאטש

שפאציר איבער אירע הייליגע בערג און-כאפן א כמו

,טאלן, כאפן א בליק אויף דעם מצב פונדערווייטנס

.און זיך פארבינדן צום תנא אלוקי ביי זיך אין הארצן

!כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו

ג. דאווידאוויטש

בילדער

פראיעקט

13

May 11 '25

!ברוכים הבאים צו מירון

הונדערטער באסעס, אנגעפולט מיט אידן, שלענגלען זיך אויף

די וועגן מיט דעם זעלבן ציל: אנטיילנעמען אין דער גרויסער

שמחה בהילולא דבר יוחאי. אין די לעצטערע יארן איז אוממעגליך

ארויפצופארן מיט פריוואטע אויטאס, און מען באנוצט זיך דעריבער

.מיט באסעס

די אטמאספערע שטייגט מיט יעדן טריט נענטער וואס מען פארט

…ארויף דעם שווערן בארג, צום הייליגן ארט, און אט

דער טאוול איז ווי א צייכן: אט, אט, און מען קומט אן. אט, אט, און

.מען וועט האבן די זכי' צו מיטהאלטן דעם דערהויבענעם מצב

- א ספעציעל- ערליכע אידן וועלן זיך באנוצן מיט דעם דרך מהדרין

אפגעשיידטער וועג וואו עס קומט נישט צו קיין תערובות און ראיות

.אסורות

!דערגרייכט

דער טויער אנטפלעקט זיך

אין זיין פולסטן גלאנץ און

דערהויבענער שיינקייט. אט דאס

איז די טיר וואו אזויפיל טויזנטער

אידן דרייען זיך דורך, דורכאויס

דעם גאנצן יאר און אין דעם

.גרויסן טאג בפרט

מען גייט אריין אין אים מיט אן

,אנגעלאדנטן זעקל פון בקשות

און מען קומט ארויס מיט

טאנצעדיגע טריט און א געפיל

...'פון 'אויסגע'פועל'ט

דער הייליגער קבר

דאס בילד איז פונעם הייליגן קבר, אין א געווענליכן טאג דורכאויס

דער יאר. אום ל"ג בעומר איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען אהין

…מיט גאנצע ביינער

טויזנטער אידן שטופן זיך און גלוסטן אנצוקומען ווי נענטער, אנכאפן

.דעם מקום קדוש און אראפנידערן דעם קאפ אין א טיפן געוויין

14פרשת אמור תשפ״ה—

דער דאך אויף דער מערה

אויב קומט מען נישט אן אינעווייניג, וועט מען

כאפן א תפילה אויפ'ן דאך פון דער מערה, אונטער'ן

פרייען הימל, וואו די תפילות פארן גלייך ארויף צום

.באשעפער

תפילות, טרערן און בקשות

אידן רייסן איין מיט געבעט צום באשעפער, געהאלפן צו

.ווערן מיט אלעס וואס מען דארף בזכות התנא האלוקי

...מען גרייט צו די מדורה

נאכ'ן איינרייסן ביים ציון, גרייט מען זיך צום צווייטן חלק: זיך הייבן

אין דער לופטן און פועל'ן מיט שמחה. מען באגיסט די מדורה

מיט אויל, און מען נעמט עס ארום מיט שמאטעס און סיי וועלכן

מאטעריאל וואס וועט גוט ברענען און ברענגען א שמחה און

.התלהבות ביים עולם

15

May 11 '25

מען צינדט אן די

צענטראלע גרויסע הדלקה

די צענטראלע הדלקה, וואס ווערט געווענליך געצינדן ממש נעבן

דער מערה, איז א צייכן אז דער טאג האט זיך אנגעהויבן. עס איז ווי

שעה פון טענץ און געזאנג וואס וועלן נאכפאלגן24 אן עפענונג צו די

.איבער אלע ווינקלען פונעם הר מירון

די צענטראלע הדלקה ווערט געווענליך געצונדן דורך דעם באיאנער

רבי, און אנדערע רביים און משפיעים וועלן אנצינדן אן עקסטערע

.הדלקה אין זייער דעזיגנירטן שטח

...די טענץ הייבן זיך אן

בשעת מער און מער אידן פארזאמלען זיך צום

ארט פון די הדלקות, פארמירן זיך רינגען פון

זקנים און נערים, גרויסע און קליינע, חסיד'ישע

אידן און אזעלכע וואס מען דערקענט קוים

א צורה פון א איד, און אלע הייבן זיך אין דער

, אויף די פארענטשעס- לופטן מיט התלהבות

…אויף דער ערד, אויפ'ן חבר'ס אקסל

,טויזנטער פארזאמלען זיך צו בעטן און טאנצן

...זינגען און דאווענען

בתוף וכינור

די מוזיקאלישע טאלאנטן שיינען אין פולסטן גלאנץ. יעדער גיבט

זייער גאנצע הארץ און נשמה, מיט א פויק, מיט א טרומפייטער

אדער מיט דער אייגענער שטימע, ווען בשעת מעשה שיקט מען

.ארויף הייליגע תפילות אין פארעם פון געזאנגען צום הימל

16פרשת אמור תשפ״ה—

חאלאקעס

און ווער קען פארגעסן פון דעם ליכטיגן כאלאקע אינגעלע

,וואס ווערט אט באקרוינט מיט א אידישער צורה? די זיידעס

פעטערס, און גוטע פריינט באקומען א געלעגנהייט צו שניידן

.פון די לאנגע לאקעלעך, און מען טיילט לחיים פאר'ן עולם

נישט פארגעסן פון

דעם הייליגן מנהג פון

בויגן-און-פייל

שוין מיד געווארן נאך א לאנגער נאכט פון

טאנצן און בעטן, אבער ער וויל זיך נישט

אפרייסן פונעם הייליגן ארט. מיט די אויגן

האלב פארמאכט דרימלט ער האלבוועגס איין

בשעת ער מורמלט נאך א קאפיטל תהילים

און נאך איינס אויף די פארענטשעס, און

שעפט זיך אן מיט כוחות פאר'ן מארגנדיגן

.גרויסן טאג

עלות השחר

די זון גייט צוביסלעך אויף, אידישע קינדער שטעלן זיך דאווענען

,שחרית מיטן נץ ביים הייליגן ציון, נאך א ליכטיגער נאכט פון טענץ

!האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס .געזאנג און געבעט

17

May 11 '25

בס"ד

845.357.5718 | sales@tristateawnings.com

100 Sterling Mine Rd.

Sloatsburg, NY 10974

theinstantsukkah .com

Welcome Spring

With Style

Order your AWNING or SUKKAH today to beat

the rush and lock in lower pre-season pricing.

Don’t wait for the last minute—pre-summer

installation slots are filling fast!

Now’s the time to prepare

for sunny/rainy days ahead.

18פרשת אמור תשפ״ה—

א

יך האט אנגעשפארט מיין פארמאטערטן

קערפער אויף דער וואנט, און ארויסגעלאזט

א טיפן קרעכץ. א פלוצלונגדיגער קראך

האט מיך געמאכט אויפשפרינגען פון מיין

.ארט

"אוי וויי!" האב איך אויסגעשריגן, אבער עס איז שוין

.געווען צו שפעט

"הייב עס שנעל אויף, אפשר איז נאך מעגליך עפעס

צו ראטעווען!" האט איך געשריגן צו אפרים, וואס האט

.אויסגעזען אייניג שאקירט און דערשראקן

"איך האב מורא אז עס איז דערנאך," האט אפרים

,שוואך געזאגט. ער האט זיך אראפגעבויגן צו דער ערד

.און געבליקט מיט ווייטאג אויף דעם טייערן פלעשל

צעשפליטערט און צעקראכט, אפילו איין טראפ איז נישט

פארבליבן אינעווייניג. זיינע אויגן האבן אויסגעדריקט יאוש

און פארלוירנקייט. עס האט זיך מיר געדאכט אז איך זע

.דארט אויך א פארדעכטיגטע פליסיגקייט

"שוין, ס'איז באשערט." פארוואס זענען מיינע ווערטער

?ארויסגעקומען אזוי בייסיג

"."דאס האט געקאסט איבער צוויי הונדערט דאלער

איך האב אראפגעקוקט אויף דער ערד און געביסן מיינע

דבורי, עס איז געשען א טעות, פארוואס .ליפן ביז בלוט

!?באשולדיגסטו אים

"עס מוז זיין אז דאס וואלט נישט געווען די ריכטיגע

.רפואה," האט אפרים שטיל געזאגט מיט א בלאס געזיכט

אלעמאל האט ער דאס ריכטיגע ווארט אויפ'ן פלאץ. איך

.האב צוגעשטימט אן א ווארט

.אן אומהיימליכע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט

אברהמ'לע פון זיין בעטל האט נישט ווי זיין שטייגער זיך

צוגעשטעלט צו דער שווייגעניש, אזוי אז די שטילקייט

.האט געשריגן מיט פיל העכערע קולות

"וואס וועט זיין מיט אים?!" האב איך געפרעגט מיט א

ברענענדיגן ווייטאג, גלעטנדיג אברהמ'לע'ס צעבלוטיגט

פנימ'ל. "אן אומשולדיג קינד." א טרער האט געלאנדעט

אויף זיין שטערן, און איך האב דאס שנעל פארווישט. דאס

?מיינט גיסן זאלציגע טרערן אויף די וואונדן, נישט אזוי

די רויע אויסשלאגן וואס האבן באצירט זיין גאנצן

קערפער, זענען געווען איבערגעדעקט מיט ווייסע און

גרינע אייטער. "אוי, מיין קינד! וואס אין דער וועלט קען דיך

"!?מאכן שפירן בעסער

איך האב זיך אראפגעלייגט אויף מיין בעט און

פארמאכט מיינע אויגן. אין יענער מינוט האט אברהמ'לע'ס

.קוויטשעדיגע שטימע זיך געלאזט הערן מיט א שטארקייט

מיין וואונטש אריינצוכאפן עטליכע מינוט פון שלאף, איז

.צונישט געווארן

"לייג זיך אביסל אראפ שלאפן" האט מיין מאן זיך

אנגעטראגן מיט וויליגקייט. "איך וועל ארויסגיין מיט אים

שפאצירן אביסל אינדרויסן. אפשר וועט די אנגענעמע

".נאכט לופט אים מאכן שפירן עטוואס בעסער

דרייסיג אינמיטן דער נאכט!" האב-"אפרים, עס איז צוויי

איך געשעפשעט מיט שרעק, "חוץ פון בערן און אנדערע

פיסיגע, דרייט זיך קיינער נישט אויף דער גאס אין-פיר

אזא שפעטער שעה." איך האב נישט געקענט אפהאלטן די

"!געניץ, "אוי, איך בין מיייייד

,"זארג זיך נישט," האט ער מיך פרובירט צו בארואיגן

"איך וועל זיך נישט דרייען אין די גאסן, בלויז נעבן אונזער

הויז." ער האט פארזיכטיג ארויסגענומען אברהמ'לע פון

...זיין בעטל און אים ארומגענומען מיט א דעקע. "ששש

שעפעלע, וויין נישט מער. טאטי וועט דיך נעמען אויף א

שפאציר." ער האט אנגעטון א סוועטער און שיך, און מיר

.געוואונטשן א גוטע נאכט

"דו מוזט אביסל שלאפן!" האט ער זיך געבעטן צו מיר

שוין מיט א העכערער שטימע, "דו קענסט נישט זיין א

".מאמע צו די קינדער אן קיין ברעקל שלאף

ער האט אריינגעלייגט אברהמ'לע אין וועגעלע און זיך

",שטילערהייט ארויסגעשלייכט פון שטוב. "א גוטע נאכט

האט ער נאכאמאל געשעפשעט. מיינע אויגן דעקלעך האבן

זיך תיכף פארמאכט, איך האב זיי נישט געקענט מער האלטן

אפן. רבונו של עולם! ווי לאנג נאך?! האב איך געוויינט אן

א קול, וויפיל קען איין קינד ליידן? און ער איז בלויז אכט

!חדשים אלט

איך האב זיך איבערגעדעקט מיט מיין דאכענע ביז

איבער מיינע אויערן, אין א פרואוו צו אנטלויפן פון דעם

ביטערן מציאות. אויך אין דער שטילקייט פון דער נאכט

האבן זיינע קוויטשערייען און געוויינען נאך אפגעקלונגען

אין מיינע אויערן. אפילו אין מיין געדאנק האב איך געקענט

ר. שטערן

19

May 11 '25

ציילן וויפיל סארט שמירעכצער, פאודערס און טראפנס

,מיר האבן שוין פרובירט צו לייגן אויף אברהמ'לע'ס הויט

אבער גארנישט האט עס נישט פארבעסערט. קיין איינס

!נישט. אפילו נישט איינס

חוצפה'דיגע טרערן האבן זיך געשלענגלט פון מיינע

פארמאכטע אויגן, און נאס געמאכט מיין קושן. איך האב

געשפירט ווי מיינע הענט זענען געבינדן. יעדע שמיראכץ

מיט אירע אנווייזונגען און וועגן וויאזוי, ווען און ווי אפט

צו שמירן... וואס נאך זאלן מיר פרובירן צו טון?! האב

איך געקלערט מיט אנגסט. מיינע מחשבות האבן זיך

צוריקגעקערט צו זעקס חדשים פריער, ווען די ערשטע

סימנים פון דעם אויסשלאג האבן זיך באוויזן אויף זיינע

.זיסע, ווייכע בעקעלעך

פון דער מינוט וואס ער איז געבוירן, האב איך געהאלטן

אז אברהמ'לע איז נישט א געווענליכע בעיבי. ניין, ער איז

נישט מיין עלטסטער און איך האב נישט געווארט לאנג צו

האבן קינדער. גראדע איז חי' שרה'לע אכצן חדשים עלטער

.ווי ער און הערשי ווערט יעצט יעצט דריי יאר

אבער אברהמ'לע איז אברהמ'לע, און יעדער האט

צוגעשטימט אז ער איז ספעציעל זיס. ער האט שווארצע

לאנגע הארעלעך, וואס מען קען גלעטן און גלעטן און

נישט מיד ווערן. זיינע אנגעפילטע בעקעלעך מיט צוויי

חן גריבלעך וואס באווייזן זיך מיט יעדן שמייכל וואס ער

גיבט, לאזט נישט קיינעם בלייבן גלייכגילטיג. ער איז קע"ה

.צוקער זיס און פול מיט חן

אבער דאן האט זיך דער שטן אריינגעמישט, און געוויזן

וואס ער קען באווייזן. צוביסלעך האבן מיר אנגעפאנגען צו

באמערקן עטליכע קליינע אויסשלאגן אויף זיין פנים. "עס

איז נארמאל ביי די זעקס וואכן," האבן מיר אלע באבעס און

עלטער מומעס מחזק געווען, "נאך פאר דו גיבסט זיך א

".דריי, איז עס מער נישט דא

אבער פונקט דאס פארקערטע האט געהאלטן אין

איין געשען. איך האב מורא געהאט אז עפעס איז נישט

קראפט. אבער ווען מיין מאן-אין ארדענונג מיט מיין זע

האט געזען די זעלבע זאך, האב איך פרובירט צו טרעפן אן

אנדערן הסבר פאר די אויסשלאגן וואס זענען יעדן טאג

.געווארן מער פארשפרייט

"עס איז דאס עסן וואס דו עסט, מאמעלע," האט מיר

א גוטהארציגע שכנ'טע גע'מוסר'ט. "דו דארפסט אראפגיין

".פון מעל, אייער, צוקער, מילכיגס און פרוכט

איך האב געקייט גראז און געגעסן בלעטער, אבער די

אויסשלאגן האבן זיך פארשפרייט ווי א פייער אין א דארן

פעלד. די אויסשלאגן זענען געווארן באצירט מיט בלאטערן

,וואס האבן דערנאך אנטוויקלט אייטער פון יעדן קאליר

מאס און סארט. בקיצור, עס איז גלייכער נישט אריינצוגיין

.אין די פרטים

איך האב געפילט ווי מיין לעבן איז פלוצלונג געקומען צו

אן אפשטעל, און דער גאנצער טאג האט זיך ארומגעדרייט

ארום איין נושא: שמירן. מיין טאג האט זיך ארומגעדרייט

צווישן זאלבן, טראפנס און שמיראכצער. איך האב פרובירט

מעדיצינישע און אלטערנאטיווע. מיר זענען געגאנגען צו

יעדן ספעציאליסט וואס איז נאר געווען צו טרעפן. מען

האט געדרייט קייטלעך, און געקוועטשט געוויסע פלעצער

אויפ'ן גוף וואס וועלן באפרייען די אנגעצויגנקייט פון זיין

.קערפער

ווען עס האט זיך שוין אנגעפאנגען צו דאכטן אז די

אויסשלאגן פארבעסערן זיך, האבן ארויסגעשפראצט נאך

עטליכע אויף א צווייטן חלק פון זיין קערפער. ביי איין

געוויסן פונקט האב איך אים שוין כמעט נישט געקענט

,אויפהייבן. יעדער ריר אויף זיין רויער, קלעבעדיגער הויט

.האט אים פאראורזאכט שמערצליכע יסורים

און דאס קינד האט געוויינט און געקוויטשעט. אוי האט

ער געקוויטשעט! ער האט נישט פארמאכט זיין מויל פון

ווען די זון האט אויפגעשיינט, און אפילו נישט ווען די זון

איז אונטערגעגאנגען. פון צייט צו צייט האט ער געכאפט

א קורצן דרימל פון קוים עטליכע מינוט, און דערנאך

.פארגעזעצט מיט זיינע בכיות

וואס נאך האב איך געקענט טון, חוץ פון מיטוויינען

?אינאיינעם

"באשעפער," פלעג איך וויינען אויפ'ן קול דורכאויס

די ענדלאזע נעכט, "ער איז דאך אויך דיין קינד! ווי אזוי

קענסטו צוקוקן ווי דיין אומשולדיג נשמה'לע רייסט זיך אזוי

פאר יסורים?! ווי אזוי זאל איך עס אריבערטראגן ווען איך

"!?קען גארנישט טון אים צו העלפן לינדערן זיינע ווייטאגן

פארשטייט זיך, אז צוליב דעם וואס אברהמ'לע האט

,נישט געטון גארנישט, חוץ פון וויינען רונדע דעם זייגער

האט ער זיך נישט אנטוויקלט אזויווי א געווענליך קינד פון

זיין עלטער. ער איז נישט געזעסן און זיך געשפילט מיט

שפילצייג, ער האט נישט געמאכט די זיסע קלאנגען און

.חכמה'לעך וואס רוב קינדער אין זיין עלטער טוען שוין יא

ער האט געוויינט און געוויינט און געוויינט און איך האב

.געשפירט ווי איך גיי אראפ פון זינען

מיין מאן, וואס איז ב"ה א פארנומענער מענטש און

ארבעט שווער צו ברענגען פרנסה אין שטוב, וויבאלד איך

האב געמוזט אויפגעבן מיין פאסטן ווי נאר אברהמ'לע'ס

צושטאנד האט זיך אזוי פארערגערט, האט זיך אמת'דיג

אנגעשטרענגט איבער אלע כוחות מיר צו העלפן. אבער

דאס קינד האט נאר געוואוסט פון איין זאך: וויינען און

...וויינען

איך האב זיך נאכמער איבערגעדעקט מיט מיין דאכענע

און געלעכצט צו כאפן א שטיקל דרימל. אבער ווי אויף צו

להכעיס, האט דער מלאך החלומות מיך נישט אריינגעלאזט

אונטער זיינע ווארעמע פליגלען. אדרענעלין האט געפלאסן

אין מיינע אדערן מיט א שטארקן שטראם. איך האב זיך

געדרייט פון איין זייט צום צווייטן, ביז ענדליך האט דער

בעט מיך ארויסגעווארפן. איך האב זיך אונטערגעגעבן. איך

האב געוואשן מיינע הענט, און אריין אין קאך זיך אנגרייטן

א ווארעמע קאווע. אויב נישט שלאפן, זאל איך כאטש

?פארדינען אביסעלע מנוחה, ניין

,איך האב לאנגזאם געזיפט פון דער ברענעדיגער קאווע

און ארויסגעבליקט צו דער פינסטערער נאכט. די לבנה

האט געוואונקען צו מיר מיט חוזק, ווי גלייך צו זאגן, "דו

ווילסט מיך נישט באגעגענען, אבער אט האבן מיר זיך

"...ווידעראמאל געטראפן

פלוצלונג האט זיך די טיר געעפנט און אפרים איז

אריינגעקומען. זיינע שווארצע רונדן האבן שוין אלעס

חוצפה'דיגע טרערן האבן זיך געשלענגלט פון מיינע

פארמאכטע אויגן, און נאס געמאכט מיין קושן. איך

האב געשפירט ווי מיינע הענט זענען געבינדן

20פרשת אמור תשפ״ה—

.דערציילט

"איך שפיר אזוי שלעכט פאר דיר אז דו ביזט געבליבן

אויף פאר אזוי לאנג," האב איך געשעפשעט מיט א שטילן

קול. אברהמ'לע איז ענדליך געשלאפן און איך האב נישט

.געוואלט איבערהאקן זיין קורצן שלאף

"זארג זיך נישט," האט ער געזאגט מיט אן

".אנטשלאסנקייט. "דאס גייט זיך ענדיגן בקרוב

.איך האב אנגעהאנגן צוויי פארוואונדערטע אויגן

?"הלואי," האב איך געזאגט, "אבער ווי אזוי פונקטליך

מיר האבן שוין פרובירט יעדע עצה וואס עס איז אונז נאר

".פארבליבן

"דאס איז פונקטליך וואס איך האב געוואלט זאגן," האט

.זיך זיין שטימע געהעכערט

"שששש... וואס פלאנסטו צו טון נעקסט?" האב איך

.געפרעגט, מער מיט נייגער ווי האפענונג

"איך פאר צו רבי שמעון." פעסט און אנטשלאסן. "פון

.היינט און ווייטער, האט זיך געענדיגט יעדע באהאנדלונג

אלע שמיראכצער און טראפנס האבן שוין געענדיגט זיייער

".תפקיד און זיי געהערן מער נישט אין אונזער הויז

איך האב זיך צוגעהערט מיט שאק און שטוינונג. ער איז

אריין אין צימער און נאך א מינוט איז ער צוריקגעקומען

,מיט א פארמאכטן זעקל. דאס זעקל איז געווען גאר גרויס

און עס איז געווען איבערגעפילט ביז אויבן. "מיר גייען פטור

.ווערן דערפון," האט ער געזאגט מיט אנטשלאסנקייט

"אפרים, דו... דו מיינסט עס ערנסט?" איך האב נישט

.געגלייבט וואס ער טוט דא

"יא!" האט ער געזאגט מיט דעם זעלבן אנטשלאסענעם

קול, "דאס גייט היינט נאכט אין מיסט! רבי שמעון קען

באווייזן דאס וואס די גרעסטע דאקטוירים קענען נישט

"!באווייזן

,איך האב אים נאכגעפאלגט מיט אויפגעפראלטע אויגן

מיין קול איז פארשטימט געווארן. איך האב נישט געגלייבט

אז דאס איז דער זעלבער רואיגער, דורכגעטראכטער

אפרים. אבער נאך איידער איך האב געהאט די געלעגנהייט

.צו פראטעסטירן, איז דאס זעקל שוין געווען אין מיסט

"אפרים, דא רעדט מען פון… טויזנטערס!" האב איך

ענדליך געטראפן מיין שטימע, "פארוואס... פארוואס

"!?האסטו דאס געטון

"איך האב דיר שוין געזאגט. איך פאר צו רבי שמעון, און

".ער וועט אונז העלפן

א

איך האב געפאכעט מיין טרייסלענדיגע האנט און

נאכגעפאלגט ווי דער פליגער הייבט זיך העכער און העכער

ביז ווען איך האב עס שוין מער נישט געזען. אפרים איז

געפארן קיין מירון, ער גייט בעטן און מתפלל זיין. עס

וועט זיכער קומען די ישועה – אין דעם בין איך געווען

איבערצייגט. "הייליגער באשעפער, העלף אונז!" האב איך

.געשעפשעט

אפרים האט באשטעלט א טיקעט קיין מירון צוויי

טעג פאר דער פליגער האט זיך געהויבן. דער בילעט האט

אפגעקאסט א ריזיגן סכום, אבער רבי שמעון וועט דאס

אויך באצאלן, האט אפרים מיר פארשפראכן. און יעצט איז

ער דארט, ביים צדיק'ס קבר, און ער רייסט איין וועלטן. ער

רייסט איין פאר אונזער אומשולדיג קינד וואס ראנגלט פאר

יסורים פון זיין צושפליטערטן הויט, ער רייסט איין פאר

זיין ווייב וואס אירע כוחות לאזן זיך שוין אט אט אויס. ער

וועט פועל'ן א ישועה, אברהמ'לע וועט ווערן געזונט. זיין

צעביילטע און צעבלוטיגטע הויט וועט וואקסן פריש און

.געבוירן קינד-און געזונט, ווי א ניי

אינאיינעם מיט די ימ'ען פון טרערן וואס באנעצן די ערד

פון מירון, איז אפרים געשטאנען דארט מיט א תהלימ'ל אין

'זיין האנט און געוויינט מיט זודיגע טרערן. "הייליגער ר

שמעון," האט ער געכליפעט אויפ'ן קול אן קיין בושה, "שיק

א רפואה פאר אונזער אברהמ'לע! ער איז א יונג קינד, און ער

"!איז ריין פון זינד! רבוש"ע, שיק אונז א ישועה

דעם קומענדיגן פארטאגס האט דער עראפלאן

געלאנדעט אין ניו יארק, און מיט עטליכע שעה שפעטער

איז אפרים שוין געווען צוריק אינדערהיים. איך בין פונקט

דעמאלט איינגעשלאפן, נאכ'ן שאקלען און פרובירן אן

.ערפאלג צו בארואיגן אברהמ'לע פאר איבער צוויי שעה

אפרים איז ארויס דאווענען שחרית און איך בין געבליבן

שלאפן. אויך אברהמ'לע איז געבליבן שלאפן. נאך א שעה

האט זיך מיין מאן צוריקגעקערט פון שחרית, און מיר זענען

.נאך אלץ געשלאפן, איך און אברהמ'לע

פלוצלונג, האט איך געהערט אן איבערראשטע קול, "דו

"!מוזט אויפשטיין! דו מוזט זען

איך האב זיך געריבן מיינע אויגן, "ווער נאך חוץ

"?אברהמ'לע'ס געוויין וועקט מיך אויף

"גיב א קוק אויף זיין פנים!" האט ער געשריגן מיט

.איבערראשונג

איך האב געכאפט א קורצן בליק אויף אונזער צדיק'ל

וואס איז געלעגן רואיג אין זיין בעטעלע מיט פארמאכטע

.אויגן

"איך גלייב נישט!" איך האב פארלוירן מיין געווענליכע

"!!רואיגקייט, "עס איז נישט צום גלייבן

די רויטליכקייט איז אראפ, און זיין קאליר האט

אויסגעקוקט אסאך בעסער. נאך א וואך איז אברהמ'לע'ס

!קערפער געווען כאחד האדם

.בזכות התנא האלוקי רבי שמעון

"הייליגער ר' שמעון," האט ער געכליפעט

אויפ'ן קול אן קיין בושה, "שיק א רפואה פאר

אונזער אברהמ'לע! ער איז א יונג קינד, און ער

"!איז ריין פון זינד! רבוש"ע, שיק אונז א ישועה