בס״ד
פרשת אמור תשפ״ה
ISSUE 41
MAY 11 '25
WILLIAMSBURG YINGERMAN
Distributed in NY/NJ, CANADA, UK/EU
בארא פארק
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואלUK/EU
YOUR LARGEST LOCAL WEEKLY
ADVERTISMENT PLATFORM
די נשמה פון א ביזנעס
ארומנעמענדער שמועס מיט-ברייט
אייגנטימער ,מוה"ר דוד נחמי' סטרולאוויטש
סאפטוועיר דעוועלאפמענט Uppertech פון
פאפירענע גראטעס:נייע דראמאטישע פאזעצונג
מיטאג שפאציר ← צוויי קומט נאר נאך איינס
London 2.99£ ● Belgium 3.99€
2פרשת אמור תשפ״ה—
—
Let our
tiles take your
breath away.
Not our prices.
Highstyle
3 7 + Y E A R S O F T I L E C R A F T S M A N S H I P • H S T I L E . C O M
BROOKLYN SHOWROOM
72 Franklin Ave, Brooklyn, NY
718.643.1300
MONSEY SHOWROOM
2 Melnick Drive, Monsey, NY
845.751.1300
Visit Highstyle and surprise yourself with what’s possible at your
budget. Our secret? A good eye, and over 3,000+ high style options
that help you make the most of what you’re looking to spend.
•
Spend
hours
filing for
a marriage
license
Let the experts handle the paperwork,
so you can focus on what matters most.
Contact CityServe today
718.218.5969 · Info@cityserveny.com
PAPERWORK SIMPLIFIED™
CityServe
THE W MALL OFFICES
365 Flushing Ave #605 RIGHT OFF THE BQE
Or you can simply
call City Serve.
May 11 '25
—
—
פאמיליע סענטער640 ווען צו רופן די
פאמיליע סענטער. אונזערע 640 קיין שום פראבלעם איז נישט צו גרויס אדער קליין פאר די
טעראפיסטן זענען גרייט צו היילען אלע מיני טראומא, טרויער, אומבאלאנצירטע גוסטע,
אומגעזונטע אויפירונג, און סתם ווען איר שפירט גייסטיש עפעס נישט און ארדענונג. אונזער
ציהל איז אייך צו מאכן שפירן גוט און גאנץ, ווי א נארמאלע מענטש. ווען איר זענט גרייט צו
718-925-2259 פאמיליע סענטער640 שפירן בעסער, דאן רופט די
פאמיליע סענטער איז א פלאץ פון640 רואיג און פריוואט, די
אויפלעבונג און גייסטישע היילונג וועלעכע טוט אפשפיגלען
די היימישקייט, שפראך און ווירדן פון די געגענט. דאס איז א
פלאץ ווי איר קענט באקומען א טעראפי עקספיריענס וואס איז
אייגענארטיג פאר יעדען קליענט באזונדער. ווי אויך טוען אונזערע
טעראפיסטן זיך אפגעבן פערזענליך מיט אנגייענדע הדרכה. און
איז אלעס אויף דעם העכסטע שטאפל פון סערוויס.640
פאמיליע סענטער640 די
א רואיג און פארזיכערט פלאץ און וויליאמסבורג
FAMILY CENTER
640 Broadway
718-925-2259
באקענט זיך מיט
טיעם640 די
LCSW ר' אהרן פינק הי"ו
פאמיליע סענטער טוט דער דירעקטאר ר' אהרן 640 און די
פינק נאכגיין די הצלחה פון יעדע מענטש באזונדער. ער גיבט ראט און
טאט פאר די טעראפיסטן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קליענטן און טוט
שטארקן זייער זעלבסט זיכערקייט כדי צו פארזיכערן די מאקסימום
הצלחה. אהרן פינק האט אויסערגעווענליכע ערפארונג און טרענירן און
סופערווייזן די טעראפיסטן און פולע מהלכים. ער האט גראדאוירט פון
. אהרן ספעציעליזירט זיך און ארבעטען מיט קאמפליצירטע קעיסעס YU
סערטיפיקאט צו טרענירן אוןSIFI פון שלום בית און חינוך. ער האט א
סופערווייזען סאשעל ווארק תלמידים. ער האט טרענירט און באקומען
אינסטיטוט, ער איז טרענירט און EFT אוןIFS סערטיפיקעשען פון די
.ACT Psychoanalysis and Behavior modification treatment
LMSW ר' מאטי ריייפער הי"ו
. און איז און YU מאטי האט גראדאוירט
. ער 2021 פאמיליע סענטער זייט640
האט אריינגעברענגט א פרישקייט און
גייסטישע געזונט דורך גיבען רחמנות
און וואלידעשן. ער איז אויסגעצייכענט
און ער גיבט זיך איבער פאר די CBT און
קינדער און עלטערע דורך דעם טעראפי
פראצודור מיט זיין פריינטליכע און
פרייליכע נאטור. ער האט אויך טרענינג
און אויך אנדערע EFT אוןIFS און
אויספרובירטע מהלכים.
LCSW פריידי פאטטער
טוט פריידי פאטטער העלפן פאר מענטשן וואס 2017 זייט
גייען אדרוך טראומא. זי האט שוין געטוישט די לעבן פון
פילע מענטשן דרוך די אטעטשמענט בעיסד מהלך, "די
טעראפיסטישע צוזאמענארבעט מיט די שטוב איז וויכטיג פארן
Somatic, היילן און וואקסן" זאגט פריידי. זי איז טרעניריט און
Touro . זי איז גראדאוירט פוןIFS, EMDR , CBT , DBT, EFT
640 און איז א קליניקעל סופערווייזער און דיUniversity
פאמילי סענטער. זי טוט פארשטיין א יעדען קליענט דורך דעם
טעראפיסטישען אויג, און זי גיבט אויך פאר די טעראפיסטן
אויסערגעווענליכע הילף עס זאל זיין פאר די הצלחה פון דעם
קליענט.
Psychiatric Nurse :דוד ביניאמינאוו
Practitioner PMHNP
דוד טוט זיך בעיקר קאנציטרירן אויף מעדיקעשען
וויסענשאפט
פולע
מיט
מענעדזשמענט,
supportive
and
person-centeredאון
. ער טוט זיך ספעציעלעזירן און psychotherapy
,העלפן מענטשן מיט אנגעצויגענקייט, דעפרעשן
, און שלאפן פראבלעמען. פארן קומען צו ADHD
ICU פתח תקוה האט דוד געארבעט אלץ א מח
נוירס און מאונט סיני שפיטאל. ער האט געטוען
און Ravia mind זיין קליניקעל אינטערנשיפ און
NYU גראדאוירט פון
LMSW עסטי גוטמאן
אנגעצויגענקייט, דיפרעשן, אביוז און
טראומא, זי האט פולע ערפארונג
און די אויבענדערמאנטע, זי איז
און איז א YU גראדאווירט פון
קליניקעל סופערווייזער און א סיניאר
טעראפיסט. זי ניצט די מהלכים פון
attachment based , אוןDBT, IFS
צו היילען צענערלינגן אוןtherapy
.עלטערע
LMSW רחל שאור
א באליבטע פלעי טעראפיסט,
רחל האט פולע יארן ערפארונג
צו ארבעטען מיט קינדער,
ווי אויך טוט זי פראקטיצירן
Family Centered אוןDBT
. רחל איז גראדאוירטtherapy
.YU פון
LMSW ר' יצחק ליפשיץ הי"ו
יצחק ליפשיץ איז א טעראפיסט
פאר יונגע און מיטל עלטערדיגע, ער
העלפט קליענטן אויסגראדן זייער
אינערליכע צומישונג, און העלפט
מיטן אויפלעבן פארהאקטע געפיהלן.
ער ניצט א הומעניסטישע מהלך, ווי
אויך אויפירונג טעאריע. ער האט
און איז אריין YU גראדאוירט פון
.2023 געקומען און פתח תקוה און
FAMILY CENTER
ADS@THEYINGERMAN.COM
Second Chance
Your Path to English Fluency Starts Here
Ready for takeoff?
Make English your first stop!
Ready for takeoff?
Make English your first stop!
English Lessons for men
Contact us today!
1.929.469.1242
secondchaneae@gmail.com
$100 Off
for
חתנים!
May 11 '25
—
—
!ברעכט רעקָאָ רדס
סָאַ טמָאַ רק
א טאג וואס
10 0K+
מאקסימיזירט בלויז פאר
עקזיביטָאָ רס \ בוטס
פיס-סקווער
היימישע
קאָ מּפאַ ניס
וועלן פארשטעלן
ָאלע סָארטן
סערוויסעס ָאון פרָאדוקטן
40 0
50פרעזענטירער
און עקספערטן
פראמינענטע היימישע
ביזנעסלייט ָאון מומחים
דורכ'ן טָאָ ג בעז"ה
ביזנעסלייט
מאנ"ש
געשָאצט זיך צו
בָאטייליגן בעז"ה
50 0 0
!ָאָ פן פָאַ ר טיקעטס
Info@satmark.co
SatMark.co
718.285.8312
קהל יטב לב דסאטמאר
// כ"ד אייר// MAY 22 'למס // דאנערשטאג בה"ב
11
May 11 '25
—
—
12פרשת אמור תשפ״ה—
—
13
May 11 '25
—
—
dartmedia.us
כ'וויל אים
שוין זאגן
צוויי יאר
אבער גיי טרעף די ריכטיגע ווערטער
פאר א רב פון ביהמ"ד.
לאמיר עס אויסארבעטן
מכון מסכים טוט סוקסעספול אויסארבעטן ביזנעס, עסקים,
ציבור'ישע און משפחה אנגעלעגנהייטן באופן השוה לכל נפש.
א מסכים עקספערט וועט באהאנדלען אלע צדדים
מיט דיפלאמאטיע, צו יעדנ'ס צופרידענהייט.
איינמאליגע הסכמים
לאנגטערמיניגע מיטארבעט845.751.9521
INFO@MASKIM.CO // MASKIM.CO
| קונה | לוקח | מוכר | משקיע | לוה | מלוה | מוריש | יורש | שוכר | משכיר | פועל | בעה"ב | אב | בן
משפחה | שכן | חבר | מחותן | קרוב | איידעם | שווער | שותף | געשוויסטער | רב | תלמיד | מנהל | גבאי.
14פרשת אמור תשפ״ה—
—
,פראגעס
ענטפערס, עצות
און חיזוק
די פרוי דארף נישט דעם
מאנ'ס פאקטישע הילף
גוטערמאן
א גוטן, איך וויל צולייגן א הערה צום
"גוטערמאן" ארטיקל פון פרשת תזריע
מצורע: זייער אסאך מאל, און אפילו על פי
רוב ווען א פרוי בעט הילף, איז עס, אזוי ווי
איר האט געשריבן, נישט ווייל זי דארף די
הילף, נאר מער ווייל זי דארף דעם חיזוק, און
זייער אסאך מאל וואס פאסירט איז, אז דער
מאן קומט און הייבט אן העלפן פיזיש, אבער
דאס איז נישט וואס זי דארף. רוב מאל וויל
זי נישט די הילף, נאר זי דארף מער אז דער
מאן זאל איר פארשטיין און מיטפילן ווי
שווער זי ארבעט, און איר געבן א יישר כח
.און התפעלות פאר איר ארבעט
וואס פאסירט מיט אסאך מענער איז, אז
די פרוי רעדט זיך אויס אין שטוב ווי שווער
זי ארבעט, און דער מאן הייבט אן צו העלפן
און ער הייבט אן פארצושלאגן געדאנקען און
?געבן עצות: "פארוואס טוסטו דאס אזוי
מען קען עס טון אנדערש," וכו'. ער הייבט אן
צו פירן די ווירטשאפט לויט זיין שכל. און
דא ווערט א פראבלעם, ווייל די פרוי טוט
עס אויף איר וועג שוין א לאנגע צייט, און
פלוצלונג, זי בעט אביסל הילף פונעם מאן
.און ער הייבט אן איבערצודרייען
עס איז פונקט ווי ווען דער מאן איז
אביסל אנגעצויגן אין זיין דזשאב אדער זיין
:ביזנעס, און די פרוי זאל אנהייבן זאגן
"פארוואס זאלסטו ספענדן דא? מען קען
נוצן דאס געלט אנדערש, מ'קען אינוועסטירן
דארט און דארט," וכדו'... דער מאן וועט זיך
נישט פילן באקוועם. ער דארף נישט קיין
הילף, נאר איך וועל טון מיין חלק און דו
.זאלסט טון דיינס
די זעלבע זאך מיט דער פרוי: זי וויל נישט
,אז דער מאן זאל איבערנעמען איר פלאץ
נאר וואס דען? זי דארף דעם חיזוק און
.אנערקענונג אין וואס זי טוט
יישר כח פאר אזא שיינער אויסגאבע, איך
.האב זייער הנאה דערפון, הצלחה
פרעגן א דעת תורה
גוטערמאן
א גוטן, איך וויל זאגן בנוגע דעם ארטיקל
אין "גוטערמאן" קאלום איבער איינפירן
חומרות אין שטוב, אז די ערשטע ריכטיגע
זאך איז גלייך צו גיין פרעגן דעת תורה. נישט
,קיין חילוק צי די ווייב וויל יא אדער נישט
איז די ערשטע זאך צו פרעגן און דורכטון די
נושא מיט דעת תורה, און אזוי זיך פירן. די
גאנצע זאך פון דורכטון אינדערהיים איז גוט
.נאכן עס איבערשמועסן מיט דעת תורה
א חידוש אין בודזשעטינג
אידיש געלט
"כ'האב געליינט דעם "אידיש געלט
ארטיקל פון פרשת תזו"מ, וואו מ'האט
גערעדט וועגן בודזשעטינג, און כ'מוז
ארויסברענגען אז ס'איז מיר געווען א
שטארקער חידוש צו ליינען דעם געדאנק
.וואס מ'האט דארט ארויסגעברענגט
כ'האב שוין געהערט אסאך שיעורים און
שמועסן אויף בודזשעטינג, און אלץ איז מען
געבליבן ביים געדאנק אז דער עיקר ציל פון
א בודזשעט איז אז מ'זאל וויסן וואו
מ'שטייט און מ'זאל זיין קלאר וויפיל געלט
.מען האט
אין דעם ארטיקל האט דער שרייבער
ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה וואס
כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט, אז ווען
מ'ווייסט וואו מ'שטייט און מ'זעט אז מ'האט
שוין אויסגעגעבן א שיינעם סכום דעם חודש
אויף דער און דער זאך, פילט מען שוין נישט
אזוי שטארק אז מ'וויל אדער מ'מוז עס
קויפן, ווייל מ'פילט מען שוין נישט אזוי
באגרעניצט אז איך בין אזוי מצומצם און איך
.קען זיך גארנישט ערלויבן
,א גרויסן יישר כח פאר אלע ארטיקלען
עס איז ב"ה זייער אינטערעסאנט און
.באלערנד
העכערט נישט8 סעקשאן
קיין רענט פרייזן
א גוטן, אזויווי ס'ווערט יעצט באריכטעט
אין די נייעס אז פרעזידענט טראמפ פלאנט
, און מ'הערט פון8 אפצושטעלן סעקשאן
געוויסע אידן וואס פרייען זיך ווייל זיי
טענה'ן אז די הויכע רענט אין די היימישע
געגנטער קומט צוליב דעם וואס עס איז דא
, וויל איך קלארמאכן אז דאס8 סעקשאן
זענען אלטע אויסגעדראשענע טענות וואס
.האט נישט קיין שום אחיזה אין מציאות
והראי' אז ווען מען גייט צו די גוי'אישע
געגנטער אין דער סיטי זעט מען אז די פרייזן
אויב נישט- זענען פונקט דאס זעלבע
און דארט איז נישטא קיין- טייערער
.8 סעקשאן
איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז
ווען נישט עס איז דא אזא זאך ווי א
מארטגעדזש, וואלט געקאסט א הויז אין
וויליאמסבורג הונדערט פופציג טויזנט
דאלער, ווייל וויפיל מען וואלט געהאט
…אראפצולייגן אזויפיל וואלט עס געקאסט
טענה איז סתם א נארישקייט8 די סעקשאן
פון מענטשן וועלכע האבן נישט קיין
און זענען פשוט מקנא די וואס8 סעקשאן
האבן יא. ווי געזאגט אז מ'קען קוקן אויף די
גוי'אישע געגנטער, איך רעד פון די טייערע
,געגנטער אין ברוקלין אזויווי ברוקלין הייטס
וואו דארט איז עס אסאך טייערער. ממילא
.האט די טענה נישט קיין דעקונג
.יישר כח
פּאָסטמאַן
דעם אינגערמאנ'ס טיש
845.200.3313 #102
qa@theyingerman.com
15
May 11 '25
—
—
16פרשת אמור תשפ״ה—
—
״ח
. צוויי ווערטער וועלכע פארציילן אזוי פיל- "יים מעדיקל
.מען דארף פאר קיינעם נישט דערציילן וואס דאס איז
דער באשעפער זאל אוודאי העלפן אז קיינער זאל נישט
דארפן צוקומען דערצו, אבער ליידער זענען דא אזויפיל
חולי ישראל וועלכע שמאכטן אין שפיטעלער, און ווער עס קומט נאר אין ריר
מיט אזא פאל איז גוט באקאנט מיט די הימלישע פעולות פון די צדיקים פון
"חיים מעדיקל" וועלכע ארבעטן איבערמידליך צו ראטעווען אזויפיל אידישע
.קינדער
עס האט זיך אבער נישט אנגעהויבן אלס אזא גרויסע אימפעריע ווי דאס
וואס מיר קענען היינט. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געטרייע מאמע וועלכע
האט פארלייגט וועלטן צו ראטעווען איר קינד'ס לעבן, און האט זיך פון דארט
צוביסלעך אויסגעשפרייט צו העלפן ראטעווען טויזנטער אנדערע אידישע
.לעבנס
-אנגעהויבן האט זיך עס מיט העכער צוואנציג יאר צוריק, ווען די שוין
בארימטע מרת כהנא האט זיך-וועלט-היינט
ליידער געטראפן מיט א ביטערער צרה ביי זיך
יעריגער-אין שטוב, נאכדעם וואס איר אכט
חיימ'ל איז ל"ע דיאגנאזירט געווארן מיט א
גאר שווערן און זעלטענעם סארט טומאר אין
.מח זייענדיג בלויז אכט יאר אלט
וואס עס באדייט פאר א אידישער מאמע
צו מיטלעבן אזא ביטערן דורכגאנג איז נישט
מעגליך צו באשרייבן, און עס זענען נישטא די
אויסדרוקן אין דער וועלט וואס קענען דאס
ארויסברענגען. אבער נאך פיל שווערער איז עס
ווען מען טרעפט זיך מיט א מציאות אז מען טאפט א וואנט; מען טוט און
מען פרובירט אלעס צו ראטעווען אן אייגן קינד ממות לחיים, אבער מען זעט
.נישט קיין ליכטיגקייט אויפן האריזאנט
דער פאקט אז די מחלה איז געווען אזוי זעלטן, אזש מען געפינט דאס
יערליך ביי בלויז ארום דריי הונדערט קינדער איבער דער גאנצער וועלט, האט
אין אנדערע ווערטער געמיינט אז עס זענען נישט פארהאן קיין ערנסטע
שטודיעס און היילונגען דערפאר. און דאס ביסל וואס איז יא געווען מעגליך
.צו פרובירן, האט נישט געברענגט קיין גרויסע רעזולטאטן
,אבער מרת כהנא איז נישט געווען גרייט זיך אפצושטעלן פאר גארנישט
און זי האט ממש איבערגעדרייט א וועלט צו אנטדעקן און ברענגען א רפואה
פאר איר קינד בס"ד. וואו און וואס אימער עס האט נאר אויסגעקוקט אז עס
קען אפשר עפעס העלפן, איז זי באלד דארט געווען און געריקט ווענט דאס
.צו צושטאנד ברענגען פאר איר קינד
דורכאויס איר רייזע צו דורכנישטערן יעדע מעגליכע אפציע, האט צו אירע
אויערן דערגרייכט א שמועה איבער א פירמע אין ארץ ישראל וועלכע ארבעט
אויף א געוויסן עלעקטראנישן דעווייס וואס האט געדארפט זיין ממש א
דורכברוך אין דעם פעלד פון באקעמפן א טומאר, און זי האט נישט גערוט ביז
זי האט מצליח געווען זיך צו פארבינדן מיטן אייגנטימער פון דער פירמע. זי
האט געקלערט אז עס קען מעגליך זיין דער ענדגילטיגער ענטפער צו אירע
תפילות, און זי האט געהאפט אז איר זון וועט קענען ווערן באהאנדלט
.דערמיט
,אין יענער צייט איז עס נאך געווען אין דער פאזע פון די ערשטע שטודיעס
און עס איז בעיקר אויספרובירט געווארן אויף מייז. בלויז צוויי מענטשן האבן
שוין דאן געהאט אנטיילגענומען אין די פראבעס און האבן באקומען א
.באהאנדלונג דערפון
ווען מרת כהנא האט פרובירט צו שתדל'ן אז איר חיימ'ל זאל קענען
אנטיילנעמען אין די פראבעס, האט מען איר
אנטזאגט, אנגעבנדיג אז זיין געוויקס ל"ע
איז צו שטארק דערפאר און עס וועט
צושטערן דעם גאנצן מהלך פון דורכפירן די
.שטודיעס און קלויבן דאטא דערויף
זייענדיג גרייט אויף אלעם האט זי
פארגעשלאגן א גרויסע סומע געלט אז
מ'זאל אים ערלויבן אנטיילצונעמען אין די
שטודיעס, אבער דער ענטפער איז נאכאלץ
געווען "ניין", אלע בקשות זענען געפאלן
.אויף טויבע אויערן
זי איז אבער נישט געבליבן זיצן מיט פארלייגטע הענט, נאר האט ווייטער
איבערגעדרייט א וועלט און אנגעקומען ביז אזוי ווייט ווי אריינמישן דעם
ארטיגן פרעמיער מיניסטער. זי האט געטון וואס נאר מעגליך אדער אוממעגליך
.צו ברעכן די הארטע מויערן
אירע באמיאונגען האבן ביי דער ענדע געברענגט רעזולטאטן, און זי האט
באקומען אן אנבאט אז פאר פופציג טויזנט דאלער קען ער געניסן פון דער
באהאנדלונג. עס איז שוין אבער ליידער געווען צו שפעט. בלויז עטליכע טעג
נאכן באקומען דעם אנבאט האט חיים ל"ע אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע
. צוויי מאנאטן נאך זיין בר מצוה- נשמה
נאך בעפאר ער האט זיך געזעגנט פון דער וועלט איז מרת כהנא שוין געווען
אקטיוו אין העלפן אנדערע. די פינף שווערע יארן האבן איר געברענגט אסאך
,ערפארונג און הויפנס מיט קענטעניסן וועלכע זי האט נישט געהאלטן ביי זיך
כח היחיד
חיים מעדיקל
אן איינצלנער מענטש
ביז א- מיט א געדאנק
רעוואלוציע אין דער וועלט
17
May 11 '25
—
—
.נאר גענוצט צו העלפן אנדערע אידן אין נויט
צוביסלעך איז איר נאמען געווארן פארשפרייט
פון מויל צו אויער, און פילע האבן זיך אנגעהויבן
.ווענדן צו איר פאר הילף
מיט דער זעלבער געטריישאפט און
ווארעמקייט וואס זי האט זיך אפגעגעבן מיט
איר קינד, האט זי זיך אוועקגעגעבן פאר אנדערע
אידן וועלכע האבן זיך געוואנדן צו איר אין
.פארצווייפלונג ארויסקוקנדיג אויף איר הילף
נאך א שטיק צייט וואס זי איז צוביסלעך
געווארן אלץ מער פארנומען און אריינגעמישט
אין קאמפליצירטע קעיסעס, וואו זי האט
געבראכן ווענט און צו יעדנ'ס איבערראשונג
באוויזן צו אנקומען וואו קיינער האט זיך נישט
געטרויט צו חלומ'ען, האט זי באשלאסן אז
ס'איז צייט עס צו נעמען צום קומענדיגן שטאפל
כדי צו קענען נאך מער ארויסהעלפן די פילע
חולי ישראל. זי האט דאן פארבעטן די בארימטע
מרת שלעפעריג שתחי' זיך צוזאמצושטעלן מיט
איר, און אינאיינעם האבן זיי געגרינדעט אן
אפיציעלע ארגאניזאציע אונטערן נאמען "חיים
."מעדיקל ריסוירסעס
די ארגאניזאציע, וועלכע איז דאן באשטאנען
פון בלויז זיי צוויי אין צוגאב צו איין
סעקרעטארין, האט ווייטער ממשיך געווען מיט
די הייליגע פעולות אויף א באשיידענעם
פארנעם. אבער נישט אויף לאנג. דער גרויסער
פארלאנג פאר אזעלכע מאסיווע כוחות אין דער
מעדיצינישער וועלט, און איבערהויפט אין
קאמפליצירטע פעלער וואו מ'האט זיך קריטיש
גענויטיגט אין זייער עקספערטיז, האט
געברענגט דעם גאר שנעלן וואוקס און בלי פון
.דער ארגאניזאציע
ביז א קורצער צייט האט די ארגאניזאציע
אויסגעשפרייט אירע פליגלען אויף דער לענג
און אויף דער ברייט, און עס האט נישט לאנג
גענומען ביז זי איז באקאנט געווארן אלס די
.בארימטע "חיים מעדיקל" אימפעריע
ווי אנגעהויבן, איז חיים מעדיקל נישט עפעס
איבער וואס עס פעלט אויס צופיל צו
פארברייטערן, ווען זייערע פעולות פון הצלת
נפשות ממש רעדן פאר זיך אליין. די שטוינענדע
עפיזאדן וואס מען הערט פון מאל צו מאל ווי
ווייט זיי זענען ארויס פון וועג און איבערגעקערט
א וועלט צו ראטעווען א אידיש לעבן, זענען
בלויז געציילטע פון פילע ענליכע וועלכע ווערן
נישט אזוי באקאנט, און ווארפן א שטיקל ליכט
איבער וואס עס שפילט זיך אלץ אפ צווישן
.אירע פיר ווענט
פון ריפערלס צו די צוגעפאסטע דאקטוירים
ביזן ערלעדיגן אפוינטמענטס איבערנאכט ביי די
סאמע גרעסטע נעמען אין דער מעדיצינישער
וועלט; פון איבערדרייען א וועלט צו אפירזוכן א
רפואה פאר א זעלטענער מחלה, ביזן אליין זיצן
אויף
שעות
טויזנטער
אוועקגעבן
און
מעדיצינישער ריסוירטש. דאס און נאך פיל מער
קומט פאר אויף א טעגליכן פארנעם אין די חיים
אדער אין די הייזער פון די- מעדיקל אפיסעס
מענטשליכע מלאכים אין די איבריגע שעות פון
.טאג און נאכט
איר זאלט קיינמאל נישט אונטערשאצן אייער
"כח היחיד", ווייל דער "כח היחיד" האט אין זיך
מורא'דיגע כוחות, אזש ביז צו ראטעווען די
לעבנס פון טויזנטער אנדערע "יחידים" און
מקיים זיין דעם "כל המציל נפש 'אחת' מישראל
כאילו קיים עולם מלא" אויף א טעגליכן
.פארנעם
אויב האט איר א געדאנק פון א פערזענליכקייט
וועלכער איז פאסיג צו ווערן באשריבן אין דעם
#107 קאלום, ביטע זיך פארבינדן מיט אונז דורכן רופן
sw@ אדער שיקט אן אימעיל צו845.200.3313
theyingerman.com
שלום ווייס
845.200.3313 #107
אבער געלט אבער געלט
....קען היילן....קען היילן
Our client, an elderly
man, was tragically
killed, ,ר"לwhen a
garbage truck struck
him while he was
crossing the street in
a marked pedestrian
crosswalk. The truck,
making a turn, failed
to see the man in
time, resulting in the
fatal collision. Despite
efforts from emergency
responders, the man
was pronounced dead at
the scene, .ר"ל
Our firm represented
the family in seeking
compensation after this
tragic accident. After
thorough investigation
and legal negotiations,
we secured a 7-figure
settlement on their
behalf.
This case highlights the
dangers pedestrians
face, particularly the
elderly, and emphasizes
the need for greater
caution on the roads.
The family hopes the
settlement will help
raise awareness and
improve safety for all
pedestrians.
718-564-6050
Braude Injury Lawyers
Attorney Advertising. Past results no guarantee of similar outcome. Details may be altered for privacy.
יעקב בראדי
רופט שוין
e
n
th
e
Esq.
18פרשת אמור תשפ״ה—
—
בס"ד
זילבעררענט
יל
מיר פארדינגען די שענסטע
זילבערנע כלים פאר
אייער
שמח
ה
רעבישע מעמד
קביעות מזיזה
באזוך פון א רבי
אדער סיי וואס
מיר דעליווערן עס
און מיר נעמען עס אפ שמיציגערהייט
רופט שוין צו
באצירן אייער שמחה
11
00
504
347
אויבן-אן טיש
מלכות'דיגןמיט א הערליכןאייער שמחה
?קומט אַ ן איש מכובד צו אייער שמחה
?מיט וואס וועט איר אים מכבד זיין
בס"ד
THIS LAG BA'OMER
CONNECT TO
REB SHIMON
201-58-MASOK
סֵפֶר הַז ּ ֹהַר הַקָּדֹוׁש
wITH THE pIRuSH
מָתֹוק מִדְ בָׁש
Large Size
(9.5/6.5 in)
23 volumes
Small Size
(7/5 in)
23 volumes
Pocket Size
70 volumes
מחולק לפי פרשיות
To order call The US office of Masok Midvash:
www.masokmidvash.com sales@masokmidvash.com
♁
Ð
There’s no greater zechus and segulah than strengthening
ourselves in learning the Zohar HaKadosh.
MASSIVE LAG BAOMER SALE
SPECIAL PRICES • FREE DELIVERY
Bring into your home the
Zohar HaKadosh with the
pirush Masok Midvash,
and be zocheh to Shefa,
Bracha and Kedusha.
20פרשת אמור תשפ״ה—
—
גוטערמאן
דער תורה'דיגער מהלך
צו א גליקליך און צופרידן
לעבן אינדערהיים
ווי אזוי קען איך פועל'ן ביי מיין ב"ב אז זי זאל מסכים זיין צו גיין מיט דעם
?"מצא טוב" חתונה פלאן
,איך האלט יעצט פארן חתונה מאכן א קינד, איך וויל זייער שטארק שפארן
אבער וויפיל איך פרוביר איר איבערצורעדן צו גיין מיט די ביליגערע חתונה
.פלענער שטעלט זי זיך אלץ אנטקעגן
איך זע אז אנדערע זענען יא מצליח; וואס דארף איך טון כדי צו קענען
?פועל'ן ביי איר
:תשובה
.דער בעסטער וועג צו פועל'ן, איז דורך אויפהערן צו פועל'ן
אזוי לאנג ווי דו גייסט מיט א מהלך אז דו ווילסט דווקא אויספירן, ברענגט
עס ארויס פון איר א התנגדות. ווען דו וועסט זאגן דיין מיינונג אן קיין מחשבה
.פון "ווען איז זי שוין מסכים?", וועט זי דיך אי"ה בעסער אויסהערן
אין קורצן וואס דו זאלסט טון: זאג דיין מיינונג פשוט און קלאר. ווער נישט
ברוגז ווען זי איז נישט מסכים, ווער נישט צובראכן ווען זי שטעלט זיך
אנטקעגן, און פיל נישט אראפגעקוקט ווען זי זאגט אנדערש. דו זיי גרייט צו
טראגן דעם עול פון שפארן, זאג נאכאמאל דיין מיינונג אין דער ריכטיגער
צייט, און אלעס מיט א פאזיטיווקייט. מיט דעם טוסטו איינזייען די ריכטיגע
קערנדלעך, און מיט דער צייט וועט עס בע"ה שיין שפראצן און וואקסן און זי
.וועט אנהייבן מער צו שפאָ רן
,דער כח וואס א מאן האט ווען ער רעדט קלאר און רואיג איז אומבאשרייבליך
.און דאס איז דער כח וואס דיינע חברים וועלכע זענען מצליח (וויפיל?...) נוצן
ווען דו וועסט גוט נוצן דעם כח וועסטו אי"ה אויך שיין מצליח זיין, הן מיט
דער ב"ב, און אזוי אויך מיט דיין קינד וואס האט יעצט חתונה, אז ער זאל
.מסכים זיין צו גיין אויפן שפארזאמען וועג
■
אזוי ווי די נושא איז ברייט און טיף, און די יסודות וואס מען דארף דא
אויסשמועסן זענען נוגע אויך אין טאג טעגליכן לעבן אין שטוב, דעריבער
.וועלן מיר אביסל מאריך זיין און ארומנעמען די נושא פון עטליכע זייטן
אין די ארטיקלען איבער דער טעמע וועלן מיר אי"ה אויסשמועסן דריי
.הויפט יסודות, אין צוגאב צו נאך עטליכע קלענערע נקודות
:די דריי יסודות זענען ווי פאלגנד
. הן דער כח הדיבור און הן דער כח ההנהגה- דער כח פון א מאן .א
.פארשטיין די ב"ב און רעדן פאזיטיוו און רואיג .ב
עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן און עס- בנוגע פחדים וספיקות.ג
.וועט דיר גארנישט פאסירן ווען דער מאן זאגט זיין מיינונג רואיג און געשמאק
ביאור הלכה: פרויען שפענדן
לאמיר אנהייבן מיט א געוואלדיגן שטיקל ביאור הלכה אין הלכות יו"ט סימן
תקכ"ט, וואו ער שרייבט אז דער סדר פון די נשים איז אז זיי ווילן איינקויפן
און ספענדן געלט אויף איבריגע זאכן, און עס ליגט אויפן מאן צו זען אז ער
זאל נישט נמשך ווערן נאך דעם, ער זאל זיך האלטן שטארק און נישט ווערן
נאכגעשלעפט און איבערגערעדט, און אויב ער וועט נישט מצמצם זיין קען עס
.ח"ו צוברענגען צו גזל וחמס און צו בושות וכלימות
נאך פאר מיר שרייבן איבער וויאזוי צו רעדן אין שטוב, איז וויכטיג
ארויסצוברענגען דאס מציאות וואס גייט פאר אין אסאך שטיבער, כדי מען
,זאל זען אז די שאלה איז נישט קיין חידוש און אזוי איז די נאטור פון די נשים
ווי דער ביאור הלכה שרייבט. אזוי ארום וועט מען קענען צוגיין צו איר רצון
צו ספענדן מיט א רואיג געמיט און אן קיין טענות, און אויטאמאטיש וועט זי
.דורך דעם קענען בעסער אויסהערן
ווי אנגעהויבן, די גאנצע זאך אז די ב"ב וויל אויסגעבן מער געלט ווי דער
מאן, ליגט אין דער בריאה, און אזוי האט דער באשעפער באשאפן די נאטור
.פון מענער און פרויען
דער סדר העולם איז אז דער גאנצער הנהגת הבית און צושטעלן די סעודות
וכדו', איז עפעס וואס האט בעיקר מיט דער ב"ב. באזונדער איז די נאטור פון
פרויען אז זיי האבן ליב חפצים, קליידער, שענערע סעודות, שיינע מתנות
אא"וו. זיי פילן מער א צורך צו די זאכן, און אזוי אויך איז דאס זיך אהערשטעלן
.מכובד'יג און פאסיג עפעס וואס איז זייער וויכטיג ביי זיי פון נאטור אויס
ווידעראום די מענער דארפן בדרך כלל ווייניגער פון די אלע זאכן, און עס
גייט זיי נישט אזוי שטארק אן. שטוב זאכן איז נישט ממש דעם מאנ'ס ארבעט
וויאזוי פועל'ט מען ביי דער ב"ב
?צו גיין מיט א ביליגן חתונה פלאן
21
May 11 '25
—
—
און אחריות, ממילא אינטערעסירט זיי נישט אזוי שטארק די גאנצע נושא פון
.'זיך צושטעלן און זיך אויסשטאפירן מיט טייערע חפצים וכדו
און נאך מער: דער מאן איז דאך דער וואס דארף האבן די אחריות אויפן
בודזשעט, און ער איז דער וואס דארף וויסן וויפיל ער איז גרייט צו ספענדן
און וויפיל נישט. דעריבער שטעלט זיך אויס אז אפילו ביי זאכן וואס ער וואלט
געגליכן צו האבן אין זיין באזיץ, האט ער אבער דעם עול פון געלט וואס זאגט
. דאס קען מען נישט טון- "אים "ניין
דעריבער וועלן בדרך כלל אין יעדער שטוב אונטערקומען סיטואציעס וואו
דער מאן האלט אויף עפעס אז עס איז נישט וויכטיג און מען זאל עס נישט
און- קויפן, און זיין ב"ב האלט אז עס איז יא וויכטיג און מען מוז עס קויפן
דאס איז סיי ביי שפארזאמע שטיבער און סיי ביי מער פארשווענדערישע
.שטיבער
נאך א סיבה דערצו איז ווייל די ב"ב איז געבויט אויף אן אופן אז זי איז
מקבל פונעם מאן, ממילא ליגט נישט אויף איר אזוי ווייט דאס אחריות צו
. דאס איז די ארבעט פונעם משפיע, דער מאן- אריינברענגען שפארזאמקייט
זי אלץ מקבל איז דא אויף צו בעטן, און זי ווארט אז איר מאן זאל פירן די
.שטוב אויפן בעסטן וועג וואס שייך, כפי ראות עיניו
און וואס איז טאקע דער ריכטיגער צוגאנג? צומאל איז זי טאקע גערעכט
און לויט זיין געלט מצב דארף ער טאקע אהערשטעלן לויט איר געברויך און
איר לאזן קויפן (עיין רמב"ם הל' אישות פרק טו הל' יט), און אסאך מאל וועט
.ער איר דארפן זאגן אז מ'קען עס נישט קויפן
דאס אז ער האט אן אנדער נאטור און צוגאנג פון איר, מאכט נישט פאר אן
אפגעפרעגטע זאך דאס וואס זי וויל עפעס מער פון וואס ער טראכט, און עס
מאכט אויך נישט אז ער זאל עס מוזן צושטעלן. דער מאן דארף אלעמאל נוצן
.זיין שכל און פארשטאנד און מאכן די ריכטיגע החלטה בטוב טעם ודעת
עכ"פ, דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם איז, אז דאס איז
דער סדר העולם, און אלס מאן זאל מען נישט האבן קיין טענות אויף דער ב"ב
פארן וועלן ספענדן; זי טוט נישט קיין עוולה, און דו ביסט ב"ה נישט
אריינגעפאלן. נאר וואס יא? אלס מאן און מנהיג זאל ער איר מודיע זיין און
.אויסלערנען וואס ער האלט פאר ריכטיג און וואס נישט
דאס איז איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען דארף זיך איינ'חזר'ן, ווייל כדי
דער מאן זאל קענען משפיע זיין אויף דער ב"ב מוז ער רעדן מיט א
"?פאזיטיווקייט און אן קיין טענות אין הארץ: "היתכן דו בעטסט אזויפיל
למעשה: איבערצייגן די פרוי צו שפארן
למעשה גערעדט: וויאזוי זאל א מאן רעדן צו זיין ב"ב כדי איר איבערצוצייגן
אז זי זאל נישט ספענדן און מסכים זיין מיטצוגיין מיט די שפארזאמע חתונה
?פלענער
דער וועג וויאזוי א מאן פועל'ט אין שטוב, איז דורך זאגן זיין מיינוג, קלאר
.און בא'טעמ'ט, און אן קיין מורא פון זיין פרוי'ס רעאקציע
למשל, ער זאגט: "איך האלט אז די זאך איז צופיל. איך פארשטיי פארוואס
דו ווילסט עס, און הלואי וואלט איך עס געקענט צושטעלן, אבער יעצט לויט
".די אומשטענדן זאג איך דיר, ביטע באשטעל עס נישט
ווען א מאן טוט דאס, האט עס זייער א שטארקע השפעה און עס גייט
.אריין זייער טיף אין דער פרוי'ס קאפ און הארץ
אפט מאל מאכט זיך אז דאס ערשטע מאל וואס ער זאגט עס איז זי זיך
מתנגד, זי דינגט זיך און מאכט אוועק זיינע ווערטער, און עס זעט אויס ווי
זיינע ווערטער האבן גארנישט אויסגעמאכט. אבער דער אמת איז אז עס איז
אזויווי א קערנדל – ווען א מאן זאגט עפעס, זייעט ער איין דעם געדאנק אין
זיין פרוי'ס הארץ, ממש אזויווי א קערנדל וואס מיט דער צייט וועט עס
.שפראצן און וואקסן
צוליב דעם איז וויכטיג צו געדענקען אז מען זאל איר נישט אפענטפערן און
זיך ארומ'טענה'ן ווען זי איז זיך מתנגד. מען פלאנצט איין און געגאנגען
ווייטער. פארקערט גאר: לאז איר זיך אויסשמועסן אירע מחשבות און מסביר
זיין ווי וויכטיג דאס איז און אז יעדער קויפט דאס, וכדו'. עס איז זייער א גוטע
.זאך ווען מען גיבט איר די מעגליכקייט מיטצוטיילן וואס זי טראכט
אבער זע אויך נישט צוריקצוציען (צוליב פחד וכדומה), ווייל דאן טוסטו
.אויסרייסן דאס קערנדל
:סך הכל
.זיי נישט פארנומען צו פועל'ן ■
.פארשטיי איר. זי מיינט גוט, און זי בעט לויט איר נאטור ■
.דו מוזט נישט צושטימען צו אירע בקשות ■
.דיין כח פון רעדן און הנהגה איז גאר גרויס ■
.רעד מיט א רואיגקייט און פאזיטיווקייט ■
.דעם מאנ'ס דיבור איז ווי א קערנדל וואס שפראצט מיט דער צייט ■
.מוזט איר נישט צוריקענטפערן. לאז איר זיך אויסשמועסן ■
■
?וויאזוי לאזט מען דאס קערנדל וואקסן ■
וואס זענען די געווענליכע פחדים וואס מען האט ווען מען וויל עפעס ■
?זאגן, און פארוואס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן
אויף- למעשה איז דאך שווער צו שפארן, מען וויל זיך דאך צושטעלן ■
?וועמען ליגט דאס אחריות צו טראגן דעם עול פון שפארן
?וועל איך אלעמאל מוזן רעדן און מסביר זיין ■
די אלע פראגעס און נאך נושאים וועלן מיר אי"ה אויסשמועסן אין די
.קומענדיגע וואכן
נוגע פאר יעדן, און קען פארשטייט די ארטיקלען ברענגען כלליות'דיגע יסודות וואס איז
זיך נישט געשריבן ווערן אויף א פערזענליכן פארנעם. אין פאל מען געפינט זיך שוין אין
א פראבלעמאטישן מצב איז גאר וויכטיג צו גיין פאר הילף ביי א מומחה און זיך נישט
.פארלאזן בלויז אויף וואס מיר שרייבן דא
ר' ישעי' שרייבער איז א מומחה אין אוועקשטעלן יונגעלייט אין שטוב אויף גוטע
אדער שיקט אן845.372.5364 יסודות. פאר שאלות און אפוינטמענטס רופט
.ys3725364@gmail.com :אימעיל צו
ישעי' שרייבער
845.200.3313 #114
Giterman@theyingerman.com
22פרשת אמור תשפ״ה—
—