Yidene UK-EU Issue 35

ISSUE 23 — Mar. 9 '25 — WILLIAMSBURG/UK YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת כי תשא תשפ״ה

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלCANADA\UK

חכמת נשים. מרת. גאלדשטיין

Hostess International פון

דערציילט פון איר ערפארונג,

איבער משלוח מנות, מתנות,

און אלעס ארום

טיפס פאר א

רואיגע פורים.

אריינגעשיקט דורך

אידישע מאמעס פון

איבעראל

דער

געשאנק

פון געבן

C A R E A T H O M E

QUALITY CARE THAT

COMES TO YOU

— AT NO EXTRA COST!

Recipes.

A Festive

Purim Feast

The

Yidene's

Picks.

Bestselling

Mishloach

Munos gifts

זעט

16 זייט

go full swing

S S 2 5

(NEXT DOOR TO ESTHER’S JEWELRY) | BEAUTIFULLBOUTIQUE.COM |

H OUR S :

AM

PM

SIZE IN C LU SIVE FA SHION

into

summer style

March 9 '25

unique corpo1ate persentations and gifts. where no two mishloach manos are alike

bnng in your things to fill with for complimentary w1apping!

ffP

HOSTESS

Boro Park 718.437.6050 1411 56th Street

4פרשת כי תשא תשפ״ה

?'ווער האט שוין געהערט איבער 'להתענג

ווער נישט? איבער דער גאנצער גארער וועלט איז עס באוואוסט און

באקאנט. יעדער וואס הערט אביסל ווערט אנציקט פון די אינהאלטרייכע

שיעורים און ווערדפולע גורלות. ס'איז זיכער אז די שטארקע אויפוואכונג

איבערן ארייננעמען דעם שבת פרי און מיט א רואיגקייט, איז צו

פארדאנקען דעם געוואלדיגן ליין.

כדי צו הערן אביסל מער דערוועגן, האבן מיר באשלאסן כאפן א

לערנבארע שמועס מיט מרת גאטליב, די פירערין פון די ליין.

א

ווי אזוי איז אייך איינגעפאלן אויפצושטעלן די ליין?

"דעם ליין האב איך אויפגעשטעלט, למעשה, זייער קליין" צושמייכלט

זיך מרת גאטליב. "איך האב זיך נישט געראכטן ווי ווייט עס וועט

צוויי הונדערט -פארשפרייט ווערן. אנגעהויבן האב איך מיט הונדערט

פרויען, און במשך די פיר און א האלב יאר וואס די ליין שטייט, שטעלן זיך

נאכאנאנד צו נאך און נאך פרויען ב"ה. היינט זענען שוין דא אויפן ליין

פרויען פון די גאנצע וועלט. פון ארץ ישראל, פון ניו יארק, פון 10,000 ארום

לאנדאן און פון אנטווערפן. אבער עס האט זיך אנגעפאנגען בלויז אין מיין

פאמיליע. אייגנטליך", ערקלערט זי, "איז מיין פאמיליע די וואס האט מיר

זייער געבעטן איך זאל אויפמאכן דעם ליין, זיי האבן מיר ממש געמוטשעט

אז פרויען דארפן חיזוק אין די נושא פון שבת, אבער איך בין געווען זייער

פארנומען און איך בין נישט אנגעקומען דערצו.

"זעט אויס אז דער אויבערשטער האט אזוי שטארק געוואלט, אז ער

האט מיר געשיקט א גוטן שטופ דערצו", דערציילט זי און גייט צוריק צו

יענע תקופה. "איך האב געהאט אין שטוב א עלטערער זון און זיין

באשערטע האט זיך אויפגעהאלטן. ווען מיר זענען געגאנגעען צום רבי'ן

בעטן א ברכה האט אונז דער רבי געזאגט אז מען דארף עפעס טון פאר

שבת. דאס איז טאקע געווען די לעצטע שטופ וואס האט מיר צוגעברענגט

אויפצושטעלן דעם "להתענג ליין", און נישט צום גלייבן: ביז דריי חדשים

שידוכים! און אזוי זעהען מיר נאכאנאנד ישועות אין 3 האבן מיר געשלאסן

זכות פון די ליין".

קענט איר אונז אביסל דערציילן וועגן דעם ליין? ווי אזוי ארבעט עס, און

וואס איז זיין צוועק?

"דער ליין איז אויפגעשטעלט געווארן מיטן צוועק צו שטארקן אידישע

פרויען אריינצונעמען דעם הייליגן שבת פריער און רואיגער. יעדן טאג איז

דא א שיעור פון צען מינוט, וואו מיר געבן פארשידענע עצות און פאקטן

ווי אזוי זיך צו גרייטן צו שבת שוין פון אנפאנג וואך. אויסער דעם איז דא

יעדע וואך א גורל צווישן אלע פרויען וואס זענען געווען גרייט אויף שבת

פאר דעם זמן פון ליכט צינדן. מיר האבן אנגעהויבן מיט איין הגרלה יעדע

וואך, און היינט, ממש אומגלויבליך, האלטן מיר שוין ביי זעקס הגרלות א

וואך.

"עס זענען דא אין ליין דריי סארט הגרלות", ערקלערט זי, "די ערשטע

דאס איז פאר ווער עס איז געווען גרייט אויף שבת - 'רופט זיך 'דימאנטן

א האלבע שעה פאר ליכט צינדן, - 'א שעה פארן זמן. די צווייטע איז 'גאלד

פאר ווער עס איז גרייט א פערטל שעה פאר - 'און די דריטע איז 'זילבער

.שבת

"וואס קלערסטו?", פרעגט זי מיר, "אין וועלכע הגרלה שרייבן זיך אריין

די מערסטע פרויען?"

"מסתמא ביי זילבער", ענטפער איך מיט א זיכערקייט. וויפיל פרויען

קענען שוין זיין גרייט מער ווי א פערטל שעה פאר שבת?

"האסט א טעות", צולאכט זי זיך, "איך האב געוואוסט אז אזוי וועסטו

זאגן, אבער דער אמת איז אז אין די הגרלה פון 'דימאנטן' שרייבן זיך איין

יעדע וואך אין דורכשניט טויזנט פרויען, אין די צייט וואס אין די אנדערע

דריי הונדערט פרויען! -צוויי הגרלות פארשרייבן זיך ארום צוויי הונדערט

ווייסטו פארוואס?", ערקלערט זי הערנדיג מיין וואונדער, "די תוספת שבת

געבט פאר די פרויען אזא געשמאק און רואיגקייט אז ווער עס האט נאר

פראבירט וויל שוין וואס פריער זיין גרייט, וואס פריער שפירן די קדושה

און די געשמאק פון שבת!"

"אין אנפאנג פלעג איך מאכן די הגרלה מיט צעטלעך", שילדערט זי איר

הארעוואניע, "איך פלעג זיצן שעות אויף שעות און שרייבן נאך און נאך

נעמען אויף די צעטעלעך, אבער צום סוף האב איך געזען אז ס'איז פשוט

נישט שייך, האב איך אנגעהויבן מאכן די הגרלות מיט די הילף פון א

קאמפיוטער, ביי מיין שנור אינדערהיים, דען ביי מיר אין שטוב וויל איך

בשום אופן נישט ארייננעמען קיין קאמפיוטער".

ווי אזוי פירט איר א ליין אין אזא גרויסן פארנעם אן קיין קאמפיוטער? עס

איז ממש אומגלויבליך!

"יא, עס איז טאקע נישט גרינג", איז זי מסכים מיט מיר, "נישט איינמאל

האב איך געטראכט אז עס וועט מיר קענען זיין פיל גרינגער מיט א

קאמפיוטער, דער אויסהערן אלע נעמען פאדערט פיל מי, און נאך מער

יעדע לעקציע וואס איך זאג אריין אין דער ליין, הער איך איבער אפאר

מאל און פון מאל צו מאל דארף איך פאררעכטן... מיט א קאמפיוטער

וואלט מיר אוודאי געווען לייכטער דאס אלעס. נישט אז איך ווייס, נאר אזוי

קוקט מיר אויס... אבער", לייגט זי צו מיט פרייד: "עס לוינט זיך, איך פיל אז

אין דעם זכות האט דער ליין אזא גרויסע הצלחה, און אין די זכות פון מיין

מסירות נפש בין איך זוכה צו זען נחת פון מיינע קינדער".

צי זעט איר א ווירקונג פון די ליין אויף אייער פערזענליכן לעבן?

"און נאך וואספארא ווירקונג", הייבט זיך איר שטים, "דער שבת איז

משפיע א שפע אויף די גאנצע וואך, אין אלע הינזיכטן כפשוטו ממש!"

איך זע קלאר - און זי פאנגט אן אויסצורעכענען: "ערשטנס אין פרנסה

פאר די אויגן אז זינט איך האב געעפנט דעם ליין האט זיך געעפנט די

קראנען. איך האב חתונה געמאכט דריי קינדער אין איין ווינטער, מענטשן

האבן מיר געפרעגט: 'פון וואו האסטו געהאט? ווי אזוי האסטו געקענט?'

און דער ענטפער איז אז איך ווייס טאקע נישט ווי אזוי. איך האב נישט קיין

מסודר'דיגע ארבעט און עס איז נישט במציאות. עס איז קלאר אז אלץ איז

אין זכות פון דעם הייליגן שבת.

"דער הייליגער לעכאוויטשער זי"ע האט געזאגט: וואלטן מיר מיינע

חסידים געפאלגט, וואלטן זיי צוגעלייגט תוספת שבת, דאן וואלטן זיי נישט

געדארפט ארבעטן אזוי שווער פאר זייער פרנסה.

"עס איז נישט נאר ביי מיר", מאכט זי קלאר, "איך הער פון אסאך פרויען

אז די תוספת שבת האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. נישט נאר אין

פרנסה נאר אין אלע הינזיכטן. איך האב שוין געהערט פון פארפעלקער

כי היא מקור הברכה

אינטערוויו, פ. וואסערמאן

March 9 '25

.וואס זייער שלום בית האט זיך געענדערט אין זכות פון די רואיגע פרייטיגס

מענטשן פירן אויס שידוכים מיט קינדער, מען ווערט געהאלפן מיט

קינדער... אפילו אין געזונט", לייגט זי צו, "לעצטנס האב איך באמערקט אז

פון ווען איך האב געעפנט די ליין האב איך כמעט נישט געדארפט צוקומען

צו א דאקטאר.

"דער אמת איז", איז זי זיך מתוודה, "אז ווען איך בין געווען א יונגע פרוי

האב איך שטענדיג געמוזט זיין הונדערט פראצענט. איך פלעג הארעווען א

גאנצן דאנערשטיג און פרייטיג און די שטוב האט געמוזט גלאנצן, איך

פלעג אריינפאלן אין שבת ווי אן אויסגעקוועטשטע שמאטע. מיט דעם

האב איך געמיינט זיך, נישט דעם שבת", איז זי אויפריכטיג, "היינט האב

איך זיך אויסגעלערנט צו מוותר זיין פון מיין פערפעקציאניזם פארן כבוד

פון דעם שבת. דער אויבערשטער דארף נישט דווקא אז די שטוב זאל

גלאנצן, ער וויל מיר זאלן אריינעמען דעם שבת פרייליך און רואיג. אויב

פרייטיג פילט מען פלוצלינג א געברויך צו רייניגן, קאכן, איז דאס א צייכן

אז עס קומט פון דעם יצה"ר.

דער צייט זיך צו גרייטן אויף שבת איז פון אנפאנג וואך, נישט פרייטיג.

פרייטיג דארף מען זיצן רואיג און ווארטן אויפן הייליגן שבת. "עס שטייט

אין די הייליגע ספרים אז שבת איז נישטא קיין גיהנום. זינט ווען קילט מען

אפ דעם גיהנום? פאר יעדן איינעם פון ווען ער האט זיך אנגעהויבן גרייטן

אויף שבת. קומט אויס אז איינער וואס הייבט זיך אן גרייטן אויף שבת שוין

פון מוצש"ק, האט ער א גאנצע וואך נישט קיין גיהנום!

"אן אינטערעסאנטע זאך האב איך געהאט", טיילט זי מיר מיט, "אז אלע

מיינע אייניקלעך זענען געבוירן געווארן שבת, אדער ערב שבת, אדער האב

איך געמאכט א פדיון הבן פון אן אייניקל פרייטיג. איך שפיר דערמיט ממש

א שמייכל פון הימל ווי מ'וואלט מיר געזאגט אז מיינע מעשים זענען

באוויליגט.

צי קענט איר אונז מיטטיילן מיט עטליכע פון די ישועות וואס איר האט

מיטגעהאלטן?

"מיט וואס זאל איך אייך מיטטיילן?", פארטראכט זי זיך. "איך ווייס נישט

פון וואו אנצופאנגען, עס זענען פארהאן אזוי פיל... אין ליין איז דא א

גאנצע ווינקל וואו מענטשן דערציילן זייערע ישועות, מען קען זיי אפילו

נישט ציילן. איך שרייב אראפ ביי מיר אלעס, איך האב נאך א חלום

ארויסצוגעבן א ביכל..." זי טראכט א מינוט צוויי, און דאן פאנגט זי אן: "א

פרוי האט מיר מיטגעטיילט אז זי מיט איר משפחה זענען ארויסגעפארן

אויף א שבת. זייער נאנט צום זמן האט זי געזען די קינדער אינדרויסן אין

אזא הערליכע פאנאראמע, אזש זי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן זיי

נישט אראפצוכאפן אין א בילד. אבער ווען זי האט געוואלט צוריקלייגן די

פאטא אפאראט האט זיך די 'זום' פארהאקט און עס האט בשום אופן

נישט מצליח געווען אריינצוגיין.

וויבאלד עס איז שוין געווען אזוי נאנט צום שבת, האט זי עס

אוועקגעלייגט אין זייט. נאך שבת האט זי עס גענומען און פראבירט

אבער גארנישט, די פאטא אפאראט איז - נאכאמאל און נאכאמאל

צובראכן. זי האט פארשטאנען אז דער אויבערשטער פאדערט פון איר

עפעס, און זי האט זיך באלד אונטערגענומען אז מער וועט זי נישט מאכן

קיין בילדער נאנט צום שבת. גלייך ווי זי האט באשלאסן איר פעסטע

קבלה, איז די 'זום' געגעבן א פאר אריין ווי עס וואלט גארנישט געווען!"

מרת גאטליב כאפט אפילו נישט קיין התפעלות. "אזעלכע סארט

פאסירונגען הער איך טאג טעגליך. עס איז קלאר און אפן פאר די אויגן:

תוספת שבת ברענגט אריין א ברכה אין די גאנצע וואך!"

"און דאס וויל איך אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די טייערע ליינערס",

פירט זי אויס, "עס לוינט זיך. תוספת שבת איז משפיע ברכה און סייעתא

דשמיא אויף א גאנצע וואך. די קדושה פון שבת דערהייבט די גאנצע הויז,

די גאנצע משפחה. ווער עס האט געפילט איינמאל די געשמאק פון די

רואיגע הייליגע פרייטיגס וועט שוין קיינמאל נישט וועלן מוותר זיין. די

קינדער באקומען א נייע געשמאק אין דעם טאג. די בחורים הויבן אן

לערנען מיט א גרעסערע חשק. אלעס אין זכות פון דעם הייליגן שבת.

לאמיר ווייזן דעם - "יעדער איינער קען עס פראבירן! שבת איז א מתנה

רבונו של עולם אז מיר ווייסן צו שעצן דעם געשאנק און אז מיר זיצן און

ווארטן דערויף.

"דער אויבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון שבת זאלן מיר שוין

זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ווי עס שטייט אז ווען מען וועט היטן צוויי

מיד נגאלין, זאגן דערויף צדיקים אז די צווייטע שבת מיינט די - שבתות

תוספת וואס מען לייגט צו צום שבת. הלוואי זאלן מיר שוין אינגיכן זוכה

זיין ליום שכולו שבת, בקרוב בימינו אמן.

א

מיר געזעגענען זיך פון מרת גאטליב טיף בארוישט. יא, פון קליינווייז אן

ווייסן מיר שוין אז מיר האבן באקומען דעם הייליגן שבת אלס מתנה, אבער

ווען מען הערט עס אזוי לעבעדיג און זאפטיג אין די שיעורים אויפן

'להתענג' ליין, קען מען ממש טאפן די שבת'דיגע קדושה און מנוחה מיט די

הענט.

זייט אויך מזכה ענקערע פריינד, 845.609.9061 די נומער פון די ליין איז

און גיבט זיי איבער דעם נומבער זיך אנצושליסן אינעם געוואלדיגן

'להתענג' רעוואלוציע.

יא, מיר ווילן אויך זוכה זיין צו האבן דערין א חלק. אנפילן אונזער היים

מיט לעכטיגקייט און רואיגקייט. מיט רפואות און ישועות און א שפע פון

אלעס גוטס. לאמיר זיך שוין אנשליסן אין דעם וואונדערבארן ליין און

געניסן פון די פראקטישע עצות און ערפארונג אזוי ווי די אלע וועלכע

האבן שוין פארזוכט דעם גוטן טעם.

כינוס 'רזא דשבת' ארענדשירט דורך די 'להתענג ארגאניזאציע' דעם ווינטער תשפ"ה סיטי זאל' אין ירושלים איידערן-די רייכע צוגערישטע 'די

6פרשת כי תשא תשפ״ה

READY TO BAKE:

READY TO SERVE:

SIDE OF SALMON

PLATTER With Caesar

(Serves 10) $49.99

SIDE OF BAKED

SALMON PLATTER

$119.99 + Gefilte $149.99

SALMON + TILAPIA

KABOB SKEWERS

$8.99/pc

SALMON + TURBOT

PIN WHEEL SKEWERS

$8.99/pc

WHOLE COOKED

SALMON PLATTER

(16” - 20ppl)

$124.99 + Gefilte $145.99

GEFILTE FISH

PLATTER

15 slices $39.99

24 slices $54.99

WHOLE COOKED

SALMON PLATTER

(21” - 30ppl)

$179.99 + Gefilte $199.99

SALMON SLICE

CEDAR WRAPS

$11.99/pc

ALL-TIME

FAVORITE!

March 9 '25

ALL OF

YOUR

GUESTSto

Free delivery | Order in-store or over the phone

LOCATED AT

340 Flushing Ave.

(bet Taaffe Pl & Classon Ave)

CALL OR TEXT

718.875.7775

718.963.1390

8פרשת כי תשא תשפ״ה

making

waves

FIND VICTORIAN WIGS AT YOUR LOCAL WIG SALONS IN USA, UK, ISRAEL & CANADA

we’re

sarafinkstudio.com

Get in on the hair-raising buzz!

Revolutionizing the synthetic

wig industry, Victorian Wigs

offers a collection of Heat-

stylable, High-end wigs. With

its versatile styling options

it'll be so flawless and give

the ultimate long lasting

hold.

For wholesale inquiries: sales@victorianwigs.com ~ 845.274.0614

Shop on our new website! victorianwigs.com

March 9 '25

בס"ד

It's a year for

fish boards.

Getting closer...

2 Purim meals, 3 Shabbos

suedas, extended Purim

Melava Malka.

It's Park Cured Fish calling.

Check out our full variety of cured fish

platters to give to friends, family and yourself.

458 Park Ave

718.243.1313

zebragroup.media

פרשת כי תשא תשפ״ה

MAR. 9 ‘25 — ISSUE 23

12

14

18

24

28

32

30

פרשה פונקען

חכמת נשים

נאטירליך

Reflections

אין אפיס

פארזעצונג

רעסעפיס

צירקל

©The Yidene Publication.

Published by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication

may

be

reproduced in print or digital

form without prior written

consent.

The

publisher

reserves the right to edit all

submissions for clarity, length,

and

editorial

standards.

Submitted materials will not

be returned. The Yingerman

Publication is not liable for

the kashrut of any advertised

product or service featured in

these pages. Additionally, The

Yingerman

Publication

assumes no responsibility for

the

content

of

articles,

advertisements, or referenced

books within this publication.

THE YIDENE

WEEKLY FREE PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

EDITOR’S DESK

EDITOR@THEYIDENE.COM

845.666.0056 EXT. 108

COMMENTS AND

SUGGESTIONS

FEEDBACK@THEYIDENE.COM

845-377-0057

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

845.666.0056 EXT. 1

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

Build your non-profit website

for only $79/month

SIMPLEFUNDRAISING.ORG

Drive funds.

Without breaking the bank.

Your Branding

Your Mission

Dynamic Images

Enhanced Donation Options

ATTENTION NON-PROFITS

INFO@SIMPLEFUNDRAISING.COM

35

42

WILLIAMSBURG: 40 PENN ST, 718.624.3400

MONROE: 252 ACRES RD, 845.492.5500

WWW.SANDERSFURNISHERS.COM

DINET TES | SOFAS | M AT TRESSES | RECLINERS | BEDS

BUY NOW FOR

PESACH

AND SAVE

LA-Z-BOY SOFAS ON SALE - UP TO $300 OFF!

I

NOW

$1799

REG $2500

12פרשת כי תשא תשפ״ה

,פידבעק, אבזערוואציעס

קאמענטארן און קריטיק.

feedback@theyidene.com

845-377-0057

אויפמערקונג

איך וויל אויסניצן אייער פלאטפארמע

צו באקאנט מאכן דעם עולם איבער א

וויכטיגער זאך.

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז די

Boirin פון דער פירמעarnica pellets

וואס אלע פארמאסיס האבן, איז חלב

עכו״ם! רוב עולם ווייסט נישט דערוועגן.

איך האב עס דורכגעשמועסט מיט א

גרויסן מומחה אינאיינעם מיט א דיין. עס

זענען דא צוויי קאמפאניס וואס זענען יא

כשר. איך געדענק נאר דעם נאמען פון

. דער Ollois vegan איינס, עס הייסט

lactose free עיקר איז אז עס זאל זיין

(וואס ווי איך האב Made in USA אדער

וואס די lactose פארשטאנען, איז די

אנדערע שטעט ניצן, נישט כשר). ווי ווייט

איך ווייס קען מען עס נאר טרעפן אויפ'ן

געוועב.

ביטע דרוקן מיינע ווערטער צו

אויפמערקזאם מאכן דעם עולם, ווייל

פילע ווייסן נישט דערוועגן (איך האב

געהערט דערוועגן פון א בעל מכשיר).

יישר כח,

מ. האלבערשטאם

In Office, On Point

I manage an office in BP and am intrigued from E. Hirsch's column. She so clearly put into words all important aspects

of customer service and more. I wish all my workers would read it!

A reader

,טייערע ליינער

די גאסן ווירבלען שוין צוביסלעך מיט פלאקאטן, מוזיק און

אקטיוויטעטן, בשעת מיר גרייטן זיך צו אויפנעמען דעם גרויסן יום

טוב פורים.

עס ווילט זיך צומאל טראכטן אז די קינדער זענען די הויפט

מחותנים אין דעם טאג; זיי פארשטעלן זיך, גייען ארום איבער די

הייזער, מאכן פורים געלט, און האבן (האפנטליך) הנאה יעדע מינוט

פון טאג. אפילו די מענער טרינקען און טאנצן. און די פרוי...? זי איז

פארנומען אפווישן, אנגרייטן, בארואיגן און פארהאנדלען…

אבער מיט א טיפערן בליק, ווייסן מיר אז פרויען זענען מחויב

מיט די מצוות היום ווייל זיי זענען געווען א חלק פונעם נס. נאכמער,

דער נס איז געקומען דורך אסתר המלכה, א פרוי.

אין אזא פארנומענעם און איבערגעקערטן טאג, איז שווער צו

האלטן קאפ און עס אויסניצן ריכטיג מיט דעם כח וואס מיר, אלס

אידישע פרויען, פארמאגן. אבער פועל'ן קען מען אין געציילטע

מינוט אויך, ספעציעל אין אזא טאג וואס כל הפושט יד נותנים לו.

נעמט אייך די פאר מינוט צו זאגן א קאפיטל תהלים, אדער אפילו א

קורצע תפילה אויף אידיש, און בעט אויס אלעס גוטס פאר אייך און

אייער משפחה.

אין די קומענדיגע בלעטער שטעלן מיר אייך פאָ ר נוצבארע טיפס

ווי אזוי צו פארגרינגערן דעם פארנומענעם טאג, אריינגעשיקט דורך

אידישע מאמעס פונקט ווי אייך.

-מיר האבן אויך צאמגעשטעלט א ספעציעלע ליסטע פון גוט

יאר, צו פארגרינגערן -גייענדע משלוח מנות וואס ווערן פארקויפט היי

און ארויסהעלפן מיט אייער ארבעט.

א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד!

די רעדאקציע

פונעם רעדאקציע טישל

13

March 9 '25

,עס דערנענטערט זיך שוין דער פרייליכער יום טוב פורים

וואס אינאיינעם מיט דעם שפרינגט שוין דער אידענע'ס פרעשור

ארויף. פורים שיקט מען משלוח מנות, און משלוח מנות באדייט

אריינלייגן קאפ און מח אויפצוקומען מיט אן אריגינעלע, שיינע

טעמע וואס וועט אויסנעמען ביי יעדן, און אויב דער 'אינגערמאן'

האט נישט אנגעגרייט א ספעציעלן 'משלוח מנות פאנד' פון

עטליכע חדשים פריער, ווי רבי געלט האט אונז געלערנט,

(אנטשולדיגט, רבי געלב... איך האב שוין לאנג גע'טענה'ט אז ער

האט פשוט א טעות מיט זיין נאמען...) וועט ער ברויכן צאלן רבי

געלט אויף צו קענען נאכלויפן די היינטיגע סטאנדארטן פון שיקן

ווי די 'אידענע' איז מעיד אז אלע אירע חבר'טעס - משלוח מנות

און באקאנטע שיקן הערליכע משלוח מנות וואס האט געקאסט

כאטש א צענער, איטש. און לויט איר ליסטע פון חבר'טעס,

שכנים, קרובים, לערערינס (אקעי, נישט אירע, נאר די טעכטער'ס)

משלוח מנות, וואס דאס איז ארום 40-30 וועט זי דארפן כאטש

הונדערט דאלער. (חוץ פון דער שוויגער'ס משלוח מנות. איר 4-3

קען מען נישט שיקן די זעלבע ווי פאר יעדן...) און אודאי פאר

דעם אינגערמאנ'ס חברימ'ס אידענעס (וועמען זי קען ניטאמאל)

און פאר זיין בעל הבית (נאר אלס הכרת הטוב), קומט עס אויס

דאלער. און דאס איז חוץ פון די 500 צו א סך הכל פון ארום

אויסגאבן נאכדעם פאר'ן דענטיסט (איי דאונט קעיר, אינשורענס

צאלט עס...)

אז מען טראכט אריין איז עס באמת לעכערליך. די גראסעריס

ברענגען אריין א שפע פון זיסווארג, יעדער קויפט איין גענוג

פאר דרייסיג משפחות, דאס הויז האלט ביים פלאצן פון אזויפיל

עסן און די אידענע קען שוין קוים ווארטן עס צו זען ארויס פון

הויז. דערנאך קומט דער פרייליכער יום טוב פורים, אבער... פאר

יעדן משלוח מנות וואס גייט ארויס פון הויז באקומט מען צוריק

אנדערע משלוח 40-30 איינס. מוצאי פורים טרעפט מען זיך מיט

מנות, יעדער פאר זיך צוקערדיג איינגעפאקט (לאמיר נישט רעדן

וויפיל די ּפאַ קונג קאסט, וואס גייט אין מיסט א טאג נאך פורים)

און מען נעמט זיך צו דער אכילה... (מען דארף דאך אויסרוימען

דעם חמץ, עס קומט שוין באלד פסח...)

ווייטאג און געלט -איז פארהאן א לעזונג צו דעם קאפ

פארשווענדעריי?

בייגעלייגט איז א בריוו וואס איך פלאן אי"ה צו געבן פאר ווער

עס שיקט מיט משלוח מנות. נאכמאכן נישט פארבאטן.

פארקערט, איר העלפט דערמיט ארויס אייער אידענע פון דעם

געוואלדיגן דרוק וואס זי האט אהערצושטעלן א משלוח מנות

וואס זאל געפעלן פאר אלע אירע באקאנטע. איר קענט

אריינשרייבן אייער נאמען, און מאכן קאפיעס פונעם צעטל צו

, שיקט אן אימעילPDF ניצן פאר זיך. אויב ווילט איר באקומען א

.purimletter@gmail.com צו

א פרייליכן פורים!

געלט פאר זיין וועכנטליכן -דא איז דער פלאץ צו באדאנקען רבי

האבן מיר די awareness 'אידיש געלט' קאלום, וואס א דאנק די

שטארקייט צו שיקן אזא 'משלוח מנות'...

נ.ב. מיר מאכן חלילה נישט אוועק די מצוה פון משלוח מנות,

נאר דאס אז עס איז ארויס פון יעדער נארמאלער פראפארציע.

אויב איר קענט, און ווילט שיקן, דאן אפשר זאלט איר אויך

טרעפן איינעם וואס קען באמת ניצן א משלוח מנות (אז זיי זאלן

פילן אז איינער האט זיי אינזין)? דאס איז דאך דער תכלית פון

דער מצוה – צו פארמערן פריינטשאפט.

ערב!stress-free האטס אלע א פרייליכן פורים און א

א ליינערין

פורים'דיגע בריוו פון א ליינער

!א פרייליכן פורים

קודם כל ווילן מיר אייך באדאנקען פאר די הערליכע משלוח מנות וואס איר האט

געשיקט. עס פילט זיך באמת גוט צו וויסן אז מען האט אונז אינזין, און אז מיר

זענען א טייל פון אייער 'משלוח מנות ליסטע'. איר האט באמת מקיים געווען די

תכלית פון די מצוה פון פארמערן פריינטשאפט.

וואס ביים ניכטערן אויפן לונג, ביים שיכור'ן אויפן צונג (אדער פאפיר?)

מיר האבן דאס יאר באשלאסן צו טון א געוואלדיגע חסד מיט אונז אליין (און אפשר

אויך פאר אנדערע...) אז מיר שיקן נישט קיין משלוח מנות. ביטע דאס נישט נעמען

פערזענליך, וויבאלד מיר שיקן נישט פאר קיינעם און מיר האבן גארנישט קעגן

2 – אייך... (מיר זענען מקיים די מצוה פון משלוח מנות ווי די הלכה פארלאנגט

מינים פאר איין מענטש, דורך א שליח, און מיט דעם זענען מיר אויך מקיים דעם

ושמחת בחגיך – בהידור...)

מיר וועלן זיך נישט באליידיגן אויב קומענדיגע יאר

באקומען מיר נישט קיין משלוח מנות, ווייל דאס

איז דאך דער ציל: גרינגער צו מאכן פאר אונזער

מאגן און פאר יענעמ'ס טאש.

האטס א פרייליכן פורים!

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש,

אָן אנטשולדיגונג,

_____________________

בס"ד

14פרשת כי תשא תשפ״ה

פרשה פונקען

א פונק וואס מיר

קענען ארויסנעמען

פון דער פרשה

א

ין ווילדסטן געדאנק וואלט קיינעם

נישט בייגעפאלן אנצורופן לייבל'ן

א קלוגער.

אנדערע קאמפלימענטן האבן

אים זיינע באקאנטע יא צוגעטיילט מיט א

ברייטקייט. מען האט געזאגט אז ער איז אן

ערליכער, א וואוילער, א גוטהארציגער, מיט

צוויי רעכטע הענט. זיי האבן אויסגערימט זיין

קענטעניס אין זיין פאך, באוואונדערט די

הערליכע שיך וואס קומען ארויס פון אונטער

זיינע געלונגענע הענט.

לייבל איז געווען א גוטער שוסטער, אן קיין

צווייפל. אבער נישט צופיל מער פון דעם.

שיך האט ער געקענט פאררעכטן אין

געציילטע מינוטן; פראדוצירן נייע שיך איז ביי

אים געווען א קלייניקייט. מען האט אים

באצאלט, זיך באדאנקט, און ארויס פון זיין

קליינעם געשעפט.

צוואנציג יעריגער בחור -און-דער צוויי

פלעגט שמייכלען צו זיינע געטרייע קונים,

הנאה געהאט פון זייער צופרידנקייט, און זיך

ווענדן צום קומענדיגן ּפאָ ר שיך וואס האט

געדולדיג געווארט אויף זיין באהאנדלונג.

זיין לעבן וואלט זיך ווארשיינליך ווייטער

געצויגן אויף דעם אופן; ער וואלט געטראפן א

פאסיגן שידוך, געשפייזט זיין פאמיליע דורך

זיין שוסטעריי, און אפגעלעבט זיין לעבן אלס

א פשוט'ער, וואוילער איד, אן עם הארץ.

אבער מיטאמאל האט זיך לייבל געטראפן

שפאנען אויף וועגן וואס זענען אים נישט

געווען באקאנט, אויף שטראזן וועלכע האבן

אים געפירט ווייט אוועק פון אלעם וואס איז

אים געווען באקוועם און היימיש. דער וועג

איז געווען געפלאסטערט מיט גיגאנטישע

פעלזנשטיינער וועלכע האבן געפאדערט

פעסטע מוט און אייזערנע כוחות זיי -פעלזן

איבערצוקומען. פלוצלינג האט ער זיך

געספראוועט מיט מצבים וואו זיינע גאלדענע

הענט האבן אים גאנץ ווייניג ארויסגעהאלפן,

און זיינע באקוועמע, שטארקע שיך זענען

געווארן אויסגעריבן און אפגעטראגן פון דעם

שווערן וועג אויף וואס ער האט געקלעטערט.

אבער לייבל האט זיך אונטערגעגארטלט

מיט כוחות וואס ער האט נישט פארמאגט,

אנטשלאסן דורכצומאכן דעם וועג.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט

בטעות אריינגעוואנדערט אין דער בארימטער

וואלאזשינער ישיבה. לייבל האט געעפנט א

פאר אויגן אויף דער צויבערהאפטיגער

סצענע. דאס מעכטיגע קול תורה וואס האט

געדונערט האט אים געהאלטן צוגעשמידט צו

זיין ארט, צוזעענדיג ווי צענדליגער תלמידים

שאקלען זיך איבער אפענע ספרים, און די

טענער נעמען איין דאס פלאץ מיט אן אש

קודש.

עפעס טיף און לויטער האט זיך ערוועקט

אין לייבל'ס הארץ ווען ער האט באטראכט די

סצענע. א געדיכטע לעכצעניש, א הייסער

רצון זיך צוצושליסן צו דעם בילד האט זיך

געפארעמט אין זיין געדאנק, און א דיקע

קנויל פון אנטשלאסנקייט האט איבערגענומען

זיין יעדן אבר און גליד.

דערווייל קען ער נישט לערנען אזוי ווי אלע

תלמידים דא. אבער דער 'דערווייל' איז בלויז

צייטווייליג, ווייל לייבל איז געווען פולשטענדיג

איבערצייגט אז ער וועט זיך אויך אויסלערנען

ווי אזוי מען לערנט.

ער האט אויפגעהויבן א גמרא און עס

באטראכט מיט גרויסע אויגן. ער האט געגלעט

די בלעטער. ס'איז געווען דאס ערשטע מאל

וואס ער האט אנגערירט דעם טייערן אוצר.

לייבל האט זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן ערשטן

ליידיגן פלאץ וואס ער האט געטראפן. ער

האט אויפגעמישט דעם ספר, פארראכטן די

ברילן און זיך צוגעבויגן נענטער.

אים איז נישט קיין חילוק געווען וואס עס

איז דארט געשטאנען. ער האט אויפגעמישט

אינמיטן א מסכתא, און באלד ביים ערשטן

ווארט אויפ'ן עמוד איז ער שטעקן געבליבן.

ליינען האט ער טאקע געקענט, אבער מער

פון דעם איז געווען איבער זיין יכולת. קיין

ווארט פון דעם ספר פאר אים האט ער נישט

געקענט פארשטיין.

אבער לייבל איז געווען אנטשלאסן. ער

האט זיך אויפגעהויבן פון פלאץ, און

צוגעגאנגען צו א דערנעבנדיגן בחור. "וואלסט

מיר געקענט ארויסהעלפן?" האט ער

געפרעגט, זיך שטארקנדיג איבער זיין בושה.

"אפשר קענסטו מיר זאגן דעם טייטש פון

דעם ווארט?"

יענער האט א בליק געגעבן אויף דעם

ווארט, און דאן אויפגעהויבן פארוואונדערטע,

געפלעפטע בליקן צו דעם בחור וועלכער

ווייסט נישט וואס אזא פשוט'ע ווארט באדייט.

ער האט אראפגעשלונגען די פראגע צייכנס

וואס האבן זיך געוואלט ארויסכאפן פון זיין

מויל, און אנשטאט דעם האט ער געענטפערט

זיין שאלה.

"יישר כח," האט זיך לייבל באדאנקט. ער

איז צוריקגעגאנגען צו זיין פלאץ און ווידער

אריינגעקוקט אין זיין גמרא, בלויז זיך

איבערצוצייגן אז דורכאויס דעם קורצן וועג

פון יענעם בחור'ס טיש ביז זיין פלאץ, האט

דער ענטפער אנגעיאגט צו שפראצן פליגלען

און אים ארויספליען פון געדאנק.

ווידער האט ער זיך געוואנדן צו יענעם

בחור. "אנטשולדיגט מיר," האט ער נאכאמאל

איבערגעהאקט יענעמ'ס לערנען מיט א שטיל

קול. "איך האב פארגעסן וואס דו האסט מיר

געזאגט. קענסט מיר ווידער איבערזאגן דעם

טייטש?"

יענער האט אים באטראכט מיט א בליק

וואס איז געווענליך רעזערווירט פאר א מאדנע

באשעפעניש וועלכע מען זעט אצינד צום

ערשטן מאל. ער האט טיף געשלונגען, און דאן

מצליח געווען אים איבערצוזאגן דעם טייטש.

לייבל האט זיך נאכאמאל הארציג באדאנקט.

)פורים – ליהודים היתה אורה. (אסתר ח' – ט"ז

די גמרא טייטשט: אורה, זו תורה. ערקלערן די ספרים הק', אז ביי דעם

נס פורים זענען די אידן צוגעקומען צו דער מדריגה פון פארשטיין אז די

ריכטיגע ליכטיגקייט איז די תורה. אויך במשך הדורות, ווען א איד פלאגט

זיך אמת'דיג אויף תורה, איז ער זוכה צו שפירן די ליכטיגקייט פון די

תורה.

15

March 9 '25

דאסמאל האט ער שוין געדענקט דעם טייטש

,ווען ער איז צוריק אנגעקומען צו זיין פלאץ

אבער דאס צווייטע ווארט איז אים אויך

געווען גאר אומפארשטענדליך. ער האט נישט

געוואלט שטערן דעם זעלבער בחור נאכאמאל.

א נס אז א מאנגל פון בחורים איז אין דער

ישיבה נישט געווען, און ער האט אפגעשטעלט

א צווייטן אים פרעגן וואס דער טייטש פון

דעם ווארט איז...

עס האט נישט לאנג גענומען ביז אלע

תלמידים פון דער ישיבה זענען געוואויר

געווארן אז עפעס א בחור... נו, ווי אזוי זאגט

מען עס אויף אן איידעלן אופן? א בחור אן עם

הארץ, מיט א פארשטאפטן קאפ, האט זיך

אריינגעזעצט אין ישיבה. לייבל האט זיי אלע

אראפגעדרייט א קאפ מיט זיינע שאלות און

קשיות, און וויפיל מאל מען האט אים

געענטפערט און מסביר געווען, האט מען אים

אלעמאל געדארפט נאכאמאל איבערזאגן די

רייד.

די הנהלה פון דער ישיבה האט אויפגעכאפט

וואס דא קומט פאָ ר; איינער פון זיי איז

אריבערגעקומען צו לייבל מיט א שלום עליכם.

לייבל האט באטראכט דעם איד'ס הדרת

פנים מיט רעספעקט. ער האט זיך

אויפגעשטעלט אין אים גערייכט א האנט.

יענער האט פרובירט צו זיין פארזיכטיג און

אים

ער

האט

ווייסט?"

"דו

איידל.

אויפגעמערקט, "עס איז פארהאן א סדר ווי

אזוי מען לערנט. קודם לערנט מען חומש,

נאכדעם משניות, און ערשט דאן הייבט מען

אן לערנען גמרא. חומש האסטו שוין אמאל

געלערנט?"

לייבל'ס אויגן זענען פינסטער געווארן. ער

האט גאנץ קלאר פארשטאנען וואס עס ליגט

פארשלייערט אונטער די ווערטער; דאס איז

אן איידעלער פרואוו אים ארויסצוזען פון

צווישן די ישיבה ווענט, און דאס איז געווען

עפעס צו וואס ער האט בשום אופן נישט

געוואלט מסכים זיין דערצו.

"כ'האב נאכנישט געלערנט חומש," האט ער

מודה געווען. "אבער דא בלייב איך." און אין

זיינע ברענענדיגע, אנטשלאסענע אויגן האט

יענער געזען אז עס איז נישטא מיט וועמען

זיך איינצושפארן. ער האט געהויבן הענט.

און לייבל איז דארט געבליבן. מיט אן

עקשנות האט ער זיך אריינגעטון אין דער

גמרא, און געהאלטן אינאיין פרעגן וואס ער

האט נישט פארשטאנען. גאנצע נעכט פלעגט

מען הערן זיין קול הילכן אין דעם דארמיטארי,

צענדליגער שעות נאכאנאנד, "אמר – האט

געזאגט, אביי – אביי..." און די ווענט האבן

שטומערהייט איינגעזאפט דעם העלדישן

בחור'ס ווערטער, און אים צוריקגעענטפערט

מיט א דונערדיג, ווארעם ווידערקול...

חדשים זענען פארביי, דער לוסטיגער יום

טוב פורים איז אנגעקומען. אין ישיבה האט

מען געפראוועט דעם טאג ווי עס דארף צו

זיין, ווען א פורימ'דיגער מצב האט געהערשט.

צוויי בחורים וועלכע האבן מקיים געווען

דעם עד דלא ידע כפשוטו, האבן זיך געוואנדן

צו לייבל אויף וואקלדיגע פיס. "לייבל!" האבן

זיי אויסגערופן, ווען א פונק פון שפאס הויערט

אין זייערע אויגן. "זאג נאר לייבל, ווי לאנג

ביסטו שוין דא?"

"דריי חדשים."

"אזוי? און וויפיל האסטו מצליח געווען צו

לערנען אין די דריי חדשים?"

לייבל איז גראדע געווען גאנץ ערנסט, ער

האט נישט אויפגעכאפט דעם שטומען

געלעכטער וואס איז באפאלן אלע בחורים

וועלכע האבן געהערט די שאלה, און פאר א

מחנה צושויער האט ער געענטפערט, "א

האלבן עמוד."

"אזוי?! א האלבן עמוד?! ביסט ממש א גאון,

לייבל!" דער בחור האט זיך אפגעשטעלט א

מינוט, און דאן פארגעזעצט. "אין דריי חדשים

דארף מען קענען לערנען עטליכע מסכתות!

וואס איז דיין פלאן אויף ווייטער, לייבל?"

אצינד האט שוין לייבל געשפירט דעם

טאפעדיגן סארקאזם וואס איז געליגן אונטער

די ווערטער. א טויבער וואלט עס אויך געקענט

דערהערן. לייבל האט זיך צעקאכט. "וואס

הייסט?! א זעקל ביינער האט די זכי' צו זאגן

'אמר רבא, אמר אביי,' איז עס דען א

קלייניקייט?!"

פלאמען פייער האבן געשאסן פון זיינע

אויגן. ער האט געמיינט יעדעס ווארט מיט

דער טיפסטער לויטערקייט פון זיין הארץ. די

בחורים האבן זיך שנעל אויסגעטשוכעט פון

זייער צינישקייט, און האבן פארשעמט

אראפגעלאזט די אויגן.

לייבל, מיט זיין האלבן עמוד, פארפאקט זיי

אלע מיט זיין אהבת התורה.

און צום סוף איז ער זיי מן הסתם

איבערגעשטיגן מיט זיין גדלות התורה אויך.

ווייל לייבל האט זיך אזויפיל געמוטשעט און

געפלאגט, ביז ער איז למעשה אויסגעוואקסן א

גרויסער תלמיד חכם וועלכער האט געשריבן

  .תשובות

געהערט פון א תלמיד פון הרב קוסטעל ז"ל

פון ירושלים. הרב קוסטעל איז געווען א

תלמיד אין דער וואלאזשינער ישיבה, און איז

אליין אנוועזנד געווען ביי דער מעשה. ער

האט געקענט לייבל אין די שפעטערע יארן,

און האט מעיד געווען אויף דער גרויסקייט אין

תורה וואס ער האט ענדגילטיג דערגרייכט.

א. סאלאמאן

16פרשת כי תשא תשפ״ה

אזויפיל קינדער האבן שוין אריינגעשיקט א

זאכן וואס ס'איז גוט.10 ליסטע פון

טראכט אריין וועסטו זען אז דו קענסט אויך

שרייבן דיין ליסטע און געווינען א ריזיגע

''ס'איז גוט'' נאש פעקל.

17

March 9 '25

1,2,3

לאמיר

דאנקן אויף

אלעס וואס

ס'איז גוט:

שרייב

אראפ א

ליסטע פון

זאכן 10

וואס זענען

גוט.

שיק אריין דיין ליסטע

דורך איינס פון די דריי וועגן:

פאסט:

טעקסט:

אימעיל:

זיי פון די

40 גליקליכע

געווינערס

אויף א ריזיגע

''ס'איז גוט

נאש פעקל''

215 MOUNTAIN VIEW MONROE NY, 10950

845-666-0056

CONTEST@THEYINGERMAN.COM

18פרשת כי תשא תשפ״ה

דער געשאנק

פון 'געבן'

חכמת נשים

א שמועס מיט

אינספיראציע

19

March 9 '25

א

גוטן אלע חשוב'ע ליינער!

איך בין זיכער אז א חלק פון

אייך קענען מיך גוט, אלס 'מרת.

Hostess

פון

גאלדשטיין

', היינט באקאנט International

Hostess Unique אלס

די אייגנטימערין פון א באקאנט געשעפט

lab אוןgifts, flowers, וואס פארקויפט

׳סטע סטריט 56 1411 אויףgrown jewelry

.אין בארא פארק

מיר האבן געגרינדעט דאס געשעפט בערך

צוואנציג יאר צוריק, און דורכאויס די יארן איז

עס פארוואנדלט געווארן אין דער דעסטינאציע

פאר סיי ווער עס נויטיגט זיך אין א שיינעם

און זוכט איינער וואס קען טון די gift setup

.גאנצע ארבעט פון אנהויב ביז'ן סוף

מיר ספעציאליזירן זיך אין צושטעלן

און פרעזענטאציעס, און corporate gifts

אונזערע קאסטום פעקעדזשעס וואס מיר

שטעלן צו פאר גרויסע פירמעס און מוסדות

האבן זיך ארויסגעשטעלט צו ברענגען

שטארקע רעזולטאטן.

צו ערקלערן אביסל מער: אסאך פירמעס

און מוסדות וועלן אונז ניצן צוצושטעלן

גרויסארטיגע מתנות און פרעזענטאציעס פאר

זייער נדבנים אדער גרויסע קאסטומערס, און

עס האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין גאר

האבן

זיי

וואס

נאכדעם

אפעקטיוו

דער

פון

אסאך

גאר

צוריקבאקומען

אינוועסטירונג.

דער ענין פון געבן מתנות איז שוין זייער

אלט ביי כלל ישראל. די תורה דערמאנט שוין

דעם כח פון געבן פאר א צווייטן, אנגעהויבן

נאך פון ווען יצחק האט געגעבן צירונגען פאר

זיין כלה רבקה, און יעקב האט געשיקט מתנות

צו עשו. ביי אונז אידן האט מען אלעמאל

געוואוסט אז א מתנה דערווארעמט דאס

הארץ פונעם מקבל און צעברעכט מויערן, און

אין אונזער געשעפט האבן מיר זיך דאס

פון - איבערצייגט איינמאל און נאכאמאל

מוסדות וואס האבן באקומען אסטראנאמישע

נתינות דורך א מתנה וואס מען האט געשיקט

צום נדבן, ביז צעקריגטע משפחות וואס האבן

זיך פאראייניגט אדאנק א הארציגן בריוו.

איינער פון די קליענטן האט אונז

מיטגעטיילט פארגאנגענעם יאר אז נאכ'ן שיקן

וואס מיר האבן presentation א גרויסע

צאמגעשטעלט פאר איינעם פון זיינע נדבנים

לכבוד פורים, האט יענער מנדב געווען

אכציג טויזנט דאלאר! אזוי האבן -הונדערט

מיר געהאט נאך פיל אזעלכע סוקסעס

געשיכטעס דורכאויס די יארן.

מתנות מיט הארץ

■ וואס ליגט טאקע אונטער דעם? וואס איז

דער סוד פון אייערע מתנות אז זיי זענען אזוי

ספעציעל?

עס איז זיכער אז דער פאקט אז מיר לייגן

, setup צו אזויפיל הארץ און געפיל צו יעדן

ברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן. ווען א

קאסטומער קומט אריין, וועט זי נישט דארפן

מער ווי זאגן וואס זי וויל געבן און פאר

וועמען, און מיר וועלן צאמשטעלן די גאנצע

זאך פון אנהויב ביז'ן סוף, באגלייט מיט די

ריכטיגע ווערטער אין זייט, צו פארזיכערן אז

דער מעסעדזש קומט ארויס קלאר.

יעדע באשטעלונג, פון דער קלענסטער ביז

דער גרעסטער, ווערט פארזיכטיג דעזיינט און

theme צאמגעשטעלט מיט אן אייגנארטיגן

און פאום וואס שטימט מיט דאס וואס דער

קאסטומער וויל ארויסברענגען.

■ לאמיר עס אביסל מער פארשטיין. לאמיר

זאגן אז איך דארף א מתנה פאר איינעם, וואס

דארף איך אייך צושטעלן און וואס וועט איר

מאכן?

וואס איר דארפט טון איז זאגן בערך וואס

איר ווילט געבן און פאר וועמען, און דאס

איבריגע וועלן מיר טון.

מיר וועלן אייך העלפן אויסקלויבן די

ריכטיגע מתנה, עס אויפסעטן הערליך שיין

און פראפעסיאנאל, און צולייגן די ווערטער

וואס איר ווילט איבערגעבן.

■ עס הערט זיך גאנץ פראקטיש…

one-stop יא, אונזער ציל איז צו זיין א

פאר יעדן סארט מתנה.shop

מיר האבן געהאט אמאל אז א גרויסע

אדווערטייזינג מאגאזין פירמע האט אונז

גערופן אז זיי נויטיגן זיך אין א שיינעם בריוו

וואס זיי קענען שיקן צו זייערס א קליענט

וואס האט אויפגעהערט לייגן זיינע רעקלאמעס

ג. דאווידאוויטש

די הייליגע מצוה פון משלוח מנות פארמאגט פיל מער אונטער זיך ווי די קיכעלעך, שיינע האלטערס און דעקאראציעס. דער עיקר

.ציל פון דער מצוה איז דאך צו פארמערן פריינדשאפט און אחדות איינער מיט'ן צווייטן, און ברענגען א שמייכל אויפ'ן חבר'ס געזיכט

, שטעלט פאָ ר אין איר געשעפט טאקע דאס. אזויפיל סצענעס פון Hostess International מרת. גאלדשטיין תחי׳ פון

וואס setups פריינדשאפט, איבערבעטונג, ליבשאפט און הכרת הטוב האבן זיך שוין אויסגעשפילט דורך די מייסטערהאפטיגע

קומען ארויס פון איר געשעפט, מיט אזויפיל הארץ און שעפערישקייט.

20פרשת כי תשא תשפ״ה

דארט צוליב א סיבה. מיר האבן געשיקט א

מיט א פאום, און arrangement הערליכע

זיך

האט

הארץ

קאסטומער'ס

דעם

אנגעווארעמט… איבריג צו זאגן אז ער האט

ווייטער געלייגט זיינע עדס אינעם מאגאזין.

מענטשן און מעשיות

■ עס זעט מיר אויס ווי עס איז גאנץ א

קאלירפולע ביזנעס…

יא, עס קומט אונז אויס צו האנדלען מיט

אלע סארט מענטשן און הערן אלע סארט

מעשיות.

אמאל האט מיר אנגערופן איינער וואס

האט געוואלט שיקן א הארציגע מתנה צו איר

חבר'טע וואס האט פארלוירן איר מאן ל"ע,

און זי האט געהאלטן פאר'ן חתונה מאכן א

קינד, ליידער אליין. זי האט געשיקט א

הערליכע וואזע מיט בלומען אינאיינעם מיט א

שיינע מתנה לכבוד דעם אויפרוף, און האט

מיר געזאגט אז איך זאל בלויז צושרייבן 'א גוט

שבת'.

איך האב איר אויפגעקלערט אז דא דארף

מען שרייבן עפעס מער ווי בלויז 'גוט שבת',

און מיר האבן געשריבן א שיינעם, ווארעמען

בריוו. ווען די חבר'טע איז אנגעקומען צום

קידוש שבת אינדערפרי, האט איר די אלמנה

גענומען אין א זייט און געזאגט, "זאלסט וויסן

אז דיין בריוו האט ווי געהאלטן מיין האנט א

".גאנץ שבת

אמאל איז אריינגעקומען א יונג ווייבל וואס

האט געוואלט געבן א מתנה פאר איר שוויגער,

וועלכע האט איר ארויסגעהאלפן מיט'ן קויפן

א הויז. די שוויגער האט אויך אסאך

אריינגעשיקט נאכטמאל און געהאלפן מיי די

קינדער, און די שנור האט געפילט אז זי דארף

אויסדרוקן איר דאנק אין א שיינע מתנה.

ווען איך האב איר געפרעגט וואס זי וויל

צושרייבן, האט דאס ווייבל געענטפערט, "מיין

שוויגער איז זייער א קאלטע מענטש. מען קען

פשוט שרייבן 'יישר כח פאר אלעם'..."

איך האב איר געזאגט אז עס קען זיין אז

איר שוויגער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי זיך

אויסצודרוקן, עס מוז נישט זיין אז זי איז א

קאלטע מענטש. מיר האבן איר געשריבן א

שיינעם בריוו, ארויסברענגענדיג בפרטיות

אלעס וואס איר שוויגער האט געטון פאר איר.

נאכדעם האב איך איר געבעטן אז זי זאל מיר

טון א טובה, און אנרופן מארגן זאגן ווי אזוי

איר שוויגער האט רעאגירט.

זי האט מיך טאקע אנגערופן דעם נעקסטן

טאג אינגאנצן איבערגענומען, זאגנדיג דאס

וואס איך האב זיך פארגעשטעלט: איר שוויגער

פון

טאג

גאנצן

א

געוויינט

האט

איבערגענומענקייט, און ווער עס האט איר

אנגערופן יענעם טאג האט געהאט א

געלעגנהייט צו הערן דעם בריוו אויפגעליינט…

אין איין ווארט: אויסער דאס עצם

א פלאץ Hostess צאמשטעלן מתנות, איז

וואס בויט פריינדשאפט, ברענגט צאם

משפחות, באנייט אלטע פארבינדונגען און

לייגט א שמייכל אויף אזויפיל פנימ'ער.

קריעטיוויטעט און טאלאנט

אויסער די מתנות טוען מיר אויך אלע

גרויסע

פאר

, presentations

סארט

קאמפאניס און פריוואטע מענטשן צוגלייך.

מיר האבן אמאל צוגעשטעלט עפעס פאר א

משפחה וואס האט חתונה געמאכט זייער

יונגסטע קינד. מיר האבן זיי צאמגעשטעלט א

גאנצן גארטן אין פארנט פון זייער הויז מיט א

בוים, בילדער פון אלע זייערע -משפחה

קינדער, מיט לייטס און הערליכע דעזיינס,

וואס די עלטערן האבן געטראפן ווען זיי זענען

אהיימגעקומען פון דער חתונה…

מיט carts מיר טוען אויך אלע סארטן

וויינען און קעיקס דערויף, און נאך צענדליגער

אנדערע געדאנקען. מיר שטעלן צו פון פשוט'ע

זאכן ביז גרויסארטיגע פארשידנארטיגע

פראיעקטן.

איז Hostess צו באקומען א מתנה פון

עפעס אויף וואס מענטשן קוקן ארויס און

וועלן אלעמאל געדענקען. עס איז נישט ווי די

געווענליכע מתנות וואס מען וועט באקומען

.gift store פון סיי וועלכער

חכמת נשים