ISSUE 95 — JULY 8 '26 — YINGERMAN • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת מטות מסעי תשפ״ו
ר' אהרן שמעון וואלדמאן
אחריות איז נישט קיין
'וועי-'וואן
הרב יוסף מאיר ווייצבערג
לאמיר צענעמען א
שטר אויף פיצלעך
מתתי' גילבערט
קארד איז-דער קרעדיט
נישט אייער שונא
אייזיק בערקאוויטש
איז נישט קייןIRA אן
אינוועסטמענט
$4.99 $1.99
$1.99
רעוואלוציע
ערפינדונגען וואס העלפן אונז האלטן
אן אויג אויף אלע זייטן פונעם אויטא: די
ווייפערס וואס האלטן די פאדערשטע
פענסטערס שפיגלדיג, און די פיזישע
שפיגלען וואס ערלויבן צו כאפן א בליק
אויף די זייטן און פון הינטן
נחמן שטיין
אויטאס
וואס
שפיגלען
דער גוגל מבין
, ספעציאליסט, ר' משה סאלאףSEO ערפארענער
ערקלערט די קונצליכע טעכניקן וויאזוי ער העלפט
איינס-זיינע קליענטן ארויפצוקומען אלס נומער
"צווישן מיליאנען קאנקורענטן אין "גוגל
אלימלך זאבעל
וויאזוי צוויי סטודענטן האבן אויפגעבויט
מאשין אין-די גרעסטע אינפארמאציע
דער היסטאריע
א געלט מעשה
מנשה ראזען
77
JULY 1 '26
ריעל עסטעיט
א פ ט י י ל ו נ ג
דאס איינציגע הויז אין לאנג איילענד וואס
געפינט זיך ממש "אויפן" וואסער און נישט סתם
"נעבן" דעם וואסער, איז יעצט ארויסגעשטעלט
.$449,000 געווארן צום פארקויפן פאר
צימערן -דאס הויז, וואס פארמאגט צוויי שלאף
און א קיך, איז געבויט געווארן מיט צענדליגער
יארן צוריק ווען די לאקאלע
רעגירונג האט נאך ערלויבט
אויפן
הייזער
בויען
צו
דעמאלטס
זייט
וואסער.
זענען אלע אזעלכע הייזער
אומגעווארפן געווארן, און
זענען
ארט
זייער
אויף
געבויט געווארן גרעסערע
און שענערע געביידעס, חוץ
איין הויז: די וואס איז יעצט
געווארן
ארויסגעשטעלט
אויפן מארקעט.
די לאקאלע רעגירונג האט
מיט עטליכע יאר צוריק
געטוישט דעם געזעץ וואס
פארבאט מענטשן צו בויען א
הויז אויפן וואסער, אבער זיי
קענען נישט אוועקנעמען די
רעכטן פון אן עקזיסטירנד
הויז וואס איז שוין דארט
געבויט געווארן יארן פריער.
טאגס נאר פארבליבן -צו-ווי געשריבן, איז היינט
דאס איינע הויז אויפן וואסער, און טראצדעם
וואס עס איז קליין און אלט, שטייט עס צום
פארקויפן פאר קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר,
וויבאלד אזא הויז וועט מער נישט זיין צו
באקומען אין גאנץ לאנג איילענד.
ISSUE 95 — JULY 8 '26 — YINGERMAN REAL ESTATE SECTION — פרשת מטות מסעי תשפ״ו
דאס איינציגע "שווימענדיגע
איילענד -הויז" אויף לאנג
שטייט צום פארקויפן
די הויז שטייט אויפן וואסער
אויף לאנג־איילענד
א בליק פון אינעווייניג, מיט צוויי
שלאף־צימערן און א קיך
דער דעק און די
ארומיגע וואסער־
פאנאראמע
)$190($140 אז תתענג אידיש ו״כ
$25 בודדים
)$900($725 טוש״ע צורת הדף
/קויפט פון חזק
קינדערשפיל פאר
באקומט א $150
מתנה אין די ווערד
$25 פון
פון חזק/קינדערשפיל
5214 Main St. South Fallsburg
(888) 275-8575 | ArkMortgage.com
Ark Mortgage Inc. • NMLS ID 103915 • 400 Rella Blvd • Montebello, NY 10901
Licensed Mortgage Banker NYS Department of Financial Services; also licensed in AZ, CA, CT, CO, FL, NJ, PA & TX
Some things you leave to chance.
Financing a real estate purchase is not one of them.
Your Ark Mortgage Advisor makes sure you have all
the options and all the information you need to beat
the house, so to speak.
2 Stonegate Dr. (Cor 208)
Monroe, NY | 845.783.8553
130
3 MIN.
OFF THE
EXIT
Beautiful Upscale
Supermarket
Breakfast + Lunch
+ Pizza
Fleishig Hot Table
+ Shabbos Menu
Place your grocery
order online. Have it
picked up on the way
landauskj.com
דער זומער
סטאפ אויפן
וועג צו די
קעטסקילס
TO BOOK: 914.358.8205
EASIEST. VACATION. EVER.
EFFORTLESS ALL-IN-ONE STAY. RESORT-LEVEL COMFORT.
Summer
Cocktail Menu
Hudson Spa
Pristine
Landscaped
Gardens
Full Service
Spa & Saunas
Patio BBQ
Open All
Summer
Dairy Restaurant
Open All Summer
Saltwater pool
Connecting
Rooms & Suites
Complimentary
Breakfast
Meat Restaurant
Open All Year
Complimentary
Breakfast
Summer
Cocktail Menu
Meat Restaurant
Open All Year
Patio BBQ Open
All Summer
TO BOOK:
914.358.8203
Breakfast
basket delivered
to your room
AFFORDABLE MIDWEEK
AND SHABBOS
PACKAGES AVAILABLE
YEAR ROUND
NEW!
6פרשת מטו"מ תשפ"ו
אינהַאַלט
פאסטמאן | 8
המחנך בטובו | 10
דעת תורה | 12
דעת בעל הבית | 14
פון דעם און יענעם | 16
ארום די ביזנעס וועלט | 50
העלט קעיר נייעס | 52
וועלטליכע נייעס | 46
א געלט מעשה | 40
אידישער גאס | אויף דער58
געשעפטסמאן | 62
ארבעטספלאץ | 64
טענות ומענות | 66
פינאנצמאן | 50
מעשה של פרנסה | 72
גר ותושב | 78
שטאטסמאן | 80
וועלטליך | 84
פרשת מטות מסעי תשפ"ו
JULY 8 '26 — ISSUE 95
© The Yingerman Publication. Published by The Yingerman Publication Inc. All rights reserved.
No part of this publication may be reproduced in print or digital form without prior written
consent. The publisher reserves the right to edit all submissions for clarity, length, and editorial
standards. Submitted materials will not be returned. The Yingerman Publication is not liable for
the kashrut of any advertised product or service featured in these pages. Additionally, The
Yingerman Publication assumes no responsibility for the content of articles, advertisements, or
referenced books within this publication.
THE YINGERMAN
WEEKLY PUBLICATION
MAILING
210 Mountain View Dr.
Monroe, NY 10950
—
PHONE
845.666.0056
—
OFFICE EMAIL
info@theyingerman.com
—
ADVERTISING
ads@theyingerman.com
—
WEBSITE
www.theyingerman.com
—
quote@blueshineinsurance.com
Chat with our automated system: 844.450.1070
WE SHOP EVERY
INSURANCE COMPANY
AT EACH RENEWAL!
L E T U S D O T H E W O R K !
Call or Text:
845.751.9299
20
אלע ארטיקלען
און אדווערטייזמענטס ווערן
יעדע וואך גרונטליך דורכגעקוקט
דורך א ספעציעלן משגיח צו
פארזיכערן אז דער אינהאלט איז
צוגעפאסט לויט די אנגענומענע
.סטאנדארטן
32
דער גוגל מבין
אויטאס
וואס
שפיגלען
GOT HURT?
GOT HURT?
MAKE THE RIGHT CHOICE.
MAKE THE RIGHT CHOICE.
718-564-6050
CALL
NOW
CALL
NOW
Attorney Advertising. Past Results No Gurantee Of Future Outcomes.
ACCIDENTS
MEDICAL MALPRACTICE
8פרשת מטו"מ תשפ"ו
קונצלער ביים ארבעט
,א גוטן
איך האב זייער הנאה געהאט פון אייער
באשרייבונג פארלאפענער וואך איבער די
קעמפ פראגראמען, ספעציעל דעם קונצלער
און מענטאליסט וועלכער שיינט צו זייער
.אינטערסאנט
אויב שייך ביטע צוצולייגן זיין נומער צום
.ארטיקל
ייש"כ
:ענטפער פון מערכת
.א דאנק פאר אייער פידבעק
זיך צו פארבינדן מיט ר' יוחנן כראך קענט
.+972-58-438-986 איר רופן
!מ'דארף איבערדרייען וועלטן
,RSK לכבוד ר' מתתי' גילבערט הי"ו פון
איך האב געליינט אייער ארטיקל איבער
קרעדיט קארטלעך וואו איר ערקלערט אז
דאס קרעדיט קארטל זעלבסט איז נישט דער
פראבלעם, נאר דער פראבלעם אז מ'געוואוינט
.זיך איין צו לעבן מיט פאלשע געלט
איך בין מסכים מיט יעדן ווארט וואס איר
שרייבט. אבער אז מ'רעדט פון אזא ריזן נחלת
הכלל, א בור ברשות הרבים וואס האט שוין
איינגעמאנט אזויפיל קרבנות, איז מיין מיינונג
.געשריי-אז מ'דארף העכערן דעם וויי
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן מער ווי
אפאר פעלער ווי יונגעלייט זענען נעבעך
אריינגעפאלן אין א טיפן גרוב, און איך קען
עדות זאגן אויף מיר אליין אז ווען נישט די
קרעדיט קארטלעך וואלט איך נישט
.אנגעקומען אזוי נידריג ווי איך בין אנגעקומען
ב"ה אז אפאר גוטע אידן האבן מיר
צוטאגס שטיי איך-ארויסגעהאלפן און היינט
אויף די אייגענע פיס. אבער דער איבערגאנג
איז געווען זייער שווער, און א גרויסער טייל
.דערפון זענען שולדיג די קרעדיט קארטלעך
איך פארשטיי אז איר באציט זיך צו דער
נושא פון בודזשעטינג און איר האט א קלארן
מהלך, אבער רעדנדיג צו א ציבור שפיר איך אז
מ'דארף קלארשטעלן דעם גרויסן פראבלעם
פון קרעדיט קארטלעך און אז מענטשן זאלן
.זיין געווארנט, שלא תמות כדרך שמת פלוני
,א גרויסן יישר כוח פאר אייערע גוטע עצות
און זאל דער באשעפער אייך בענטשן מיט
.אלעם גוטן
.י.וו
!ר' זושא, מיר וועלן זיך בענקען
,"לכבוד ר' זושא שניצלער פון "מיינדעסט
א גרין באקסל אינעם פארגאנגענעם נומער
האט מיר איינגעמאלדן אז איר נעמט אביסל
וואקאציע, און איך האף אז איר וועט זיך
טאקע אויסרוען און צוריקקומען מיט פרישע
כוחות. יעדנפאלס, מיר וועלן זיך בענקען צו
.אייער קאלום
אז איך האב שוין די פעדער אין האנט וויל
איך אייל טאקע זאגן אז מיר קוקן שטארק
ארויס פאר אייער הנהלה ביכל, און איך האף
!אז עס וועט בקרוב ערשיינען
,זייט מצליח
.י.ד
פאסטמַאַן
Full Fleishig Restaurant
Bar and Lounge
Quiet Relaxing Atmosphere
The Ideal Couple's Destination
Outdoor Patio Seating
455 S. Broadway Tarrytown, NY 10591 20 min from Monsey 1 hr from Brooklyn
Make Your Reservation: 914.524.6410
Kosher@SleepyHollowHotelNY.com
Sundy - Thursday,
5:30 PM - 10:30 pm
Good food
sets the mood!
,צוליב די גרויסע נאכפראגע
און כדי צו ערמעגליכן א
גרינגערן צוטריט פאר
אונזערע ליינער, קען מען
זיך יעצט איינשרייבן צו
"באקומען דעם "אינגערמאן
,וועכנטליך גלייך צום טיר
.פאר א מינימאלן אפצאל
info@theyingerman.com
שיקט אן אימעיל צו
10פרשת מטו"מ תשפ"ו
עס איז באקאנט אז ווען א מענטש גייט אדורך
יסורים ל"ע, צי עס איז א צרה אין דער משפחה
,ל"ע, פראבלעמען מיט א קינד, פרנסה, שידוכים
געזונט, אדער סיי וואס, ווערט אים זייער שווער
.צו באהאנדלען די מציאות מיט א גראדן בליק
געווענליך ווערט אזא איינער אריינגעשלעפט
אין זיין פיין, און קען נישט טראכטן גראד מיט א
ניכטערן בליק. אלס רעזולטאט אדאפטירט ער
פארשידענע סטראטעגיעס זיך צו פארמעסטן
מיט זיין צער. אבער געווענליך קומט ער נישט אן
צו א בעסערן פלאץ, היות די סטראטעגיעס
קומען פון א פלאץ אין זיין נפש וואס זוכט צו
.אנטלויפן אדער שטויסן דעם ווייטאג
דער מענטש ווייסט נישט פון וואו און פארוואס
דער ווייטאג קומט יעצט אן צו אים. וואס איז
היינט? פארוואס פונקט איך? וויאזוי גייט זיך
?דאס ענדיגן? וואס טו איך יעצט
-די גוטע נייעס איז אז עס איז דא א דריי
פאכיגער מהלך איבער וואס מיר האבן שוין
אסאך גערעדט ברבים און פריוואט, און אצינד
וועלן מיר נעמען די געלעגנהייט דאס צו ברענגען
.אויף פאפיר פאר די ליינער
הכנעה, הבדלה, המתקה
דער ריכטיגער און אפעקטיווער מהלך צו
האנדלען מיט יסורים זענען די דריי שטאפלען
וואס מיר רופן: הכנעה, הבדלה, המתקה. דער
מהלך איז נישט אייגנס, און איז בעצם געבויט
אויף די תורות פון הייליגן בעל שם טוב און
פריערדיגע צדיקים. אין אידיש מיינט דאס
בקיצור, אז א מענטש דארף קענען אקצעפטירן
זיין ווייטאג, זיך צעטיילן דערפון כדי צו קענען
לעבן דערמיט, און האבן א וויזיע און רצון צו
.וואקסן דערפון
יעדער מענטש גייט אדורך צער אין לעבן. אמאל
,איז עס מיט קינדער, אמאל מיט שלום בית
,אמאל איז עס מיטן געזונט ח"ו אדער חובות
לעגאלע פראבלעמען, און נאך אומצאליגע
.שוועריגקייטן וואס דער גלות שטעלט פאר
איז לאמיר עס צענעמען. ווען א מענטש האט
ווייטאג, איז זיין נאטירליכע רעאקציע זיך צו
באשיצן און זיך שלאגן דערמיט, כדי ער זאל
נישט שפירן ווי ער גייט אויס פאר צער; ער
באשולדיגט זיך אדער די ארומיגע, ער ווערט
.פארביטערט, און גייט אריין טיפער אינעם פעקל
צום סוף ווען ער זעט אז ער איז נישט אין
קאנטראל, ווערט ער דעפרעסט, מיואש, ער
.שעלט און שרייט און קומט נישט אן אין ערגעץ
דער ערשטער שטאפל איבערצוקומען דעם
ווייטאג איז צו האבן הכנעה און אקצעפטירן דעם
ווייטאג און צער. א מענטש קען זיך זאגן: "איך
האב יעצט יסורים, עס טוט זייער וויי, אבער איך
שטארב נישט דערפון; איך מעג אביסל ליידן און
".עס וועט גארנישט געשען
איך מעג ליידן
עס שטייט אין מסילת ישרים אז די וועלט איז
א "נווה התלאות" – א וועלט פון ווייטאג. יעדער
גייט אדורך זאכן, אמאל איז גרינגער און אמאל
איז שווערער, און במשך דעם לעבן זענען דא
צייטן וואס מענטשן גייען אדורך זייער שווערע
.ווייטאג וואס שפירט זיך ממש אומדערטרעגליך
די עצה איז נישט זיך צו שלאגן דערמיט אדער
אנטלויפן דערפון. ערשטנס, ווייל מ'קען סייווי
נישט און צווייטנס, ווייל דאס מאכט עס נאר
.ערגער
",דער כוח צו קענען זאגן, "יא, איך האב ווייטאג
און זיך נישט שלאגן דערמיט אדער זיך רעגן
דערויף, דאס העלפט דעם מענטש ער זאל קענען
גיין צו שטאפל נומער צוויי און דריי. ערשטנס
דארף מען קענען זאגן "היינט איז מיין טאג צו
ליידן," און אדער לעבן מיט אמונה אז דער צער
,"איז פאר כפרת עוונות און זאגן "ראה עניי ועמלי
אדער קען מען עס אקצעפטירן אלס איינע פון די
.רעאליטעטן פון לעבן
.דאס איז נישט קיין יאוש אדער שוואכקייט
פארקערט, עס איז א רייכע און קלארע הבנה צו
קענען פארנעמען דאס לעבן און אקצעפטירן
ווייטאג. עס איז דער כוח צו רעאליזירן אז איך
;האב ווייטאג, אבער דער ווייטאג האט נישט מיר
איך לעב דערמיט, און עס איז נישט שטערקער
.פון מיר
נישט אלעס איז שווארץ
דער צווייטער שטאפל איז "הבדלה", אפצוטיילן
צווישן דעם יעצטיגן ווייטאג און דאס רעשט
פונעם לעבן, אדער ווי מ'רופט עס 'זען דעם פולן
.'בילד
ווען א מענטש האט ווייטאג, ווערט ער
אפטמאל אפגעהאקט פון דער מציאות און זעט
נישט דעם פולן בילד. ער זעט נאר זיין יעצטיגן
,צער, און איז אזוי פארנומען מיט זיין ווייטאג
אזש ער זעט שוין נישט מיט וויפיל גוטס ער איז
!לערנט אייך באהאנדלען ווייטאג
די דריי וועגן צו באהאנדלען ווייטאג וואס
פארוואנדלען יסורים צו געלעגנהייטן
המחנך בטובוהמחנך בטובו
11
JULY 8 '26
ארומגענומען; ער אפערירט נישט ווי עס דארף
צו זיין, און זיין מח טראכט נישט וואס יא. עס
.טראכט נאר נעגאטיוו און פעסעמיסטיש
אבער יעדער מענטש האט גוטע זאכן אין זיין
לעבן, און אפילו אויב ער מאכט חלילה מיט
דאס ארגסטע, קען ער טרעפן זאכן וואס גייען
, גוטע מענטשן און גוטע סביבות- אים גוט
אדער אנדערע מתנות וואס דער באשעפער
האט אים געשאנקען. דאס איז דער כוח פון
"הבדלה", צעשיידן צווישן דעם יעצטיגן צער
און דער ברייטער מציאות, און נאכדעם קען
,מען אפילו צוקומען צום העכסטן שטאפל
וואו דער צער ווערט גאר א געלעגנהייט צו
.וואקסן
מאכן די וועלט א בעסער
פלאץ
דער דריטער חלק פאקוסירט ארויסצוקומען
א שטערקערער און בעסערער מענטש פון
דעם ווייטאג, און גאר מאכן די וועלט א
בעסערן פלאץ דורכן העלפן אנדערע וואס
.גייען אריבער ענליכס וואס איר זענט אריבער
ווען מיר קוקן זיך ארום זעען מיר אז די אלע
גרויסע און וועלטבארימטע ארגאניזאציעס צו
,העלפן חולי ישראל אדער אנדערע פראבלעמען
ווייניגער געגרינדעט דורך-האבן זיך מער
מענטשן וואס זענען אליין אדורך די סארט
.שוועריגקייטן
די מענטשן האבן נישט געלאזט זייער צער
;און צרה זאל זיי איבערנעמען און צעברעכן
פארקערט, זיי האבן גענומען זייערע צרות און
.געניצט די ערפארונג צו העלפן אנדערע
דעריבער איז די עצה צו טראכטן וויאזוי איר
וועט קענען העלפן אנדערע מענטשן דורכדעם
וואס איר גייט יעצט אריבער די צרה, וויאזוי
איר וועט זעלבסט ווערן א בעסערער מענטש
א דאנק דעם, וויאזוי איר קענט שטארקן
אייער אמונה, תפילה, טאלעראנץ און
.שטארקייט
דאס איז זיכער אז דער צער איז דא אייך צו
בויען. אדער ווערט איר זעלבסט א
שטערקערער מענטש און איר קענט אנקומען
אסאך ווייטער, אדער מאכט איר די וועלט פאר
א בעסערן פלאץ און איר העלפט אנדערע
.וואס גייען אריבער שוועריגקייטן
דער כוח הדמיון איז דא פאר
אייך
איי וועט איר מיר פרעגן, אלעס פיין און
וואויל, אבער בשעת'ן אריבערגיין צער האט
מען דאך ניטאמאל דעם קאפ צו ליינען דעם
שיינעם ארטיקל דא, און זיכער נישט
.אויסצוהערן די אלע עצות
דער תירוץ איז, אז ווען מען שטופט זיך צו
טראכטן פון גוטע זאכן, קען מען דאס אלעמאל
טון, אפילו אין דעם גרעסטן צער. מען דארף
נישט גיין פינקטליך לויטן סדר וואס מיר האבן
אויסגערעכנט, און אויב איינער שפירט אז
פאנטאזירן וויאזוי ער העלפט מענטשן אין זיין
סיטואציע העלפט אים זיך צו פארמעסטן מיט
זיין צער, קען ער גלייך גיין צום דריטן מהלך
.1 און2 און שפעטער צוריקקומען צו
דער כוח הדמיון איז גאר שטארק, און איז
טאקע געאייגנט פאר מצבים ווען א מענטש
מוז ניצן זיין מוח צו טראכטן גרויס און ארויס
.פונעם באקס
845.200.3313 #119
מיין ב"ב פונקציאנירט נישט
א אינגערמאן, צוויי יאר נאך דער חתונה, איז אמאל געקומען צו
מיר, נאכדעם וואס זיין בני בית איז ל"ע אריינגעפאלן אין א שווערער
דעפרעסיע ל"ע און נישט געקענט פונקציאנירן געהעריג. דער
יונגערמאן האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן, און געפערליך
.'פארפירט אז ער טראגט עס נישט אריבער וכו
,איך האב אים ארויסגעברענגט די מהלכים וואס מיר האבן גערעדט
אבער ער האט נישט געקענט אויפהערן פרעגן פארוואס פונקט ער
דארף דאס אריבערגיין, וואס האט ער שלעכט געטון, וואס זענען די
?קינדער שולדיג, און פארוואס ער דארף אזויפיל ליידן
דאן האב איך זיך געוואנדן צו דעם יונגערמאן און געפרעגט: "ווען
דיין פרוי וואלט חלילה געווען פיזיש נישט געזונט, לאמיר זאגן זי
זי- ?וואלט געהאט יענע מחלה ה"י, וואלטסטו אויך געהאט טענות
.האט גארנישט שלעכט געטון, און דו האסט גארנישט שלעכט געטון
דער באשעפער האט אייך געפירט צו א סיטואציע. אצינד לערן זיך
,אויס צו אקצעפטירן אז דו גייסט יעצט אדורך א תקופה פון ווייטאג
".און גראדע איז עס א נפשיות'דיגער צושטאנד ביי דיין פרוי
ביי דער דריטער סעסיע האט דער יונגערמאן אויסגעבראכן אין א
געוויין, און ענדליך אקצעפטירט דעם ווייטאג און אנגעהויבן לעבן
אין זיין מצב; ער האט זיך צוריקגעקערט צום נארמאלן לעבן, און זיך
אפגעגעבן מיט זיין סיטואציע מיט אמונה און בטחון, און ער האפט
.נאך איין טאג צו קענען העלפן מענטשן דערמיט
.זאל דער באשעפער העלפן ער זאל נישט האבן וועמען צו העלפן
מעשה
12פרשת מטו"מ תשפ"ו
דעת תורה
די גליקליכסטע מינוט
.איך בין געגאנגען אמאל נאך געלט ביי א איד אין בארא פארק. דא זיצט אן אונגארישער עולם, וועט מען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט
דער איד איז א גרויסער בעל פרנסה, אבער א גרויסער קמצן. זיין גליקליכסטע מינוט אין דער וואך איז שבת ביי "ויברך דוד"; ער גיט א גיי
...צו צו דער פושקע און גיט א שמייכל... א מורא'דיגער עונג שבת
עכ"פ בין איך געווען ביי אים איינמאל נאך געלט, און ער האט מיר גארנישט געגעבן. האב איך געוואונטשן "דער אויבערשטער זאל העלפן
"?'יפתח ה' לך את אוצרו הטוב'." ער וואונדערט זיך, "וואס גיבסטו מיר ברכות ווען כ'האב דיר גארנישט געגעבן
זאג איך אים, "דארפסט פארשטיין, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן אן אוצר, ס'איז פשוט פארשפארט. ס'איז שוין העכסטע צייט עס
..."צו געבן א מאך אויף, זאלסט כאפן אז ס'איז דא א וועג ארויס אויך, נישט נאר אריין
בדחן הר"ר נחמן ליווי הי"ו
שוהין שעה אחת ומתפללין
עמיצער האט מיר נאכגעזאגט אז אונזער'ס
א יונגערמאן א סוחר האט אנגענומען אן
ארבעט אין א געשעפט וואס איז צוויי שעה
.צו פארן פון דא
אנקומענדיג דארט האט ער געמיינט אז
ס'וועט זיין א מנין מנחה אין דער געגנט. ווען
ס'איז געקומען דער זמן פון מנחה האט ער
זיך נאכגעפרעגט, און מ'האט אים געזאגט אז
די נאנטסטע מנחה איז א שעה אוועק פון
.דארט
ער האט געארבעט מיט נאך אנדערע
ארבייטער, וועלכע האבן אים געזאגט: "ס'איז
נאר מנחה, ס'איז נישט געפערליך אויב
:מ'פארפעלט"... אבער ער האט געזאגט
"!'"נישטא אזא זאך, א מנחה איז א 'מנחה
האט ער געהאט צוויי ברירות: אדער
צוריקקומען דא (קיין סקווירא) א וועג פון
צוויי שעה, אדער דארט א שעה. האט ער
,מחליט געווען צו פארן דעם וועג פון א שעה
ס'איז דאך נענטער געווען דארט. איז ער
געפארן א שעה און געדאוונט מנחה און ער
איז צוריקגעקומען. ער האט עס דערציילט
ווייל ער האט געוואוסט אז כ'וועל הנאה
.האבן דערפון
"כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, גליון "בחצר הקודש
ווען אלעס איז נישט אין פלאץ
יעדער איינער ליידט פון דעם. מ'לעבט מיט א שאיפה, ער גייט צוביסלעך
.אלעס אוועקשטעלן אין פלאץ, און דערנאך גייט ער דינען דעם אויבערשטן
,קודם, א פארזיכערטע מיליאן דאלאר א יאר, פשוט צו קענען אטעמען
פוטער, צו עפענען די עלעקטריק יעדן חודש, קויפן פאר די-און-ברויט
קינדער וואס זיי דארפן. כ'רעד נישט פון לוקסוריעזע זאכן פאר זיך, נאר
.פשוט איין מיליאן דאלאר פאר די וויכטיגע געברויכן
דאס איז אלעס פאר מ'הייבט אן חתונה מאכן די קינדער. איינמאל מ'הייבט
אן חתונה מאכן, דארף אריינקומען יעדעס יאר נאך א מיליאן דאלאר, און
.ווידער, פשוט צו אטעמען, צו קענען דעקן די הוצאות
נאכדעם זאל אונז דער אויבערשטער מאכן געזונט און שטארק אזוי ווי
-אקסן, אן קיין מאנטלען און שאלן, אן קיין קאלדס און פלו, נישט קיין בלוט
.פרעשור און נישט קיין צוקער, אלעס וואלט געקלאפט
מ'וואלט אויפגעשטאנען יעדן צופרי מיט כח און מח, דער שלום בית וואלט
געווען אויף דער העכסטער דרגא, די קינדער וואלטן געווען כשתילי זיתים
סביב לשולחנך, פונקט ווי אויפ'ן דעקל פונעם זמירות לשבת... ס'וואלט זיך
'געצויגן די מסורה'ס און סטאנדארטן, ס'וואלט געווען נאר 'עליות הדורות
.'און חלילה נישט קיין 'ירידת הדורות
יא, מ'וואלט אוועקגעלייגט אפאר שעה אין טאג צו ארבעטן, און די רעשט
.וואלט מען געזיצן און געלערנט. די זאך וואלט געשטימט הונדערט פראצענט
אבער ער מאכט א גרויסן טעות. ווען השי"ת וואלט געוואלט זאלסט אים
דינען אן מניעות און טירדות, אן קאפ און הארץ פארדרייעניש, וואלט ער
אויסגעשטעלט אונזער לעבן אנדערש. דאס וויל דער אויבערשטער, דאס איז
.דער נחת רוח וואס ער האט פון דער וועלט
"הגה"צ ר' בנימין אייזנבערגער שליט"א, ציטירט אין "מטעמים
13
JULY 8 '26
מיטכאפער-קנס פאר מקוה
,א בחור אין ישיבה האט גערופן פרעגן. ביי זיי אין ישיבה איז דא א צוים ביי דער מקוה
יעדער בחור וואס באצאלט באקומט א זכות כניסה, און אויב איינער כאפט זיך מיט מיט
א צווייטן, איז דער מהלך אז אויב ווערט דער משגיח ווערט געוואויר, קען ער געבן א
.קנס פאר דעם וואס האט געהאט רעכט אריינצוגיין, פאר'ן מיטנעמען איינעם
האט א בחור זיך געוואלט מיטכאפן מיט איינעם, אבער יענער זאגט אים: איך האב
מורא מ'וועט מיך כאפן און כ'וועל באקומען א קנס. בארואיגט אים דער מיטכאפער אז
.אויב דו וועסט באקומען קנס, וועל איך עס באצאלן
מ'האט טאקע געכאפט דעם בחור, און מ'האט געגעבן א קנס. איז די שאלה צי ער קען
?תובע זיין דעם מיטכאפער זאל באצאלן דעם קנס
תשובה: היות מ'גיט דעם קנס פאר דעם בחור וואס האט יא רעכט אריינצוגיין, דארף
ער באצאלן, און דאס וואס דער מיטכאפער האט געזאגט אז ער גייט באצאלן, איז א
."ריכטיגער "אסמכתא
דהיינו, ווען א מענטש זאגט פאר איינעם: איך גיי דיר געבן א געוויסן סכום געלט אויף
א זאך וואס ער האלט באמת אז ס'גייט נישט געשען, איז עס א ריכטיגער אסמכתא, און
.אפילו ס'קומט יא לידי מעשה דארף ער נישט באצאלן
און די גרעסטע ראיה אז ס'איז אן אסמכתא, ווייל אויב וואלט ער אמת'דיג געהאלטן אז
מ'גייט אים כאפן, וואלט ער אליין באצאלט די פאר שקל וואס ס'קאסט. אלא מאי האט
ער געהאלטן אז מ'גייט אים נישט כאפן, ממילא איז עס א ריכטיגער אסמכתא, און זיין
.התחייבות אז ער גייט באצאלן דעם קנס איז נישט מעלה און נישט מוריד
צום טיש שאלה
14פרשת מטו"מ תשפ"ו
אין אונזער פריערדיגן ארטיקל האבן מיר
,"גערעדט פון האלטן ארבעטער "אקאונטעבל
און א ליינער האט אויפגעברענגט א שטארקע
:שאלה
"פארוואס רעדט איר נאר צו ביזנעס
אייגנטימער און מענעדזשער? פארוואס זאלט
איר זיך נישט ווענדן צו די ארבעטער און זיי
ערקלערן וויאזוי זיי דארפן רעאגירן ווען מען
האלט זיי אקאונטעבל? פארוואס זאל מען נישט
אויסלערנען די ארבעטער וויאזוי אנצונעמען
"?קאנסטרוקטיוו קריטיק
דאס איז א ריכטיגע טענה, און איך בין מסכים
מיט יעדן ווארט. נאכמער, עס איז גאר וויכטיגע
נושא וואס פארדינט א שמועס פאר זיך, און
.לאמיר עס טאקע אצינד אויסשמועסן בס"ד
עס ווענדט זיך וויאזוי מען
זאגט
איידער מיר קוקן אריין וויאזוי אן ארבעטער
,"דארף רעאגירן ווען מ'האלט אים "אקאונטעבל
מוזן מיר קודם זיכער מאכן אז די אקאונטעביליטי
.ווערט ריכטיג איבערגעגעבן
אויב א מענעדזשער פאדערט אחריות אויף אן
אופן וואס פילט זיך פערזענליך, באדראענד
אדער אומרעספעקטפול, וועט די נאטירליכע
רעאקציע פונעם ארבעטער זיין זיך צו
פארטיידיגן; אנשטאט אויסהערן, וועט ער
אנהייבן מסביר זיין, זיך טענה'ן, אדער זוכן
תירוצים פארוואס ער האט אזוי געטון. ווען א
מענטש שפירט זיך אטאקירט, קאנצענטרירט
באשיצונג, אנשטאט-ער זיך אויף זיין זעלבסט
.צו פרובירן זיך צו לערנען דערפון
נאך א וויכטיגע זאך ווען עס קומט צו פאדערן
אחריות, איז "באלאנס". אויב א מענעדזשער
רעדט נאר צום ארבעטער ווען עפעס גייט נישט
גוט, וועט דער ארבעטער אנהייבן אנקוקן יעדן
שמועס אלס קריטיק. אפילו ווען די קריטיק איז
באמת ריכטיג און קאנסטרוקטיוו, וועט עס אים
זיין שווערער אנצונעמען, ווייל ער שפירט אז די
אלע גוטע זאכן וואס ער טוט ווערן איגנארירט
און נאר די שלעכטע זאכן פארדינען זיינע מוסר
.שמועסן
א גוטער מענעדזשער קומט נישט אפיר בלויז
ביי א טעות, נאר ווייסט אויך וויאזוי אויסצולויבן
און אנערקענען א גוטע ארבעט; ער זעט די
כוחות וואס מ'לייגט אריין, די אנשטרענגונג און
.דעם פערזענליכן סוקסעס פון דעם ארבעטער
אן ארבעטער מוז שפירן אז מ'זעט זיין גוטע
ארבעט און מ'האט הנאה דערפון, און ווען ער
שפירט אז זיין מענעדזשער כאפט טאקע אויף
זיין אנשטרענגונג, בויט זיך אויף א שטארקן
צוטרוי צווישן זיי. אלס רעזולטאט, ווען ס'פעלט
,זיך אויס צו געבן קאנסטרוקטיווע קריטיק
וועט דער ארבעטער עס אננעמען אסאך
גרינגער, ווייל ער ווייסט אז מ'מיינט זיין טובה
.אים צו העלפן וואקסן, און נישט אראפצוקלאפן
און דאס איז די סיבה פארוואס דער
ערשט
זיך
האט
ארטיקל
פריערדיגער
.מענעדזשערס
די
אויף
קאנצענטרירט
,"אקאונטעביליטי" מיינט נישט פארשעמען
אראפקלאפן, זיין גערעכט, אדער מאכן אן
ארבעטער שפירן שלעכט, נאר איז געאייגנט
,בלויז צו העלפן דעם ארבעטער מצליח זיין
שטארקן דעם שטאב און פארבעסערן די ביזנעס
,"קולטור. ווען מ'ניצט ריכטיג "אקאונטעביליטי
זענען ארבעטערס אסאך מער גרייט עס
אנצונעמען, ווייל זיי פארשטייען אז ס'איז
.לטובתם און נישט קעגן זיי
א ווארט צום ארבעטער
אצינד קענען מיר רעדן צום ארבעטער און זיין
.אחריות
,אלזא, יעדער ארבעטער מאכט אמאל א טעות
.און יעדער מענטש האט וואו זיך צו פארבעסערן
די שאלה איז נישט צי איר וועט באקומען
.הערות, נאר וויאזוי איר וועט רעאגירן דערצו
איינער פון די גרעסטע טעותים וואס
ארבעטערס מאכן, איז ווען זיי מיינען אז
קאנסטרוקטיווע קריטיק איז אן אפשאצונג אויף
זייער גאנצן כאראקטער. אבער דער אמת איז אז
אייך
האלט
מענעדזשער
אייער
ווען
,פאראנטווארטליך און גיט אייך באמערקונגען
מיינט ער נישט צו זאגן אז איר זענט א שלעכטע
ארבעטער אדער א שלעכטער מענטש; ער צייגט
פשוט אן אויף א געוויסער פעולה, א
געוואוינהייט, אדער א רעזולטאט וואס דארף
.ווערן פארראכטן
דעת בעל הבית
'וועי-אחריות איז נישט קיין 'וואן
די צווייזייטיגע אחריות וואס פעלט
זיך אויס אין א ביזנעס
15
JULY 8 '26
ווי שנעלער איר לערנט זיך אויס צו צעטיילן
צווישן די באמערקונגען וואס איר באקומט
אויף אייער ארבעט און אייער פערזענליכן
ווערט, אלץ גרינגער-כאראקטער און זעלבסט
וועט אייך זיין צו נעמען אחריות און וואקסן
.דערפון
א פראפעסיאנאלער ארבעטער לייגט מער
געוויכט אויסצוהערן ווי רעאגירן. ווען זאכן
זענען נישט קלאר, וועט ער זוכן צו פארשטיין
און פרעגן שאלות, און ער וועט נעמען פולע
אחריות אויף דער סיטואציע אנשטאט זוכן
תירוצים. דער עיקר פאקוס ביי אים איז וויאזוי
זיך צו פארבעסערן, נישט וויאזוי זיך צו
,פארטיידיגן. אפילו ווען מען האלט אנדערש
וועט א פראפעסיאנאלער ענטפער כמעט
אלעמאל ברענגען א בעסערע רעזולטאט ווי אן
.עמאציאנאלע רעאקציע
"אקאונטעביליטי" אלס א
ביזנעס געלעגנהייט
א וויכטיגע שאלה וואס יעדער ארבעטער
:דארף זיך פרעגן נאכן באקומען פידבעק איז
?וואס קען איך טון אנדערש קומענדיגן מאל
די שאלה אליין טוישט דעם גאנצן בילד. ווייל
אנשטאט פארטיידיגן וואס מ'האט געטון ביז
היינט, פאקוסירט מען אויף וויאזוי צו
.פארבעסערן די ארבעט פון היינט און ווייטער
קיין
נישט
זוכן
מענעדזשער
אייער
פערפעקטקייט פון אייך. ער וויל זען ווי איר
מאכט פארשריט און איר זענט גרייט זיך צו
לערנען, און פון אן ארבעטער'ס בליק דארף
מען קוקן אויף דעם גאנצן ענין פון אחריות
אלס א געלעגנהייט זיך צו בויען, און נישט ווי
.א שטראף
קיינער האט נישט ליב ווען מ'זאגט אים אז
ער האט געמאכט א טעות, אבער אויב האסטו
א געלעגנהייט צו ארבעטן פאר א מענעדזשער
וואס זוכט באמת דיין הצלחה, וועט דיין
אחריות ווערן איינע פון די שטערקסטע כלים
.דיר צו העלפן שטייגן אין דיין קאריערע
מיט א בליק אויף צוריק קען יעדער באמערקן
אז אסאך פון די כשרונות וואס מיר פארמאגן
האבן זיך אנטוויקלט נאכדעם וואס איינער
האט אונז קריטיקירט, געטשאלענדזשט, אדער
ערווארטעט מער פון אונז. אפילו אויב יענע
שמועסן זענען נישט געווען אזוי געשמאק
בשעת מעשה, זעען מיר היינט אז דאס האט
אונז געפארעמט צו דעם סארט מענטש וואס
.מיר זענען היינט
דעריבער איז א גוטע געלעגנהייט פאר יעדן
.שמועסן
אומבאקוועמע
די
ארבעטער
ארבעטער וועלכע נעמען אן קריטיק מיט
ביידע הענט, לערנען זיך דערפון, און אדאפטירן
דאס אויף למעשה, בויען אויף א שטארקן
צוטרוי ביים מענעדזשער, ווייל זיי זוכן נישט
קיין תירוצים נאר זענען פשוט איבערגעגעבן
.צו ווערן בעסער און בעסער מיט יעדן טאג
דאס איז דער ריכטיגער וועג וויאזוי מען
פארדינט זיך מער אחריות, מען ווערט א
.פירער, און מ'שטייגט אין דער קאריערע
אצינד פארשטייען מיר אז אחריות איז באמת
א זאך וואס מוז קומען פון ביידע זייטן: דער
מענעדזשער מוז עס איבערגעבן מיט אן
אמת'ער גוטער כוונה, מיט רעספעקט און מיט
אן אויפריכטיגן ווילן צו העלפן דעם ארבעטער
מצליח זיין. פון דער אנדערער זייט, דארף דער
ארבעטער עס אויפנעמען מיט אן אפענעם
קאפ, נעמען די פולע אחריות אויף זיך, און
דאס אויסניצן אלס א גאלדענע געלעגנהייט זיך
.אליין צו פארבעסערן
ווען ביידע צדדים פארשטייען און טוען זייער
תפקיד ווי עס דארף צו זיין, טוישט זיך דאס
גאנצע בילד. אנשטאט סתם זאגן קריטיק און
פירן טענה'רייען, ווערט די פידבעק איינס פון
די שטארקסטע כלים פאר דער פערזענליכער
אנטוויקלונג פון א מענטש, צו בויען
שטערקערע ביזנעסער און צו דערגרייכן
.גרעסערע הצלחות בס"ד
ר' אהרן שמעון וואלדמאן אז א סוקסעספולער ביזנעס קאנסולטענט וועלכער פאקוסירט אוועקצושטעלן סיסטעמען און פראצעדורן אין קאמפאניס אז עס
. יאר האט ער שוין געהאלפן גאר אסאך ביזנעסער זיך אוועקשטעלן אויף פעסטע יסודות15 זאל קענען וואקסן פון זיך אליין. דורכאויס די פארגאנגענע
16פרשת מטו"מ תשפ"ו
געבורטסטאג קעיקס75,000"
"ווערן פארקויפט יערליך
א באריכט אין דער "וויו" איבער דער
באקאנטער כשר'ע אייזקריעם פירמע
"ספרינקעלס" שרייבט אז זיי פארקויפן
די אסטראנאמישע צאל פון
זיבעציג טויזנט "בוירטדעי-און-פינף
"קעיקס" יעדעס יאר. "ספרינקעלס
גאלאנען אייזקריעם5,600 פראדוצירט
יעדע וואך און סערווירט קרוב צו א
.מיליאן "סקופס" יערליך
"געגעבן מעשר גלייך און געזען א גרויסע ישועה אין פרנסה, והבטחתי
".לפרסמו
אן אנאנס אין דעם טעגליכן "קול הציבור", וואס דערמאנט אידן די הבטחה פונעם באשעפער וואס זאגט
."אויף מעשר: "ּוְבְ ָחָ נּוִנִי ָנָא ָּבּ ֹזֹאת
" פאר מאיאנעיז2 , פאר טונא5"
א שעפערישער קאמפיין אין די היימישע שטעט פאר דער
וואוילטעטיגער ארגאניזאציע "עזר למזון", וועלכע העלפט אידן
מיט זייערע גראסערי בילס. פאר די לעצטע צענדליגער יארן פלעגן
א וואך, אבער נאכדעם וואס$5 זיי בעטן אז אידן זאלן ביישטיערן
די פרייזן פון עסנווארג זענען דראסטיש געשטיגן, בעט מען דעם
. א וואך$7 , וואס קומט אויס סך הכל$2 עולם צו "צולייגן" נאך
דער קאמפיין, אנגעפירט דורך דער באקאנטער מארקעטינג פירמע
"פענטאגאן", ברענגט גאר גוט ארויס וויאזוי די נישטיגע צוויי
.דאלאר קענען ארויסהעלפן א משפחה צו לעבן מער בכבוד'יג
פון דעם און יענעם
17
JULY 8 '26
"."עס טוט מיר וויי צו זען דעם חילול שבת
א היימישער נגיד פון בארא פארק זאגט אז ער האלט אינמיטן געשפרעכן מיט מדינת ישראל אפצוקויפן די
.רייזעס אום שבת קודש-"ארקיע" לופטליניע, כדי אפצושטעלן אלע פלי
"."ס'איז זייער קליין, ס'איז זייער זיס
פרעזידענט דאנאלד טראמפ רעאגירט צו די
נייעס אז די קאר פירמע "סטעלאנטיס" גייט
אנהויבן פארקויפן איר גאר קליינעם
עלעקטרישן אויטא, די "פיאט טאפאלינא", אין
. דער$13,995 אמעריקע פארן ביליגן פרייז פון
אויטא איז בעיקר געמאכט פאר לאקאלע
קארט", מיט א-גאסן, ענליך צו א "גאלף
.שטונדע-פער- מייל25 העכסטע ספיד פון
דער אפטייטש פון "טאפאלינא" אין איטאליע
."איז "קליינער מויז
א ל י מ ל ך ז א ב ע ל
פרשת מטו"מ תשפ"ו18
דער גוגל מבין
ערפארענער
SEO
'ספעציאליסט, ר
,משה סאלאף
ערקלערט די
קונצליכע
טעכניקן וויאזוי
ער העלפט זיינע
קליענטן
ארויפצוקומען
אלס
איינס-נומער
צווישן מיליאנען
קאנקורענטן אין
""גוגל
19
JULY 8 '26
"איך
וואלט זיך קיינמאל פארלאזט אויף גוגל אדער אויף איינער פון ד יד ןופ רענייא ףיוא רעדא לגוג ףיוא טזאלראפ לאמנייק ךיז טלאוו
איי טעכנאלאגיעס מיר צו רעקאמענדירן סיי וועלכן-נייע עי
פראדוקט אדער סערוויס," איבערראשט אונז ר' משה מיט זיין
..אפשאצונג וואס איז באזירט אויף זיין טעגליכן ערפארונג
איינס אויף גוגל, אדער עס ווערט רעקאמענדירט-"א פירמע וועלכע קומט ארויף אלס נומער
איי טעכנאלאגיעס, איז עס רוב מאל בכלל נישט קיין צייכן אז זיי זענען-דורך די היינטיגע עי
בעסער ווי אנדערע, נאר ליבערשט אז זיי האבן אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגענומען די
," באקומען מיר די ערשטע לעקציע איבער דערSEO ריכטיגע מומחים אינעם פעלד פון
, וועלכעSEO פארבארגענער וועלט, פארשלייערט אונטער דריי מיסטעריעזע בוכשטאבן פון
שפילט פאקטיש א פראמינענטע ראלע אין וויאזוי ביליאנען דאלארן ווערן געשפענדט דורך
קליענטן איבער דער גארער וועלט וועלכע באניצן זיך מיט די היינטיגע טעכנאלאגישע מיטלען
.צו טרעפן זייערע פראדוקטן און סערוויסעס
צוטאגס אן אינטעגראלע ראלע אין-טעכנאלאגיע ריז 'גוגל' שפילט היינט-און-די אינפארמאציע
דער אלוועלטליכער עקאנאמיע מיט דעם וואס עס דינט אלס רוקנביין און פלאטפארמע פאר
אומצאליגע וועבזייטלעך אדער 'אנליין געשעפטן' וואס שטעלן זיך ארויס אויפן געוועב און זיי
.קאנקורירן צווישן זיך, זוכנדיג ארויסצושטיין אין די אויגן פונעם פאטענציאלן קליענט
בשעת וואס ערליכע אידן טוען אויספאלגן די הוראות פון די גדולי הדור שליט"א וועלכע
פארלאנגען צו זיין אפגעשיידט ווי מער פון דער אינטערנעט און צו מינימיזירן דעם באנוץ פון
"גוגל" אדער סיי וועלכע טעכנאלאגישע כלים, בלויז אויף לצורך פרנסה באגלייט מיט אן ערליכן
פילטער, איז די מציאות אז "גוגל" און אירע טעכנאלאגיע געשעפטן, ווי "עמעזאן" און נאך, זענען
אויסגעשטיגן צו זיין א שליח צו ברענגען פרנסה פאר אסאך אידישע קינדער, גיבנדיג די
מעגליכקייט ארויסצושטעלן סערוויסעס און פראדוקטן אז זיי זאלן געזען ווערן דורך פאטענציאלע
קליענטן פון איבער דער גאנצער וועלט, און אזוי ארום האבן זיי געקענט אנקומען צו אינדוסטריעס
.און געלעגנהייטן וואס האבן נישט עקזעסטירט ביז דעמאלט
אבער דער בלויזער פאקט אז מען פארמאגט א וועבזייטל און מען שטעלט ארויס פראדוקטן צו
פארקויפן, איז ווייט נישט גענוג השתדלות כדי צו קענען מצליח זיין, נאכדעם וואס אויף יעדן
פראדוקט אדער סערוויס זענען פארהאן אומצאליגע קאנקורענטן וועלכע פארקויפן די זעלבע
אין וואסSEO אדער ענליכע פראדוקטן, און דאס אלעס ליגט באהאלטן אונטער דער וועלט פון
.ר' משה איז א באקאנטער מומחה
דאס איז אבער בלויז די ערשטע פון א צאל חידושים וועלכע ר' משה וועט אונז אנטפלעקן
.אינעם היינטיגן שמועס
אט וועלן מיר זיך באקענען מיט א וועלט, גערופן 'אפיליעיט מארקעטינג', און אן ענליכע
אינדוסטריע גערופן, 'דראפ שיפינג' אדער 'פרינט אן דעמענט', און בכלל מיט דעם גאנצן פעלד
פון 'אי קאמערס' וואס ברענגט מיט זיך נאך א צאל פרעמדע טערמינען און געדאנקען, וואס יעדע
ביליאן דאלארדיגע אינדוסטריע פון-איינס דערפון פארמאגט אונטער זיך באהאלטן א מולטי
וועלכע מיליאנען מענטשן, דערונטער א צאל היימישע אידן, באווייזן ארויסצונעמען א
.הרחבה'דיגע פרנסה בס"ד
אונטער די אלע חידושים און קאמפליצירטע טערמינען שיינט ארויס די אנטשלאסענע געשיכטע
פון ר' משה, וועלכער פירט אונז אצינד אריין אין די פארבארגענע ווינקלען פון זיין לעבן אלס
קינד זיך מוטשענדיג מיט דיסלקעציע, און וויאזוי ער איז איבערגעקומען די שוועריגקייטן און
זאגאר באוויזן ארויסצונעמען די מעלות דערפון און דערגרייכן א צאל סוקסעספולע פאזיציעס
וועלכע האבן אים עווענטועל געברענגט צו שטיין אין שפיץ פון זיין אייגענער ביזנעס וואו ער
.סערווירט ריזן פירמעס און ביזנעסלייט מיט גרויס סוקסעס
.לאמיר זיך ארויסלאזן אויף דער רייזע
פרשת מטו"מ תשפ"ו20