Yidene Issue 47 Monroe/CA

ISSUE 47 — JUN. 29 '25 — KJ YIDENE • WEEKLY PUBLICATION — בס״ד — פרשת חקת תשפ״ה

Attn Yiddishe

Mothers!

Check out our new and exciting

raffle on pages 14 and 15!

WEEK 3

דער געשפרעך

פון שטאט

אידענע׳ס

די עקספּיריענס

בארא פארק

וויליאמסבורג

מאנסי

קרית יואלCANADA\UKקעטסקילס

Silt steady trips 845.500.1378

Remember: time is money :היימישע דרייווערס

Look inside for

more details

איבערגלאזט די טעגליכע טאראראם און אריבערגעשפרייזט צו א

הערליכע ריינע רואיגע פלאץ וואו מ'אָטעמט מנוחה. די געזונטע

לופט פון נאטור וואס בארואיגט און קלארט אויס די מוח און די

גוף מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין על מי מנוחות.

האַ!-ארויס פון די הו

אריין אין מי מנוחות...

Call to book: 845.782.9628

Mei Menichos | Monroe New York

א הערליכע

אפגעשיידטע

געגנט נאענט

צו קרית יואל.

ווארעמע און רואיגע אטמאספער.

לופטיגע בית המדרש און געשמאקע מקוה.

פריוואטע געשמאקע שטובער.

הערליכע אפגרעידעד אינדאר פול.

נארהאפטיגע פרישטאג, און נאכטמאל.

עסן פריוואט אין שטוב.

שעה קאווע, טיי און לייכטע צובייס.24

.העכסטע סטאנדארט אין כשרות

אפן שבת און

א גאנצע וואך

Sale

Sale

Sale

Sale

joy2media.com

NO

GIMMICKS

SALE

Celebrating our Second Anniversary

R E A L D E A L S . R E A L D I S C O U N T S

50% OFF

Entire

store

up to

W H E N W E S A Y S A L E W E M E A N I T .

845.783.0675 | 7 Van Buren Dr. Monroe, NY 10950 | Free Delivery

Night Hours! Open till 10:00pm : Sun. June 29 | Thurs. July 3 | Sun. July 6

Sale Dates: Sun. June 29 - Thurs. July 10

4פרשת חקת תשפ״ה

Classes also available

in Yiddish

These are childbirth classes, next level, whoa! whoa!

Mrs Steiner goes through the very basics, and builds

it up to such an advanced level that I never heard of.

So many topics that weren't ever covered are taught

with such depth and clarity. Whether it's your first

baby or 10th it's worth doing it!

Baila G , Monsey.

Baila G , Monsey.

מרת א.ח. שטיננער

Practical Techniques and

Beautiful השקפהAbout

Giving birth

GOURMET MEALS BY CHEF USHI

24-HOUR TEA ROOM

INDOOR & OUTDOOR POOLS

BIG COZY LOBBIES

SPACIOUS, CLEAN ROOMS

ELEGANT BALLROOMS

PERFECT FOR YOUR NEXT EVENT:

SHABBOS SHEVA BRACHOS

SHABBATONS • FAMILY REUNIONS

BAR/BAS MITZVAHS • WEDDINGS

CHASSIDISH GATHERINGS

CONVENTIONS • BUSINESS EVENTS

JULY & AUGUST:

INDIVIDUAL & GROUP BOOKINGS

SEPTEMBER THROUGH JULY:

GROUP EVENTS ONLY

POCONOS

in the

Summer

$999

PER COUPLE

FOR SHABBOS

570.618.6655 | info@bushkillretreat.com | bushkillinn.com

Book your weekend escape today!

designinbrooklyn

בס״ד

פרשת חקת תשפ״ה

JUN. 29 ‘25 — ISSUE 47

12

10

12

16

18

33

30

INBOX

נאטירליך

Reflections

די אידענעס עקספיריענס

שפיץ גליק

רעסעפיס

פארנעפלט

צירקל

©The Yidene Publication.

Published by The Yingerman

Publication Inc. All rights

reserved. No part of this

publication

may

be

reproduced in print or digital

form without prior written

consent.

The

publisher

reserves the right to edit all

submissions for clarity, length,

and

editorial

standards.

Submitted materials will not

be returned. The Yingerman

Publication is not liable for

the kashrut of any advertised

product or service featured in

these pages. Additionally, The

Yingerman

Publication

assumes no responsibility for

the

content

of

articles,

advertisements, or referenced

books within this publication.

THE YIDENE

WEEKLY FREE PUBLICATION

MAILING

215 MOUNTAIN VIEW DR.

MONROE, NY, 10950

EDITOR’S DESK

EDITOR@THEYIDENE.COM

845.666.0056 EXT. 108

COMMENTS AND

SUGGESTIONS

FEEDBACK@THEYIDENE.COM

845-377-0057

ADVERTISING

ADS@THEYINGERMAN.COM

845.666.0056 EXT. 1

WEBSITE

WWW.THEYINGERMAN.COM

38

42

!טיערע לינער

מיר האבן שטארק געהעכערט דעם צאל קאפיעס צו נאכקומען

דעם גרויסן פארלאנג, אבער וויבאלד עס ווערט גענומען דורך

אסאך קינדער און בחורים איז נישט דא גענוג פאר אלע משפחות.

דעריבער ווילן מיר קלארשטעלן אז עס איז נישט ערלויבט צו נעמען

מער ווי איינס פער משפחה און קינדער און בחורים זאלן נישט

נעמען.

מיט דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

די רעדאקציע

One name.

Every appliance.

Zero guesswork.

TRUST.

EXPERTISE.

SERVICE.

For over 25 years, MS Appliances has been trusted to bring

quality appliances and expert service to every home — and

now, to your new home or summer home. From basics to

high-end and everything in between, we’ll help you elevate

your summer space — and every space — in style.

Every style. Every brand. Every reason to upgrade.

(845) 390-2005 | info@msappliances.com

Top Choice for

Interior Designers

Proud to be the go-to

appliance source for

interior designers

and their clients.

קארטל SD ארויסנעמען ווירוס פון

קארטל וואס האט באקומען א ווירוס. SD איינער האט געפרעגט וואו מ'קען פארריכטן אן

.914.297.8376 איך האב געהאט אמאל אזא זאך און כ'האב גענוצט איינעם שטערן, זיין נומער איז

■ ■ ■

קארטל. איך טו SD כ'האב געזען איינער האט געפרעגט וועגן ארויסנעמען א ווירוס פון א

און כ'וואוין אין אפסטעיט.845.570.3433 און כ'קען איר העלפן. מיין נומער איזdata recovey

,פידבעק, אבזערוואציעס.קאמענטארן און קריטיק

feedback@theyidene.com

845-377-0057

נאך איבער גיטין

ס'איז געווען דא א בריוו און נאכדעם א גאנצער אויסטויש אהין

און צוריק איבער זיך גט'ן, צי מ'דארף טון אלעס וואס מ'קען צו

בלייבן צוזאמען אדער אויב ס'ארבעט נישט זאל מען זיך גט'ן און

שוין. איך וויל צולייגן מיין פערזענליכע ערפארונג, איך האב ב"ה

געהאט א פיינע שלום בית, אבער ס'האט זיך איינמאל געמאכט א

תקופה וואס ס'איז געווען אביסל שווער און זאכן זענען געווארן

פארפלאנטערט. עס זענען דעמאלט געווען אסאך מענטשן וואס

האבן זיך אריינגעמישט און זיי האבן געמאכט די סיטואַ ציע סאך

שווערער. איינער האט געזאגט מ'זאל טון אזוי און איינער אזוי,

זיי האבן זיך אריינגעשטופט די נאז איבעראל און געגעבן עצות

רעכטס און לינקס וואס האבן נאר געמאכט ערגער דעם מצב. ביז

עס איז אנגעקומען צו א מצב אז מען האט מיך געשטופט אז דאס

גייט זיך נישט אויסארבעטן און איך וועל זיך מוזן צעטיילן, און

מיין לעבן איז געווארן שווערער און שווערער.

ביז דער אויבערשטער האט מיך געהאלפן און איך האב

מיך געכאפט אז די אלע וואס האבן זיך אריינגעמישט מאכן די

סיטואַ ציע אסאך ערגער און אז פאר זיי האבן זיך אנגעהויבן

אריינמישן איז אלעס געווען אסאך בעסער. איך האב דאן

אויפגעהערט זיך צוצוהערן צו יעדן, כ'האב אנגעהויבן הערן

"שעשני כרצונו" און זאכן האבן זיך ב"ה אינגאנצן ארומגעדרייט.

היינט לעב איך ב"ה רואיג, פרייליך און צופרידן, איך האב מיך

אפגעלאזט פון די אלע וועלכע ווילן כלומר'שט העלפן און איך

קען זאגן אז עס האט מיך ממש געראטעוועט.

■ ■ ■

איך וויל צולייגן צום שמועס וועגן דעם נושא פון זיך יא אדער

נישט גט'ן, דער אמת איז אז זייער אסאך מאל קען מען ווען טון

אסאך זאכן צו פארמיידן א גט, און עס איז א גרויסער שאד אז

אסאך מאל ווען מ'וואלט עס געקענט אפהאלטן ווערט עס נישט

אפגעהאלטן. אבער, איך וויל ארויסברענגען א וויכטיגע נקודה

וואס מ'דארף וויסן פאר אלעם.

קודם דארף מען געדענקן אז "אל תדין את חברך עד שתגיע

למקומו" – מען זאל קיינמאל נישט דן זיין יענעם פארוואס יענער

קען נישט. ווען אונז זעען א סיטואַ ציע ווייסן מיר נישט וואס דאס

מציאות איז, און מיר קענען נישט וויסן און טייטלען אויף וואס

יענער טוט ווען מ'ווייסט נישט וואס עס גייט באמת פאר.

אויף דעם מאמר חז"ל פון "אל תדין עד שתגיע", איז דא א

מימרא "לעולם אל תגיע" – אז מ'וועט קיינמאל נישט אנגעקומען

צו יענעמ'ס פלאץ ווייל ס'איז נישט מעגליך צו זיין אין יענעמ'ס

שיך. אין אנדערע ווערטער, אויב איינער האט די כוחות זאל ער

דאנקען דעם אויבערשטן, אבער ער קען נישט דן זיין דער וואס

האט נישט.

באמת איז אזא זאך ארומגענומען מיט זייער אסאך דעטאלן,

אין אידישקייט צי אין געזונט, און מען דארף אלץ פרעגן א דעת

תורה. אמאל וועט א דעת תורה זאגן אז מען זאל בלייבן, און אמאל

וועט ער זאגן א מען זאל זיך יא צעטיילן. די בעסטע זאך איז ווען

מען פרעגט א דעת תורה אזוי ווייסט מען אז מען האט נישט

געטון אויף דער אייגענער האנט.

■ ■ ■

מ'האט דא דערמאנט וועגן שעשני כרצונו, אז די שיעורים

זענען מורא'דיג און האבן געטוישט אידישע שטיבער, אבער

מ'האט נישט געשריבן זייער נומער. ביטע אריינלייגן דעם נומער,

יישר כח.

8900-299-845 דער נומער פון שעשני כרצונו איז

10פרשת חקת תשפ״ה

ptruug

c/ avfk

YANKY GOLDMAN

Real

Flavor

Bursting

Goodness!

12פרשת חקת תשפ״ה

נאטירליך

ד

ער מעטאד פון זיך באנוצן מיט עלעקטראנישער קראפט

צו קאנטראלירן די עלעקטראנישע סיסטעמען אינערהאלב

דעם קערפער, ווערט אפט באנוצט אלס א טייל פון פיזישע

טעראפי, ספעציעל פאר כראנישע ווייטאגן וואס האלטן אן

א לענגערער צייט.

אזוי אויך איז זייער באקאנט צו נוצן עלעקטריק אויפ'ן הארץ. די הארץ

קלאפענישן ווערן אקטיוויזירט דורך א קליינעם גליד וואס געפינט זיך

נעבן דעם הארץ, וואס שיקט עלעקטראנישע כוואליעס צום הארץ. דאס

מאכט אז דאס הארץ זאל זיך כסדר איינציען, וואס אין רעזולטאט פאמפט

עס דאס בלוט. אין פאל פון געוויסע הארץ פראבלעמען, לייגט מען אריין

א פעיסמעיקער וואס פארמאגט א באטעריע. דאס שפירט ווען די הארץ

קלאפענישן זענען נישט פולקאם אין ארדענונג, און עס שיקט דאן ארויס

פאסיגע סיגנאלן צוצוהעלפן דאס הארץ אז עס זאל קלאפן אויף א געזונטן

ריטעם.

דערנאך איז דא א מאשין וואס איז באקאנט אלס א דעפיברילעיטער.

דאס איז א דרויסנדיגער מאשין וואס מען לייגט צו צום קערפער, געאייגנט

פאר פעלער ווען דאס הארץ הערט חלילה אויף ארבעטן ריכטיג. עס שיקט

עלעקטרישע שאקס וועלכע קענען בעז"ה אויפוועקן דאס הארץ צום לעבן.

אויך זענען דא מאשינען, געאייגנט פאר מענטשן וואס ליידן פון סיזשורס

ל"ע, וואס ווערן איינגעפלאנצט אינעם מח. דאס קען אויפכאפן און טיילווייז

רעגולירן אומגעווענליכע עלעקטראנישע אקטיוויטעטן, וואס זענען גורם

די סיזשורס.

דאן קומט אבער צו נאך אן אינטערעסאנטע נוצן פון עלעקטריציטעט,

וואס האט "עלעקטריזירט" די מעדיצינישע וועלט. דאס איז צו נוצן

עלעקטריק אויפ'ן מח פאר גייסטישע געזונטהייט פראבלעמען.

פארשער האבן אנטדעקט אז עלעקטריק קען זיין הילפבאר אויך אין

אנדערע סארט פעלער. עס זענען ערפינדן געווארן מאשינען וועלכע גיבן

אריין עלעקטריציטעט אינעם קערפער, וואס זענען געאייגנט פאר צוועקן

ווי דעפרעסיע, ענקזייעטי, און שלאפלאזיגקייט. אין די לעצטערע יארן

איז דאס שטארק פארשפרייט געווארן, און עס ווערט באנוצט אלס אן

אינטערעסאנטער, חידוש'פולער אלטערנאטיוו צו געווענליכע גייסטישע

געזונטהייט מעטאדן.

ערשטנס, ווערט עס אפט באנוצט פאר דעפרעסיע. דעפרעסיע

פאסירט ווען דער מח גיבט נישט ארויס גענוג פון געוויסע הארמאנען

וואס ברענגען שמחה און אויפגעלייגטקייט, אזויווי "סעראטאנין" און

"דאפעמין". די הארמאנען ווערן ארויסגעגעבן אויפ'ן באפעל פון מח, און

אויב דער מח שיקט נישט קיין מעסעדזש צו די ריכטיגע חלקים אין מח צו

פראדוצירן גענוג פון די הארמאנען שפירט דער מענטש אראפגעשלעפט

און טרויעריג. מיט עלעקטריציטעט קען מען אביסל אויפוועקן דעם מח,

ערוועקנדיג די ניוראנס וואס הייסן דעם מח ארויסגעבן די הארמאנען, אזוי

-ארום פראדוצירט דער מח מער דערפון. דאס איז אייגנטליך וואס אנטי

) טוען – עס פארמערט די הארמאנען. דורך SSRI( דעפרעסיע מעדיצינען

עלעקטריק קען מען באקומען די זעלבע תוצאות, נאר אן מעדיצין. דער מח

טוט עס אליין אויפ'ן נאטורליכן וועג, נאכ'ן ווערן אביסל סטימולירט דורך

די עלעקטראנישע כוואליעס.

עס קען אויך ארויסהעלפן מיט ענקזייעטי, כאטש אויף דעם איז נישט

דא אזא גרויסע סוקסעס ראטע ווי אויף דעפרעסיע. פאר ענקזייעטי,

קענען לייכטע עלעקטראנישע ריטמישע כוואליעס טון דאס פארקערטע

ווי ביי דעפרעסיע – עס קען בארואיגן דעם מח דורכ'ן אפשטעלן איבריגע

הייפעראקטיוויטעט אין מח. דאס ברענגט אראפ דעם אלגעמיינעם שטאפל

פון סטרעס, אנגעצויגנקייט, און איבערגעטריבענע וואכזאמקייט צו געפאר.

ווערט עס אויך באנוצט. עס דארף צו בארואיגן און פאררעכטן OCD פאר

דעם סיסטעם און פארבינדונגען אין מח, און עס ווי "צוריקשטעלן אויפ'ן

ארט".

, ADHD לעצטנס איז עס אפילו אנערקענט געווארן אלס ווירקזאם פאר

צו העלפן רעגולירן געוויסע טיילן אין מח, אריינגערעכנט דעם טייל וואס

איז פאראנטווארטליך אויף קאנצענטראציע.

מען נוצט עס אויך פאר שלאפלאזיגקייט, סיי אלס דעם וואס עס

בארואיגט סטרעס שטאפלען און איבריגע מח אקטיוויטעט וואס קען

שטערן א מענטש פון איינשלאפן, און סיי דורכ'ן רעגולירן די קערפערליכע

כעמיקאלן וואס דער מח פראדוצירט וועלכע העלפן א מענטש נאטירליך

איינשלאפן און שלאפן גענוג טיף.

אין פראקטיק

עס זענען פארהאן עטליכע סארט מאשינען וואס ווערן באנוצט פאר די

אויבנדערמאנטע צוועקן. דער מערסט אינטענסיווער סארט, איז א מאשין

. דאס איז א גרויסער מאשין וואס פארמאגט א TMS וואס ווערט גערופן

חלק וואס ווערט געלייגט איבער דעם מענטש'נס קאפ, עס האט א קליינע

מעטאלענע שטיקל וואס רירט אן דעם מענטש'ס קאפ אויפ'ן ריכטיגן פלאץ,

ווערנדיג צוגעפאסט צו יעדן פאציענט באזונדער.

ווען דער מאשין ארבעט קען מען שפירן לייכטע ריטמישע קלאפערייען

און הערן א קול פון קורצע קליקס, אבער עס טוט נישט וויי און מען שפירט

כמעט גארנישט. א געווענליכע באהאנדלונג נעמט אריין סעסיעס פאר פינף

טעג א וואך, צווישן פיר ביז זעקס וואכן.

די אנדערע מאשינען זענען קלענערע, וואס מען קען געווענליך נוצן

-עלעקטרא

טעראפי

13

Jun. 29 '25

ש. גוטמאן

אליין אינדערהיים. עס קומט געווענליך אלס א קליינע כלי מיט צוויי דראטן

וועלכע ווערן ארויפגעלייגט ערגעצוואו אויפ'ן קאפ – אין א מערהייט פעלער

אין די זייטן פונעם שטערן. די סארט מאשינען גיבן ארויס שוואכערע

עלעקטראנישע כוואליעס, און מ'קען שפירן בשעת מעשה לייכטע קיצלען

אדער אביסל ווארעמקייט אויפ'ן פלאץ וואו עס ליגט. ווען, וויפיל, און ווי

אפט עס צו נוצן, ווענדט זיך אין יעדן פאל באזונדער אויף פארשידענע

אנדערע פאקטארן.

לעגאליטעט

טייל פון די מאשינען זענען פולקאם לעגאל אקצעפטירט, אבער אנדערע

זענען נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט אדער נאר פאר טייל קאנדישאנס

אויף וואס מען נוצט עס. דאס איז בעיקר ווייל רוב פון די מעטאדן זענען

רעלאטיוו ניי און זענען נאכנישט דורכגעגאנגען גענוג שטודיעס צו ווערן

אפיציעל אנערקענט.

, דער גרעסטער סארט פון דעם מין באהאנדלונגס מעטאד, איז TMS

שוין לאנג באשטעטיגט פאר דעפרעסיע און איז נישט לאנג צוריק געווארן

.OCD באשטעטיגט פאר

איז נאר ממש לעצטנס באשטעטיגט געווארן, ADHD דער מאשין פאר

ADHD זייענדיג דער ערשטער אלטערנאטיווער באהאנדלונגס מיטל פאר

צו מעדיצין.

פאקטן און ציפערן

עס ווערן כסדר דורכגעפירט נאך שטודיעס אויף די סארט באהאנדלונגען,

צוליב וואס די פירמעס פון די מאשינען ווילן עס זען פולקאם באשטעטיגט

כדי צו קענען מאכן מער געלט דערויף.

די שטודיעס ווייזן אז די סארט באהאנדלונגען קענען זיין פון גאר

ווירקזאם ביז גענצליך אומווירקזאם – עס ווענדט זיך וועלכער מעטאד, פאר

וועלכן צושטאנד, און אין די ארומיגע פאקטארן.

האט א סוקסעס ראטע פאר דעפרעסיע, א דורכשניט פון TMS

– דאס באדייט אז מער ווי האלב פון די פאציענטן זעען פאזיטיווע54%

רעזולטאטן. דאס איז גאר אסאך, צוליב וואס אין מערסטנס פעלער רעדט

מען פון פאציענטן ביי וועמען אנדערע מיטלען ווי מעדיצין און טעראפי

זענען דורכגעפאלן.

ביי די קלענערע סארט מאשינען איז נישט שייך צו וויסן די פונקטליכע

סוקסעס ראטע אין נומערן, וויבאלד עס ווערט מערסטנס באנוצט

אינדערהיים פאר לייכטערע פראבלעמען און רוב מענטשן געבן נישט איבער

פאר די פארשער וויפיל מינוט שנעלער זיי האבן אנגעהויבן איינשלאפן נאכ'ן

דורכגיין א באהאנדלונג פאר שלאפלאזיגקייט... אזוי אויך ווערט עס ווייניגער

געפארשט צוליב וואס עס ווערט באטראכט אלס א לייכטע באהאנדלונג

וואס מענטשן נוצן פאר זיך, ענדערש ווי א מער אפיציעלע באהאנדלונג וואס

ווערט דורכגעפירט דורך א דאקטאר אין א קליניק. וויפיל מען ווייסט יא, איז

די סוקסעס ראטע זייער פארשידנארטיג און עס ווענדט זיך אין גאר אסאך

ארומיגע דעטאלן.

בענעפיטן

טעראפי איז א וואונדערליכער געדאנק, ספעציעל ווען עס -עלעקטרא

קומט צו גייסטישע פראבלעמען קומענדיג ווי פון א הינטער טירל. עס האט

ווירקונגען פון מעדיצין, און עס נעמט נישט אזוי -נישט די נאכווייען און זייטן

-לאנג. עס קאסט נישט די גייסטישע אנשטרענגונג און סטיגמע פון פסיכא

אלס FDA טעראפי. אזוי אויך איז עס אנערקענט און באשטעטיגט דורך דער

פארזיכערט און ווירקזאם, וואס מאכט עס א בעסערן אויסוואל ווי אנדערע

אלטערנאטיווע מיטלען וועמענ'ס גראנדיעזע הבטחות האבן נישט אלעמאל

א דעקונג.

די באהאנדלונג איז גאר לייכט, עס טוט נישט וויי, און מערסטנס

ווערסיעס דערפון קען מען טון אליין אינדערהיים אזוי אז עס נעמט אפילו

נישט צופיל צייט. (די באהאנדלונג פארלאנגט בערך פון א האלבע שעה ביז

א שעה א טאג וואס מען דארף האבן דעם מאשין אויף זיך, אבער מען קען

ביז דערווייל אנגיין ווייטער מיט געווענליכע אקטיוויטעטן.) רעכענענדיג

קעגן אנדערע באהאנדלונגס מיטלען פאר די זעלבע פראבלעמען, איז עס

.גאר באקוועם און פאדערט ממש גארנישט

,די באהאנדלונג איז גאר לייכט

עס טוט נישט וויי, און מערסטנס

ווערסיעס דערפון קען מען טון

אליין אינדערהיים אזוי אז עס

נעמט אפילו נישט צופיל צייט

14פרשת חקת תשפ״ה

Attn Yiddeshe Mothers!

Exclusive to Yingerman/Yidene Readers!

Get automatically entered into our raffle where you have the

chance to win a $150 GIFT CARD TO THE STORE OF YOUR CHOICE!

COME ON, CHECK US OUT NOW- WE ARE WAITING TO HEAR FROM YOU!!

My baby stayed clean the whole

Seudah—such a smart design!

From: Rivky S., Monsey

Such an amazing product!

My finiky son self feeds. He

gets more in than when I

spoon feed.

From: Chaya L., Lakewood

My boys actually enjoy

brushing now—zero mess!

From: Miriam G., Brooklyn

Exciting Raffle:

1. Go out and get your Cozy Home item in your local grocery or baby store

2. Enjoy one of our innovative, practical and useful items

3. Snap a picture of how you used it, with a small description.

4. Send your pic and feedback together with Your Name and Phone

number: Email: cozyhomeraffle@theyidene.com or Text: 646-580-2778

The perfect texture washcloth.

Going forward bath time will

only be together with this glove.

From Esther R., Passaic

From Shoshana D., Five Towns

This is in my dairy and fleishig

drawers—use it every day!

Washing fruit for the kids

has never been easier!

From: Leah M., Lakewood

No more laundry after every

meal—just rinse and go!

From: Toby F., Boro Park

My little one enjoys fresh

fruit snacks—so helpful

during long Shabbos

afternoons.

From: Sarah T., Monsey

15

Jun. 29 '25

For more information email cs@cozyhomeny.com

Find Cozy Home Products at Local Store!

THE HOME INNOVATION BRAND YOU MISSED

WEEK

ר. שטערן

רייזעלע, עס איז אמת אז דו האסט נישט א טאטע און אויך

נישט א מאמע?"

בום.

דער טעלער יאגורט איז ארויסגעפאלן פון מיין האנט און

געטראסקעט צו דער ערד מיט א הילכיגן קראך. דאס אינהאלט

האט זיך צושפרייט איבער דער גאנצער ערד. אלע מיידלעך פון

זאל האבן אויסגעדרייט זייער קאפ.-דעם גאנצן עס

צו מיר.

מיין פנים האט געפלאקערט. איך האב געוואלט אז די ערד זאל

מיך איינשלינגן לעבעדיגערהייט.

"עכט?!" האט איינער געפרעגט מיט שאק. איך האב נישט געקענט

אידענטיפיצירן ווער דאס איז געווען, אבער איך האב זייער קלאר

געהערט פערי שווארצ'ס מאכטפולע שטימע, "יא, עכט! זי האט נישט

קיין טאטע און אויך נישט קיין מאמע."

צוואנציג פאר אויגן האבן זיך געעפנט מיט שאק. מיין -און-פינף

בליק האט געטראסקעט צו דער ערד.

דאס. איז. עס.

דער סוד איז ארויסגערונען, און מיין אידענטיטעט איז פון היינט

און ווייטער חרוב.

"עס קען נישט זיין אזא זאך!" האט נעכי ווייזער פרובירט

אפצופרעגן פערי, "וואס הייסט זי האט נישט קיין טאטע און נישט

קיין מאמע?"

" עס קען יא זיין," האט פערי צוריקגעשאסן, "מיין שוועסטער האט

מיר אליין געזאגט!"

א דונערדיגע שטילקייט האט איבער גענומען דאס ארט. אלע

מיידלעך האבן געבליקט מיט שעצונג און ערע צו דער אומגעקרוינטער

קעניגן. ווער וועט זיך דען וואגן זיך צו קעגנשטעלן אדער זאגן

אנדערש ווי פערי שווארץ? זי ווייסט אלעמאל וואס זי רעדט, זי

ברענגט שטענדיג די לעצטע נייעס, און יעדער האט מורא פון איר.

אויך איך.

איך בין געבליבן שטיין אויף מיין ארט פאראליזירט. מיין

רעכטע האנט וואס האט געהאלטן דעם טעלער יאגורט פאר ביז

עטליכע סעקונדעס צוריק איז געבליבן הענגען אין דער לופטן

פארשעמטערהייט, און דער לעפל וואס איז געלעגן אין מיין לינקער

האנט האט זיך נעבעכדיגערהייט ארויסגעגליטשט און געלאנדעט

נעבן די אויסגעגאסענע יאגורט. מיין פארפלאמטע בליק איז געווען

איינגעגראבן אין דער ערד. איך האב זיך נישט געקענט ברענגען צו

אויפהייבן מיין קאפ, אריינקוקן פערי שווארץ אין די אויגן און איר זאגן

מיט א זעלבסטזיכערקייט, "ניין, עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט

פערי. איך האב ברוך השם א טאטע. טאקע, מיין מאמע איז שוין אין גן

עדן, אבער מיין טאטע לעבט ברוך השם און איז געזונט און שטארק."

"דאן וואו לעבט דיין טאטע, הא?" וועט זיכער זיין פערי'ס

קומענדיגע שאלה. "און פארוואס וואוינסטו נישט צוזאמען מיט אים,

אויב ער לעבט נאך?!"

. און טאקע צו דעם האב איך נישט קיין תירוץ

דעריבער האב איך געשוויגן. א לאנגע, דונערדיגע שווייגעניש וואס

האט זייער קלאר באשטעטיגט פערי'ס ווערטער.

"פון וואו ווייסטו דאס, פערי?" האט חי'לע זיך געוואגט צו פרעגן.

"ווער האט דאס דערציילט פאר דיין שוועסטער?"

פערי האט אויסגעגליכן איר רוקן מיט שטאלץ און געגלעט אירע

שווארצע לאקן.

"חוי קליינבערג גייט אין מיין שוועסטער ניחי'ס קלאס," האט זי

לאנגזאם געזאגט. זי האט גאר שטארק הנאה געהאט צוצוקוקן די

אינטערעסע און נייגער ביי די מיידלעך. "חוי האט נעכטן דערציילט

פאר מיין שוועסטער אז איר קוזין רייזעלע קליינבערג וואוינט ביי

זייער הויז, ווייל זי האט נישט קיין הויז וואו צו וואוינען און וועגן דעם

האבן זיי איר געדארפט אריינעמען צו זייער הויז."

"פאר ווי לאנג גייט זי דארט וואוינען?"

"זיי ווייסן נאכנישט, ווייל זי האט נישט קיין הויז, און חוי זאגט אז

איר מאמע האט געזאגט אז זיי קענען איר נישט ארויסווארפן אויפן

גאס..."

'איך בין נישט טויב!' האב איך געוואלט אויסשרייען מיט ווייטאג.

'וואס מאכט ענק טראכטן אז איך האלט נישט מיט וואס איר

שמועסט?!' מיין מח האט גערוישט און מיין הארץ האט האסטיג

געקלאפט, איך האב געעפנט מיין מויל און עס דערנאך צוריק

פארמאכט. די אינפארמאציע וואס מען האט מיר אזוי אומדירעקט

מיטגעטיילט האט זיך נישט געקענט געהעריג אריינזעצן אין מיין מח.

"חוי קליינבערג פון פיפטע קלאס?" האט חי'לע געפרעגט

איבערראשט, "זיי וואוינען אויף דער זעלבער גאס ווי אונז!"

אויב האב איך ביז דעמאלט געקלערט אז איך האב נאך עפעס

האפנונג זיך איינצוגלידערן אין מיין נייעם קלאס און ווערן א חלק פון

דער געזעלשאפט, האב איך אין יענע מינוטן אנערקענט אז איך האב

נישט קיין שום האפנונג צו מצליח זיין.

לערערין אפענהיימ'ס געשטאלט האט זיך אינצווישן באוויזן.

"מיידלעך, זעצט אייך אראפ אויפ'ן פלאץ," האט זי געפאדערט.

די מיידלעך האבן זיך אלע צוגעשארט צו זייער פלאץ. איך האב

זיך געוואקלט צווישן די בענק און זיך ענדליך אראפגעזעצט נעבן

מירי לויפער. אביסל ארויף איז פערי שווארץ, בכבודה ובעצמה,

געזעסן ארומגענומען מיט אירע חברה. זיי האבן נישט געהאלטן ביים

אויפגעבן אויף דעם פעפעריגן געשפרעך איבער "רייזעלע קליינבערג

וואס האט נישט קיין טאטע און נישט קיין מאמע... וואוינט ביי איר

מומע ווייל זי האט נישט וואו צו גיין... געלאזט אויפ'ן וואסער אליין...'

מען האט נישט געדארפט זיין א נביא אדער א מקובל צו וויסן

איבער וואס זיי שישקענען זיך אזוי שטילערהייט. איך האב טאקע

נישט געקענט פונקטליך מיטהאלטן יעדעס ווארט, און עס איז מיר

שווער געווען צו ליינען זייער ליפן, אבער איך האב נישט געהאט קיין

ספק וועמען מען צימבלט.

איך האב דאס נישט געקענט פארנעמען.

6 קאפיטל

פארזעצונג פון פריער:

רייזעלע קליינבערג, אן אכט יעריגע יתומה,

וואוינט ביי איר מומע לאה'לע אין מאנסי אין

דער צייט וואס איר טאטע האט נאכאמאל

חתונה. זי שפירט זיך דארט זייער איינזאם און

אראפגעקוקט. איר מומע דערציילט איר אז איר

טאטע האט געקלינגען, אבער זי האט נישט

געוואוסט וואו רייזעלע געפינט זיך און דעריבער

האט זי איר נישט איבערגעגעבן דעם טעלעפאן.

רייזעלע איז ברוגז פארוואס מען האט איר נישט

איבערגעגעבן דעם טעלעפאן, און זי הערט ווי

מער נישט אליין אירע קוזינעס רעדן אונטער איר רוקן.

16פרשת חקת תשפ״ה

,קורצע פארזעצונג

באזירט אויף א

מעשה שהיה

פארזעצונג קומט אי"ה

לערערין אפענהיים איז געשטאנען נעבן אונזער טיש. אירע אויגן

האבן געוואנדערט פון איין זיץ צום צווייטן. איך האב אלעמאל געהאט

דאס געפיל אז זי קען ליינען מחשבות, אבער יעצט האב איך ווירקליך

געזען ווי זי ליינט אונז אפ.

איך האב אנגעשטעלט א פארפרוירענעם פנים, אן קיין שום

אויסדרוק.

לערערין אפענהיים האט באטראכט פערי שווארץ, און זי איז

ווי - געווען איבערהויפט אינטערסירט אין איר געשפרעך וואס זי האט

אנגעפירט ווי א קעניג אויפ'ן טראן.- שטענדיג

ענדליך האט זי איינגעשטילט די שמועסערייען. אלע קלאסן האבן

פארענדיגט מיטאג, מען האט געבענטשט און דערנאך האבן מיר זיך

אלע אויפגעשטעלט און ארויפגעגאנגען צוריק אין קלאס.

איך האב זיך אויפגעשטעלט פון מיין ארט און זיך שוואך

ארומגעקוקט. רוב מיידלעך זענען ארויפגעלאפן אין קלאס, אנדערע

מיידלעך זענען געלאפן שפילן אין הויף, און איך בין נישט געווען

אינטערסירט אין קיין איינס פון זיי. איך האב געוואלט פארשוואונדן

ווערן, נעלם ווערן, איך האב נישט געוואלט מער עקזיסטירן.

"רייזעלע," א ווארעמע קול האט מיך דערוועקט פון מיינע

דערדרוקטע געדאנקען. לערערין אפענהיים איז געשטאנען אונטער

מיר. וואס וויל זי פון מיר?

"רייזעלע," ווידעראמאל יענע ווארעמע קול. אה, זי איז נישט ברוגז

אויף מיר. כ'האב אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג. אבער פארוואס

רופט זי מיך?

"וויאזוי גייט עס אין דער נייע רסקול?"

איך האב איר אפגעמאסטן מיט א לאנגן בליק פול מיט חשד. וואס

וויל זי פון מיר? איינער האט איר געשיקט מיך אויספרעגן וויאזוי איך

גלייך מיין נייע ארט? פארוואס איז זי בכלל נייגעריג אין מיר?

"איך בין אמת'דיג איבערגענומען פון דיר רייזעלע," האט זי געזאגט

קוקנדיג אין מיינע אויגן אזוי טיף, אז איך האב געמוזט אראפלאזן מיין

בליק.

איך האב נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן.

"און איך האב מיטגעהאלטן וואס די מיידלעך האבן דיר היינט

געפרעגט."

די דאמבע אין מיין הארץ, הויך און פעסט, האט זיך געהאלטן פאר'ן

אונטערברעכן. אין א לעצטן פרואוו האב איך פארביסן מיינע ליפן מיט

א געוואלדיגער קראפט, און געשוויגן.

"און איך בין געווארן זייער טרויעריג."

דאס איז עס. איך האב זיך מער נישט געקענט באהערשן.

חוצפה'דיגע טרערעלעך האבן זיך אראפגעשלענגלט מיינע באקן,

איינס נאכ'ן צווייטן. איך האב זיך פרובירט צו איינהאלטן, אבער די

געפילן זענען געווען שטארקער ווי מיר. די טרערן זענען פארוואנדלט

געווארן אין א שטראם וואסער וואס האט גערונען און גערונען.

מרת. אפענהיים האט מיר אנגעקוקט און גארנישט געזאגט.

"אבער איך האב יא א טאטע און א מאמע!" האב איך ענדליך

ארויסגעשטאמעלט צווישן די כליפערייען. "עס איז נישט אמת וואס

זיי האבן גערעדט!"

"איך ווייס דאס רייזעלע טייערע," האט זי ווארעם געזאגט

אנכאפנדיג מיין טרייסלנדיגע האנט. "דו האסט א טאטע און א מאמע

וואס האבן דיך אראפגעברענגט אויף דער וועלט און האבן דיך ליב

מיט אן ענדלאזער ליבשאפט. דאס איז עפעס וואס קיינער, קיינער

אויף דער וועלט קען דיך נישט צונעמען."

איך האב אפגעווישט מיינע טרערן. "לערערין... אמממ... איז עס

טאקע עכט אזוי, אז איך האב טאטע און א מאמע אויף אייביג, אייביג,

אפילו מיין מאמע לעבט מער נישט און אפילו מיין טאטע... מיין

טאטע וויל מיך נישט האבן?..."

"פארוואס קלערסטו אז דיין טאטע דארף דיך מער נישט?!" זי איז

געווען איבערראשט און שאקירט. "דיין טאטע האט דיך אזוי שטארק

ליב און ער בענקט זיך צו דיר."

איך האב געשאקלט מיין קאפ פון רעכטס צו לינקס.

"מיין טאטע דארף מיך מער נישט האבן," האב איך פרובירט

צו מסביר זיין דאס בעסטע לויט מיין אכט יעריגן פארשטאנד. "ער

האט באקומען א נייע מאמע, און יעצט וואוינען זיי צוזאמען. איך בין

געקומען וואוינען ביי מומע לאה'לע ווייל ער וויל מיך מער נישט האבן

אין זיין הויז."

לערערין אפענהיים האט נישט אויסגעזען איבערצייגט.

"איך ווייס עס אויך," האב איך פארגעזעצט, "ווייל חוי, מיין קוזין

ביי וועמענ'ס הויז איך וואוין, האט געזאגט פאר פערי שווארצ'ס

שוועסטער אז זיי לאזן מיך אריין ווייל איך האב נישט קיין הויז און

מען קען נישט לאזן א קינד אויפן גאס. אבער עכט, איך וויל ענדערש

וואוינען אין גאס אדער אין א פארק, ווייל איך האב נישט ליב מומע

לאה'לעס הויז. אבער סייווי, מ'קען נישט ווייל ווען ס'רעגנט אדער

ווען ס'איז קאלט קען מען זיך פארקילן, און אויך איז נישט דא א בעט

דארט."

מיין לערערין'ס בליק איז געווען פאר'חלומ'ט, זי האט נישט

רעאגירט.

איך בין שטיל געווארן. מיין לערערין האט געלייגט איר האנט אויף

מיין פלייצע.

"מיין מאמע איז נפטר געווארן ווען איך בין געווען צען יאר אלט,"

האט לערערין אפענהיים געזאגט מיט א שטילן קול, "און איך קען דיר

זאגן, אז קיינער אין דער וועלט קען נישט איבערנעמען א מאמע'ס

פלאץ. אבער רייזעלע, זאלסט וויסן, אז א מאמע לעבט אויף אייביג!

ריכטיג אז אין דער וועלט קענסטו איר נישט זען, אבער זי לעבט און זי

קען דיר זעה. דו קענסט אפילו רעדן צו איר, דו קענסט שמועסן מיט

איר און דו קענסט איר דערציילן אלעס, אלעס!"

"איך ווייס," האב איך שטיל גענטפערט, "מיין באבע האט מיר דאס

אויך געזאגט..."

"ריכטיג."

"?"אבער מיין מאמע... זי וויל מיך אפילו אויסהערן

17

Jun. 29 '25

דער געשפרעך

פון שטאט

אידענע׳ס

די עקספּיריענס

18פרשת חקת תשפ״ה

ד

י וואך לאזט זיך די אידענע ארויס אויף א פרישער "עקספיריענס" רייזע. א

רייזע וואס הייבט זיין ביים זוכן גוטע און פראקטישע סערוויס ביים קויפן א

סעלפאון, און ביים זוכן צו פארריכטן א סעלפאון, און ענדיגט זיך ווען די

אידענע ווערט געוואויר פון א גאר פראקטישן און געשמאקן סערוויס צו נוצן

ארויסצושיקן מעסעדזשעס פאר דער גאנצער פאמיליע מיט שמחות וכדו'.

די רייזע הייבט זיך אן ווען דער סעלפאון פאלט אריין אין וואסער – א זאך וואס

פאסירט כסדר אין אלע אידישע שטיבער… די אידענע ווערט פארלוירן און ווייסט נישט

וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, איבערהויפט נאך וואס דער אנדערער סעלפאון איז האלבוועגס

צעבראכן. אבער דאן ווערט זי אינפארמירט איבער א היימישן געשעפט וואס איז דא

צוצושטעלן אויסנאמליכע סערוויסעס און זי ווערט ערשטוינט ביים געניסן פון דער

איבערגעבנקייט און פראפעסיאנאליזם וואס דער געשעפט שטעלט מיט זיך פאר.

דערנאך באקענען מיר זיך מיט א "וואונדערליכן טעלעפאן", נאך וואס די אידענע

באוואונדערט איר נייעם טעלעפאן וואס זי האט איינגעקויפט און קען זיך נישט גענוג

בארואיגן פון דעם וואונדערליכן צוזאמשטעל פון פראקטישקייט און געשמאק.

דאן גייען מיר אריבער צו אן אנדערער סצענע, ווען זי הערט אויף אן אומדירעקטן אופן

איבער א פרישן חידוש אין דער וועלט פון ארויסשיקן מעסעדזשעס צו איינמעלדן משפחה

מיטגלידער איבער פרישע שמחות אין דער פאמיליע אד"ג. זי הערט איבער א רייע פרישע

חידושים וואס זיי האבן אימפלעמענטירט, און זי באשליסט תיכף דאס צו נעמען צום

קומענדיגן שטאפל און אויך געניסן פון די אויסנאמליכע סערוויסעס.

לאמיר אינאיינעם באגלייטן די אידענע אויף איר רייזע, און זיך באקענען מיט די

וואונדערליכע סערוויסעס פון וואס זי געניסט ביי די היימישע ביזנעסער.

19

Jun. 29 '25

״י

ענקי, וואס טוסטו?" האב איך זיך געטראפן שרייען אין

יענקי'ס ריכטונג פארנט פון אלע אנוועזנדע שכנ'טעס. איך

האב באלד חרטה געהאט – נאך אלעם איז יענקי א קינד

און ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס. אבער, למעשה

האב איך נישט יעצט קיין סעלפאון נאך וואס מיין

שעפערישער צדיק'ל איז אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק פון

אונטערלייגן מאמי'ס סעלפאון אונטער'ן שטראם וואסער וואס האט זיך

געגאסן ווען פריעדמאן פון אויבן האט אויסגעגאסן זייער סווימינג פול.

א פרוסטרירטע האב איך זיך צוריק געזעצט אינעם צירקל,

ארויסלאזנדיג א קרעכץ בשעת איך פארצייל פאר אלע אנוועזנדע אז איך

בין יעצט פשוט געבליבן אן א טעלעפאן. מיין היים טעלעפאן האב איך

שוין אויפגעגעבן א צייט צוריק אנערקענענדיג אז מיין סעלפאון און די

"משפחה סעלפאון" זענען פונקט גענוג, די משפחה סעלפאון מאכט שוין

קונצן לעצטנס און כ'בין דערווייל נישט אנגעקומען צו קויפן א נייע, און

דא שטיי איך אזוי אן קיין וועג צו מאכן א טעלעפאן קאל.

'אזוי האבן מיינע באבעס געשפירט?' טראכט איך צו זיך, 'וויאזוי האבן

זיי עס אריבערגעטראגן?'

"נו, אין "די ווייערלעס" וועסטו עס קענען גרינג מסדר זיין," האט זיך

רחי – די גוטהארציגע שכ'נטע וואס האט שטענדיג אן עצה פאר יעדן

– באלד אנגערופן.

"איך בעט דיך! די לעצטע זאך וואס איך קען היינט טון איז זיך

ארויסשלעפן פון הויז, מיט אלע קינדער אויפ'ן קאפ קע"ה," בין איך דאס

מאל נישט געווען אנטציקט פון אירע עצות. "דער איינציגסטער טאג

וואס כ'קען זיך ערלויבן ארויסצוגיין איז זונטאג ווען מיין מאן ארבעט

נישט."

"נו, טאקע וועגן דעם האב איך דיר געזאגט אז אין "די ווייערלעס"

וועסטו עס קענען גרינג מסדר זיין. קענסט אריינרופן צו זיי באשטעלן

א נייע טעלעפאן אדער באשטעלן אויף זייער וועבזייטל, און ס'וועט נאך

היינט זיי ביי דיין טיר!"

א סעלפאון צו מיין טיר

"אמת'דיג? נישט געוואוסט ס'איז דא אזא זאך," האב איך רעאגירט

.מיט איבערראשונג. אבער מיין פרייד האט גאנץ שנעל אויסגעוועפט

"איך האב דאך נישט קיין אנונג וואס איך וויל, שוין דא היינט אזויפיל

מינע כשר'ע סעלפאונס אויפ'ן מארקעט און כ'דארף געהעריג דורכטון די

אפציעס. זעט אויס אז כ'וועל יא דארפן ווארטן אויף זונטאג ווען כ'וועל

קענען געהעריג אריינגיין אין געשעפט און כאפן א בליק פון דער נאנט

אויף אלע אפציעס," האב איך אויסגעפירט מיט אנטוישונג.

"נו, וואס מיינסטו?" האט רחי געלאכט, "פאר דעם האסטו "די

ווייערלעס". זיי האבן שוין געמאכט די ריסוירטש פאר דיר, רוף זיי אריין

און זיי וועלן אויסשמועסן די אפציעס און דיך העלפן אפמאכן וועלכער

סעלפאון איז דאס בעסטע פאר דיר. זיי האבן אן אויסוואל פון אלע

ערליי נייע מאדעלס און אלטע מאדעלס וואס זענען שוין נישטא אויפ'ן

מארקעט, אויף יעדן שטאפל און סטאנדארט אין כשרות, פון אלע

היימישע פילטערס, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס אייגנארטיגן געברויך, און זיי

וועלן דיך שוין העלפן אויסקלויבן."

"איך פארשטיי," האב איך זיך צוריקגעכאפט צום פלאן. "דארף איך

יעצט באשטעלן צוויי נייע סעלפאונס."

"פארוואס צוויי נייע?" איז דאס מאל געווען די רייע אויף רחי צו זיין

אומצופרידן, "דיין סעלפאון גלייב איך נישט אז מ'קען נאך עפעס טון

דערמיט ווייל ס'איז אריינגעפאלן אין וואסער, אבער ווער זאגט אז

מ'קען נישט פארריכטן כאטש די משפחה סעלפאון?"

אה, טאקע, דאס איז מיר נישט בייגעפאלן.

"ווער פארריכט סעלפאונס?" האב איך געפרעגט ווי א גרינער.

"אויף וועלכער וועלט לעבסטו?" האט רחי דאס מאל שוין געלאכט

מיט א פולן מויל, "גיי אריין צו "די ווייערלעס" און זיי וועלן דיר זאגן צי

מ'קען און צי ס'לוינט זיך עס צו פארריכטן."

אקעי, איך ווער געוואויר חידושים – כ'האב נישט געוואוסט אז איך

געהער נאך צום אלטן דור…

למעשה האב איך אפגעמאכט אז היינט וועט מען קודם קויפן א נייע

(845) 388-2355

(718) 388-2355

20פרשת חקת תשפ״ה

.סעלפאון, און זונטאג וועט מען אריינטראגן דעם משפחה סעלפאון

כ'האב געבארגט א טעלעפאן פון רחי און אריינגערופן אין "די

ווייערלעס", האפנדיג אז רחי ווייסט וואס זי רעדט. און… האלטנדיג שוין

נאכ'ן געשפרעך קען איך אייך פארציילן מיט צופרידנהייט אז זי איז שוין

איינמאל געווען גערעכט.

גענוי ווי זי האט פארגעזאגט, און אפילו נאך מער ווי דעם, בין איך

געווארן סערווירט דורך א העפליכן אנגעשטעלטן וועלכער האט מיר

געדולדיג אויסגעהערט און געפרעגט אפאר פראגעס צו פארשטיין

בעסער מיינע געברויכן, און דאן האט ער מיר פארגעלייגט די אפציעס

און די מעלות און חסרונות פון עטליכע מאדעלס וועלכע זעען אויס

פאסיג פאר מיר. עס האט נישט גענומען לאנג ביז כ'בין געקומען צו א

קלארן באשלוס וואס זאל שטימען לויט מיינע געברויכן און בודזשעט.

נישט לאנג שפעטער האט עס געלאנדעט ביי מיין טיר. און נאכ'ן

באקומען הילף און אנווייזונגען פון "די ווייערלעס" איבער'ן טעלעפאן

וויאזוי צו טוישן פון מיין אלטן סעלפאון צו נייעם, האב איך זיך געטראפן

זיצן און פארציילן פאר מיין שוועסטער איבער די געוואלדיגע נייעס

וואס איך בין היינט געוואויר געווארן – רעדנדיג צו איר, פארשטייט זיך,

אויף מיין נייעם סעלפאון. זי איז אבער בכלל נישט געווארן איבערגענומען,

"נו, דאס איז "די ווייערלעס", האסט זיי נאך קיינמאל נישט גענוצט?"

יעצט האב איך זיך שוין טאקע געפילט ווי אן אלטע באבע… אבער

שוין, למעשה האב איך ב"ה א סעלפאון און זאכן זענען געווארן מסודר

בעסער און שנעלער ווי געראכטן.

זונטאג האט מען געמאכט צייט צו גיין באזוכן דאס געשעפט און

מסדר זיין דעם משפחה סעלפאון. אריינקומענדיג איז מיר געווארן

אביסל אומאנגענעם, זעענדיג פאר מיר א געפאקטע געשעפט – זעט

אויס איך בין נישט די איינציגסטע וואס קען נאר ארויסגיין זונטאג… די

לעצטע זאך צו וואס כ'האב יעצט געהאט חשק איז צו פארברענגען צוויי

שעה ווארטנדיג אז מיין רייע זאל זיך דערנענטערן.

כ'האב אפגעמאכט אז כ'וועל זיך שטעלן אין דער זייט פאר עטליכע

מינוט און באאבאכטן דעם מצב, און אז מיינע נערוון וועלן פלאצן וועל

איך זיך אויסדרייען און אהיימגיין. דער קאלירפולער אויסוואל פון אלע

האט געצויגן מיין אינטערעסע, און כ'האב accessories סארטן

אנגעהויבן באטראכטן די פארשידנארטיגע סארטן פיטשיווקעס

פארגעסנדיג אביסל פון מיין פריערדיגן אומגעדולד.

זייענדיג אזוי פארזינקען, זענען מיינע געדאנקען פלוצלינג

איבערגעריסן געווארן ווען מ'האט מיר איינגעמאלדן אז איך בין נעקסט

אין ליין. נאכ'ן געבן א שנעלן בליק אויף זייגער וואס האט געצייגט אז

ס'איז נישט אריבער מער ווי עטליכע מינוט, האב איך זיך דערנענטערט

מיט ערשטוינונג פון דער בליץ שנעלקייט מיט וואס זאכן גייען דא.

"וויפיל וועט עס קאסטן," האב איך געפרעגט נאך וואס מיין סעלפאון

איז באטראכט געווארן מיט פראפעסיאנעלע בליקן וועלכע האבן

באשטעטיגט אז די שאנסן דאס צו אויפלעבן זענען גאנץ הויך.

"עס ווענדט זיך צי מיר וועלן עס קענען פארריכטן," איז געווען דער

ענטפער.

"וואס הייסט?" בין איך געווארן צעמישט.

"זייער פשוט," האט מיר דער געדולדיגער אנגעשטעלטער ערקלערט,

"איר ברויכט בלויז באצאלן אויב מיר וועלן מצליח זיין עס צו פארריכטן,

און אויב וועט עס נישט ארבעטן וועלן מיר אייך נישט רעכענען פאר

דעם סערוויס."

צוויי טעג שפעטער האב איך ארויסשפאצירט פון "די ווייערלעס"

מיט דעם פארראכטענעם משפחה סעלפאון אין האנט, און גלייכצייטיג

מיט א געשמאקן טעם אין מויל ארויסקומענדיג פון אזא עקספיריענס.

די ערפארונג פון גיין אריין און ארויס אן דארפן ווארטן און ווארטן, און

דער וועג וויאזוי מ'האט דארט סערווירט די קליענטן מיט א בליץ

שנעלקייט איינער נאכ'ן צווייטן, איז עפעס וואס כ'האב נאכנישט געזען

אין ערגעץ.

21

Jun. 29 '25